בלאט 1 פון 2
איך זוך א פראגראמינג דזשאב
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:55 pm
דורך יעקב צוקערמאן
שוין געקומען די צייט מודיע צו זיין מיין צער ברבים.
איך בין א אינגערמאן, גאר טאלאנטפול (אייגענע רימערייען...).
איך האב פרנסה, אבער גאר מצומצם, ברוך השם, כ'רעד זיך נישט אפ, איך דאנק דעם באשעפער אויף אלעם גוטן וואס ער טוט צו מיר.
שוין לאנגע יארן האב איך געטרוימט צו זיין א פראגראמער, פשוט ווייל איך גלייך עס, און איך האב געהאלטן אז דאס קען זיין א גוטער פאך פאר פרנסה.
איך בין געגאנגען ביי א קלאס, א יאר צייט זיך געלערנט, סי. שארפ, סיקוועל סערווער, עי. עס. פי., וכו' וכו' וכו'
אין מיין חלום האב איך זיך גע'חלומ'ט אז דאס איז עס, די מינוט וואס איך ענדיג די שטודיעס קען איך זיך איינגעבן פאר א דזשאב און די גרייצערס וועלן זיך אנהויבן אריינקוילערן אין טאש אריין, און איך וועל נישט כסדר דארפן זאגן אין לי פאר ווייב און קינדער וואס נודענען טעגליך פאר געלט.
אבער, ס'ארא סורפרייז, עס הייבט זיך נישט אן און עס לאזט זיך נישט אויס, צווישן זיך לערנען פראגראמינג און זיין א פראגראמער און מאכן דערפון א פרנסה איז דא א ריזיגער אטלאנטיק אקעאן, וואס דאס אריבערצושפרייזן איז נישט אזוי גרינג.
כ'ווייס נישט וויאזוי אנצורופן דעם אקעאן, דער פונקט איז ווי פאלגענד, יעדער ארבעטסגעבער זוכט א פראגראמער מיט עקספיריענס, סתם א גרינעם וואס האט אפגעלערנט די ביכער און איז נארוואס ארויס פון קלאס איז פאר זיי נישט אינטערסאנט.
איך בלעים זיי נישט, עס איז א וועליד פאוינט, אבער ווי מען זאגט אפ טו עי פוינט, ווארום דער ריכטיגער קאנדידאט, אז מען גיבט אים דעם געלעגנהייט זיך אריינצוגריבלען אין די שינעס ווערט ער גאנץ שנעל פארוואנדעלט פון א גרינער צו א קענער.
אבער, דאס וויל קיינער נישט, און ווייטער, איך בלעים נישט קיין שום ביזנעסמאן, ביזנעסלייט זוכן ארבעטער וואס קענען זיי פראדוצירן פונעם ערשטן טאג, מתחילים איז זיי נישט אינטערסאנט. על כל פנים איך רעד פון די ביזנעסלייט וואס זוכן פראגראמערס.
באמת, דאס זעלבע איז ביים פאך פון דאקטוירים, ווען מען ענדיגט די צען יאר זיך לערנען דאקטאריי איז מען בכלל נאכנישט קיין דאקטאר, מען דארף האבן פראקטיק-ערפארונג, און דערפאר איז דא א פראגראם פון רעזידענסי וואו מען באקומט פראקטיק, שימוש.
אבער, ביי פראגראמינג איז דאס נישטא, דעריבער, מען ענדיגט זיך לערנען פראגראמען, און דאן, וואס, גארנישט, מפטירין כדאתמול.
*
בי. ענד עיטש.
יא כ'הער שוין מיט איין אטעם ווי די חברים אויפ'ן בלאג ענטפערן מיר, גיי צו בי. ענד עיטש.
יא עס איז אמת, בי. ענד עיטש. איז דוכט זיך דער איינציגסטער פלאץ וואס נעמט אן אנהויבער ווי מען רופט דאס.
אבער, בי. ענד עיטש. איז א שווערער ביסן פאר א קרית יואל'ער אינגערמאן, דאס אריינפארן טעגליך מיט'ן באס איז א ביטער שווערע מערכה. ואין כאן המקום להאריך, יא, עס איז דא די וואס טוען דאס און פאר זיי איז דאס א רגילות און בכלל נישט שווער, אבער איך בין שוין דארטן געווען, און איך ווייס וואס דאס מיינט.
