בלאט 1 פון 2

וואס איז יא א 'ביזנעס' #1 - אמאל און אמאל און אמאל און היינט

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:58 am
דורך זאל ער קומען
כ'האב שוין היבש געשריבן איבער'ן סור מרע, וואס נישט צו טון, און וואס ביזנעס מיינט נישט. היצטער לאמיר טוישן ריכטונג און בס"ד אריינגיין אין וואס ביזנעס מיינט יא.

דיסקלעימער: כ'גיי נישט קאווערן 'אלעס' וואס ליגט אלץ אין 'ביזנעס' ווייל ס'דא זייער זייער אסאך צווייגלעך און בלעטלעך, אבער כ'גיי פרובירן אויפצובויען דעם שטאם, דעם יסוד אויף וואס כמעט אלע איבריגע חלקים הענגען דערויף - וואס אויב האט מען דעס ארויס באמת קען מען אסאך חלקים אליין אויפקומען מיט ריכטיגע אדער כמעט ריכטיגע ענטפערס, וואס אן דעם איז זיכער נישט בעסער. און אפשר ערגער…

ס'פעלט זיך אויס צו פארשטיין עטליכע מושגים, קאנסעפטס כדי צו פארשטיין די נקודה הפנימית פון ביזנעס. אפאר האב איך שוין געדעקט און אפאר וועל איך פרובירן אנצורירן גענוג אז מ'זאל פארשטיין וואס איך מיין. ותן לחכם ויחכם עוד, ועוד חזון למועד.

אז מ'וויל האבן א גוטע ביזנעס דארף מען וויסן וואס ביזנעס מיינט, און אין קורצן: 'ביזנעס' מיינט ווערד-פראדוצירונג.

ס'איז נישט קיין חידה… קודם לאמיר געבן א קוק וויאזוי די וועלט באפעלקערונג האט זיך אן עצה געגעבן נאך פאר 'ביזנעס' איז אנטשטאנען, און נאכדעם עפלייען די גאר אלטע חכמות צו די היינטיגע מאדערנע צייטן.

דער מין אנושי, דער מענטש דארף האבן געוויסע זאכן אויף צו קענען עקזיסטירן. נערונג, קליידונג, שעלטער, פאמיליע, זיין אפגעהיטן פון בייזע און שעדליכע עלעמענטן. ממש בעיסיק הצטרכיות וואס אן דעם קען מען נישט עקזיסטירן. אבער… א מענטש אליין קען נאר טון וויפיל ער קען.

אויב זאל א מענטש דארפן 'אלעס' טון פאר זיך אליין, וועט יעדער שטארבן פאר הונגער נאקעטערהייט, ווייל כדי צו האבן וועש מוז איינער האדעווען שאף, שניידן די וואל, עס קעמען, מאכן פאדעם, וועבן, מאכן סחורה, מאכן קליידער און ערשט נאכדעם אנטון. ביז דעס זאל געשען וואלט גענומען א שיינע פאר יאר, ווייל ווי קען אן איין יעריגס האדעווען שאף? און אפגערעדט די אלע אנדערע זאכן…

ואשר על כן איז די וועלט מתחילת ברייתה געווען איינגעשטעלט אויף אינטער-דעפענדענס, (דעפענדענס מיינט אנגעוויזנקייט אויף אנדערע, אינדעפענדענס מיינט נישט זיין אנגעוויזן אויף קיינעם, אינטער דעפענדענס מיינט יעדער איז אייניג אנגעוויזן אויפ'ן צד שכנגד און ס'הערשט אן איקוויליבריום, קיינער ציעט נישט פון צווייטן מער פון וויפיל יענער ציעט אויף צוריק, בלייבט עס בדרך הממוצע).

אין מציאות האט זיך עס אויסגעשטעלט אז איינער איז פארנומען זיין גאנץ לעבן נאר מיט האדעווען שאף און שניידן די וואל, איינער איז פארנומען זיין גאנץ לעבן נאר מיט מאכן סחורה, איינער מיט מאכן קליידונג, איינער מיט שניידן ווייץ און מאכן מעל, איינער באקט, איינער מעלקט, איינער מאכט פוטער און קעז, איינער שניידט ביימער, און איינער בויעט הייזער, איינער טישן און בענק, און איינער הינער און אייער. און אויך אזעלכע וואס טוען די שיפינג ענד הענדלינג פון די אלע זאכן…

אויך ווערט אריינגעווארפן דעם 'וחסרונן', אז דער רבש"ע האט געמאכט מענטשן ליב האבן פארשידנארטיגע זאכן און זיי שפירן כאילו ווי ס'פעלט זיי עכט אויס, אבער ס'איז נאר - כדי להחיות בהם נפש כל חי, דער מענטש זאל קענען הנאה האבן פון די שיינע בריאה. קומט צו טאמעיטעס און פאטעיטעס, פיקל און צוויקל, פרוכט, ניס, ירקות און בעריעס וכו'.

