בלאט 1 פון 1

וואס איז יא א ביזנעס #4 - דער ענד יוזער

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 3:52 am
דורך זאל ער קומען
ביז אהער האמיר שוין עסטעבלישד אז יעדע גוטע ביזנעס איז באמת א וועליו פראדוקשן פלענט, וואו די ביזנעס באשאפט וועליו פאר די וועלט, אויך האמיר מסביר געווען אז יעדער וואס זעט איין די ווערד וואס די קאמפאני שטעלט צו געט פון זיין געלט אנשטאט די וועליו וואס ער באקומט, און דער מקבל איז אן אינטעגראלער חלק פון די וועליו סטראקטשור פון די קאמפאני איז ס'איז פונקט אזוי וויכטיג פאר די קאמפאני פשוט צו קענען באשליסן וויפיל די ווערד - פון די ווערד וואס די קאמפאני פראדוצירט - איז טאקע. (און דאס איז וויפיל זיי זענען גרייט צו צאלן דערפאר).

יעצט וועלן מיר אויסוועלגערן די צווייטע פוינט מיט צוויי וויכטיגע נקודות. איינס אין די פאזיטיווע זייט פון האלטן דעם ענד-יוזער פאר די אויגן און געדענקען ווי ווייט דער קונה שפילט א ראלע באשליסט וויפיל די קאמפאני פראדוצירט באמת - און דערפאר איז מורא'דיג וויכטיג פאר א קאמפאני צו וויסן פאר "וועם" עס עקזיסטירט. די צווייטע פוינט איז אויף די נעגאטיווע זייט ווי ווייט ס'קען שאדן פאר קאמפאני אויב מ'האט נישט קיין ספעציפישן ענד-יוזער אין מיינד ביים שאפן די קאמפאני/וועליו.

די בענעפיט פון וויסן ווער דער ענד-יוזער איז.
ווי שוין אויסגעשמועסט באשאפט א קאמפאני א ווערד דורך דעם וואס די קאמפאני נעמט אוועק א ווייטאג אדער שטעלט זיך צו א תענוג פאר מענטשן. אויב דער מענטש מוטשעט זיך שטארק איז ער גרייט צו געבן מער אוועק צו נעמען דעם צער. א פילינג אין די ציין האט א פרייז, אבער א רוט קאנאל האט גאאאאאר אן אנדערע פרייז, ס'איז בכלל נישט אין די זעלבע רענדזש, ווייל א לעכל באדערט, אבער אן אפענע לאך ביז צו די נשמה איז גאר אן אנדערע מסכתא…

קיינער ווארפט נישט פאר דעם דענטיסט אז מאכן א פילינג נעמט צוואנציג מינוט און א רוט קאנאל נעמט פינף און פערציג מינוט און ס'וואלט געדארפט קאסטן עטוואס מער פון דאפלט, און נישט אכט-צען מאל מער. יעצט שטעלטס ענק פאר אויב דער דענטינסט וואלט נישט געקוקט אויף די רעסיווינג ענד פון זיין סערוויס, וויאזוי וואלט ער געפרייזט א רוט-קאנאל? ממש אזוי ווי קיינער ווארפט נישט פאר… א פילינג נעמט צוואנציג מינוט קאסט עס פופציג דאלער, און דעיס נעמט פופציג מינוט קאסט עס הונדערט צוואנציג.

פארוואס וואלט ער אזוי געטוען? ווייל וויאזוי דען זאל ער אנכאפן די מציאות לגבי די פרייז? וואס נאך האט ער אויף צו רעכענען וויאזוי מ'צאלט אים?

די פרייז בעיס
לאמיר עס אויסשמועסן. מענטשן מיינען אז די סיבה פארוואס מ'רעכנט פאר א לעבל ברויט דריי דאלער איז ווייל די מעל האט געקאסט פופציג צענט, די וואסער דריי סענט, די אייער פופצן סענט, די הייוון נאך אפאר פיאסטער, דער אויוון, די לעקטעריק, די געז, די לעיבאר, די דעליווערי, די בוקקיעפינג, האט געקאסט צוויי א האלב דאלער א ברויט, און דער סוחר מוז דאך אויך מאכן עפעס א גרייצער - הענס דריי דאלער איז די פרייז.

