בלאט 1 פון 1

וואס איז יא א ביזנעס #2 - וועליו קריעישן און דעליווערי

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 2:14 am
דורך זאל ער קומען
די באדעם ליין פון די פריערדיגע ארטיקל אין גאר קורצן: מענטשן דארפן און ווילן האבן זאכן, און זיי דארפן עס אזוי שטארק אז זיי זענען גרייט אוועקצוגעבן אנדערע ווערטפולע זאכן אנשטאט דעם. ווען יעדער האט אנערקענט דעם מציאות, האט מען זיך גרינגער געמאכט און באשלאסן צו נעמען געלט און טוישן די ווערטפולע זאכן צו געלט, כדי נאכדעם צו קענען צוריק טוישן דאס געלט אויף אנדערע ווערטפולע זאכן. עד כאן.

'באשאפן' ווערד
איז אזוי. אויב האסטו געהאט זאכן וואס מענטשן האבן געדארפט האסטו גלייך געקענט גיין און זיך טוישן מיט אנדערע, אויב אבער האסטו נישט געהאט גארנישט, אדער אויב דו האסט יא געהאט זאכן אבער קיינער האט עס נישט געדארפט - דארט הייבט זיך אן די פראבלעמען… ווייל אזוי גייסטו גארנישט קענען איינטוישן פאר גארנישט!

מ'קען דאך אבער נישט שטארבן פאר הונגער… זענען מענטשן וואס האבן גארנישט געהאט אויפגעקומען מיט פרישע איידיעס און רעיונות צו פארשאפן 'עפעס' וואס אנדערע דארפן, דהיינו אין אונזערע ווערטער, זיי האבן געטראפן פרישע וועגן וויאזוי צו 'באשאפן' געלט, וואס ווי געשמועסט מיינט עס טרעפן און פראוויידן פאר די גאס סיי וועלכע ווערטפולע זאך - און ווען דו ביסט דער וואס ערצייגט די ווערטפולע זאך באשאפסטו געלט דורך דעם.

למשל, די גראסערי פארקויפט אן אראנדזש פאר א דיים (נאר למשל. היינט קאסט עס ארום א דאלער גיוו אר טעיק…), אבער וואס קען טון דער מענטש וואס האט נישט קיין אראנדזשעס צו פארקויפן? זייער פשוט. ער איז געשטאנען נאך געלט… און געמאכט צוויי דיימס, און ער איז אריין אין געשעפט און געקויפט צוויי אראנדזשעס, און זיך געשטעלט ביים ראוד און געשריגן: פרישע זאפטיגע אראנדזשעס! בלויז א קאוודער א שטיק!

מענטשן וואס זיי האט זיך פארשמעקט אן אראנדזש אבער זענען געווען צו פויל אדער צו פארנומען אריינצוגיין אין געשעפט, זוכן אן אראנדזש, שמייכלען צום באלעבאס, טרעפן נאך פראדוקטן, טרעפן אנדערע מענטשן וכו', האבן באשלאסן אז ס'איז זיי ווערט ענדערש צו געבן דעם שלעפער א קוואדער פאר'ן אראנדזש און געפינישט. נאך א צירקע צוואנציג מינוט האט ער געמאכט (באשאפן) נייע פערציג סענט פון זיינע צוואנציג, געקויפט נאך און פארקויפט נאך, און ענדע טאג איז ער אהיים מיט דריי-פיר דאלער וואס קען אים דעקן די הוצאות פונעם לעבן אויפ'ן טאג.

ער האט נישט צוגעשטעלט קיין "פראדוקט" פאר קיינעם, אבער ער האט צוגעשטעלט א ווערטפולע "זאך" פאר א מענטש - א סערוויס. און דאס האט ער געקענט איינטוישן אויף געלט, און אזוי ווייטער.

אויב איינער איז געווען מער סוחר'יש, האט ער געקויפט א זעקל צוויבל פאר א דאלער און זיך געשפילט מיט ער האט געקענט קויפן א גאנצע שיף לאוד, און איז צוגעפארן צו א לענדל וואס האט בכלל נישט געהאט קיין צוויבל (ווער ס'קען די מעשה) און ער איז צוריקגעקומען אן עושר... - ער האט געמאכט פון א נישט-פראדוקט א פראדוקט.

דאס הייסט אזוי. מ'דארף ערצייגן און באשאפן א ווערטפולע זאך - א ווערטפולע חפץ וואס אנדערע ווילן האבן, אדער א סערוויס וואס איינער גייט מיר ענדערש געבן געלט אז ס'זאל געטון ווערן ווי איידער ער זאל עס אליין טון.

די גמרא ברכות דף ה' עמוד א', אמר רבי זירא ואיתימא רבי חנינא בר פפא, בא וראה שלא כמדת הקב"ה מדת בשר ודם, מדת בשר ודם אדם מוכר חפץ לחבירו, מוכר עצב ולוקח שמח, אבל הקב"ה אינו כן נתן להם תורה לישראל ושמח שנא' כי לקח טוב נתתי לכם תורתי אל תעזובו.

לכאורה איז שווער, אין היינטיגן טאג טעגליכן לעבן ווייסן מיר אז דער סוחר איז פרייליך ווען ער פארקויפט און חלש'ט וואס מער מענטשן זאלן קויפן, און דא זאגט אונז די גמרא המוכר עצב, וואס איז פשט? נאר, היות א מענטש קויפט ווען ס'באדערט אים עפעס און ער טרעפט עפעס צו קויפן און דערמיט לייזן זיין באדער, דערפאר איז ער פרייליך, אבער מוכר עצב ווייל דער מוכר דארף יעצט באמת גארנישט, און ער געט אויך אוועק א ווערדפולע זאך, און זיין צייט, און כח - ביידע עקסטער ווערטפולע זאכן - אינעם טויש, פאר אן אנדערע זאך אדער פאר געלט וואס ער קען באשטיין צו האבן כדי צו קענען ערפולן זיינע פראבלעמען ווער ער וועט האבן אין צוקונפט, איז ער אנגעזעצט. קומט אויס אז ביי אזא דיעל איז דער קונה פרייליך און אזוי קומט עס טאקע, אבער דער מוכר איז עצב, נישט אז מ'זוכט וואו אריינצורוקן דעם קונה עפעס וואס יענער דארף נישט.

