בלאט 1 פון 2

עמעזאן קורס אדווערטייזט אין קרית יואל

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2014 3:34 pm
דורך מאגר
עמעזאן קורס אדווערטייזט אין קרית יואל

Earn $20k-$40k per Month Selling On Amazon Limited Seats
Listen 24 hours to the conference call 712.432.1219 conf. ID# 300.294.131 Ref#2
Available 6 Weeks Hands on Course in Monroe

ווער עס האט מער אינפא. זאל ברענגן.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2014 3:38 pm
דורך שנאפס
אויב קען ער די סודות צו מאכן פערציג אלפים א חודש דאן פארוואס טוט ער עס נישט אליינס?

#באגוס

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2014 3:44 pm
דורך נישט
שנאפס האט געשריבן:אויב קען ער די סודות צו מאכן פערציג אלפים א חודש דאן פארוואס טוט ער עס נישט אליינס?

#באגוס

אפילו מען קען די סודות, ווענדט זיך דאס אין נאך צענדליגע זאכן..

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2014 3:46 pm
דורך שנאפס
און ער לערנט אויס די צענדליגער זאכן?

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2014 4:43 pm
דורך מאגר
מאגר האט געשריבן: conference call 712.432.1219 conf. ID# 300.294.131 Ref#2


איך האב אויסגעהערט די קאנפערענץ, ער זאגט למעשה פיין.

ער שאפט דיר סופלייערס פון טשיינע, און נאך.

איך וואלט געוואלט הערן פון מענטשן וואס זענען שוין געווען ביי זיין קורס (ער זאגט דעארט אז דאס איז שוין זיין פערטע), זייער סוקסעס רעיט.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2014 4:46 pm
דורך זאל ער קומען
איך האב נישט אויסגעהערט אבער די טענה איז קיין טענה, אויב קען ער מאכן און ער מאכט טאקע און ער קען מאכן נאך דורך אויסלערנען אנדערע וויאזוי ער טוט דאס, אדרבה זאל ער מאכן מער דורך דעם.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2014 6:37 pm
דורך derech eretz
וויפיל קאסט די קורס?

אויב ער לערנט אויס די בעיסיקס, און בעט א נארמאלע פרייז דערפאר, לוינט זיך עס פאר א נייע סעלער, כאטש אלעס קען מען אליין געוואויר ווערן צווישן סעלער סענטראל העלפ, גוגל, און אייוועלט.., אבער אויב הערט מען אלעס כשולחן הערוך, קען מען שנעלער מצליח זיין בעזהשי"ת,

אויב אבער זאגט ער אז ער גייט דיר שאפן גוטע אייטעמס אויך, הממממ.. איינער וואס קען גוט עמעזאן און האט סורסעס ווי צו שאפן אזויפיל גוטע אייטעמס, קען מאכן אסאאך געלט, בלי גבול כלל וכלל! אזא איינער גייט נישט ארום מאכן קיין סעמינאר'ס, און ס'איז טאקע נישטא אזא סעמינאר אין די גוי'שע וועלט ווי ווייט איך ווייס,
סאו ווילאנג כ'הער נישט פערזענליך פון איינעם וואס האט דורך אים באקומען גוטע אייטעמס צו מאכן דערפון א ליווינג, נעם איך עס נישט אן.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2014 7:27 pm
דורך מאגר
derech eretz האט געשריבן: אין די גוי'שע וועלט ווי ווייט איך ווייס


זוך אויף אין גוגל יאניק סילווער'ס סעמינאר.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2014 7:35 pm
דורך מר. גרין

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 8:54 am
דורך derech eretz
מאגר האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן: אין די גוי'שע וועלט ווי ווייט איך ווייס


זוך אויף אין גוגל יאניק סילווער'ס סעמינאר.

