בלאט 1 פון 1

איך זיך א פראגראם פאר Jobs

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 7:27 pm
דורך סטראשעלע
איך האב א ביזנעס איך האלט סחורה פון מענטשען און איך ארבעט געוויסע Jobs אויף די סחורה
איך זיך שוין זייער לאנג א גוטע פראגראם וואס איך זאל קענען ענטערן יעדע Job און עס האבן אויף א database און מאכן גוטע רעפארטס

אויב איינער ווייסט מער איבער דעם זאל ער ביטע מודיע זיין, איך מיין עס קען ארויסהעלפן אסאך מענטשען אין דעם ליין

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:07 pm
דורך קליינקעפיק
איך בין א גרויסע מן הארץ אין די זאכן, אבער איך טראכט אז די סיסטעם פון א קלינערס וואלט גוט געווען.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 9:32 pm
דורך סטראשעלע
קליינקעפיק האט געשריבן:איך בין א גרויסע מן הארץ אין די זאכן, אבער איך טראכט אז די סיסטעם פון א קלינערס וואלט גוט געווען.

אדרבא איך בין גרייט צו הערען וועלעכע סיסטעם זיי ניצען

אבער עס איז לאו דוקע קלינערס הוא הדין יעדע סערוויס קאמפאני ובפרט סערוויס קאמפאני פון קלענערע Jobs ווי למשל א הענדי מען אדער א פלאמער וכדומה

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:17 pm
דורך נישט
וואס איז שלעכט מיט קוויקבוקס?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 5:25 am
דורך חיים צבי
עס הייסט א crm software וואס איז די ראשי תיבות פאר C'ustomer R'elation M'anagment software. עס זענען דא זייער אסאך מינים, טייל מער ג׳ענעראל וואס קען גיין פאר פארשידענארטיגע געברויכן, צב״ש אזויווי קוויקבוקס לגבי בוכהאלטעריי, וואס איז אויסגעשטעלט פאר כמעט יעדע קליינע ביזנעס. און טייל זענען מער קאסטומייזד לויטן יחיד׳שן געברויך. געווענליך וועלן די אלגעמיינע סיסטעמס זיין מער קאמפליצירט ווייל זיי לייגן אריין אסאך מער דיטעיל אפציעס
כדי עס זאל זיין פאסיג פאר וואס מער געברויכן, א שטייגער ווי קוויקבוקס וואס האט אסאך סארטן data entree און ריפארטס ווען פאר רוב באנוצער קומט נישט אויס צו נוצן א גרויסע טייל פון די features. די מעלה דערפון איז; אז עס איז אסאך ביליגער, און א קליינע סטאר/קאמפעני קען זיך באגיין דערמיט.

איך האב נאך נישט גענוצט אדער מיטגעהאלטן איינעם נוצן אזא פראגראם, אבער לויט ווי איך פארשטיי דארף מען קענען טרעפן מיט גוגל אזא פראגראם אויב איז עס נישט קיין קאמפליצירטע סערוויס. ווידעראום, אויב עס איז קאמפליצירט, דאן גלייב איך אז עס לוינט צו דורכשמועסן מיט א מומחה אין דעם געביט, ווייל דאס וועט זיין א זייער וויכטיגע חלק פונם געשעפט.

Project Management Software

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 9:32 am
דורך מאגר
דו דארפט נישט א CRM דו דארפט א Project Management Software עס איז אסאך מינים.

דא האסטו איינס:

http://www.nchsoftware.com/project/index.html

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 12:11 pm
דורך פאטאקי08
וויפיל ארבעטער האט די געשעפט?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 7:44 am
דורך מאגר
א ליסטע פון אומזיסטע CRM פראגראמס:

http://www.nogezel.org/freewares/other/ ... %D7%AA-crm