באשליסן 'וויפיל' ס'איז ווערד - סופליי און דימענד
אז מ'ווייס מיר שוין אז די פרייז/געלט ווענדט זיך אין די ווערד פון א חפץ - איז נאר די שאלה ווי סאך ווערד א ווערטפולע זאך איז. קיינער קען דיר נישט 'עכט' ענטפערן דערויף, הלמאי דו האסט דאך ממש יעצט 'באשאפן' די ווערד פון דאס ניי… אבער דער סיסטעם וויאזוי מ'רעכנט די ווערד איז אבער יא אלט און די זעלבע… און דאס וועט זיך ווענדן אין די בעיסיק פעקטארס: לגבי דעם קונה וואס איז גרייט צו צאלן דערפאר ווי שטארק וויל 'ער' עס האבן, און ווי שטארק ווילן עס אנדערע מענטשן וואס ווילן עס אויך און זענען אויך גרייט צו צאלן?

אויך ווענדט זיך די פרייז אינעם מציאות אויב איז עס מער פון סתם איינער 'וויל' עס, נאר ער 'דארף' עס עכט האבן, למשל עפעס כשר'ס צו עסן אויפ'ן וועג קיין ניו העמפשיער… ער קען זיך באמת נישט באגיין אן דעם.

און ווייטער, אויב ער גייט עס נישט באקומען פון מיר, וואס גייען זיין זייערע אלטערנאטיוון? וואס גייען זיי קענען פארשאפן אנטשטאט דעם וואס איך האב? למשל איינער פאלט פון די נאז און שלאפט ממש איין, און ער מוז האבן א בעט צו כאפן א דרימל "יעצט", אבער ער איז אינמיטן וועג און די האטעל בעט א פעטע פרייז. אויב וועט ער נישט מסכים זיין אז אפאר שעה איז ווערד דריי הונדערט פופציג דאלער - וואס וועט ער קענען טון? אויב איז ער אין אפסטעיט ניו יארק וועט ער כאפן א דרימל אין די קאר, אויב אבער איז ער אין מעכיקאו וועט ער שיין צאלן ס'געלט ווי א טאטעלע, ווייל אין קאר ציטערט ער צו שלאפן אפילו נאר צען מינוט.

דאס הייסט סופליי ענד דימענד אין פשוט'ן זין פון ווארט. סופליי מיינט וויפיל ס'איז דא דערפון, דימענד מיינט וויפיל און ווי שטארק דער פארלאנג דערפאר איז אין די גאס.

נאכדעם איז דא א פעקטאר וויפיל דער מוכר - דער וואס האט דאס וואס יענער דארף - וויל באקומען פאר זיין חפץ, דהיינו אויב ער איז נישט צופרידן מיט'ן פרייז וואס סוחר איז גרייט אים צו געבן דערפאר, און פאר די פרייז לוינט אים נישט איינצוטוישן די ווערד פון דעם חפץ אויף געלט… דעמאלט קען סיי דער סוחר "אויסזאגן" דעם סוד אז ער וויל עס אזוי שטארק אז ער איז גרייט צו געבן מער דערפאר… און די 'פרייז' גייט ארויף, אדער קען זיין אז דעמאלט וועט דער סוחר "באמת שטערקער וועלן" דעם חפץ וואס דעמאלט גייט ארויף די 'ווערט' פונעם חפץ. ווייל ס'איז נישטא קיין סאך דערפון און ער האט נישט קיין אלטערנאטיוו, און אויב איך מאך נישט דעם דיעל איז מעגליך אז כ'וועל שוין קיינמאל מער נישט קענען איינהאנדלען די זאך.

א דערמאנטע משל איז א רעפטל ברויט אין די צייט פון די מלחמה וואס ס'האט געקענט מיינט דאס לעבן אדער דער טויט - אדער איז ער דער רייכסטער מענטש אין לאנד און ס'איז דא נאר "איין איינציגע" קאלירלאזע פלעקלאזע הימל-קלארע דימאנט שטיין פון זיבן און צוואנציג קאראט און ער מוז זיין דער וואס האט עס, און נאר ער מעג עס האבן! און "נאך איינער" טאר עס נישט האבן… (ווייל דאס איז אן עקסטערע חלק פון די ווערט פונעם שטיין). יעדע תנאי פון די זאכן רוקן ארויף די עכטע ווערד פונעם שטיין - לגבי דעם קונה.

ווייס מיר שוין וויאזוי ווערד ווערט ערצייגט. אבער דאס איז נאר שטאפל נומער וואן.

דער טארגעט מארקעט איז א חלק פון די עכטע ווערד
נאכדעם וואס ס'ווערט באשאפן דארף מען עס קענען דעליווערן צו דעם פאר וועמען ס'איז ווערד, ווייל ווי געזאגט האט די ווערד/פרייז צו טון זייער שטארק מיט דעם וואס איז גרייט צו צאלן דערפאר, און וויפיל. לויט דעם קען זיך מאכן - און מאכט זיך כסדר - אז איינער האט עפעס א ווערדפולע זאך אבער דער סוחר אנערקענט נישט די ווערד דערפון און וועט נישט זיין גרייט צו באצאלן דערפאר קיין פעני. א גוי אין כינע גייט נישט צאלן פאר'ן ספר תורה פונעם דברי חיים מער ווי אפאר דאלער (כל זמן ער ווייסט נישט אז ס'דא מענטשן אויף דער וועלט וואס זענען גרייט צו צאלן דערפאר א האלב מיליאן…), אבער א איד מיט די מעגליכקייט - יא, ווייל ביי אים איז עס באמת ווערד.