דער אמת קען נישט זיין ווייטער פון דעם. ווייל אויב זאל א קאמפאני אזוי פרייזן זייערע זאכן וועלן זיי ארויסגעטראגן ווערן פון ביזנעס ממש אזוי שנעל ווי יונה הנביא'ס בלום, ווייל מארגן גייט קומען א גרעסערע קאמפאני און זיי גייען אלעס קויפן און גרעסערע קאוונטומען באלק, און אלעס גייט זיי זיין ביליגער, און זיי גייען אויך צולייגן נאר פופציג סענט פאר זייער ריוח, און די ענד-טאוטל וועט זיין נאר צוויי דאלער א קאוודער, און היות דער נעכטיגער בעקער צאלט אוועק צוויי א האלב פאר'ן פראדוצירן דעם ברויט, איז ער אין די רעד נאך פאר'ן פארקויפן, מוז ער ווערן אויס בעקער.

וואס איז יא דער אמת? דער אמת איז אז א ברויט קאסט בערך די פרייז וואס די סוחרים זעען איין אז מענטשן גייען צאלן צו האבן פרישע ברויט. ווי דערמאנט, אויב איז עס א שעת מלחמה אין די פרייז פערציג טויזנט גרייצער פאר איין שאלעשידעס בילקע, בזמן שלום קען מען באקן אינדערהיים אויך ברויט, אבער ס'איז א באדער, שאצט מען וויפיל ס'איז ווערד פאר א פעמילי נישט צו דארפן באקן אליין ברויט, און דאס איז די פרייז.

מ'וועל מיר שפעטער רעדן פון די איינע חלק - אלטערנאטיוון - מער באריכות, אבער אין פינטל איז עס אייביג די זעלבע שאלה: וואס איז דיין ווערד-באשאף? און אויב דו וואלסט עס נישט באשאפן וואס וואלט ווען דער עולם זיך אן עצה געגעבן אן דיר? וויפיל וואלט מען זיך געדארפט מוטשענען און/אדער צאלן פאר יענע עצה? און "דער דיפענרעץ" וואס דיין עצה האט אין פרייז אדער אין צייט אדער אין געשמאק מער פון די נענטסטע אלטערנאטיוו - דאס איז דיין ווערד.

האמיר שוין דערמאנט די מעשה מיט'ן ארבעטער וואס קען נוצן א שרויפן-ציער אדער זיינע ציין פאר די שרויפן און מיינט אז די פרייז גייט לויט זיין מיה…. איז צוריק צום דענטיסט. אויב פרייזט ער זיין פאך לויט וויפיל "ארבעט" ער מוז אריינלייגן איז ער פארטיג נאך איידער ער האט אנגעהויבן. האט איינער יא געהאט שכל, און אונז אלע דארפן צאלן פאר אלע נארישע דענטינסטס צוליב דעם איינעם חכם…

לאמיר נאכאמאל נוצן עפל'ס אייפעד אלס משל. אזויווי ס'איז א פובליק קאמפאני מוזן זיי דערציילן די הוצאות והכנסות אין דיטעיל סוף יאר. האבן זיי געשאצט אז צו פאבריצירן א גאנצע אייפעד - די טעקנאלידזשי, די רעטינע סקרין, די פראסעסער, די אוטלעטס, די מאגניזיום טשעסי וואס אלעס צוזאם, די הארד דרייוו, די מעמערי, די פעקעדזשינג, דעזיין, באקס, און אפילו די דירעקט שיפינג פון בעידזשינג סטרעיט צו דיר אהיים - אלעס אינאיינעם קאסט זיי גאנצע דרייצן דאלער א שטיק!

און וויפיל בעטן זיי דערפאר? פינף און צוואנציג? הונדערט צוואנציג? אדער פינף, זעקס, און זיבן הונדערט דאלער! די מערסטע פאני פארט איז אז קיינער רעדט זיך נישט אפ! האו קאם? דער תירוץ איז אז יעדער צאלט פאר די ווערד וואס מ'באקומט דערפון, און אויב זאל סיי וועלכע עווערידזש קאמפאני טרייען דאס נאכצומאכן גייען זיי דארפן צאלן כמעט די פרייז, ואם כן איז יעדער מודה איז דאס איז באמת ווערד די געלט, איי עפל מאכט עס פאר כמעט אומזיסט? הו קעירס! וויפיל עפל קען זיך שפארן מיט די קאסטן ביים פראדוצירן דעם פראדוקט איז זייער אייגענע ריוח. איך האב באקומען א פינף הונדערט דאלערדיגע פראדוקט, אפגעזען וויפיל ס'האט למעשה געקאסט.

קומט אויס לפי זה אז אויב האט מען נישט דעם קונה אין מחשבה קען מען באמת נישט אויסרעכענען וויפיל דער סערוויס אדער פראדוקט איז עכט ווערד אין די מארקעט, ווייל ס'האט דאך באמת נישט קיין שום פארבינדונגען צו וויפיל ס'קאסט צו פראדוצירן. ס'דא זאכן וואס קאסטן גארנישט און מענטשן וועלן זיין גרייט צו צאלן אסאך, און ס'דא זאכן וואס קאסטן אסאך און קיינער גייט נישט צאלן פאר דעם.