יעצט קומט אויס אזוי. יעדער האט אסאך פון איין זאך - דאס וואס ער טוט אייביג, און יעדער דארף אבער נאך זאכן - די איבריגע וואס ער טוט נישט. דער בעקער האט ברויט, סאאאאאאאך מער פון וויפיל ער קען אויפעסן, אבער ער דארף אויך הויזן, מילך, און א דאך איבער'ן קאפ. לאמיר צונעמען דעם מצב מיט אפענע קארטן… ער האט א ווערדפולע זאך, ווייל אנדערע מענטשן וואס האבן עס נישט דארפן עס, און ער דארף עפעס אנדערש וואס אנדערע מענטשן האבן יא און ער האט עס נישט. און די זעלבע מציאות חזר'ט זיך איבער ביי 'יעדן'.

וועגן דעם איז געווארן א מארק פלאץ. יעדער האט געברענגט זיינע סחורה צום מארק פלאץ און מ'האט געמאכט חליפין - זה חליפתי. דו געמער צוויי טאמעיטעס און איך געב דיר דריי אייער, און דו געמיר דריי לעבלען ברויט פאר צען אייער, און דו פאררעכט מיין דאך פאר א דריי דאזן אייער, און דו שיק מיר הויזן פאר די גאנצע פאמיליע און קענסט אפנעמען א פערציג-פופציג פרישע אייער. און מיט די אייער וואס ס'בלייבט איבער עט מען מאכן אייערשפייז…

און אזוי האט יעדער באקומען אלעס.

וואס איז אבער געשען? מיכל דער פארמער האט זיך אנגעהויפנט בערג, חמרים חמרים מיט טאמעיטעס, ער האט שוין געטיילט רעכטס און לינקס, אריינגעשטיפט יעדן וויפיל ס'איז געגאנגען, אבער… דער עולם האט זיך נישט אזוי צוגעכאפט דערצו… קיינער האט עפעס נישט געוואלט נעמען ביינעם א צוויי טויזנט טאמעיטעס און אים צובויען א בוידעם…

קודם האט ער געטרייעט מיט שיעבודא דרבי נתן, געגעבן פאר די גאנצע שטאט טאמעיטעס אז זיי זאלן אלע געבן פון זייער סחורה פאר'ן בוידעם פאבריצירער, און איינמאל איז עס גראדע געלונגען…. יעצט אבער האט דאך שוין דער גאנצער עולם געהאט גענוג טאמעיטעס פאר חריף ביז פסח - נו וואו רוקט מען ארויס נאך סחורה, און וויאזוי מאכט מען אפאר גרייצער?

דער זעלבער פראבלעם האט זיך אנגעהויבן צו מאכן ביי אלע פאכלייט - נישט נאר ביי די טאמעיטעס. יעדער האט אנגעהויבן צו האבן מער פון וויפיל דער עולם האט געדארפט. און ס'געווארן א כאאס, די חברה האבן אנגעהויבן שרייען און סטראשען אז זיי טוישן ליין און זיי גייען סטאפן מאכן די זאכן! נו, שטעלט ענק פאר וואס פארא מהפיכה דארט איז פארגעקומען. הלמאי קען מען דען גיין אנע הויזן?

האט מען באשלאסן אזוי. מ'וועט נעמען איין זאך - למשל א שטיקל גאלד - וואס קען נישט פארדארבן ווערן און האט א ווערד ביי יעדן איינעם, און מ'וועט אויפטוישן אלעס וואס מ'האט אויף דעי סחורה. פארשטייט זיך אז נישט יעדער באקומט פאר יעדע קליינע זאך וואס ער האט די זעלבע מאס גאלד, אבער מ'וועט לאזן דעם יעצטיגן סיסטעם אין פלאץ, דהיינו אויב גייט צוויי טאמעטעס פאר דריי אייער, און אויך א לעבל ברויט, און אויך א פלאש מילך, און א טאשן-טיכל, און א שעה קלאפן האלץ - וועט מען פאר אלע פון די זאכן געבן איין זא קליין שטיקל. און אכצן זעלכע קליינע שטיקלעך וועט קענען דעקן א גאנצע שענקל פון א קאלב. וכן על זה הדרך.

יעצט זעמיר אנגעקומען!

קיינער האט נישט עכט געדארפט קיין 'געלט'. מ'האט אבער יא געוואלט האבן וואס מער פון די עובר-לסוחר'דיגע 'זאך' וואס גייט מיר ערלויבן צו קענען באקומען וואס איך וויל יא עכט האבן. די פיש/פלייש/אייער/וועש/סאמער האוז וכו'. און וועגן דעם האט יעדער געמוזט ברענגען צום מארק-פלאץ עפעס וואס יעדער דארף, כדי אויף דעם צו באקומען עפעס טאפעדיגע עובר-לסוחר'דיגע סחורה - וועל מיר עס אנרופן גאלד.