וואס דארף איך זען דארט? שיק מיר א דירעקט לינק ווי ער געט דיר אייטעמס צו פארקויפן אויף עמעזאן.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 11:20 am
דורך kyshtiper
די עד אין ק"י

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 11:55 am
דורך שעבאשנוט
מאגר האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן: אין די גוי'שע וועלט ווי ווייט איך ווייס


זוך אויף אין גוגל יאניק סילווער'ס סעמינאר.


איך בין געוועהן ביי יאניק סילווער, ער טוט אין עפיליעט, נישט סעללינג

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 2:40 pm
דורך good-life
לויט ווי איך האב אויסגעהערט פון די קאנפערענס ליין רעדט מען דא פון אסאך מער ווי סתם אויסלערנען עמעזאן

ווי איך פארשטיי רעדט מען דא פון אויסלערנען די ריכטיגע מהלך פון איידענטיפייען פראדוקטס, סארסען פראדוקטס, ליסטן ריכטיג, דיעלען מיט פיעדבעק וכהנה עוד,

דאס איז אסאך מער ווי סיי וועלעכע עמעזאן קורס עוועילעבל סיי ווי

די מערסטע וואס געפעלט מיר איז די 6 חדשים סופארט, יעדער וואס פארקויפט אויף עמעזאן אדער טוט עני אנדערע ביזנעס ווייסט ווי סאך מאל מ'דארף א קואטש זיך אויסצושמיעסן ספקות און העלפן מאכן די ריכטיגע דעסישאנס, דאס איז מער ווערט פון אלעמען, איך מייך איך גיי מיך איינשרייבן.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 2:55 pm
דורך איך בין
אבער ווי אזוי איך האב געהערט און געזעהן איז אלעס נאר פאר איין מין מהלך (נאר פאר ארויף ארויף ברענגען נייע זאכן אויף אמעזאן) איך קוק עס אן ווי עס איז נאר פאר איינער וואס וויל עפענען א נייע מין סטאר וואס קיינער האט נאך נישט געטרייט

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 3:13 pm
דורך עמרם יודא
Good life
זייער גיט ארויסגעברענגט, אבער אז איך זעה אז דעיס איז דיין ערשטע תגובה הייב איך אן צי טראכטען אז .......... וד״ל

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 3:13 pm
דורך good-life
איך בין האט געשריבן:אבער ווי אזוי איך האב געהערט און געזעהן איז אלעס נאר פאר איין מין מהלך (נאר פאר ארויף ארויף ברענגען נייע זאכן אויף אמעזאן) איך קוק עס אן ווי עס איז נאר פאר איינער וואס וויל עפענען א נייע מין סטאר וואס קיינער האט נאך נישט געטרייט

עס זעהט אויס ווי די פארקויפטס נישט אנליין אדער אויף עמעזאן,

אלס איינער פון הונדערטער אנדערע אידן וואס פארקויפן אנליין (עמעזאן-איבעי) ווייס איך ווי שווער מ'מוטשעט זיך צו מאכן אפאר סענט אויף געווענליכע אייטעמס פון געווענליכע ברענדס, פלאס די קאמפעטישאן, פלאס אלע אנדערע טריקס, עס איז כמעט נישט מעגליך פאר א בעגינער צו מאכן נארמאל אן אינקאם פון דעם, סא עס איז פארשטענדליך פארוואס די מיזסט זיכן נייע מהלכים יעדן טאג

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 4:31 pm
דורך פארוואס נישט...
good-life האט געשריבן:
איך בין האט געשריבן:אבער ווי אזוי איך האב געהערט און געזעהן איז אלעס נאר פאר איין מין מהלך (נאר פאר ארויף ארויף ברענגען נייע זאכן אויף אמעזאן) איך קוק עס אן ווי עס איז נאר פאר איינער וואס וויל עפענען א נייע מין סטאר וואס קיינער האט נאך נישט געטרייט

