בלאט 1 פון 1

וואס איז יא א ביזנעס #3 - ניעד קריעישן

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:11 pm
דורך זאל ער קומען
אלס א רעשט פון די פריערדיגע ארטיקל, האמיר אראפגעלייגט אן הנחה אז איידיעס איז נישט אינטערסאנט אין ביזנעס, און וואס מער סימפל די 'איידיע' איז - עסן, שלאפן, פארן, זאכן וואס מענטשן טוען און נוצן כסדר - אלס גרינגער און בעסער איז עס צו מאכן דערפון געלט. ווידער די 'אויפטרעפונגען', ווייפער-געלעזער וכדומה איז נישט אינטערסאנט און נישט ווערד און נישט קיין ביזנעס.

כ'האב געטראכט אז מענטשן וועלן נישט סתם אזוי גלייבן וואס איך זאג, און מ'וועט מיר טשעלענדזשן מיט מציאות'ן אז ס'נישט הונדערט פראצענט אזוי. הגם איך אליין האב געשריבן 'כמעט' אלע סטארס אין א מאול, אבער אויב רעדט מען פון די 'מאוסט פאפולאר' קאמפאניעס פון אמעריקע אדער די וועלט, (וואס ווען מ'חלומ'ט פון 'ביזנעס' קומען זיין ארויפצושווימען אויפ'ן געדאנק) ווי למשל עפל, מייקראוסאפט וכדומה, טרעפט מען יא אזא מציאות אז זיי זענען אויפגעקומען מיט אן איידיע - נישט דוקא אן עקזיסטינג ניעד, למשל די אייפעד.

אמת אז די אייפאד איז יא געווען א ניעד, אפילו זייער סאפטוועיר איז שוין בשעתו געווען א פארלאנג פאר בעסערס, אבער די אייפעד האט זיכער נישט געהאט קיין פרי-עקזיסטינג פארלאנג אין די מארקעט. ולא עוד, ווען סטיוו דזשאבס האט עס פארגעשטעלט די ערשטע מאל האט ער אליין געזאגט אז ער האט נישט קיין אנונג וויאזוי ס'גייט אריינקומען און גענוצט ווערן אין טאג-טעגליכ'ן לעבן - אבער ער שטעלט צו א נייע פלאטפארמע פאר מיליאנען דעוועלאפערס צו דעוועלאפן עפס אויף צו קענען טון פארשידנאטיגע זאכן אויף אסאך וועגן. אבער דאס איז זיכער איז קיינער האט נישט געהאט געדארפט ווען ס'איז ארויסגעקומען, און מיט דעם אלעם האבן זיי פארקויפט אין די ערשטע צוויי יאר כמעט הונדערט מיליאן אייפעדס!

אוודאי האט יעדע כלל א יוצא מן הכלל, אבער…. וויאזוי שטימט עס טאקע? מ'האמיר דאך אזוי גוט פארשטאנען אז צו 'באשאפן' געלט מוז מען האבן אין חשבון אויך דעם וואס גייט למעשה דיר געבן דאס געלט, און זיי מוזן זיין גרייט זיך צו געזעגענען פון זייער טייערע און שווער פארדינטע געלט כדי צו האבן די זאך, און דאס גייט נאר געשען אויב זיי גייען עס עכט זייער שטארק 'וועלן' אדער 'דארפן, און דעיס האט מען נישט 'געדארפט'?

אויף דעם איז דער קורצער ענטפער: מ'קען באשאפן א ניעד. מ'קען אנרייצן מענטשן צו תאוות. א מענטש זיצט זיך רואיג אין דיינונג רום און בלעטערט א צייטונג און פלוצלינג שפרונגט אים אין פנים אריין א ריזיגע גרילד סטעיק מיט א קנאקעדיגע פעפער קראסט פונעם צייטונג און…. ער 'מוז' גיין צו סאו ענד סאו קויפן אזא שטיק בוסער! און ס'איז מעשים (אשר לא יעשו) בכל יום… נו, אויב אזוי פארוואס האב איך אזוי געהאקט דערויף?

אט הערט. ס'דא א גרויסע חילוק פון דעם גרויסן שטיק בהמה/בהמי צו די אייפעד - על אף אז ביידע זענען אנגערייצטע תאוות עט די קאור לעוול. א שטיק פלייש איז נאך אלעם איינס פון די אור-אלטע זאכן וואס מענטשן קויפן, דארפן און עסן. אזוי צי אזוי איז פלייש פלייש. נאר וואזשע דען? איך וויל דו זאלסט אויסגעבן פאר דיין היינטיגע וועטשערע א צוואנציג-דרייסיג דאלער אנשטאט בלויז פינף, און איך וויל אז ווען דו געסט אויס דעיס געלט, זאל עס זיין נעבן מיין רעדזשיסטער. על כן בין איך דער וואס רייצט אן דיין יצר הרע און איך לייג דיר אריין אין א טרענס פון "גרילד… קראסט… בוסער..." ביז דו ווערסט אינגאנצן משוגע און דו לויפסט עס זוכן - און נאר איך האב ממש דאס וואס דו זוכסט, און דעריבער גייסטו איבערלאזן די (סאך מער) געלט ביי מיר אין טאש.