און, בי. ענד עיטש. לכשעצמו איז נישט אזוי ווייט קיין עשירות, לאמיר זאגן אז מען צאלט 1,500 גראוס פאר א פראגראמער, דאס מיינט נאכ'ן אראפרעכענען טעקסעס און די אלע שאר ירקות וואס מען פארלירט אז מען מאכט 1,000 א וואך.
איז וואלט איך געווען ארבעטסלאז וואלט איך זיך געכאפט דערויף, אבער איך פארדין כמעט די סומע, איך האב פרנסה ברוך השם, אבער מצומצם. טויזענט דאלאר א וואך איז בכלל נישט קיין סאך פארדינט פאר א איד מיט זעקס קינדער.
דער בודזשעט פון א אינגערמאן מיט זעקס קינדער איז בערך 5,000 א חודש, ד.מ. צוטיילט אויף 4.3 איז בערך 1,150 א וואך, דאס איז בלויז די פיקסד הוצאות, נישט פאר אינסידענטאלס און אלע זייטיגע זאכן.
*
דעריבער, קומען מיר צוריק צום אנהויב, איך בין א איד וואס זיין פרנסה איז מצומצם, און זוכט משלב צו זיין זיין איצטיגע פרנסה, וואס ער קען טאן פארט טיים, מיט א פראגראמינג קאריערע. אבער מען קען צופלאצט ווערן, נישטא צובאקומען אזא סארט זאך, אפילו א פול טיים פראגראמינג דזשאב פאר מתחילים קוקט אויס איז בכלל נישטא.
דעריבער הייב איך אן ווערן אביסל מיואש, איך הייב אן קלערן אז די גאנצע זאך איז פאלשער חלום, נישטא אזא זאך ווי פראגראמינג דזשאבס, כ'האב זיך סתם איינגערעדט, סתם פארשווענדעט צייט. כ'האב א פאך אין די האנט, אבער וויאזוי קעשט מען עס איין.
דעריבער בעט איך הילף, פון די חשוב'ע חברים אויפ'ן בלאג, דהיינו "איך זוך א פראגראמינג דזשאב, איך בין גרייט אויף א געהאלט וואס מען גיבט פאר א מתחיל, קיין שום פראבלעם, איך בין קאנפידענט אז איך קען זיין גאר ווערטפול פאר סיי וועלכן ארבעטסגעבער וואס נעמט מיך אריין ביי אים", בעזרת השם יתברך.
"אז עמיצער ווייסט פון א פראגראמינג דזשאב אפער זאל מען מיך דאס מעלדן פליז אין אישי". א ריזיגן יישר כוח.
נ. ב. אויך וואלט איך געוואלט הערן פון אנדערע וועלכע האלטן זיך אינמיטן לערנען פראגראמינג, האבן זיך געלערנט פראגראמינג, אדער ווילן זיך לערנען פראגראמינג, וויאזוי איז דאס זיי געגאנגען, האבן זיי א דזשאב צי נישט, האלטן זיי אז עס האט זיך געלוינט, וואס איז זייער ערפארונג מיט די גאנצע זאך.
אויך וויל איך בכלל הערן דעם מיינונג פון די חשוב'ע חברים אויפ'ן בלאג, וואס איז דער אמת, איז בכלל דא אזא זאך ווי פראגראמינג דזשאבס, איז דא א געברויך דערפאר, אדער איז דאס סתם עפעס א לופטיגן באלון, א חלום, לא דובים ולא יער. וואס איז דער אמת. ביטע קאמענטירן
הק' יעקב צוקערמאן
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:18 pm
דורך good-life
די פאקטן וואס די האסט געשריבן איז אפשר אמת אבער דיין החלטה איז דיי אייגענע אויסוואל.
די פראבלעם פון אהיימברענגען אינקאם נעט אמאונט ווייניגער ווי מ'מאכט אן קענען א פאך צוזאמען מיט שטאטישע זאכן איז א מכת המדינה און נאר איין באשעפער ווייסט ווי אזוי אונז ארויסצונעמן פון דעם, אבער צוליב דעם זיך צוריקהאלטן פון זיך לערנען א פאך, ספעציעל פראגראממינג וואס מ'קען דארט מאכן גאר שיין געלט, איז א נארישע החלטה.