ס'איז נישט בלויז אז דער כינעזער גוי איז א פערד (זיי זענען סייווי אבער לא על זה אנו דנין…) און 'כאפט' נישט די ווערד - אבער "באמת" איז דער חפץ יא ווערד. ניין און ניין. די "באמת'ע ווערד" פונעם חפץ ווערט "באשאפן" נאר נאכדעם וואס דער וואס איז גרייט צו צאלן דערפאר איז באמת גרייט צו צאלן דערפאר… די ספר תורה איז פאר דעם כינעזען גוי באמת גארנישט ווערד, און א טשייניק וואס דער הייליגער זיידע פלעגט קאכן טיי יעדן ליל שישי איז 'ווערד' עמ… --- ווענדט זיך פאר וועמען: פאר מיר - גארנישט, ס'האטעך א לעכל… אפשר וועל איך געבן דערפאר א דאלער, אבער פאר זיין טאכטער רביצין אויערבאך איז עס ווערד געווען דעם גאנצן שכר אויף די וועלט און יענע וועלט!… הלמאי, דו ווייסט וואס דאס איז? ס'איז דאך "איר" הייליגען טאטנ'ס טשייניק! און דערפאר איז עס "איר" ווערד די גאנצע וועלט'ס געלט. אבער… אפילו נאכדעם וואס איך ווייס שוין דעם פאקט, איז עס נאכאלץ גארנישט ווערד פאר מיר. (זעה אביסל מער איבער דעם פונקט אביסל ווייטער אינעם ארטיקל איבער פריסיעווד וועליו).

נאר… אויב איך וועל עס קענען קויפן פאר א קלענערע פרייז פון וויפיל איך וועל עס שפעטער קענען פארקויפן ווייטער - דעמאלט איז עס מיר ווערד לויט וויפיל ס'גייט מיר באשאפן דורך דעם א גרעסערע דיעל, דהיינו אז איך וועל טרעפן איינעם וואס ביי יענעם איז עס נאכמער ווערד, און דעמאלטס וועל איך דארפן אויסרעכענען וויפיל צייט איך וועל מוזן אריינלייגן צו טרעפן דעם בעסערן קונה, וויפיל ריזיקע איך נעם אויף מיר אויב איך וועל צום סוף נישט טרעפן אזא קונה וכו'. און דאס גייט זיין די 'ווערד' פון דעם חפץ פאר מיר, ווייל פאר מיר איז דאס נישט מער ווי א סיבה אויף צו קענען מאכן דערויף נאכמער.

הייסט עס אז כדי צו קענען באשאפן א ווערד איז נישט גענוג אז אונז מאכן אפ אז ס'איז זייער טייער, נאר אונז דארפן מיר האבן דעם מקבל, דעם צד השני פונעם מקח צו ערגענצן די ווערד, אז ער זאל עס אויך אנערקענען, און דאס איז די דעליווערי פונעם ווערד צו דעם פאר וועמען ס'איז באמת ווערט, און ערשט דאן וועט ער געבן דערפאר די פרייז, דאס געלט, און דאס איז די ווערד עקסטשעינדזש, דער וועקסל ווען איך געב אים א ווערד און ער טוישט עס איין אויף געלט.

די דריי זאכן "מוז" יעדע ביזנעס האבן. אויב האט עס נישט די דריי זאכן - איז עס נישט קיין ביזנעס, אויב יא מאכט עס סייווי געלט. און יא, געלט איז נאר דער פועל-יוצא, דער רעזולטאט, די לעצטע רינגעלע אין די טשעין אוו איווענטס פון די גוטע פארמולא: וועליו קריעישן + וועליו דעליווערי --> וועליו עקסטשעינדזש = מאני אין די בענק (פאר דיר)…

יעצט וועסטו פארשטיין פארוואס רוב מענטשן וואס זוכן צו מאכן "אפאר דאלער" וועלן אייביג בלייבן זוכן… נישט ווייל ס'נישטא אדער מ'קען עס נישט טרעפן, נאר ווייל ער זוכט נישט די ריכטיגע זאך. ס'יא דא געלט, אבער קיינער 'וויל' עס נישט אוועקגעבן. על כן זוך עפעס א זאך וואס דער וואס האט יא געלט וועט נאכמער נאכמער וועלן די זאך פון וויפיל ער וויל דאס געלט און - וואלא! האסט געטראפן געלט.

ס'איז ממש ווי כבוד… אויב זוכסטו כבוד - נאדא! הכבוד בורח ממנו, אויב לויפסטו אוועק דערפון - האסטו אסאך… אויב געסטעך א דריי אויס צו קוקן וויפיל דו האסט שוין - פוף…. נישטא מער גארנישט…

דער הייליגער רבי ר' זושא איז אמאל געווען אין א שטאט און געמאכט א צדקה אקציע און אריינבאקומען גאר גרויסע סכומים. און דער רב פון יענע שטאט איז געווען אויס מענטש דערפון, ער פרובירט שוין אזוי לאנג אויפצוטרייבן עפעס געלט פאר'ן ביהמ"ד פאר די שטוב - אין קורצן 'צדקה', אבער, אייגעגי, ס'גייט נישט. ווידער דער רבי ר' זושא קומט אן און ס'גייייייייסט זיך געלט פון אלע זייטן. האו קאם?

האט ער אים געפרעגט וויאזוי מ'מאכט דאס. האט אים דער רבי ר' זושא געלערנט א שיעור אין ביזנעס… "איך (זאגט דער רבי ר' זושא) האב פיינט געלט, און ווען איך קום אן אויף א פלאץ ברענג איך אריין א פיינטשאפט צו געלט ביים גאנצן עולם, על כן געט דער עולם דאס געלט פאר מיר, ווייל זיי באקומען א פיינטשאפט דערצו. דו אבער האסט זייער ליב געלט, און דו ברענגסט אריין א ליבשאפט צום געלט ביים עולם, האלטן זיי זיך עס פאר זעך אליין…