עס עי סייד נאוט:
פראפעסיאנאלן פאלן זייער אסאך אריין אין די פערפעקשאניזם לאך צוליב וואס מ'כאפט נישט דעם פונקט.
- מיין פערפל איז באמת די בעסטע אין וועלט! קאסט עס!
- נו, איך קאסט עס, און איך זעה נישט פון וואס דו רעדטסט.
- נאה, (געט ער א ווילדע מאך מיט די האנט), וואס פארשטייסטו צו פערפל?!…

יונגערמאן אויב איך - דער קאסטומער - פארשטייט נישט צו פערפל גייט דיר קינער נישט צאלן דערפאר, אפגעזען ווי גוט ס'איז 'עכט'. נעם ארויס [פערפל] און לייג אריין [פלאמבינג, לעקטעריק, אינסולעישן, פעינטינג, קאמפיוטער סערוויס, קאודינג, דעזיין, קאקאש קעיק, מזוזות] סיי וועלכע זאך וואס דער עכטער מבין אויף די גוטסקייט פון דיין דזשאב איז נאר א פראפעשאנל (און אויב דיין קאסטומער איז אזא פראפעשאנל גייט ער נישט קומען צו דיר…) איז דיין חפץ/סערוויס גארנישט ווערד --- פאר'ן קאסטומער! נאר פאר דיר…

ס'געווען א אידל וואס פלעגט שטיין פארקויפן קאפלעך, (פארשטייט זיך אז ער האט זיך געשטעלט נעבן א קאנסטראקשן סייט וואו קיינער דארף נישט קיין קאפלעך…) נאך אפאר שעה וואס קיינער האט נישט געקויפט האט ער זיך אליין אנגעטון א נייע קאפל…. אז קיינער קויפט נישט זאל איך כאטש קויפן איינס…

אויב קוקסטו אויף דיין געשמאק און דו געפעלסט 'דיר' קענסטו דיר אנטון א קאפל און קוועלן פונעם גוטן דיעל… אויב ווילסטו אנדערע זאלן עס קויפן דארפן זיי אנערקענען אין די ווערד פון דיין פראדוקציע, ווי א אידל א געקומען צום שינאווא'ר רב אז שוין אפאר נעכט וואס ער חלומ'ט זיך אז ער איז א גרויסע רבי, ונפשו בשאלתו צו ער זאל אינוועסטן אין די שמונה בגדים, און בית מדרש, פובליק בעסקיסעס וכו', האט אים דער שינאווא'ר רב געענטפערט: ווען די חסידים וועלן זיך חלומ'ען קענסטו אנהייבן צו אינוועסטן… כל זמן נאר די חלומ'סט, מאך הטבת חלום…

עד כאן הסייד נאוט.

יעדער זאגט ס'איז צו טייער, אויסער דער ענד יוזער
דאס איז געווען די פאזיטיווע פוינט פון האבן דעם ענד-יוזער אין מיינד. די נעגאטיווע פוינט איז אז דער עולם פארשטייט טאקע נישט צו אינטריקעסיעס וואס דער פראפעשאנל פארשטייט, און זיי שאצן יעדע זאך לויט וויפיל זיי מיינען אז ס'גייט קאסטן.

- וויפיל איז עס?
- צוויי הונדערט דאלער?
- וואאאאסס???!!!!
ענד יו אר דאן!

יעדער קונה וויל האבן גוט אבער ער קען נאר שאצן 'גוט' לויט זיין מצב. אויב דארף עס עכט שטארק, און ער ווייסט פארוואס ער דארף עס איז עס אים ווערד כל הון דעלמא, און צוויי הונדערט דאלער איז ביליג. אויב דארף ער עס נישט, פארשטייט נישט פארוואס ס'ווערט בכלל פארקויפט און קויפט נאר ווייל ס'איז דא א סעיל איז עס זייער טייער.

און די איינציגסטע וועג צו קענען טרעפן די פאר חברה וואס גייען פארשטיין פונקטליך וואס דו פארקויפסט און פארוואס ס'לוינט זיך יא צו צאלן איז נאר אויב דו גייסט צו זיי רעדן אויף זייער שפראך - מיט זייער ספעציפישע פראבלעם און זיי גיין זיך אזוי שטארק טרעפן אין דיינע ווערטער, אז זיי גייען זיך אויסדרייען קוקן ווער ס'רעדט צו זיי אזוי אפן פון צעטל ארויס… אזא מענטש וועט אויפשפרונגען און אויסרופן: אויף דעם האב איך שוין געווארט יאאאארן!