או, אבער ס'איז נישט גאלד, ס'קען דאך זיין עני אנדערע זאך וואס 'יעדער' איז מחשיב און וועט מסכים זיין ווייטער צו טראגן דעם שוויות און דאס קענען איינטוישן פאר עפעס אנדערש - אפילו נאכ'ן טוישן הענט אפאר מאל - פאר כסדר'דיגע הצטרכיות. למשל, ס'קען זיין א טייערע פלאש וויין למשל, וואס אויב האט מען דעס קען מען עס איינטוישן פאר אפאר לעבלען ברויט, אבער דער בעקער קען עס נאכדעם איבערלאזן ביים קצב פאר פלייש, און דער קצב קען עס איבערלאזן ביים אתרוג סוחר וועלכער וועט עס איבערלאזן ביי די סכך קיינעס. קומט דאך אויס אז די ווארט נישט 'גאלד' - איז געבליבן אז מ'וועט עס רופן געלד…

וויאזוי באשאפט/פארשאפט מען די 'סחורה' וואס הייסט געלט? מ'ארבעט, מ'פראדוצירט, מ'ברענגט עס אין מארק, מענטשן זוכן עס און זענען גרייט אוועק צו געבן דערפאר פון די 'געלט' ווארע, און אזוי 'מאכט' מען געלט. אזוי באשאפט מען געלט.

פעסט פארווארד צו היינטיגע צייטן. די מאנקי ביזנעס האט זיך טאקע געענדיגט, אבער דער גאנצער רעדל איז געבליבן ממש אקוראט די זעלבע, ס'איז נאר צוגעדעקט מיט א שיינע איי-פאד האלטער…

קיינער דארף נישט עכט קיין געלט. אבער קיינער גייט נישט סתם אזוי אוועק געבן דאס געלט וואס ער האט… נו, האיך יתקיימו שניהם? דער תירוץ איז, קיינער דארף טאקע נישט קיין געלט, אבער מ'וויל יא האבן דעם כוח, די פרייהייט וואס געלט קען ברענגן, דהיינו צו באקומען דערפאר זאכן וואס מ'דארף. סיי די בעיסיק ניעדס וואס מ'דארף באמת האבן, און סיי זאכן וואס גייט אריין אינעם וחסרונן - ווייל איך גלייך עס, און סיי זאכן וואס גייען אריין אינעם לא תחמוד וכו' - ווייל יענער האט עס...

און מענטשן זענען אזוי פארנומען מיט'ן זיך פארשאפן געלט אויף וויכטיגע און מינדערוויכטיגע זאכן - וואס קען לויט זיי מאכן דאס לעבן גרינגער - אז זיי זענען מסכים שווער צו ארבעטן צו קענען באקומען געלט -- וואס דאס גייט צוברענגען אז איך וועל קענען טוען 'וואס איך וויל, ווען איך וויל, וויאזוי איך וויל.' ווייל איך קען עס באצאלן, און ס'דא מענטשן וואס האבן אויך אזוי ליב דעם כוח, דעם פאוער, פונקט ווי איך, אז זיי זענען גרייט צו טוען אלעס וואס איך וועל נאר וועלן, אבי זיי זאלן קענען נאכדעם טון מיט דעם געלט - וואס איך גיי זיי געבן - וואס זיי וועלן וועלן טון.

דעם פאוער וויל קיינער נישט אוועקגעבן, און וועגן דעם וויל קיינער 'קיינמאל' נישט אוועקגעבן קיין טראפ געלט - וואס דאס איז דאך דעי פאוער. נאר --- ער יעצט וויל ער האבן עפעס א זאך, און דער רצון צו האבן די זאך איז סאך מער ווי דער רצון און די מעגליכקייט צו האבן דעם פאוער פון 'האבן וואס איך וויל', און דערפאר איז ער גרייט אוועקצוגעבן פונעם פאוער וואס הייסט געלט כדי צו עררייכן די זאך וואס ער וויל עכט אין ערזאץ.

און ס'ווענדט זיך ווי שטארק ער דארף די זאך און ווי גרינג ער גייט קענען צוקומען צו די זאך. פאר א רעפטל ברויט איז א מענטש מסכים אוועקצוגעבן נאר אזוי סאך פאוער וואס ס'ליגט אין א קוואדער, אבער ---- אויך איז יעצט אינמיטן די מלחמה און ס'נישטא קיין עסן! אן קיין חכמות. מענטשן שטארבן אין די גאסן רח"ל פאר הונגער. פלוצלינג גייט א הארטע שמוציגע שטיקל ברויט גיין פאר טויזנט און אפילו צען טויזנט און אפילו מיליאן דאלער. ווייל אן דעם איז די 'גאנצע' געלט 'גארנישט' ווערד - ווייל אין מלוין לו לאדם אויף יענער וועלט אפילו א פעני.