קומט אויס אז אין אמת'ן האב איך נישט 'באשאפן' קיין ניעד, כ'האב נאר אויפגעוועקט אנאלטע פארשלאפענע בער אין דיין בויך… אבער ווען ס'קומט צוריק צום אייפעד - ער האט יא 'באשאפן' א נייע ניעד. איך האב קיינמאל נישט געדארפט קיין אייפעד אין קיין שום וועג אדער פארעם, און יעצט וויל איך עס האבן גענוג שטארק אז איך בין גרייט צו צאלן דערפאר א שיינע אפותיקי. נו, הדרא קושיא לדוכתי' אז מ'קען יא פארקויפן זאכן אן א פרי-עקזיסטינג ניעד.

דער אמת איז אבער אז ס'איז נישט אינגאנצן אמת. פארוואס? ווייל די ערשטע פאר מיליאן מענטשן וואס האבן 'געמוזט' האבן דעם אייפעד - און האבן אליין נישט געוואוסט פארוואס - האבן געהאט עפעס א שטויס-קראפט וואס האט זיי געצוואונגען דאס צו קויפן, און דאס איז געווען: סאשל סטאטוס. אין אידיש: כבוד. אנערקענונג. קאנפידענס. (א אינסטענט פראדוקטיוו קורס - סאך ביליגער…). "דו ווייסט ווער איך בין? לאלא לאלא קישקיש, איך האב אן אייפעד... - דו נישט! און דעי ניעד איז שוין גאאאאר גאאאר אלט, גארנישט קיין נייע ניעד.

די 'דזשאב' וואס עפל האט אבער יא געמוזט טון איז איבערצייגן די חברה אז האבן אן אייפעד גייט זיי שטעלן אין פלאץ אין זייערע סאושל רייען. און ------ דאס קאסט זייייייייייייער אסאך געלט. עפל האט אריינגעפלאשט א קיימא לן פון א האלבן ביליאן דאלער אויף משוגעת'ן אין מארקעטינג ארויסצוברענגן אז די נייע אייפעד איז cool - ועוד ידם נטוי'…

קומט אויס אז דער אמת איז אזוי. אויב האסטו אפאר איבריגע הונדערט מיליאן דאלער אין שופלאד - אדרבה גיי ארויס און באשאף א נייע זאך און נאכדעם צוואונג אריין די נייע פראדוקט אין אן אלטע ניעד. אויב נישט אבער (און איך בין געגאנגען מיט די הנחה אז די היגע ליינער פאלן נישט אריין אין די ברעקעט) זוך זיך ענדערש אויס אן עקזיסטינג ניעד, און בוי עס אויף און שטעל עס צו פאר אסאך מענטשן, און העלף זיי עכט, און האב אסאך הצלחה!

אה, שיער פארגעסן…. און מאך אסאך געלט (עז עי רעזאלט).

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 9:08 am
דורך מזויף מתוכו
א הארציגן דאנק.. אייערע ווערטער זענען א ריכטיגער ניעד פאר אינז צוהערער...
ווי ניעד מאר..

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 9:24 am
דורך מטעמים
א דאנק אייך. עס איז א פארגעניגען.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 2:46 pm
דורך לכתחילה אריבער
גוט ארויסגעברענגט, אינטערעסאנט.

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 23, 2014 11:47 pm
דורך פרנס
;l;p- עמעזינג! זייער קלאר און צו דער זאך. מיט א געשמאקע סענס אויף הומאר.
כ׳רויל מיך נאך פון די לאלאלאקושקוש :lol: :lol: :lol: שוין נישט געהערט א צירקע צוואנציג יאר דעם אויסדרוק

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:15 am
דורך בערקא
טענקס א ביליאן זאלער ! קלאר ! געשמאק! רייך! נאך מטין סענס אף היומער

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:09 pm
דורך לוי יצחק
מעסיוו מעסיוו!!

א גרויסן דאנק פארן נעמען די מיה און אפשרייבן להנאת הקוראים.
כ'האנישט צו באצאלן יעצט אויפן פלאץ, שרייב עס אראפ.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 7:21 am
דורך געלעגער
האמיר יעצט אפגעליינט די דריטע מאמר. קריסטאל קלאר, זאפטיג און זיס געשריבן.

א גרויסן יישר כוח

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 9:15 am
דורך ידיד
האסט קריעיטעד א ניד ביי מיר פאר זאלער ארטיקלען...

איר פארמאגט א זעלטענע כח הסברה, הערליך שיין און געשמאק אראפגעשריבן!

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 07, 2014 6:17 am
דורך חיים צבי
ש׳כוח פארן מיר מאכן שמייכלען צום פרישן וואך, keep it coming אבער נישט צו שנעל, איך בין נאך זייער צוריקגעבליבן.