בכלל אין יעדע פאך איז דא אזא מין זאך ווי א מתחיל, די קונץ איז צו טוען די התחלה גענוג פרי כדי ווען מ'דארף שוין מאכן א נארמאלע אינקאם זאל מען שוין האבן אריבערגעשפרייזט דעם אטלאנטיק, צוליב דעם דארף מען ענקאוראזדשן דעם ציבור, ספעציעל אינגע אינגעלייט, זיך צו לערנען א פאך ווען מ'איז יונג כדי מען זאל נאך האבן צייט צו אריבערגיין די התחלה גענוג פרי.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:48 pm
דורך זאל ער קומען
אזוי אויבן אויף:
1) בי ענד עיטש איז טאקע די זעלבע וואס דו מאכסט יעצט, ווי דו זאגסט, אבער דו האסט פארפאסט דעם יסוד פראבלעם וואס דו האסט אראפגעשטעלט, נעמליך וויאזוי צו ווערן אויס מתחיל. אויב קענסטו אהיים נעמען די זעלבע ווי ביז היינט און אין איין וועגס ווערן אויך א פראו אין דעם פעלד, מוטשע זיך א וואך/חודש מיט'ן באס, (דו אליין שרייבסט דאך אז ווען מ'געוואוינט זיך צו איז עס שוין נישט אזוי שווער) און ווער אין די צייט אויס מתחיל, און דעמאלט קענסטו סטאפן פארן.
2) היות דו אליין זעסט דעם מצב לגבי מתחילים, קענסטו קאנטאקטן די פאקטישע קנאקעדיגע קענערס, אז זיי זאלן דיר ארויסגעבן חלקים פון די ארבעט - פאר פעניס אן די דאלער. ממש כמעט אומזיסט. דהיינו דו קענסט בלייבן מיט די דזשאב, און יעדע ליידיגע סעקונדע ארבעט פאר די גרויסע כמעט אומזיסט: זיי וועלן הנאה האבן דערפון, זיי וועלן טאקע נישט באקומען ממש טאפ קוואליטי אבער ס'וועט זיך האבן געלוינט פאר די פרייז; דו וועסט באקומען שימוש, דו וועסט האבן הענדס-אן פרעקטיס, און באקומען הדרכה פון די חברה וואו דו האסט געגרייזט, און וויאוזי מ'וואלט עס ווען געקענט מאכן בעסער; און די סעקונדע דו וועסט זען אז דו ביזט באמת גוט - דהיינו מ'גייט שוין כמעט נישט האבן קיין קארעקשנס אויף דיין ארבעט, וועלן אלע גרויסע חברה וויסן אז דו קענסט און זיי וועלן דיר קענען ריפערן פאר גוטע פראיעקטן.
ווין ווין אול אראונד. (איי דו וועסט ארבעטן פאר 'כמעט' אומזיסט, דאס איז די פרייז פאר'ן זיך אויסלערנען די פאך בעסער אויף זייער בארד, און דאס וועט זיין דיין רעזידענסי, און די גאנצע פרייז וואס דו וועסט עוונטועל קענען נעמען וועט זיין צו צייט וואס דו האסט באקומען שימוש).
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:24 pm
דורך יעקב צוקערמאן
ישר כוח פאר די ביידע א.ד. מגיבים פאר'ן מיך העלפן.
גראדע, היינט בין איך אביסל אין א פעסימיסטישע מוד
אבער דאס איז אלעס ריכטיגע עצות.
דער פראבלעם גראדע, איך האב שוין פרובירט אנצוקניפן מיט קענערס און זיך געבעטן צו ארבעטן ביי זיי, אבער זיי האבן נישט דעם געדולד צו ארבעטן מיט מתחילים, פון איין זייט פארשטיי איך עס, פון די אנדערע זייט נישט.
גראדע דא קומט אריין נאך א פארווייטאגטער פוינט, דער קאלטער אקסל וואס די קענערס גיבן פאר מתחילים, כ'האב שוין פרובירט צו רעדן צו אסאך קענערס, זיי ווילן נישט רעדן, ווילן נישט ארויסהעלפן און קוקן דיך אראפ. פינטל. נישט הונדערט פראצענט, אפשר נאר פופציג פראצענט, צי בכמות צי באיכות. די אונטערשטע שורה: "זיי זענען בכלל נישט העלפפול".