עס זעהט אויס ווי די פארקויפטס נישט אנליין אדער אויף עמעזאן,

אלס איינער פון הונדערטער אנדערע אידן וואס פארקויפן אנליין (עמעזאן-איבעי) ווייס איך ווי שווער מ'מוטשעט זיך צו מאכן אפאר סענט אויף געווענליכע אייטעמס פון געווענליכע ברענדס, פלאס די קאמפעטישאן, פלאס אלע אנדערע טריקס, עס איז כמעט נישט מעגליך פאר א בעגינער צו מאכן נארמאל אן אינקאם פון דעם, סא עס איז פארשטענדליך פארוואס די מיזסט זיכן נייע מהלכים יעדן טאג

ליין איבער 'איך בין'ס תגובה, ער באציהט זיך צו דעם וואס מ'רעדט פון אויסלערנען ליסט'ן נייע אייטעמ'ס, סאו ס'נישט אינטרעסאנט פאר א סעלער וואס וויל פארקויפן/פארקויפט עקזיסטירנדע אייטעמ'ס, און וויל זיך מער לערנען וועגן אנליין בכלליות!?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 5:22 pm
דורך נישט
עמרם יודא האט געשריבן:Good life
זייער גיט ארויסגעברענגט, אבער אז איך זעה אז דעיס איז דיין ערשטע תגובה הייב איך אן צי טראכטען אז .......... וד״ל

דער וועג וויאזוי ער ברענגט עס ארויס קוקט אויס, וואו ער איז דער.......

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 5:28 pm
דורך green sunday
חיים צבי האט געשריבן:
מר. גרין האט געשריבן:כ'האב היינט צום ערשטן מאל געהערט פון א היימישע קאמפעני מיטן נאמען AMAZOOP.COM וואס טוט אויסלערנען א מהלך וויאזוי צו פארדינען געלט פון אמעזון
לויט ווי ער זאגט טוט ער א חוץ פון אויסלערנען די פראקטישע איינצילהייטן אויך אויסלערנען די טריקס און פראקטישע עדווייס פון זיין פערזענליכע ערפארונג
ער בעהט דערפאר 2,800$

חיים צבי האט געשריבן:וויבאלד איך האב ארויפגעברענגט דא אויף אייוועלט די עמעזאן קורסעס וואס ווערט געגעבען דורך amazoop.com פאר די סומע פון $2800 וואס דארף ווערן איינגעצאלט פון פאראויס, פיל איך פאר וויכטיג מיטצוטיילן אינפארמאציע וואס עטליכע חברים האבן מיר צוגעוויזן.
ובכן, די פירמע וואס פירט אן amazoop.com האט מיט אנדערהאלבען יאר צוריק אנגעפירט א קאמפיין צו ענראלן היימישע אינגעלייט אין http://www.lyoness.com http://www.lyoness.net, וואו די אנטיילנעמער האבן געהאט א געלעגענהייט צו אנשטעקן גרעסערע סכומים און אזוי ארום מאכן פרנסה בדרך כבוד.

א יאר צוריק האט די זעלבע פירמע ענראלט אינגעלייט פון וויליאמסבורג און קרית יואל אין א javita coffee קאמפיין וואו אינגעלייט האבן אויך געהאט א געלעגענהייט צו איינשטעקן גרעסערע סכומים.

ואידך פער-אישי זיל גמור זינט נישט יעדע זאך איז פאסיג ברבים.

איך מיין אז יעצט קאסט עס מער מיט אן אלף'ל

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 5:40 pm
דורך געלעגער
נישט האט געשריבן:
עמרם יודא האט געשריבן:Good life
זייער גיט ארויסגעברענגט, אבער אז איך זעה אז דעיס איז דיין ערשטע תגובה הייב איך אן צי טראכטען אז .......... וד״ל

דער וועג וויאזוי ער ברענגט עס ארויס קוקט אויס, וואו ער איז דער.......