וויאזוי ברענגט מען אריין א 'פיינטשאפט' צו געלד ביי א דיעל? ווען מ'איז אליין איבערצייגט און מ'קען יענעם איבערצייגן אז דאס וואס ער גייט באקומען אנשטאט זיין געלט איז מער ווערד ווי דאס געלט וואס ער געט, דעמאלט איז דא א געוויסע 'פיינטשאפט' צו דאס געלט וואס ער קען אנשטאט דעם באקומען דעם חפץ וואס ער דארף. אויב אבער בשעת דו ווילסט מאכן געלט גייסטו זיין ביזי און קוקן נאר אויפ'ן געלט - און דאס געלט גייט ביי דיר זיין טייערער ווי די זאך פארוואס דו בעטסט דאס געלט, וועלן זיי זיך האלטן מיט'ן געלט, ווייל זיי וועלן עס אויך מער מחשיב זיין… און כדי א דאקטער זאל קענען בעטן אסאאאך געלט - טאר ער נישט זיין ביזי מיט געלט, נאר מיט זיין סערוויס וואס ער שטעלט צו: דאקטעריי. די געלט אנגעלעגנהייטן דארף מען רעדן סעקרעטערי… נאר אזוי וועט ער קענען זיין דער גוטער דאקטער פארוואס מענטשן וועלן אים נאכלויפן געבן געלט. איינמאל אבער ער לאזט נאך אין זיין ווערד און נעמט זיך זיין ביזי מיט געלט, גייט ער פארלירן זיין אביליטי צו ערצייגן די ווערד פון זיין ארבעט, און ער גייט פארלירן זיין געלט - און זיין כבוד אויך…

אנצורירן נאך איין פוינט איבער ווערד (וועליו) לגבי דעם צד השני, דער קונה, און עס אביסל בעסער אויסוועלגערן.

עכטע ווערד ווס. פאנטאזירטע ווערד...
ס'איז דא א באגריף וואס הייסט פרעסיעווד וועליו, אנגענומענע ווערד, דאס הייסט אז דער וואס באקומט די זאך אויף וואס ער צאלט - ער גלייבט צוליב "זיינע" חשבונות אז דאס איז באמת מער ווערד ווי די גאס גלייבט. און אפילו ס'איז באמת גארנישט מער ווערד וועט ער מיט דעם אלעם מעגן צאלן דערפאר, און דער מוכר וועט מעגן געהעריג נעמען דאס געלט און ס'וועט לגבי דעם מענטש נישט זיין קיין שאלה פון גניבה (מאראליש, אפילו ביי גוים). ווייל ס'איז יענעם באמת ווערד דאס געלט.

אויב גלייבט איינער (אפילו צוליב אן איינרעדעניש) אז איין געוויסע קאמפאני מאכט די בעסטע טעיפ רעקארדערס, נאך פונעם אלטן סארט… און זוכט עס און קען עס נשט טרעפן, מעג דער מוכר וואס האט עס בעטן מער (און ער פאפט אים נישט אריין אין זאק), און דער סוחר מעג צאלן מער (און ער הייסט נישט קיין נאר דערפאר) - ווייל לגבי זיין סיטואציע איז עס אים באמת ווערד. א בעסערע משל איז מפטיר יונה… דער עושר מעג צאלן צען אלפים, און קיינער איז נישט קיין גנב אדער קיין נאר, על אף וואס אני (דער שרייבער) כשלעצמי פארשטיי נישט די תאוה פון האבן דוקא מפטיר יונה, פארשטייט אבער דער ראש הקהל יא די מסכתא, און באגרייפט די טיפקייט און טייערקייט פון מפטיר יונה - וואס האט עז עי באונעס אריינגעבויעט אין זיך דעם ספעשלטי אז אויב ער באקומט עס - האט עס 'נאר' ער און קיינער נישט. עט ליעסט ביים גרויסן אפישל מנין…

די גרויסע קאמפאניעס טוען טעגליך ברבים און יעדער ווייסט דערפון און ס'איז עולם כמנהגו נוהג. ראולס רויז און בי עם דאבליו ווערן ביידע געמאכט אינעם "זעלבן" פלענט, און ס'דא צוויי נייע מאדעלס וואס די טשעסי (די באדי אויף וואס אלע חלקים ווערן ארויף און אריין געבויעט) איז די "זעלבע", און מיט דעם אלעם קאסט די נייע בי עם דאבליו ארום הונדערט פופציג אלפים און די ראולס רויז דריי הונדערט פופציג אלפים. פארשטייט זיך אליין אז זיי האבן פרובירט צו דזשאסטיפייען דעם פרייז דיפערענץ מיט אויסערליכע שינוים - אבער דער עיקר פרייז חילוק איז נאר אינעם קאפ פונעם קונה - וויאזוי ער פרעסיעווד עס. צי ווייל ער "גלייבט" אז א ראולס רויז איז מער סעיף אויפ'ן ראוד, צי ווייל ער 'פארשטייט' אז ער גייט ווערן מער געשעצט און רעספעקטירט ווען ער גייט זיך ארויסשאקלען פון א ראולס רויז - פארשטייצעך אז נאר ביי מענטשן וואס גייען 'כאפן' און באגרייפן דעם חילוק… וואס פאר זיי וויל ער טאקע געפעלן…

און די זעלבע געשעט מיט די ביואיק אין די קעדילעק - וואס ביידע ווערן געמאכט אין די זעלבע פלענט און ביידע זענען געאונט ביי דזשי עם מאטארס (מיט נאך זיבן-אכט ברענדס) - נאר אין א נידריגערע פרייז רעינדזש. דער דיפערענץ קען זיין ביז פופציג אלפים און קיין שום זאך אין די קאר קען ווערן דירעקטלי אנגעהאנגן וואס זאל בארעכטיגן דעם דיפערענץ, אויסער אפאר קליינע נארישקייטן - און די פרעסיעווד וועליו אינעם קאפ פונעם קאסטומער.

נו, גיימיר אין ביזנעס...
אויף למעשה: איך האב שוין זייער אסאך מאל געהערט און איך גלייב אז עטץ אויך: איך וויל עפענען א ביזנעס, האסט מיר אן איידיע?
אדער פון די אנדערע זייט: כ'האב א מעכטיגע ביזנעס איידיע, כ'זוך א געלט שותף...

לכאורה וואלט מען געקענט טראכן אז איך דארף נאר טון איין זאך, צוזאם שטעלן דעם צווייטן, דעם איידיע-טראכטער מיט'ן ערשטן וואס זוכט אן איידיע און אונז זעמער אלע דריי אין ביזנעס - אבער ס'איז זייער ווייט פונעם מציאות, נישט נאר לגבי וואס איך טוה יא אדער נישט, נאר מער לגבי צי ס'איז בכלל אויסגעהאלטן ביידע פון די שאלות - און אונטער דעם די געדאנקענסגאנג.