צום אנדערן, דו זאגסט גיי אין בי. ענד עיטש. ווער א פרא און דאן גיי ווייטער אנעם באס און די מיטמאכענישן. עס גייט נישט אזוי שנעל, עס איז א קאמיטמענט פון 4 יאר, און פאר א קרית יואל אינגערמאן איז בי. ענד עיטש. במדה מסוימת א טורמע.
(אינטערסאנט, כ'האב פונקט גערעדט מיט א חבר מיינעם, קרית יואל, א הויכראנגיקער פערזאן אין בי. ענד עיטש. ער פארדינט דארטן גאר שיין, ער זאגט מיר אז דינסטאג שפירט ער שוין ווי ער גייט אראפ פון זינען. דאס פארן טעגליך און זיין אזויפיל שעה'ן אוועק פון שטוב איז נישט קיין גרינגע זאך, בי. ענד עיטש. איז סאך א גרינגערע אפשען פאר א ברוקלינער ווי פאר א מאנראוער, דאס טעגליך זיצן אין טרעפיק ביים לינקאלן טונעל העליקס גיבט בכלל נישט צו צום געזונט. יא אמת, אסאך מענטשן איז דאס קיין פראבלעם, יעדער איז אנדערש.)
נאכאמאל, כ'מאך נישט אוועק בי. ענד עיטש., עס איז א פלאץ פול מיט מעלות, אבער ווען מען זאל מיר זאגן לערן זיך פראגראמינג כדי זאלסט קענען גיין אין בי. ענד עיטש., וואלט איך דאס גאר אנדערש אנגעקוקט.
דאס איז וואס איך וויל טאקע וויסן, איז דא פראגראמינג דזשאבס אויסער בי. ענד עיטש., צי איז דאס נאר בי. ענד עיטש. אויב יא, טא פארוואס זיך לערנען סי. שארפ, עי. עס. פי. און סיקוועל סערווער, ווען מען קען גלייך לערנען, די סיסטעמען וואס בי. ענד עיטש נוצט צב"ש דזשאווא, דזשעי. עס. פי. פאר אינטערנעט און סי. בעיס פאר דעטעבעיסעס.
דו זאגסט אז מען דארף זיך לערנען אלס אינגערמאן. גוט מארגן, נו וואס זאל איך יעצט טאן, זיך באגראבן אין קבר און נאכאמאל געבוירן ווערן. פון די אנדערע זייט, זיך לערנען פראגראמינג איז א שווערע ארבעט, מען דארף זיך שטארק פלאגן און אינוועסטירן אסאך צייט און מיה דערינען, דאס טוט נישט קיין אינגערמאן, דאס טוט מען נאר נאכדעם וואס מען האט שוין געארבעט צען-פופצן יאר פאר גרינע ווערים און דער שטריק איז שוין גוט גוט פארצויגן איבער'ן האלז דאן האט מען די מאטיוועישאן זיך צו לערנען פראגראמינג.
כ'ווייס נישט צי אמאל איז בכלל געווען א מעגליכקייט זיך צו לערנען פראגראמינג. אמאל האט מען געדארפט גיין אין די גויאישע סקולס, וואס נאר אויב מען האט געהאט דאס געלט דערצו און די מעגליכקייט צו פארן טעגליך זיך לערנען פול טיים האט מען עס געקענט טאן. (נעמליך די ערשטע יאר נאך די חתונה ווען די ווייב האט נאך געארבעט).
איך האב זיך געלערנט ביי ר' אברהם זכרי' פערל, דאס איז גאר אן אנדערע וועלט, מען לערנט יעדן זונטאג, גרונטליך און געשמאק, אין אידיש און אין א היימישע אטמאספערע. מען לערנט פון א לאנגיאריגן פראגראמער וואס קען די פאך און ווייסט וואס איז אינטערסאנט צו לערנען וואס איז רעלעוואנט און וואס איז סתם שטותים און שטרוי. אט דאס איז נישט געווען יארן צוריק. סאו באמת, כ'ווייס נישט צי אמאל האבן אינגעלייט געהאט א מעגליכקייט זיך צו לערנען פראגראמינג אזוי גרינג ווי מען האט דאס היינט.
עניוועי, ביג דיסקלעימער, איך בין דעפרעסט היינט, און אין א פעסימיסטישע מוד, סאו ביטע נעמען מיינע קאמענטארן מיט א קאפיטשקעלע זאלץ.