און די איינציגסטע וועג דאס זאל געשען איז אויב דער בעל הקאמפאני גייט נישט פארקויפן פאר "יעדעם איינעם" די "בעסטע" פערפל. געדענק: יעדער איז קיינער!

שוין געווען אמאל ביי א סאפיסטיקעיטעד מסיבה? און דער בעל דרשן שטעלט זיך אויף פאלייטלי פרעגן מיט אזא זיסע הארסי-שמייכל וואס שפריצט אקסישקייט (בד"וו איז עס אן איסור פון כלאים אויסער די אנויאינג צער בעלי חיים פונעם עולם): וויאזוי פילט יעדער?

משוגענער! 'יעדער' האט פארשפעטיגט! קיינער דא הייסט נישט יעדער! וויאזוי זאל איך וויסן וויאזוי 'יעדער' פילט? איך קען אים נישט, איך האב נישט געטראפן היינט, און נעכטן אויך נישט. א רחמנות אויף א מענטש וועמען זיין טאטע געט אים א נאמען יעדער…

אז דו רעדסט צו איינעם האסטו א טשענס אז יענער זאל דיר הערן, אבער דו רעדסט צו יעדעם הערט קיינער נישט. און אויב ווייסטו נישט צו וועמען דו רעדסטו יא, אויטאמאטיש רעדסטו צו קיינעם נישט, ואשר על כן 'מוזטו' וויסן וועמען דו גייסט סערווירן,
וועמען דו גייסט בענעפיטירן מיט דעם ביזנעס?
און וואסערע וועליו גייסטו אים צושטעלן?
און ווי שטארק דארף ער עס?
און וויפיל גייט ער זיין גרייט צו צאלן?

און יעצט האסטו א ביזנעס! א וועליו פראדוקשן מאשין.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:31 am
דורך עקבי הצאן
יישר כח, מ'באלעק מיר זיך די פינגער, מ'ווארט מיר שוין אויף די רעזולטאטן...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:33 am
דורך Iphone
עקבי הצאן האט געשריבן:יישר כח, מ'באלעק מיר זיך די פינגער, מ'ווארט מיר שוין אויף די רעזולטאטן...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 12:33 pm
דורך מזויף מתוכו
במחילת כבודך הרמה, האמיר נישט פינקטליך פארשטאנען די פאוינט וואס איר האט געוואלט ארויסברענגן.. לכאורה איז יעדע ביזנעס געצילט מיט אן ענד יוזער. ניין?
א פלאמבער זוכט נאר מענטשן וואס דארפן פלאמינג, און א גראסערי האט נאר אינזין מענטשן וואס ווילן קויפן עסן….
נישט?
נאר איינער וואס דארף א קאר קויפט, און דער קאר דילער צילט נאר זיי.
נו, וואס זאגט איר? איז דאך סייווי אויטאמאטיש אזוי.
יישר כחם נאכאמאל און נאכאמאל..

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 3:22 pm
דורך פארוואס נישט...
וואף!!!! געכאפט דעם אטעם....

זאלער, כ'האב יעצט (הערשט) אדורכגעליינט #2,3 און 4.
געוואלדיג אינפארמאטיוו, קלאר און זאפטיג אזש כ'האב געליינט אין איין אטעם......
פליז, קיפ איט קאמינג.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 3:48 pm
דורך זאל ער קומען
קען זיין כ'האב נישט גענוג אויסגעוועלגערט דעם פוינט. ס'וועט זיכער ווערן בעסער מוסבר און בעיקר מער עפליקעבל - דהיינו אז מ'זאל עס קענען נוצן למעשה טאג-טעגליך - אביסל שפעטער ווען מ'וועל מיר זיך ארויס רוקן פון די יסודות און אריינגיין מער בפרטיות און די 'יוצא לנו מזה'ס, אבער כדי נישט צו בלייבן מיט די צונג אינדרויסן (מזויף'ס צונג…) וועל איך א טראפעלע מסביר זיין.

ווען דער פלאמבער גייט אין בעסמעדרעש אדער שפאצירט אהיים, אדער גייט צו א שמחה אדער גייט וועקעישן איז 'יעדער' וועמען ער טרעפט א פאטענשל קאסטומער, ווייל על פי רוב וועמען נאר ער טרעפט נוצט טעגליך א בעסקיסע, און ס'מאכט זיך ביי יעדן א פייפ פארשטאפונג - ער ווייסט פון עקפעריענס… סאו אמת טאקע אז ער ערווארט נישט אז ווען יענקל וועט זוכן א פעקל קיפעלעך זאל ער אים קאנטאקטן (איי, איי, וואטש וואו די טרעטסט אריין….), אבער אין זיין ליין פון פלאמבינג איז 'יעדער' וואס קען אמאל דארפן פלאמבינג זיין קאסטומער.