קומט אויס, אז אן עושר מיינט אז ער האט די מעגליכקייט צו טון וואס, ווען און וויאזוי ער וויל, און איז נישט געבינדן צו קיינעם און צו גארנישט. ולא עוד, ווייל ער האט סייווי די מעגליכקייט צו טון וואס ער וויל האבן מענטשן אים ליב, אדער - בעסער געזאגט - פארשטייען מענטשן אז ער קען זיך לאזן קאסטן פאר סיי וועלכע משוגעת וואס פאלט אים ביי, ווייל ער קען, האבן מענטשן ליב זיך צו דרייען נעבן אים, ווייל ס'קען זיך מאכן אפורטוניטיעס וואס קען זיך שווער מאכן ערגעץ אנדערש. ווייל ווען א צווייטער וועט זען אז מ'קען נישט עפעס ערלעדיגן וועט ער אויפגעבן, אבער נישט דער עושר! ער קען דאך יא, וועט ער זיך לאזן קאסטן, און אז איך וועל דארט זיין צו קענען ערפילן זיין וואונטש וועל איך מאכן דאס געלט, און אין טורן וועל איך נאכדעם קענען טון וואס איך וויל - לויט וויפיל געלט איך וועל האבן.

און מענטשן וועלן זיך סייווי משדך זיין מיט'ן עושר, ווייל יעדער קען באשטיין אז זיין קינד זאל זיך דרייען אויף א פלאץ וואו מ'קען טון וואס אימער ס'פעלט זיך אויס ווען ס'פעלט זיך אויס. און קיין הלואות פון מענטשן דארף ער נישט עכט, און ווען יא וועט מען אים סייווי בארגן… וועגן דעם איז ער א כמו מלך. (און אויב האט ער שלעכטע מידות דארף ער עס קיינמאל נישט באהאלטן אויס מורא אז ער וועט איינעם נישט געפעלן. די העק וויט דעם. גענוג מענטשן וועלן בלייבן שמייכלען אפילו כ'על זיי נישט געפעלן… דאס איז פשט אין די משנה אדם ניכר בכיסו… אויב האט מען אסאך געלט, און מ'מיינט אז מ'קען שוין טון אלעס וואס מ'וויל, קומען ארויס די עכטע קאלירן פונעם מענטש).

א ראי' צו דעם אז די עיקר כוח פון אן עושר איז נאר די 'מעגליכקייט' פון אויסגעבן דאס געלט, און נישט סתם די געלט לשם געלט - קוק וואו ער האלט עס און וויאזוי ער נוצט עס. וואס האט אן עושר באמת פונעם געלט ווען ס'ליגט אין באנק? אויב האט ער נישט קיין שירעם און ס'נעמט זיך גיסן, ווערט ער פונקט אזוי דורכגעווייקט נאס ווי דער קבצן וואס שטייט נעבן אים און האט אויך נישט קיין שירעם, נו וואס איז דער יתרון העושר דעמאלט?

דער חילוק איז אבער אין הארץ… דער ארימאן טראכט ביי זיך: ווען איך וואלט געהאט (געלט) די מעגליכקייט צו קויפן שירעמעס, וואלט איך געהאט א מיליאן שירעמעס אבער נאס וואלט איך נישט געווארן און נישט געלאזט נאס מאכן מיין טייערן אנצוג. דער עושר טראכט --- נישט… אויב וואלט ער עכט געוואלט האבן א שירעם וואלט ער געהאט! און מה כל הרעש אז די סוט ווערט נאס? העכסטנס עלעך קויפן א נייע…

'דאס' איז עשירות, די מעגליכקייט צו קענען האבן וואס ער דארף ווען ער דארף עס. און דערפאר איז ער רואיג און צופרידן אפילו ווען ער האט למעשה נישט קיין שירעם אינעם שלאקס-רעגן, ווייל ס'איז אים יעצט גוט אזוי.

ואם כן זאגט אונז די משנה אויס א גרויסן סוד, איזהו עשיר? דו ווייסט וואס מאכט באמת דעם עושר פאר אן עושר, השמח בחלקו, דאס וואס ער איז רואיג און צופרידן אז אויב דארף ער עכט עפעס גייט ער עס קענען האבן… ואם כן וואס דארפסטו דאס געלט אין די באנק? אויב דו וועסט עכט דארפן וועסטו מיט'ן כוח הבטחון עניוועי האבן די מחסורך, ביסטו שוין אן עושר...

און יעצט צוריק צו אונזער חידה. 'ביזנעס' מיינט ווערד-פראדוצירונג.