נאכאמאל, ווער עס קען מיך העלפן וועל איך שטארק דאנקבאר זיין. הצלחה ידידים.
נ.ב. אלנפאלס דאס ברענגט מיך צוריק צום אמאליגן דעבאטע, איבער זיך לערנען א פאך. מען זאגט אלץ אז דער פראבלעם איז אז מען לערנט זיך נישט קיין פאך, און וואלט מען זיך ווען געלערנט וואלט אונזער עקאנאמישער מצב געווען בעסער. טא לאמיר זאגן אוי'פן בעסטן אופן, א אינגערמאן לערנט זיך פראגראמינג, גייט אין בי. ענד עיטש. פארדינט שיין, אקעי. דער חשבון שטימט. (איי איך האב א חבר א פראגראמער אין בי. ענד עיטש. וועלכער פלאגט זיך שטארק, דאס איז נאך פאר חתונה מאכן, ווארום 1,500 גראוס איז נישט מער ווי 1,000 אין עכטע געלט ווען מען רעדט אן שאר ירקות, עסן קאסט פאר א אידישע שטוב מינימום 350 א וואך פלייש פיש גראסעריס, סאו אדער איז דאס פוד סטעמפס, אדער קעש פונעם געהאלט).
וואס טוט זיך אן בי. ענד עיטש. וואלסטו אויך געזאגט אז זיך לערנען פראגראמינג איז עקאנאמיש ווערד?
איך ווייס פון אן אנדערן פראגראמער וואס איז היינט שיין מצליח אבער צען יאר האט ער געפעכעוועט ביי א ניו יארק סיטי דזשאב, און געמאכט 800 א וואך און געגעסן גרינע גאל. נו האט אים דאס לערנען געהאלפן די ערשטע צען יאר.
אזוי קען מען אנצייגן מערערע פוינטס, וואס כ'מיין צוזאגן, אז מען מאכט אזא טראסק פון דאס זיך לערנען א פאך ווי כאילו דאס איז דער וואן-וועי-טיקעט צו פרנסה בריווח. איך ווייס נישט צי דאס איז טאקע אזוי, אדרבה, איך וויל הערן וואס אנדערע זאכן, ווארום מען האלט אין איין פאמפענען, אינגעלייט זאלן זיך לערנען, לערנען, לערנען, לערנען א פאך, נו לאמיר פארזעצן די דעבאטע, לאמיר רעדן פאקטן און ציפערן וואס פאסירט נאכ'ן זיך לערנען.
עד כאן ה'רענט שלי.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:44 pm
דורך good-life
איך האב א פלאץ ווי די קענסט אפלייען אבער איך פיל אז עס איז לבטלה דיך עס צו שיקן ווייל די ווילסט מער ווייניגער זיך אויסבלאזן ווי איידער צו טוען צו דער זאך, אויב קענסטו מיך צוזאגן אז די גייסט טוען צו דער זאך קען איך יעצט פאוסטען א לינק ווי די קענסט אפפלייען, ביזסטו גרייט?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:48 pm
דורך יעקב צוקערמאן
יא שור
right now
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:51 pm
דורך good-life
בעפאר די גייסט ווייטער, געדענק, די ביזט אויף א טעסט, דיין יצר הרע וועט טרעפן 100 תירוצים פארוואס נישט, אבער זאלסט וויסן דאס איז נאר א נסיון, די מיזסט איינמאל פאר אלעמאל טוען צו דער זאך,
דא האסטו די לינק
https://www.rustybrick.com/jobsביטע קום צוריק אינז צו לאזן וויסן צו די האסט געטוען צו דער זאך
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:00 pm
דורך יעקב צוקערמאן
העי מר. גוד לייף טשעפע נישט מיט מיר, כ'בין היינט אין א בעלאו עוורידזש מוד, עניוועי, א ריזיגן ישר כוח, געקוקט דארטן, און זיך איינגעגעבן, אבער זיי זענען דוכט זיך נישט די סארט טעכנאלאגיע וואס איך האב באקאנטשאפט דערמיט, זיי זענען ענדראויד, מאביל, פי. עיטש. פי. וכו' וכו', איך קען סי. שארפ, סיקוועל און עי. עס. פי. דזשאסט נאוטינג פאר יו. כ'בין גרייט צו לערנען דאס וואס זיי דארפן אויב זיי אפערן מיך א דזשאב
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:14 pm
דורך good-life
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:15 pm
דורך מי יודע
זאל ער קומען האט געשריבן:אזוי אויבן אויף:
1) בי ענד עיטש איז טאקע די זעלבע וואס דו מאכסט יעצט, ווי דו זאגסט, אבער דו האסט פארפאסט דעם יסוד פראבלעם וואס דו האסט אראפגעשטעלט, נעמליך וויאזוי צו ווערן אויס מתחיל. אויב קענסטו אהיים נעמען די זעלבע ווי ביז היינט און אין איין וועגס ווערן אויך א פראו אין דעם פעלד, מוטשע זיך א וואך/חודש מיט'ן באס, (דו אליין שרייבסט דאך אז ווען מ'געוואוינט זיך צו איז עס שוין נישט אזוי שווער) און ווער אין די צייט אויס מתחיל, און דעמאלט קענסטו סטאפן פארן.