ווערסוס א ריכטיגע צוגאנג דערצו איז צו שניידן די פלאמבינג ליין צו למשל קאמערשל, פייפינג פאר נייע דעוועלאפמענטס, סוערס, סעפטיק טענק אישוס, לאקל פארשטאפונגען, געז פייפס, וכו'. דהיינו די שווערע ארבעט פונעם ביזנעס אונער וועט זיין אראפצושניידן פון זיין קלייענט בעיס רוב 'מעגליכע' פאטענשל קאסטומער. ער טוט 'גארנישט' אין פלאמינג "נאר" נייע קאנסטראקשן סייטס און נאר די מעין פייפס פון די בילדינגס צו די מעין סוער סיסטעם. דעטס איט. ער האט פאטענשל קאסטומערס - די בילדינג דעפארטמענטס (?), גרויסע דעוועלאפערס, בילדערס, אד"ג. בסך הכל א דריי פיר הונדערט חברה. אבער אויב ער באקומט אריין צוועלף קאסטומערס קען ער שוין שבת מאכן. אלע אנדערע זענען ריין פראפיט.

אבער אלע אידן אין בעסמעדרעש, ביי די שמחה, ביי די וואקעישן אדער אין די גאס זענען "נישט" קיין קאסטומערס. זיי זענען נישט זיינע ענד-יוזערס און פון זיין זייט קענען זיי אלע האבן עצירות… (ח"ו, אבער יו געט די פוינט).

א גראסערי (סאך געשמאקער אין גערוך….) קען האבן "יעדעם" פאר קאסטומערס, און ער מאכט פאון ארדערס און פאקט שעלווס, און האט פרישע פרוכט, פרישע געבעקס, און פאר א נויט באקט ער אליין אן פרעמיסוס ס'זאל שמעקן, און האט א פליישיגע און א מילכיגע טעיקאוט אויך, און פארקויפט רויע און געקאכטע פיש אויך, און אויך גאנץ אין די בעק האט ער א פול ליין פון פארטי גודס, גלייך נאך די גאנצע ליין פון פארמאסוטיקלס… זעלסט פארשטענליך אז די גראסערי קען קיינעם נישט עכט צופרידן שטעלן, ווייל ס'איז א מורא'דיגע שווערע אפעראציע אנצופירן.

ווען די גראסערי זאל נעמען "איין" זאך - למשל פאון ארדערס, אדער פרישע פרוכט (ווי דער אלטער בחור/יונגערמאן וואגנער ע"ה אויף לי עוועניו..) און זיך אריין לייגן דערין מיט די גאנצע נשמה, אליין אראפ צוויי מאל א וואך אין מארקעט און פארשטאנען צו זיין סחורה, וועט ער טאקע נישט האבן "יעדן" אבער ער וועט האבן "זיינע" געשוואוירענע קאסטומערס וואס זוכן דאס וואס ער שטעלט צו - און ביידע, סיי ער און סיי זיי - ווייסן פונקטליך וואס דאס איז. און אויב קומט אריין א בחור'ל פרעגן איבער קאלד-קאטס ענטפערט ער זייער רואיג און צופרידן "אונז נאר די איין סארט וואס דו זעסט אין פרידזשדער, אויב דארפסטו אנדערע גיי ביטע אין בוטשער."

אויב ס'איז נישט מוסבר, ביטע פרעגטס איבער. אבער ס'קען זיין אז איך וועל זיך באגנוגן ביים אויסקלארן די נושא אין די נעקסטע ארטיקל.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 4:13 pm
דורך מזויף מתוכו
גאט איט.
איר זאגט מ'דאף זיך ספעשעלייזן אין א געוויסע תחום (אזוי ווי וואגנער עה פלעג זיך ספעשעלייזן אין פארדארבענע פרוכט... טאקע געהערט ער האט איבערגעלאזט אפאר דאלער)

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 4:17 pm
דורך זאל ער קומען
דער געוויסער תחום חלק איז שוין א רעזולטאט פון וויסן ווער דיין קאסטומער בעיס גייט זיין, דיין ענד יוזער.
איך האב עס נישט אנגערופן אלץ חלק פון 'תחום' הגם ס'איז אמת, ווייל דעיס איז נאר "איין" בענעפיט פון האבן א ספעסיפייד ענד יוזער, אבער ווען איך רעד פונעם ענד יוזער אלס א יסוד גיימיר קענען ארויסנעמען דערפון סאך מער בענעפיטן און צוקונפט - סיי ביי די ארטיקלען און סיי יעדער וואס וועט עס גוט פארשטיין אין זיין אייגענע ביזנעס בס"ד.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:59 pm
דורך אויך מיר
כאפ נישט קיין הייסע לאקשן.... אבער כ'קען דאך נישט ווארטן...