א ביזנעס איז גארנישט. ס'איז נישט קיין טענדזשיבל ממשות'דיגע זאך. נישט די בילדינג, און נישט די לאגא און נישט די ברענד, און נישט די ביזנעס קארד איז א 'ביזנעס'. און די לעדערהעד אויך נישט.. (און די העטלעדער אוודאי ניש…). א ביזנעס איז די גאנצע פראסעס פון ערצייגן עפעס וואס מענטשן דארפן (באשאפן א ווערד) און עס זיי איבערגעבן - און דער עולם געט דיר דערפאר א ווערטפולע זאך אין עקסטשעינדזש.

ווען אימער דאס געשעט איז די ביזנעס א ביזנעס, און ווען דאס געשעט נישט - דו פראדוצירסט נישט קיין זאך, אדער דו פראדוצירסט יא עפעס וואס קיינער דארף נישט, אדער דו פראדוצירסט יא עפעס וואס יעדער דארף אבער זיי קענען יעצט נישט מאכן דעם חליפין - פאר סיי וועלכע סיבה, האסטו יעצט מאמענטאל נישט קיין ביזנעס. ווייל 'ווערד' ווערט נישט באשאפן יעצט.

סאו באדעם ליין הייסט עס אז איך דארף פראדוצירן ווערד דורך צושטעלן עפעס וואס מענטשן דארפן אינעם מארק-פלאץ (סוד: היינט ווערט ממש דעס אנגערופן מארקעט פלעיס, אדער סתם מארקעט. קיינמאל נישט פארגעשטעלט אז ס'די זעלבע זאך…), און אז זיי זאלן עס קענען קויפן און צאלן דערפאר.

נו, וויאזוי וועל איך וויסן צו מענטשן גייען זיין גרייט צו צאלן פאר מיין נייע איידיע? ליינט אינעם נעקסטן ארטיקל בס"ד.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 9:03 am
דורך פארוואס נישט...
געוואלדיג!!!!!!!!!!!
שוין באקומען אביסל הומאר און השקפה עז ע בוינאס.

מיר ווארטן אויף די נעקסטע ארטיקל...

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 9:05 am
דורך צולייגער
געוואלדיג קלאר

יישר כח פאר אלעם.

און וואס איז דאס די ווערט פון אזא ארטיקל???

ביזנעס #1

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 11:56 am
דורך מענין לאותו ענין
שכח מר.זאל ער קומען מיר עווארטען צו הערן נאך פון אייך גאר בקרוב שכח פאר ביז א הער

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 12:04 pm
דורך נישט
זאלער הערליך קלאר, פליעס לאז אונז נישט ווארטן צו לאנג פאר די נעקסטע, מיר קענען קוים ווארטן

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 12:36 pm
דורך מילכיגער
הערליך שיין און צולייגט.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 5:01 pm
דורך מזויף מתוכו
יישר כח הרב זאלער געוואלדיג!
כ'וואלט געוואלט אריינפרעגן הגם ס'איז נישט אזוי אין סטייל דא, (כ'וועל פראבירן, לאמיר זעהן וואס ס'וועט פאסירן)
איר האט דא געגעבן שיינע הענדס אן אינפארמעישן בנוגע וויאזוי צו פירן א ביזנעס, יעצט זענט איר אריבער אביסל צו טעאריע און זייער שיין אראפגעמאלן די גאנצע ביזנעס קאנסעפט...
אבער... כ'זעה נאך נישט וויאזוי כ'קען עס עפלייען צו מיין טאג טעגליכן לעבן אין ביזנעס,(לעטס סעי ראגעלעך קאמפאני) וויאזוי גייט מיר אייער אינפארמעישן העלפן קריגן מער און בעסערע קונדען? פייטן מיין קאמפאטישן? ארבעטן גרינגער?
אפשר ווילט איר אביסל מער ערקלערן וויאזוי פונקטליך איינצוקעשן אייער זאכליכע אמפארמעישן.
יישר כח נאכאמאל פארן משקיע זיין אזויפיל מטוב כחך לזכות הרבים ללא תשלים גמול.

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 09, 2014 10:21 pm
דורך אַבּערוואַס
זייער גוט!!

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 09, 2014 10:31 pm
דורך ידיד
הערליך שיין און קלאר צולייגט! א מחי' צו ליינען!

ווארט מיר אויפן המשך.

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 09, 2014 11:27 pm
דורך שוועמל
זייער שיין זאלער,
די ערשטע מאל געלד ווערט דערמאנט איז טאקע דער ארבע מאות שקל כסף. ביז דאן קוקט אויס האט מען געוועקסעלט אין מארק-פלאץ.

מזויף,
פארוואס ציטירן ריזיגע שטיקער??

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2014 12:04 am
דורך זאל ער קומען
א גוטע וואך.

דער ארטיקל איז 'נומערע איינס' ווייל א גרויסער עולם האט געבעטן ענדערש צו צעשניידן די לענגערע אין קלענערע בייט-סייז ארטיקלען, ואשר על כן בין איך נישט אנגעקומען ביז צום 'הענדס-אן' פראקטיק און דער יוצא לנו מזה.