דאס אינזין געהאט צו זאגן
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:19 pm
דורך מי יודע
יענקעלע, איך האלט נעם בי ענד עטש, די צייט פון פארן אויפן באס נוץ אויס צו שרייבן ארטיקלען, א סייד דזשאב, האסט א פיינע פעדער
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:21 pm
דורך פוטער
ר' יעקב, דו קוקסט מיר אויס צו זיין זייער א גוטע שרייבער, און אויך זעט נישט אויס וואו עס נעמט דיך צו לאנג צו טייפען אידיש.
קען זיין אז דאס טוטסו פאר פרנסה, אבער איך מיין אז א גוטע שרייבער קען פארדינען מער ווי $1000 א וואך, און די שאר ירקות קען זיין גרינגער.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:26 pm
דורך יעקב צוקערמאן
נו כ'וויל דאך משלב זיין די ארטיקלען מיט'ן בי. ענד עיטש. אבער עס איז נישט קיין מעגליכקייט. שרייבן אויפ'ן באס, עס איז א גוטער חלום, אבער עס ארבעט נישט. אפשר צופרי, אבער צופרי דאווענט מען אויפ'ן באס. ביינאכט איז מען אויסגעשארכעט און מיד. כ'האב שוין אמאל געארבעט אין בי. ענד עיטש. כ'רעד פון ערפארונג.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:29 pm
דורך יעקב צוקערמאן
מר. גוד לייף, ס'איז אמת אז היינט בין איך אין בלאזן מוד, אבער דו דארפסט פארשטיין די פראסטרעישאנס וואס מען מאכט מיט. דו פלאגסט זיך 2 יאר צו לערנען סי. שארפ, סיקוועל און עי. עס. פי.
הייבסט אן זוכן א דזשאב און דו שטעלסט זיך פאר, קומט דער ענטפער, ניין סארי, מיר זוכן סי.
גייסט צום צווייטן, ניין סארי מיר זוכן סי. פלאס פלאס.
איך האב עמיצן אין ווילי וואס איז וויליג מיך צו טרייען, אבער יענער איז ווי. בי. עי. און עקסעס
גייסט צו בי. ענד עיטש. זאגט מען דיר, דארפסט קענען גאר אן אנדערע מסכתא סי. שארפ איז אונז נישט אינטערסאנט.
גייסט צו דעם ראסטיגן ציגל וויל מען ענדרויד
גייסט צו א פיפטן וויל יענער פי. עיטש. פי.
ליסטען, אלעס קען מען זיך לערנען, אבער יו געט דע פאוינט
דזשאסט ווענטינג
שכוח מר. גוד לייף, פליז שיק נאך לינקס, שכוח שכוח שכוח שכוח שכוח, איי לאוו יו.
צוקערמאן
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:33 pm
דורך יעקב צוקערמאן
פוטער האט געשריבן:ר' יעקב, דו קוקסט מיר אויס צו זיין זייער א גוטע שרייבער, און אויך זעט נישט אויס וואו עס נעמט דיך צו לאנג צו טייפען אידיש.
קען זיין אז דאס טוטסו פאר פרנסה, אבער איך מיין אז א גוטע שרייבער קען פארדינען מער ווי $1000 א וואך, און די שאר ירקות קען זיין גרינגער.