אונז ווייס מיר שוין דעם אמת, אז ביידע זענען קרום, ווייל געלט "מאכט" מען ווען מ'טרעפט א ווערטפולע זאך (פראדוקט אדער סערוויס) "אין די אויגן פונעם קונה" און מ'שטעלט עס אים צו - דאס געלט ליגט נישט אין די "איידיע".

אדרבה זאג דו מיר, ווען דו פארסט ערגעץ אדער דו גייסט אין א מאול, וועלכע מינים סטארס איז דא מער, און וועלכע מיני סטארס זענען 'מעכטיג', די איידיע סטארס? אדער די 'פלעינע' סטארס?

קודם וועסטו אייביג טרעפן פרעס אדער עסן, מעקדאנלד, ווייט קעסטל, סובוועי, קעי עף סי, און אלע אנדערע שקצים ורמשים פארקויפער. זיי שארן ביליאנס אווו דאלערס יעדעס יאר - די איידיע פון פארקויפן עסן שטאמט אהער נאך פון נח'ס צייטן זינט פון ווען מ'האט געמעגט עסן בעלי חי. בכלל נישט קיין נייע איידיע. געז, רעדער, קארס, קאר פארטס, סעוון-אילעוון, וואל-מארט, האום דעפאו, בענק - אלעס איז רעגלמעסיגע הצטרכיות פאר'ן טאג טעגליכ'ן לעבן פון רוב מענטשן. נייע איידיעס? נישט ריעסענטלי… די קאר און די גאזאלין זענען שוין הונדערט צוואנציג יאר אלט.

פון די אנדערע זייט, אויב גייסטו אריין אין א ניינדי ניין סענטס סטארס וועסטו קענען טרעפן דארט 'איידיעס' כחול הים! כינע פראדוצירט און אימפארטירט 'איידיעס' אויף א רעיט פון א דאזן א מינוט… פון אריינגעבויטע פאפוטש אין די געהעריגע שיך ביז ווייפערס אויף די ברילן…

אלא מאי? ס'איז נישט די 'איידיע' פון א נייע ערפינדונג, ס'איז די חכמה פון צוטרעפן אדער אויפטרעפן דעם "וועליו" פאר א געוויסע גרופע פון מענטשן און עס קענען דעליווערן און עס צוברענגען צו אן עקסטשעינדזש.

דאונט געט מי wראנג, מ'קען און מ'מעג און מ'זאל אויפקומען מיט איידיעס אין ביזנעס, אבער ס'זאל גיין אין א ריכטונג אויפצוטרעפן און צו צוטרעפן אזעלכע וועליוס וואס ס'איז נאכנישט דא, אדער וואס ס'איז געווארן א ניעד, א דימענד - און צוליב דעם א וועליו דוקא צוליב א ניי געשאפענעם מצב. למשל אייפאד קעיסעס… ס'איז נישט די 'איידיע', ס'איז א דימענד צוליב וואס יעדער האט די אייפאד (וואס איז אויך נישט געווען קיין פרישע איידיע! נאר דער עולם האט געהאט א מורא'דיגע פראבלעם, מ'האט געהאט וואלק-מענס און מ'האט זיך נישט געקענט שלעפן מיט אזויפיל טעיפס און סידיס און זיי האבן צוגעשטעלט א גוטע מאשין מיט כמעט אלע מוזיק. זיי האבן אויך נאר צוגעשטעלט א סערוויס).

די קאץ איבער'ן וואסער
יעצט איז געבליבן די שאלה "וויאזוי" ווייסט מען טאקע צי א ביזנעס איז א ווערד-פראדוצירער. צו דאס וואס איך גיי צושטעלן איז יענעם טאקע ווערד, אדער צו וויסן וויפיל ס'איז יענעם ווערד - וואס דאס דארף מען וויסן נאך 'פאר' מ'גייט אריין אין ביזנעס.

דער ענטפערט איז די זעלבע ענטפער אויף די שאלה, וואס מען זוכט יא ווען מ'וויל זוכן אן איידיע, מ'זוכט א גוטע וועליו דעליווערי טשענל. א וועג צו קענען טרעפן און איבערגעבן דאס וואס מענטשן דארפן פאר די רייט פרייס. נו, וואס דארפן מענטשן?

דער ענטפער פאר דעם איז ווי שוין אמאל דערמאנט, אדער סור מרע - אוועק צו נעמען פון זיך דאס נישט גוטע - די נעגאטיווע זייט. אדער עשה טוב - מאכן בעסער פאר זיך - די פאזיטיווע זייט. מניעת צער אדער ריבוי תענוג. און דאס קען זיין אויף מערערע לעוולס, בגוף, בנפש, ברוח ובנשמה, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. ביי יעדע איינע פון די זאכן זענען פארהאן זאכן וואס קענען וויי טון, פארלייכטערונג, הרוחה, און פארקערט אויך זאכן וואס קענען ברענגען הרחבה, באקוועמליכקייט, הנאה, און אפילו שמחה.

פיזיש קיין זיין אסאך לעוולס פון ווייטאגן און מ'איז גרייט צו צאלן זייער אסאך אז ס'זאל אוועק גיין, אדער פאר אינשורענס אדער סעקיוריטי אז ס'זאל נישט אנקומען, און פון די אנדערע זייט איז דא אסאך לעוולס פון געשמאק וואס מ'איז גרייט צו צאלן דאס יא צו באקומען און האבן, און אויך אז ס'זאל נישט פארלוירן גיין.

ביי די געפילן און ספעציעל ביי סאשיאליטי, איז דא אסאך זאכן וואס מענטשן ווילן נישט ס'זאל געשען אין די נעגאטיווע זייט, און אסאך אין די פאזיטיווע זייט - וואס ס'זאל יא געשען. און אזוי אויך ביי רוחני (נישט דוקא קדושה, אבער ביי הייליגע רוחניות איז עס אויך שייך ביי אידן), וואס ס'דא מענטשן וואס ווילן און זענען גרייט צו צאלן אסאך כדי צו וויסן לשם ידיעה לשם לימוד אדער לשם השגה, און ס'דא וואס ווילן זיין טעארעטיקער און פיליזאפן ווייל דאס גייט זיי געבן סטאטוס אין זייערע רייען פונקט ווי דער ראולס רויז וועט געבן פאר'ן עושר אין זיינע רייען. הצד השוה שבהן - ס'איז זיי ווערד און זיי קענען עס שאצן, און זענען גרייט צו באצאלן.


