בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 4:58 pm
דורך זאל ער קומען
וויאזוי ס'זאל נישט זיין, איז עס אבער נאר א זייטיגע פרט און האט נישט צוטון מיט די נושא לגבי עובר לסוחר'דיגע וואלוטע, און די עיקר סיבה פארוואס פון איין זייט דארף יעדער געלט, און צו די זעלבע צייט געט מען אויס געלט א גאנצן ליבן טאג.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 5:06 pm
דורך לכתחילה אריבער
זאל ער קומען האט געשריבן:וויאזוי ס'זאל נישט זיין, איז עס אבער נאר א זייטיגע פרט און האט נישט צוטון מיט די נושא לגבי עובר לסוחר'דיגע וואלוטע, און די עיקר סיבה פארוואס פון איין זייט דארף יעדער געלט, און צו די זעלבע צייט געט מען אויס געלט א גאנצן ליבן טאג.

ריכטיג.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 7:00 pm
דורך מילכיגער
איינע פון די סיבות פארוואס די "בארטער" סיסטעם ארבייט נישט איז די פרייזן. קודם מוזן זיין צוויי מענטשן וואס ווילן עפעס ביי יעדע טראנזאקציע.

איך וויל טאמעטעס און דו ווילסט וואל= קליק
איך וויל צוקער און דו זאלץ=קליק.

טאמער ווילסטו זייער שטארק צוקער אבער איך וויל נישט זאלץ, אפילו איך האב איבריג צוקער וועל איך עס נישט פארקויפן ווייל וואס ברויך איך די זאלץ? קומט אויס אז ביידע דארפן "וועלן". (חוץ פון די פראבלעם פונ'ם פה"א אז ווען דער "ווילער" האט נאר צו אפערן טאמאטעס וועט ער ווערן זייער שנעל דעספרעט ווייל זיין סחורה ווערט פארפוילט...).

פון דעם קומט אויך אויס אז פאר יעדע סעיל איז דא צוויי פרייזן. איך האב טאמעטעס גענוג און נאך און גרייט צו צאלן פאר דעם 5 פונט פאר א פונט צוקער אבער דו ווילסט זייער שטארק נישט פארקויפן דיין צוקער פאר די פרייז. די חילוק איז זייער גרויס ווייל ס'געבעיסט אויף וואס יעדער וויל "יעצט". אבער די חלק איז מער א אריכות.

משא"כ ביי די יעצטיגע סיסטעם מוז נאר זיין איין "ווילער" און איינער וואס וויל עס נישט/האט איבריג. דו האסט צוקער איבריג וועל איך באצאלן מיט געלט אפילו יעצט אויפן מינוט האסטו נישט וואס צו טון דערמיט און דו קענסט עס האלטן ביז דו טרעפסט וואס צו טון.

יעצט לאמיר טראכטן פרייזן (ווען ביידע האבן זיך שוין אויסגעגליכן). יעצט האט יעדע זאך איין פרייז. פאר א פונט צוקער וויל איך כו"כ דאלערס. (איך רעד נישט פון אסאך פארקויפער. איך רעד פון א איינצעלנער מענטש) און פאר מיין הויז כו"כ. די סכום פון פרייזן פאר מיינע חפצים איז פונקט ווי די סכום חפצים. משא"כ דעמאלס האט א פונט צוקער געהאט 20 פרייזן, אדער 5 פונט טאמעטעס, אדער 3 דאזן אייער אדער ארבייטן א טאג אין זיין פעלד וכו'. (אפגעזען אז פון די אנדערע זייט ווי פריער געשמועסט, האט דער חבר געהאט פונקט אזוי סאך פרייזן אבער זיינע זענען געווען אינגאנצן אנדערש! אבער יעצט רעדט מען ווען זיי האבן זיך שוין אויסגעגליכן)

למשל טאמער איז דא אין די וועלט 2 מינים אייער און צוקער, איז דא איין פרייז. (פינף פונט פאר א דאזן). טאמער איז דא דריי (אייער צוקער און זאלץ) איז דא דריי פרייזן (פאר א דאזן אייער א פונט צוקער אדער א האלבע פונט זאלץ (2), פאר א פונט צוקער צוויי פונט זאלץ (1) סה"כ דריי).

לאמיר גיין ווייטער (איינער האלט נאך מיט? :? ) וויפל פרייזן איז דא ווען ס'דא פיר מינים אויף די וועלט? 6. פאר 10 מינים? 45. די פארמולא איז n(n-1)/2.

ממילא ווען מ'האלט ביי 10,000 אייטעמס איז די חילוק ריזיג. אנשטאט 10,000 פרייזן איז עס באלד א האלב מיליאן! דאס קען נישט ארבייטן.

יעצט קענט איר גיין פאר מער פירושים דא און עס פארשטיין.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 7:58 pm
דורך זאל ער קומען
זייער זייער שיין אויסגעשמועסט.
אבער דו שרייבסט:
מילכיגער האט געשריבן:משא"כ ביי די יעצטיגע סיסטעם מוז נאר זיין איין "ווילער" און איינער וואס וויל עס נישט/האט איבריג. דו האסט צוקער איבריג וועל איך באצאלן מיט געלט אפילו יעצט אויפן מינוט האסטו נישט וואס צו טון דערמיט און דו קענסט עס האלטן ביז דו טרעפסט וואס צו טון.

איך וואלט עס געטוישט מיט איין פונקט. ס'איז אמת אז נאר איינער וויל זייער א 'זאך' און דער צווייטער נישט, אבער איינמאל ס'איז שוין איבערגעדרייט צו געלט, וויל דער צווייטער אייביג אויך - דאס געלט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 8:12 pm
דורך מילכיגער
ולא פליגי. ודו״ק

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 7:03 am
דורך געלעגער
נארוואס אפגעליינט, כ'זע ס'איז שוין דא נאכאיינס. כ'ווייס באמת נישט וויאזוי זיך צו באדאנקן פאר דיר, אין די גוי'אישע וועלט צאלט מען טויזענטערס פאר אזאנע לעסענס און דא קריגט מען עס בחינם אזוי שיין און זאפטיג.

א הערצליכן ריזן דאנק!