מר. פוטער, זיי נישט ברוגז, כ'בין היינט אין בלאזן מאוד, אבער, אפילו 1,100 איז נישט קיין סאך היינט צוטאגס. עס דעקט קוים די הוצאות. דאס איז ליידער רעאליטעט. כ'געדענק נאך כ'האב געארבעט אין בי. ענד עיטש פאר 13 יאר צוריק און כ'האב געמאכט 600 א וואך. דאן האב איך געהאלטן קלאר אז ווען איך פארדין ווען טויזענט דאלאר א וואך וואלט איך געווען דער גליקליכסטער מענטש אויף די וועלט.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:36 pm
דורך אט אזוי
א געשמאקער אשכול מלא טעם
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:39 pm
דורך תרנגול
אט אזוי האט געשריבן:א געשמאקער אשכול מלא טעם
רט
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:45 pm
דורך מי יודע
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:פוטער האט געשריבן:ר' יעקב, דו קוקסט מיר אויס צו זיין זייער א גוטע שרייבער, און אויך זעט נישט אויס וואו עס נעמט דיך צו לאנג צו טייפען אידיש.
קען זיין אז דאס טוטסו פאר פרנסה, אבער איך מיין אז א גוטע שרייבער קען פארדינען מער ווי $1000 א וואך, און די שאר ירקות קען זיין גרינגער.
מר. פוטער, זיי נישט ברוגז, כ'בין היינט אין בלאזן מאוד, אבער, אפילו 1,100 איז נישט קיין סאך היינט צוטאגס. עס דעקט קוים די הוצאות. דאס איז ליידער רעאליטעט. כ'געדענק נאך כ'האב געארבעט אין בי. ענד עיטש פאר 13 יאר צוריק און כ'האב געמאכט 600 א וואך. דאן האב איך געהאלטן קלאר אז ווען איך פארדין ווען טויזענט דאלאר א וואך וואלט איך געווען דער גליקליכסטער מענטש אויף די וועלט.
יענקעלע טייערער, איך האב די זעלבע סייז שיך ווי דיר, איך האב א שטוב מיט בערך אזויפיל קינדער, און פאר 13 14 יאר צוריק ווען כ'האב געמאכט בערך אזויפיל האב איך אויך געטראכט אז מיט 1000 דאלער א וואך וועל איך זיין דער גליקליכסטער מענטש
איך דערמאן מיך נאך פאר 10 יאר צוריק ווען איינער האט מיר אנגעטראגן א שטיקל סייד דזשאב ווי איך קען מאכן בערך נאך 80 דאלער א וואך, ווי גליקליך איך בין געווען
היינט צוטאג מיט אזוינע הוצאות איז קוים 1800 דאלער א וואך גענוג, אדם לעמל יולד, פון ווען איך האב אנגעהויבן ארבעטן האב איך אלס געמאכט פונקט 100 דאלער ווייניגער וויפיל איך דארף א וואך, איך מאך שוין היינט מער ווי דאפלט ווי איך האב אנגעהויבן אבער די הוצאות וואקסן אויך, בזיעת אפיך תאכל לחם איז פאר יעדן געזאגט געווארן
נאר וואסזשע דען, איך קלער אז ס'לוינט יא צו סטראגלען עטליכע יאר ביי בי ענד עיטש אויב ווייסטו אז נאכדעם האסטו א געלעגנהייט צו וואקסן
רעד עס איבער מיט דיין רבין מורה דרך וכו' עני גוטע איד, און הער אויך וואס א דעת תורה האט צו זאגן
הצלחה רבה
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 4:01 pm
דורך אט אזוי
וואס הייסט שיין אין b&h אז סזאל זיך לוינען t struggle?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 5:14 pm
דורך ידיד
איין קשיא נאר;
די יעצטיגע גרויסע חברה זענען דאך אויך אמאל געווען מתחילים, וויאזוי זענען זיי אנגעקומען צו ווערן פראפעשענעלס?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 5:23 pm
דורך מי יודע
ידיד האט געשריבן:איין קשיא נאר;
די יעצטיגע גרויסע חברה זענען דאך אויך אמאל געווען מתחילים, וויאזוי זענען זיי אנגעקומען צו ווערן פראפעשענעלס?