@מזויף מתוכו:
ממש אויפ'ן שפיץ גאפל כדי זאלסט קענען פארשטיין וואו און וויאזוי צו קוקן אויף דיינע ראגעלעך מיט'ן נייעם בליק, און אויף דיינע קאסטומערס, און קאמפעטישן און ארבעטן ווייניגער וכו' - פארשטייט פארוואס מענטשן זענען גרייט דיר צו געבן געלט - אויף וואס זיי ארבעטן שווער א גאנצע וואך. ווייל זיי גלייכן דיינע ---- ראגעלעך, שמייכל, גוטע גערוך אין סטאר, גוטע פרייז פער ראגעלע, די קאפין אין די טשאקאלאד, וכו'. ווען דו ווייסט פארוואס זיי געבן דיר געלט וועסטו זיי קענען בעסער צושטעלן די זאך, וועלן זיי דיר געבן מער געלט…

אזוי אויך לגבי דיין קאמפעטישן - אז דו וועסט פארשטיין פארוואס זיי זענען געקומען צו דיר - און נישט צו דיין קאמפעטישן, וועסטו אנהייבן צו זען אז דער יעניגער וואס דו האסט געמיינט אז ער איז דיין קאמפעטישן - ווייל ער פארקויפט אויך ראגעלעך - איז דיר בכלל נישט קיין קאמפעטישן, ווייל דו באקומסט ס'געלט נישט פאר די ראגעלעך נאר דיין גוט ווארט, גוטע גערוך, קאפין, וכו'… וואס יענער האט בכלל נישט. אוודאי אז למעשה ווערט דאס געלט גערעכנט לויט די ראגעלעך - אבער די עכט ווערד וואס דו שטעלסט צו קען זיין איז נישט דוקא דאס וואס דו מיינסט.

איך האף נישט צו לאזן ווארטן אזוי לאנג פאר די נעקסטע ארטיקלעך.
____________
יש"כ פאר אלע מגיבים און דאנקער. ס'דערמאנט מיר אז איך בין נישט קיין קול קורא במדבר…

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2014 12:33 am
דורך עמרם יודא
זייער שיין!!
אפשר מאכסטו אזוי ווי חילי א אשכול פין אלע ארטיקלען ממש א שאד נישט אייביג קום איך אן צי ליינען,

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2014 12:52 am
דורך טהור-עיניים
wow
שקויעך זאלער, איז דאס א שטיקל, פשי הא.

איך האב געליינט יעדעס ווארט מיט דארשט. און נישט אזוי ווייט ווייל איך האב די זאכן נישט געוואוסט, נאר פשוט ווייל דו ביסט א גלענצענדער שרייבער. ווען אין זאל נוצן שרייבעריי אלס א משל פאר ראגעלעך, וואלט איך געזאגט אז איך וויל צאלן דוקא פאר די ראגעלעך וועלכע זענען אזוי ווי דיין שרייב ארבעט. ווייל עס צוגייט אין די ביינער, די טשויס פון ווערטער, גוט אויסגעארבייטע סענטענסעס, מיט א געשמאקן הומאר צו די זייט. און ווער רעדט נאך פון די מאמרי חז"ל וועלכע דו ספרינקלסט נאך ארויף אויף דעם צו געבן דעם פיינעל טאטש אז מען זאל געדענקען אז אפילו אין ביזנעס איז מען ערשט א איד.

ממש איך האב נישט קיין ווערטער.

(דו האסט זיכער עפעס א "ווערד" וואס דער עולם וויל).

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2014 1:09 am
דורך אַבּערוואַס
עמרם יודא האט געשריבן:זייער שיין!!
אפשר מאכסטו אזוי ווי חילי א אשכול פין אלע ארטיקלען ממש א שאד נישט אייביג קום איך אן צי ליינען,

דא אידא אביסל, viewtopic.php?f=26&t=23311 אבער ס'וואלט טאקע געווען א תועלת צו מאכן אן אפיציעלע אשכול ווי מ'לייגט א לינק צו יעדע נייע ארטיקל.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2014 1:42 am
דורך מטעמים
זאלער, האסט געשריבען ביז א תקופה פון בערך פערציג יאר צוריק.

כהיום יום קויפען פופציג פראצענט מענטשען איין מיט געבארגטע געלט.

איך בין דיר נאך שולדיג א ריזיגער דאנק, איך האב ליב צו דאנקען מיט א אפדעיט פון גיטע נייעס אינדערזייט. סאו וויל קיעפ יו פאסטעד.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2014 1:46 am
דורך להגדיל שמו
ישר כוח זאלער.
דארף מען האבען א קלארע קאפ אפצוליינען דיינע ארטיקלען.