הייסט עס אז דער בעקעריי אויף לי עוועניו זאל בעסער זיך אריינלייגן נאר און טשיז דענישעס און סטאפן מיט אלע אנדערע געבעקסן, אזוי וועט ער האבן א ספעסיפייד ענד יוזער, דאס הייסט נאר ווער עס וויל קעז דענישעס, און ווער נישט ארויס.
ממש געוואלדיג! אזוי האט מען אויסגעבליבענע קאסטומערס (און "זאל/ן ער/זיי קומען") און נישט "יעדער" איז מיין קאסטומער, וואלט איר טאקע דאס געראטן פאר אלע בעקערייען, גראסעריס וכו'

הוא מותיב והוא מפרק... קומענדיגע ארטיקלען. נישט אזוי? אחכה לו...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:11 pm
דורך זאל ער קומען
אויך מיר האט געשריבן:כאפ נישט קיין הייסע לאקשן.... אבער כ'קען דאך נישט ווארטן...

הייסט עס אז דער בעקעריי אויף לי עוועניו זאל בעסער זיך אריינלייגן נאר און טשיז דענישעס און סטאפן מיט אלע אנדערע געבעקסן, אזוי וועט ער האבן א ספעסיפייד ענד יוזער, דאס הייסט נאר ווער עס וויל קעז דענישעס, און ווער נישט ארויס.
ממש געוואלדיג! אזוי האט מען אויסגעבליבענע קאסטומערס (און "זאל/ן ער/זיי קומען") און נישט "יעדער" איז מיין קאסטומער, וואלט איר טאקע דאס געראטן פאר אלע בעקערייען, גראסעריס וכו'
הוא מותיב והוא מפרק... קומענדיגע ארטיקלען. נישט אזוי? אחכה לו...


דעם ענטפער האסטו שוין… אבער… קענסט דאך נישט ווארטן…
דו ביסט אריינגעפאלן אינעם "פראדוקט לופ", אז דו קוקסט אויף די ביזנעס פון א פראדוקט שטאנדפונקט, און דו פארגעסט פונעם 'קאסטומער' שטאנדפונקט. אויב איז דער עווערעדזש קאסטומער פון לי עוועניו בעקערי איינער וואס וויל האבן אסאך סארטן געבעקס - און דאס איז וואס זיי צילן, דעמאלט דארפן זיין האבן אלע סארטן דענישעס. אבער א געוויסע קאסטומער וואס וויל טיילן מילכיגס ביים קידוש פאר די כלה שבת צופרי און דארף צאם שטעלן א גאנצן מילכיגן ארדער, די קאסטומער גייט דעם ארדער נישט מאכן ביים בעקערי אויף לי עוועניו! זי גייט אויפזוכן א מילכיגע בעקעריי וואס ספעציאליזירט זיך 'בלויז' אין מילכיגס און דארט אריינרוקן די זעקס-זיבן-אכט-ניין הונדערט דאלער (שוין מער היינט?) פאר'ן קידוש.

די זעלבע, אויב גייסטו אריינגיין אינמיטן די וואך ביי דעם מילכיגן ספעציאליסט און בעטן - אפילו זייער שיין און איידל - איין פלעינע גוטע קאפ-קעיק מיט אסאאאך ספרינקלס - גייט ער דיר ווייזן דעם טיר…

שטימט?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 11:53 pm
דורך פרנס
כ׳וויייס כ׳ווייס, ביי די קומענדיגע ארטיקלן וועט ווערן קלארער, באט… ערגעץ אינמיטן דעם ארטיקל האסטו מיך פארלוירן (ביז דא האב איך געהעריג מיטגעהאלטן - כ׳זאג צו)

לאמיר פארשטיין…

איז דאס האבן א ספעשלייזד ליין א ביזנעס יסוד אדער עצה טובה?
פארוואס איך פרעג? -לאמיר דרייען מיט׳ן גראבן פינגער- כזעה דאך מעשים בכל יום (נישט ממש בכל יום… נאר ווען מען פארט אין קאנטרי למשל) אזעלכע ריזן ווי וואלמארט מעסיס האום דיפאו און נישט פארגעסן אונזער בי ענד עיטש פאטא ועוד ועוד וואס זיי האבן דווקא יא אלעס און מענטשן שטראמען אהין אין די מאסן טאקע ווייל זיי זוכן א פלאץ וואס האט אלעס.