שפעטער אין די מארקעטינג חלק וועלן מיר מער מאריך זיין אין די נושא לגבי וויאזוי צו קענען 'אקטיוויזירן' די נויטיגע נעגאטיווע אדער פאזיטיווע געפילן ביי די מאסן מענטשן וועמען דו האלטסט אז זיי גייען קענען שאצן און זיין גרייט צו באצאלן פאר דיין וועליו, וויאזוי צו רעדן צום הארצן פון די מענטשן וואס קומען אין 'מארקעט' איינקויפן - וואס דאס טייטשט 'מארקעטינג.

אבער די מארקעטינג חלק איז רעלעוואנט, עפישנט און פראדוקטיוו נאר 'נאכדעם' וואס דו האסט אויסגעבויט די ריכטיגע וועליו און דו ווילסט עס 'אקטיוועיטן', אבער דאס איז פאר שפעטער, פאר יעצט איז גוט מען זאל פארשטיין די וועליו דעליווערי - די סיבה 'פארוואס' מענטשן גייען מסכים זיין צו געבן געלט. און דאס איז אויב דו שטעלסט צו א פראדוקט אדער א סערוויס וואס וועט אדער (1) אוועק נעמען אן עקזיסטירנדע פיין אדער אומבאקוועמליכעקייט, מוטשעניש (נעגאטיוו), אדער (2) היטן אז ס'זאל נישט קומען (נעגאטיוו), אדער (3) צושטעלן א תענוג, א באקוועמליכקייט (פאזיטיוו - יברכך), אדער (4) פארזיכערן אז די פאזיטיוו וועט נישט פארלוירן ווערן (וישמרך…).

אשר על כן, אויב זוכסטו יא אן איידיע פאר א ביזנעס, אדער צו פיקסן די ביזנעס וואס דו ביזט שוין דערין, דארפסו אויסזוכן וועלכע זאך דו טוסט וואס מיט דעם העלפסטו מענטשן און דו מאכסט זיי גרינגער אין א געוויסע סיטואציע אדער מיט א געוויסע זאך. דו ביסט נישט אין קיין פראדוקט ליין, ווייל פראדוקטס "מאכן" נישט קיין געלט, די פראבעלעמען וואס דו מענטשן האבן און דער פראדוקט גייט אוועק נעמען דעם פראבלעם 'דאס' מאכט געלט.

אויב גייסטו למשל העלפן נאר מענטשן מיט גרויסע פריזערס און זיי צושטעלן סערוויס אז ס'זאל זיך קיינמאל נישט אויסלעשן, ביסטו אין די 'פריזער סערוויס אינדוסטרי' אבער דיין ביזנעס איז נישט פרי-אן, נאר דו העלפסט די ספעציפישע מענטשן וואס האבן גרויסע פריזערס מיט א סערוויס אז זיי זאלן נישט ציטערן אז זיי גייען דערלייגן גאנצעטע פריזערס מיט סחורה ווען די פריזערס גייען קראכן…

גיי ארויס פון דיין באבל, קוק אויף דיינע פראדוקטס און סערוויסעס פונעם קוק-ווינקל פונעם ענד-יוזער, דער וואס גייט שאצן פארוואס דו ביסט ווערד און וויפיל. קוק וואס אים טוט וויי און פארוואס ער גייט דיר אוועקגעבן זיין געלט. און בוי אויף דעם. קיינער דארף נישט קיין פרי-אן און קיינער דארף נישט באמת קיין פריזער סערוויס, מ'דארף די סחורה זאל נישט קאליע ווערן, און מ'מוז צוקומען צו די זאכן כדי צו עררייכן דעם ציל - ווען דו געדענקסט דעם ציל, צילסטו צו די זעלבע זאך וואס דיין קאסטומער - דער וואס וויל דיר געבן געלט - צילט.

קומענדיגע ארטיקל וועט אי"ה דער סטעפ ביי סטעפ איינצופלאנצן די יסודות אין די היינטיגע טאג טעגליכע אקטיוויטעטן אין ביזנעס.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 5:19 am
דורך Iphone
Wow thanks!

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 9:41 am
דורך מילכיגער
יישר כח. איך בין ספיטשלעס פון דיין כח הסברה!

רביצן אויערבאך האב איך געליינט אין בית הספר אלס בחור....ווי די וועלט זאגט "א גאנז חלומ'ט פון טענגערע" האסטו אין יענע טראגישע נאוועל אויך געזען א ביזנעס סוד...

און דאס אז רבי ר' זושא פלעגט גיבן ביזנעס לעקציעס...און די צושטעל פון געלד צו כבוד...

א מעסטערפיעס!

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 12:06 pm
דורך זאל ער קומען
מילכיגער האט געשריבן:יישר כח. איך בין ספיטשלעס פון דיין כח הסברה!
רביצן אויערבאך האב איך געליינט אין בית הספר אלס בחור....ווי די וועלט זאגט "א גאנז חלומ'ט פון טענגערע" האסטו אין יענע טראגישע נאוועל אויך געזען א ביזנעס סוד...
און דאס אז רבי ר' זושא פלעגט גיבן ביזנעס לעקציעס...און די צושטעל פון געלד צו כבוד...
א מעסטערפיעס!

א גרויסן יש"כ פאר'ן דאנק.
איך האב אויך געליינט דעם בוך אלץ בחור, נישט מער געדאכט (נישט אין בית הספר…) און ס'ליגט נאך אין די קעמערלעך פון זכרון… און ס'קומט אפיר ווען מ'דארף זיך מסביר זיין ב"ה.
ביינונז פלעגט מען זאגן א פערד חלומ'ט פון הובער...