---
מזיוף נעקסט טיים ביטע נישט קוואטען א גאנצע תגובה.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2014 2:26 am
דורך בלעטל
שוועמל האט געשריבן:זייער שיין זאלער,
די ערשטע מאל געלד ווערט דערמאנט איז טאקע דער ארבע מאות שקל כסף. ביז דאן קוקט אויס האט מען געוועקסעלט אין מארק-פלאץ.

מזויף,
פארוואס ציטירן ריזיגע שטיקער??

מטבע תיקן להם. יעקב בשכם.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2014 2:59 am
דורך זאל ער קומען
בלעטל האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:זייער שיין זאלער,
די ערשטע מאל געלד ווערט דערמאנט איז טאקע דער ארבע מאות שקל כסף. ביז דאן קוקט אויס האט מען געוועקסעלט אין מארק-פלאץ.

מטבע תיקן להם. יעקב בשכם.

דאכצעך אז אברהם אבינו ביי עפרון איז געווען פאר יעקב אין שכם. :?:

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2014 3:16 am
דורך בלעטל
So?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:32 am
דורך פארוואס נישט...
להגדיל שמו האט געשריבן:מזיוף נעקסט טיים ביטע נישט קוואטען א גאנצע תגובה.

שוועמל האט געשריבן:מזויף,
פארוואס ציטירן ריזיגע שטיקער??

מזויף, נאכנישט צו שפעט, ביטע דרוקט אויפ'ן "פארריכט" קנעפל און נעמט עס אראפ/שניידט כאטש א חלק צו מאכן גרינגער דאס ליינען.
ייש"כ למפרע

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 11:14 am
דורך Zik
מיר האבען דאס גליינט בעיון, ישר כח!
גדולה צדקה שמקרבת את הגאולה

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 3:14 pm
דורך לכתחילה אריבער
געליינט הנאה געהאט, ישר כח!!

צוויי פראגעס.

איינס, ווי אזוי ווערט פארענטפערט די "פראבלעם" פון צופיל סופלייס, וויל מען איז אריבער צו געלט?

צוויי, איך פארשטיי אז די סיבה פארוואס נישט יעדער קען אלעס מאכען, איז נישט ווייל עס איז נישטא קיין צייט וכדו', נאר נישט יעדער קען זייןא מומחה איז אלעם, עס נעמט צייט זיך צו לערנען, און די קארג 120 יאר איז נישט גענוג צו וויסען אלעס. אזוי אויך איז אויב מאכט איינער איין זאך, באקומט ער עקספיריענס, נעמט עס שנעלער, און עס קומט אויס שענער און בעסער. דאס איז אין א בחינה ווי די "אסעמבלי ליין" אין א קלענער פארמאט. אזוי אויך איז ביליגער צו ערצייגן אסאך פון די זעלבע זיך, ווייל מען קען אויפשטעלן אן אפאראט, וואס לוינט נישט פאר איינצעלע. וואס דענט איר?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 4:36 pm
דורך זאל ער קומען
לכתחילה אריבער האט געשריבן:געליינט הנאה געהאט, ישר כח!!
צוויי פראגעס.
איינס, ווי אזוי ווערט פארענטפערט די "פראבלעם" פון צופיל סופלייס, וויל מען איז אריבער צו געלט?

ווייל אין די צייט וואס מ'האט געמוזט געבן טאמעיטעס פאר'ן דענטיסט - אבער יענער האט נישט געדארפט קיין צוויי טויזנט שטיק האט דער טאמעיטע פארמער געמוזט גיין איבער די גאנצע שטאט און שטאפן יעדן מיט טאמעיטעס כדי יעדער זאל געבן פון דעם וואס זיי האבן - און דער דענטיסט דארף יא - פאר'ן דענטיסט. אבער יעצט איז דער טאמעיטע סוחר סטאק. קיינער דארף שוין מער נישט זיין סחורה און ס'איז דא אן איבערפלוס.

אויך, קען דער סיסטעם נישט ארבעטן צו ווייט איבער מער שטעטלעך, ווייל אין יעדע געגענט איז געווען זייער אייגענע עקאנעמישער סיסטעם פון שמור לי ואשמור לך, און מ'האט נישט געקענט ארייננעמען אין חשבון הצטרכות פון מענטשן פון אנדערע שטעט.

אבער אויב מען באקומט געלט פאר סחורה און קיינער דארף קיינמאל נישט איבערגיסן די מאס פון די סחורה וואס ער פארקויפט ווערט נישט קיין איבערפלוס, און מ'קען עס אנהייבן פארקויפן איבער די סטעיטליינס אויך, ווייל יעדער ארבעט מיט'ן זעלבן סיסטעם. אויב האסטו וואס איך דארף און איך האב וואס דו דארפסט זעמיר אין ביזנעס.

איך בין נישט אריין צי טיף אין עקאנאמיקס און מייקראו עקאנאמיקס ממש נאר אויפ'ן שפיץ גאפל וויפיל ס'פעלט מיר אויס צו קענען גיין ווייטער און מסביר זיין דעם פינטל פון ביזנעס - דער חלק וואס איז געבליבן עד היום.