והשנית,
לכוארה די מעשה מיט די פלאמבער און די פערפל סוחר איז שטיקל א סתירה (כ׳האף אז כ׳האב גוט אפעגעלערנט די מעשה), פארוואס איינעם הייסטו מאכן ׳פלעינע׳ פערפל פאר בלויז 2.79 א פעקל און ער זאל זיך נישט אריינלייגן צו פאבראצירן די גאר טייערע געשמאקע פערפל וואס נאר די בעלי ראשי קהלה פארשטייען דערצו פאר 29.99 א קליינעם פושקע, און דעם אנדערן זאגסטו זאל זיך אריינלייגן אין ספעשעלייזד פלאמבינג און זאל נישט אננעמן קיין ׳אויפשטאפן בעסקיסע׳ קאלס.

ווען דארף איך מיך אריינלייגן אין ספעשעלטי און ווען זאל איך סערווירן דעם עווריזש קאנסומער (בעקערי אויף לי עוועניו ווערסוס מילכיגע בעקערי / פאמאגרענעט סופערמארקעט ווערסוס וואגנער)?

אויב פרעג איך נישט צו דערזאך אדער איך כאפ די גאולה פאר די צייט, זשאסט איגנאר און גיי ווייטער אן כאילו לא הי׳

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:01 am
דורך מילכיגער
פרנס

וואלמארט האט א ענד יוזער. דער וואס זוכט צו קויפן ביליג און קערט נישט פאר קוואליטי און ברענדנעימס. וואס איז זייער מאטא? save money live better.

דער פערפל סוחר'ס מיסטעיק איז אז ס'נישטא קיין ענד יוזערס וואס פארשטייען חוץ זיינע פעללאו פערפל מאכערס און פון זיי קען ער קיין געלט נישט מאכן... טאמער איז טאקע דא א מארקעט פאר 29.99 פערפל דאן אדרבה פארוואס נישט. זאל ער קומען איז נישט דא געקומען אויסזאגן פאר וועלכע זאכן ס'דא א מארקעט, נאר אז זאלסט וויסן וואס דיין מארקעט איז און צו דעם צילן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:07 am
דורך זאל ער קומען
מילכיגער! יו נעלד איט...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 9:09 am
דורך אויך מיר
געוואלדיג! יישר כח!
אין קורצן: קוק וואס דער קונה דארף און וויפיל ער איז גרייט צו צאלן דערפאר.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:51 am
דורך זאל ער קומען
איך ווייס נישט וואו אבער ערגעץ אינמיטן דעם ארטיקל פיל איך אז כ'האב זיך נישט גענוג מסביר געווען לגבי די נקודה פנימית פונעם ארטיקל, דער חידוש שבו- נישט לגבי דעם פועל יוצא וויאזוי ס'עפעקט למעשה אויף א ביזנעס כהיום. און די נקודה איז: דער ענד יוזער איז אן איקוויל פארט אינעם "באשאפן" די ווערד פון וועליו פראדוקשן קאמפאני. אויב האסטו נישט קיין ענד יוזער, גייסטו באמת נישט קענען וויסן "וויפיל" ווערד דו פראדוסט אין דיין ביזנעס.

אפגעזען צי דו באשליסט צו העלפן אסאך מענטשן מיט קלענערע ווייטאגן צי ווייניג מענטשן מיט שטערקערע ווייטאגן, איז אלץ די שאלה "וויפיל" וועליו פראדוצירסטו פאר די וועלט. און די שאלה קען נאר געענטפערט ווערן אויב דו וועסט וויסן פאר וועמען דו פראדוצירסט עס און וויפיל יענער באשליסט אז דו ביסט ווערד.

אין אנדערע ווערטער, א ביזנעס "באקומט" נישט קיין געלט, א ביזנעס רוקט נישט ארום מיט פאנדס; קודם האט עס יענקל אין זיין טאש און נאכדעם האב איך עס אין מיין טאש. דאס איז נישט קיין ביזנעס, דאס געשעט נאר ווען מ'געט א נדבה, און וועגן דעם קוקט מען נישט אויף קיין נדבות ווען מ'שאצט די דזשי די פי פון א לאנד. א ביזנעס באשאפט דאס געלט וואס עס באקומט ווי שוין געשמועסט, און היות אז ווען ס'האלט אינמיטן ווערן באשאפן - אין די ביזנעס - איז עס נאך בלויז א יצירה אן א ממשית'דיגע ווערטפולע זאך, דארף מען צוקומען צו א מקבל (ענד יוזער) וועלכער גייט זיין דער שופט און ער גייט זיין דער וואס באשליסט "וויפיל" דיין יצירה איז ווערד 'אין געלט' לגבי אלע אנדערע זאכן וואס מ'קען זיך איינהאנדלען מיט געלט.