בעזרת ה'
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 5:27 pm
דורך יעקב צוקערמאן
ידיד האט געשריבן:איין קשיא נאר;
די יעצטיגע גרויסע חברה זענען דאך אויך אמאל געווען מתחילים, וויאזוי זענען זיי אנגעקומען צו ווערן פראפעשענעלס?
איבער דעם אישי וועל איך דיר באלד ענטפערן, צופיל געפלאפעלט היינט, כ'דארף נאך ארבעטן עפעס אויך.
וועגן דאס וואס דו פרעגסט, דער ענטפער איז אז עס איז טאקע נישטא קיין סאך אידישע פראגראמערס, כ'מיין אז אין גאנץ כלל ישראל קען מען זיי ציילן אויף אפאר פינגערס, איך רעכן נישט אריין די אין בי. ענד עיטש. וואו דארטן איז אלץ געווען דער מהלך צו נעמען רויע און זיי מאכן פאר פראגראמערס.
כ'מיין אז רוב עסטאבלירטע פראגראמערס היינט צוטאגס, כ'רעד די וואס זענען אין די ביזנעס שוין 15-20 יאר, זענען געווען אזעלכע וועלכע האבן בכלל ליב געהאט קאמפיוטערס און פראגראמינג, אדער זענען זיי אומדירעקט אריינגעפאלן אין דעם פאך. כ'ווייס נישט צי איינער פון זיי האט זיך אראפגעזעצט מיט א פלאן לכתחלה פון די לופטן ארויס זיך צו לערנען פראגראמינג כדי צו מאכן געלט. זיי האבן דאס געטאן ווייל זיי האבן דאס ליב געהאט אדער די אומשטענדן האבן זיי אזוי געפירט און זיי האבן זיך פלוצים געטראפן אלס פראגראמערס, כן נראה לפי עניות דעתי הקטנה.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 5:32 pm
דורך יעקב צוקערמאן
כ'מיין צוזאגן אין אנדערע ווערטער, זיי האבן געהאט סתם א דזשאב, און זיי האבן געזען אז עס לוינט זיך צוצולערנען פראגראמינג כדי צו קענען טאן דעם דזשאב בעסער, אדער האט עס פשוט אויסגעפעלט פאר'ן דזשאב, און אזוי זענען זיי געווארן פראגראמערס. עס איז געווען מער טלטול מן הצד ווי איידער א אינגערמאן וואס קריגט א חלום צו מאכן שיין געלט און גייט זיך לערנען פראגראמינג. אזוי מיין איך. אויב אנדערע האלטן איך בין ראנג זאלן זיי מיך פליז קארעגירן
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 5:51 pm
דורך פאטאקי08
הרב צוקערמאן
אזוי צוקערדיג צושרייבן? איך האב א פארטיגע שטעלע פאר דיין גאלדענע פאך... אבער געלט? מן דכר שמיה
ארבעטן מיט מאכן געלט האט נישט איינס מיטן צווייטן
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 6:04 pm
דורך פאטאקי08
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:כ'מיין צוזאגן אין אנדערע ווערטער, זיי האבן געהאט סתם א דזשאב, און זיי האבן געזען אז עס לוינט זיך צוצולערנען פראגראמינג כדי צו קענען טאן דעם דזשאב בעסער, אדער האט עס פשוט אויסגעפעלט פאר'ן דזשאב, און אזוי זענען זיי געווארן פראגראמערס. עס איז געווען מער טלטול מן הצד ווי איידער א אינגערמאן וואס קריגט א חלום צו מאכן שיין געלט און גייט זיך לערנען פראגראמינג. אזוי מיין איך. אויב אנדערע האלטן איך בין ראנג זאלן זיי מיך פליז קארעגירן
הרב צוקער
איך האב אמאל געהערט אויף קול מבשר אינטערוואיוא נומער 2 זאגט ער דארט אז ער האט אמאל גערעדט צו א סטודענטן גרופע וואס האבן זיך געוואלט לערנען א געוויסע פאך אין תכונת הנפש דאכציך, האט ער געפרעגט דארט ווער איז דא זיך צו לערנען די פאך כדאי צו מאכן געלט? האבן צוויי אידן אויפגעהויבן די הענט
האט ער געזאגט איר קענט שוין אהיים גיין ווייל אויב טוסטו עס כדאי צו מאכן געלט וועסטו קיין געלט נישט מאכן
איך מיין עס קען דא אויך געזאגט ווערן