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 1:12 pm
דורך חברותה
זאלער, מעכטיג גוט באשריבען, סיי די ארטיקעל און אויך די אנדערע ביזנעס ארטיקלען, קים איט אפ, איך ווארט פאר שוין די לעצטע ביזנעס ארטיקעל ווי איך האף די גייסט שרייבן וויאזוי מ'זיצט מיט די פוס ארויף און משארט געלט......

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 1:17 pm
דורך זאל ער קומען
חברותה האט געשריבן:זאלער, מעכטיג גוט באשריבען, סיי די ארטיקעל און אויך די אנדערע ביזנעס ארטיקלען, קים איט אפ, איך ווארט פאר שוין די לעצטע ביזנעס ארטיקעל ווי איך האף די גייסט שרייבן וויאזוי מ'זיצט מיט די פוס ארויף און משארט געלט......


אויב וועסטו פאלגן אלעס ביז אהין... האסטו טשענסעס.
והשנית, וואס גיט דיר דעם געפיל איז איך האלט מ'דארף נישט ארבעטן? לויט מיין אינפארמאציע ארבעט ביל געטס און ווארן באפעט א גאנצן טאג.
דריטנס, גלייב מיר אז דו ווילסט נישט אנקומען אהין... זאלסט זיין געזונט און ארבעטן ביז די הונדערט און צוואנציג, נאר מיט עטליכע מעלאנעס אין באנק.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 1:28 pm
דורך לכתחילה אריבער
זייער אינטערעסאנט, אינפארמאטיוו און גוט געשריבן. ישר כח.

כ'טראכט צו עס וואלט נישט געווען נאך בעסער, אויב איר לייגט קעפלעך, פאר יעדע נייע פוינט.

הצלחה מרובה, און נאכאמאל א ישר כח.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 1:40 pm
דורך בערקא
חברותה האט געשריבן:זאלער, מעכטיג גוט באשריבען, סיי די ארטיקעל און אויך די אנדערע ביזנעס ארטיקלען, קים איט אפ, איך ווארט פאר שוין די לעצטע ביזנעס ארטיקעל ווי איך האף די גייסט שרייבן וויאזוי מ'זיצט מיט די פוס ארויף און משארט געלט......

ס'איז זייער שווער צו שארן זיצעדיג

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 1:41 pm
דורך בערקא
מילכיגער האט געשריבן:יישר כח. איך בין ספיטשלעס פון דיין כח הסברה!

רביצן אויערבאך האב איך געליינט אין בית הספר אלס בחור....ווי די וועלט זאגט "א גאנז חלומ'ט פון טענגערע" האסטו אין יענע טראגישע נאוועל אויך געזען א ביזנעס סוד...

און דאס אז רבי ר' זושא פלעגט גיבן ביזנעס לעקציעס...און די צושטעל פון געלד צו כבוד...

א מעסטערפיעס!

קריעטיוו בעל הסבר עפעס וואונדערליך!

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 1:45 pm
דורך מטעמים
געלייענט אין הנאה געהאט, א הערליכען דאנק.

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 16, 2014 11:06 pm
דורך חברותה
זאלער, איך מיין צו זאגן אז דיינע ארטיקלען זענען אזוי גוט אז לויט ווי אזוי ספארט גייט נאך איינמאל קומען אזא ארטיקעל.. אבער פליס נישט אין פאבליק.. די ארטיקעל שיק מיר נאר אין אישי...... איך שאר יעצט אויך שוין געלט זיצענדיג מיט די פוס ארויף, איך זיץ יעדן טאג מיט די פוס ארויף זיבן אזייגער אין מקוה אנצוטוהן מיין שטרימפ ווייל איך דארף לויפן אין ארבעט, און איך שאר אפאר סינגעלס יעדן טאג... איך קען באשטיין איך זאל האבן די מעגליכקייט צו זיצן מיט די פוס ארויף אויך אנדערע צייטן אין טאג, און די געלט וואס איך שאר זאל זיין גרעסערס פון סינגעלס..

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 17, 2014 10:07 pm
דורך נישט
זאלער, יעצט אנגעקומען צו ליינען, פפשששש הערליך שיין, א מעסטער פיעס,

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 17, 2014 10:47 pm
דורך קהת
געענדיגט לייגען, דער איז א מומחה עצום ונורא!! מעסיוו איז נישט ס'ווארט!! שכויעך מיר ווארטען אויפן נעקסטע חלק.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:31 pm
דורך לוי יצחק
זייער זייער שיין.
גאר אינפארמאטיוו.
יישר כח גדול.
איין הערה נאר, אפשר איז כדי קומענדיגע מאל צו צעטיילן אין צווייען?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 2:39 pm
דורך זאל ער קומען
א הארציגן שכח פאר די באדאנקער.
איך האב עס שוין צוטיילט און צוויי..... כ'על מוזן באשטימען א ווארד קאנט און ווען עס גייט איבער די קאנט עס מאכן פאר א נייע ארטיקל.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 2:46 pm
דורך לכתחילה אריבער
זאל ער קומען האט געשריבן:א הארציגן שכח פאר די באדאנקער.
איך האב עס שוין צוטיילט און צוויי..... כ'על מוזן באשטימען א ווארד קאנט און ווען עס גייט איבער די קאנט עס מאכן פאר א נייע ארטיקל.

אז דו מאכסט קעפלעך, קענסטו עס מאכען ווילאנג דו ווילסט.

עס קוקט נישט אויס אזוי לאנג, און מען קען ליינען א חלק אויף אמאל, מען געדענקט ווי מען האט געהאלטן, און מען פילט נישט ווי מען האט נאר געליינט "איין טייל".

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 4:08 pm
דורך זאל ער קומען
איך האב געמאכט נייע קעפלעך, איז דאס וואס דער עולם האט געמיינט?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 4:27 pm
דורך לכתחילה אריבער
זאל ער קומען האט געשריבן:איך האב געמאכט נייע קעפלעך, איז דאס וואס דער עולם האט געמיינט?

יעס!

מאך א ספעיס אונטער די קעפל, און "אנדערליין" אדער ענדליכס, עס זאל מער "ארויסשטיין". אויך אויב מעגליך, זאל די קעפל זיין מער "אינפארמאטיוו" איבער וואס די קומענדע שמועס איז.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 6:56 pm
דורך געלעגער
מאסיוו!! א צווייטע אויסדרוק האב איך נישט!