לכתחילה אריבער האט געשריבן:צוויי, איך פארשטיי אז די סיבה פארוואס נישט יעדער קען אלעס מאכען, איז נישט ווייל עס איז נישטא קיין צייט וכדו', נאר נישט יעדער קען זיין א מומחה אין אלעם, עס נעמט צייט זיך צו לערנען, און די קארגע 120 יאר איז נישט גענוג צו וויסען אלעס. אזוי אויך איז אויב מאכט איינער איין זאך, באקומט ער עקספיריענס, נעמט עס שנעלער, און עס קומט אויס שענער און בעסער. דאס איז אין א בחינה ווי די "אסעמבלי ליין" אין א קלענער פארמאט. אזוי אויך איז ביליגער צו ערצייגן אסאך פון די זעלבע זיך, ווייל מען קען אויפשטעלן אן אפאראט, וואס לוינט נישט פאר איינצעלע. וואס דענקט איר?


קודם די צווייטע חלק פון דעם קוואוט. דו זאגסט א ריכטיגע זאך לגבי פראפעשאנאליטי, און כ'גיי צוקומען דערצו ערשט שפעטער, ווייל דאס איז שוין נאר שייך נאכדעם וואס מ'האט א גוטע 'ביזנעס' און ס'דא פארוואס, פאר וועמען אדער וויאזוי צו ווערן 'בעסער'.

אבער דיין ערשטע באהויפטונג איז מיר אינגאנצן אומפארשטענדליך. דער פאסטוך איז אויפגעשטאנען פינף פארטאגס, געמאלקן זיין סטאדע, זיי ארויסגעפירט פאשענען, געשניטן די וואל, זיי נאכאמאל געמאלקן און געלייגט שלאפן. דאס איז געווען א פול טיים דזשאב ביז אכט-ניין אויפדערנאכט. ווען האט ער געקענט וועבן די וואל? מאכן סחורה? (אן עקסטערע א פול טיים דזשאב) נייען קליידונג (אן עקסטערע א פול טיים דזשאב)? שחט'ן אפאר פון זיינע חברה? צוהאקן און בוטשערן דאס פלייש אין פארשנס? און פארקויפן דאס פלייש? אויסארבעטן די הויט/פעל (אן עקסטערע א פול טיים דזשאב) צו מאכן לעדער? שוסטערן שיך (אן עקסטערע א פול טיים דזשאב)? און פארקויפן די סחורה?

ס'איז נישט שייך געווען צו טון פיזיש. נישט נאר ווייל מ'איז נישט געווען פראפעשאנל, נאר ווייל מ'וואלט געווען נאקעט און געשטארבן פאר הונגער. אבער לענינינו איז עס נישט ממש נוגע דער ספעציפישער פונקט פארוואס טאקע דער מענטשהייט האט זיך געפארעמט א לעבן מיט אינטערדעפענדענסי עז עי סאסייאיטי - און נישט ווי די חיות ווי יעדער איינער טוט כמעט אלעס אליין (אויך נישט ממש אלעס… די זכרים היטן די קינדער, די נקבות - מער אין צאל - לויפן זוכן קרבנות און ברענגען צוריק אהיים די פארציקונגען. אנטיעכץ וואקסט ארויף אויף זיי נאטורליך) - צי ווייל זיי האבן פשוט נישט געקענט אנדערש - צי זאל וואלטן יא געקענט נאר זיי האבן ענדערש געוואלט זיין פראפעשאנל יעדער אין זיין פאך.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 4:45 pm
דורך לכתחילה אריבער
ווייל עס איז נישט די פארמער אליין. עס איז די פארמער זיינע קינדער און משפחה וכו'.

עס איז פאקטיש נאך דא ווי מען וואוינט היינט אזוי, אין א קליינעם פארנעם, און קיינער איז נישט נאקעט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 4:56 pm
דורך זאל ער קומען
לכתחילה אריבער האט געשריבן:ווייל עס איז נישט די פארמער אליין. עס איז די פארמער זיינע קינדער און משפחה וכו'.
עס איז פאקטיש נאך דא ווי מען וואוינט היינט אזוי, אין א קליינעם פארנעם, און קיינער איז נישט נאקעט.

און זיי פלאנצן אליין אויך "אלעס" וואס זיי עסן?
האבן עלעקטריציטעט וואס זיי אליין פראדוצירן?
האבן נישט קיין שום מאשינערי - ווייל דאס קענען זיין נישט אליין מאכן?
און די וועש וואס זיי גייען, האבן זיי אליין געוועבט און אויפגענייעט?
כ'מיין אז נישט, און אפילו אויב יא האבן רוב וועלט באשלאסן אז פאור סאם ריעזן איז נישט ראטזאם אזוי צו לעבן.