אשר על כן איז א גרויסע יסוד אין ביזנעס צו זוכן גוטע שופטים וואס גייען קענען 'גוט' שאצן די וועליו וואס דו פראדוצירסט, און די גאנצע וועלט גייט אנערקענען אין דיין ווערד נאר לויט וויפיל זייער שאץ באשליסט אז ס'איז ווערד. און דערפאר איז זייער זייער וויכטיג אויסצואוועלן די שופטים רייט פראם די סטארט.

דאס איז די נקודה וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען אין טעאריע, און יעצט צוריק לגבי די משלים אין מציאות'דיגע קאמפאניעס.

ווען איך רעד פון א פלאמבער לגבי אים אליין און אין זיין באשלוס זעלבסט - צי ער גייט מאכן ספעציפישע שווערע זאכן צי ער גייט נאר גיין אויפשטאפן בעסקיסעס - איז די שאלה די זעלבע: וויפיל איז דיין ארבעט ווערד?

און דאס קען נאר דער ענד יוזער ענטפערן.

נאכדעם וואס דו ווייסט "ווער" דיין קונה איז, ערשט דעמאלט ווייסט וויפיל דיין וועליו איז. און ערשט דעמאלט קענסטו זאגן: "קוק וואס דער קונה דארף און וויפיל ער איז גרייט צו צאלן דערויף." ווייל קוקן אויף וואס "דער קונה" דארף מעגסטו נאר נאכדעם וואס דו האסט שוין עסטעבלישד אז ער איז טאקע דיין קונה - דהיינו ער איז דער אויף וועמען דו גייסט בויען דיין גאנצע וועליו.

נאכדעם וואס דו ווייסט שוין די ווערד וואס דו גייסט צושטעלן פאר די וועלט, קענסטו צוקומען צו די "עצה" צו צילן צו חלקים וואס מענטשן טרעפן דערין א גרעסערע ווערד פאר בעסערע פראפיטס, דהיינו ספעסיפיק פייפינג וואו מיט איין גרויסע דזשאב קענסטו באשאפן די ווערד פון פינף אלפים, ווי איידער גיין אויפשטאפן בעסקיסעס וואס יעדע דזשאב ברענגט נאר פופציג דאלער און דו וועסט מוזן אויפשטאפן הונדערט בעסקיסעס כדי צו באשאפן די זעלבע פינף אלפים.

אויב פארשטייט מען נישט דעם פוינט יעצט זאל מען בעסער איבערפרעגן, ווייל אין ווייטערדיגע ארטיקלען גיי איך ארויפבויען אויף דעם, אבער די נקודה האט געזאלט קלאר ווערן ביי דעם שטאפל.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 11:01 am
דורך zookeeper
here is a pdf

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 31, 2014 6:10 pm
דורך מזויף מתוכו
איך שפיר אז איך האב דא פארלוירן טרעק.
איר ברענגט ארויס אז מ'דארף וויסן ווער דער ענד יוזער איז שוין פון אנהויב, אבער  דאס מיינט נאכנישט סטיקן צו א ספעסיפישע ליין, דאס איז נאר א פועל יוצא. דעי חלק גייט נישט אריין אין מיין קאפקעיק, וואס מיינט דאס אויסוועהלן אן ענד יוזער אויב נישט אויסוועהלן דעם פעט ביינדעל וואו עס דא די מערסטע געלט אין דעי ליין? (וואס דאס הייסט דאך שוין א ספעסיפישע ליין)
איז דאס סתם אזא סארט געסס?
איך פיהל זיך אביסל שלעכט אזויפיהל אריינצופרעגן אבער איך דענק ס'איז דא נאך אידן דא וואס האבן נישט פארשטאנען די נקודה.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 31, 2014 6:19 pm
דורך זאל ער קומען
ביסט אביסל גערעכט. אבער…
מיין נקודה האלט נאכנישט ביי א ביזנעסמאן וואס וויל עפלייען דעם חידוש אויף למעשה איין טאג, מינוט, אדער שעה נאכדעם וואס ער ענדיגט עס ליינען. ס'איז געווען א קאנסעפט, א באגריף אין פארשטיין וויאזוי צו באשאפן און שאצן די ווערד פראדוקציע פון עני ביזנעס אדער מקח.
אויף למעשה וועט מען דארפן צוקומען צום נעקסטן ארטיקל וואס וועט בס"ד זיין פארטיג מארגן, וואו מ'וועל מיר זיך רוקן ווייטער, און דער פאזל וועט קלאר ווערן סאך מער, אפילו אויף למעשה און אויך פאר עקזיסטירנדע ביזנעסער.