זאג נאר, וואן ביסטו געווען ביז יעצט?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 6:35 am
דורך עקבי הצאן
זייער שיין רב "זאלער", געווענליך איז מיר שווער צו ליינען לאנגע ארטיקלען, אבער ווען ס'איז אזוי שיין אאון געשמאק געשריבן כאפט מען ניטאמאהל ווי לאנג מ'האט געליינט.

סאו אלץ מיר אויס ווי לענגער אלץ בעסער, ס'זאל זיך נאר גיסן, ויה"ר אז ס'זאל טאקע זיין עושה פירות זיין פאר מיר און פאר אלע יודישע קינדער.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 07, 2014 6:05 am
דורך חיים צבי
אז דו האלסט שוין כמעט ביים זעקסטן האב איך מיר געמוזט אביסל אונטעראיילן און ענדיגן די צווייטע.

הערליך, הערליך, הערליך.

די כלל פון דעם ארטיקל קומט אויך אריין אין די שפעטערע שטאפל פון ברענדינג, ווען דו האסט שוין געמאכט א סיסטעם וואס קריעטעד, דיליווערד, און עקסטשנשעד וועליו, און א קאמפעטישן האט אויך געבויט א ענליכע סיסטעם (די זעלבע ממש איז אוממעגליך) אקעגנאיבער דיינס, יעצט איז רעקאמענדירט זיך צי ׳אנדערשווייזן׳ (differentiate) פונם קאמפעטישן, האלט פאר די אויגן אז דער דיפערענץ זאל נאר זיין אזוינס וואס די קאסטומער וועליוד, און נישט כפיס וואס איז דיר אנגעקומן שווער צו מאכן.

צומאל זעט מען עדס וואס הייבן ארויס פונקטן וואס זענען באמת וויכטיג פאר די ׳back end' פונם ביזנעס און זענען ווארשיינליך אנגעקומן שווער איינצופירן, אבער פאר דעם קאסטומער מיינט עס גארנישט.

״מיר האבן איינגעפירט א נייע סיסטעם צו פראסעסן אייערע ארדערס"
ברוך השם! זאל דיר דער באשעפער העלפען אויף ווייטער. וואס נאך איז נייעס?

״מיר זענען שוין דרייסיג יאר אין ביזנעס״
.. און דאס איז די בעסטע עד וואס עטץ קענטס מאכן? Shame on you

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 07, 2014 8:43 pm
דורך זאל ער קומען
חיים צבי האט געשריבן:אז דו האלסט שוין כמעט ביים זעקסטן האב איך מיר געמוזט אביסל אונטעראיילן און ענדיגן די צווייטע.
הערליך, הערליך, הערליך.
די כלל פון דעם ארטיקל קומט אויך אריין אין די שפעטערע שטאפל פון ברענדינג, ווען דו האסט שוין געמאכט א סיסטעם וואס קריעטעד, דיליווערד, און עקסטשנשעד וועליו, און א קאמפעטישן האט אויך געבויט א ענליכע סיסטעם (די זעלבע ממש איז אוממעגליך) אקעגנאיבער דיינס, יעצט איז רעקאמענדירט זיך צי ׳אנדערשווייזן׳ (differentiate) פונם קאמפעטישן, האלט פאר די אויגן אז דער דיפערענץ זאל נאר זיין אזוינס וואס די קאסטומער וועליוד, און נישט כפיס וואס איז דיר אנגעקומן שווער צו מאכן.
צומאל זעט מען עדס וואס הייבן ארויס פונקטן וואס זענען באמת וויכטיג פאר די ׳back end' פונם ביזנעס און זענען ווארשיינליך אנגעקומן שווער איינצופירן, אבער פאר דעם קאסטומער מיינט עס גארנישט.
״מיר האבן איינגעפירט א נייע סיסטעם צו פראסעסן אייערע ארדערס"
ברוך השם! זאל דיר דער באשעפער העלפען אויף ווייטער. וואס נאך איז נייעס?
״מיר זענען שוין דרייסיג יאר אין ביזנעס״
.. און דאס איז די בעסטע עד וואס עטץ קענטס מאכן? Shame on you

די ביסט זייער זייער גוט! איך האלט נאכנישט ביי עדס, אבער דו ביסט רייט אן טרעק!
האסט פארגעסן פון די אלעמען באליבטע:
"פרייליכע נייעס"
מיט גרויס פרייד טוען מיר מעלדן אז א פרישע שיפמענט איז יעצט אנגעקומען!

זייער פרייליך, ממש אה ---
ווער פריידט זיך אז די קאמפאני האט נארוואס אריינבאקומען א פרישן שיפמענט?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2014 9:06 am
דורך מילכיגער
אין די היימישע אויסגאבעס לויפט א אדעווערט פאר א פרינטינג קאמפאני וואס איז פונקטליך מסביר די פראסעס וואס א פרינטער גייט דורך ביז ס'קומט ארויס א פעיזש...

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2014 9:22 am
דורך זאל ער קומען
גראדע דאס קען אמאל יא צוגעבן צו די וועליו ווען דער קלייענט פארשטייט וואס די פראסעס איז. סיי עס איז אים אינטערסאנט, און סיי ער האט אנדערע עקספעקטעישנס - וואס דאס איז פון די גרעסטע צילן אין ביזנעס: מענעדשן עקספעקטעישנס (מ'עמיר נאך אנקומען דערצו).

און נאך א זאך, ער ווערט געוואויר וואס פרינטינג מיינט - דורך דיר, וואס דאס האט אין זיך א ברענדינג עלעמענט, ווייל פון היינט און ווייטער ווען ער טראכט פון פרינטינג קען דאס העלפן ער זאל אטאמאטיש טראכטן פון דיר. אבער און געוויסע פעלער קען ער טאקע טראכטן גראד פון דיר און דערמאנט זיך טאקע אז צו דיר גייט ער מער נישט נאכאמאל.... אבער דאס אלעס איז שוין עדווענדסט סטאף.