און אויב יא? ער איז סך הכל מסביר וואס די ביזנעס איז. נו, קומט זיך אים א דאנק פארן אויסקלארן

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 5:49 pm
דורך נישט
געלעגער האט געשריבן:
נישט האט געשריבן:
עמרם יודא האט געשריבן:Good life
זייער גיט ארויסגעברענגט, אבער אז איך זעה אז דעיס איז דיין ערשטע תגובה הייב איך אן צי טראכטען אז .......... וד״ל

דער וועג וויאזוי ער ברענגט עס ארויס קוקט אויס, וואו ער איז דער.......


און אויב יא? ער איז סך הכל מסביר וואס די ביזנעס איז. נו, קומט זיך אים א דאנק פארן אויסקלארן

אלעס ווענדט זיך ווי אזוי מען שרייבט עס
קוק דורך די לינק, דארטן שרייבט אויכעט איינער וועגן זיין פראדוקט וואס דאס איז, וועסטו פארשטיין די חילוק צווישן א באמבאסטישע עד, אדער פשוט מען ברענגט ארויס וואס מען טוט.
אויב די כאפסט נישט די חילוק וועל איך עס מוזן מסביר זיין רחל בתך הקטנה, אויכעט קענסטו איבערליינען די פראדאקטיוו אשכול וואס ווערן דערמאנט ענליכע קאנצעפטס

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 5:51 pm
דורך געלעגער
רחל'ע קטנה פארשטייט זייער גוט

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 7:36 pm
דורך זאל ער קומען
איך ווייס וואו דער עולם איז פארקראכן אדער פארוואס, אבער לאמיר צולייגן מיינע צוויי סענט.
1) איינער וואס קען עפעס, קען עס פארקויפן פאר אנדערע צו שפארן אז זיי זאלן נישט דארפן דורכגיין דעם שווערן וועג וואס ער איז דורך. אויב איז דער וועג גאר שווער און נעמט געווענליך גאר לאנג, קומט אויס אז מיט'ן פארקויפן וואס ער ווייסט שפארט ער די גאנצע צייט און עגמת נפש - און מעג בעטן דערפאר א גאר גוטע פרייז.
2) ס'קען זיין אז יענער קען און טוט יא אלעס וואס מ'דארף אויף עמעזאן, און נאכדעם האט ער איינגעשטעלט א טיעם וואס טוט וואס ער הייסט, און מאכט אסאאאאך געלט דארט, און אין זיינע ליידיגע צייט גייט ער ארום אויסלערנען פאר אנדערע וואס ער האט זיך געלערנט, און מאכט צו אין די זייט נאך אסאאאך געלט.
3) ס'דא עמעזאן קאורסעס אין ענגליש וואס קאסט פיר אלפים - געמאכט דורך חברה וואס טוען עס אליין אויך. כ'מיין ס'הייסט עמעיזינג סעלינג מאשין.
4) פארקויפן אויף עמעזאן האט בעיסיק סטעפס - נישט אלע זענען גוט באקאנט, הגם עמעזאן אליין זאגט עס. און ס'דא גוטע זאכן וואס עמעזאן אליין זאגט נישט קלאר, אבער אסאך ווייסן עס, און זייער ווייניג מענטשן טוען עס. אויב האט מען איינעם וואס גייט דורך די אלע בעיסיקס און העלפט דיר איינשטעלן דיינע אייטעמס די בעסט פאסיבל, קען ער ווערט זיין דאס געלט וואס ער בעט פי כמה.
5) ס'דא נאך טיפס און טריקס גוט צו רענקען אין עמעזאן דורך אויפבויען אנליין וועגן אנצוקומען צו די אייטעמס אין עמעזאן, און דאס קען נאר אן אינטערנעט מארקעטער וכדו' און דוקא נישט איינער וואס קען זיך גוט אויס אין עמעזאן.

איך קען נישט די קוריקולום ספעציפיש, אבער פאר מ'מאכט עס אוועק צוליב נישט ריכטיגע חשבונות לוינט זיך דורכצוקוקן פון דער נאנט וואס יענער טוט (נישט פארוואס יענער טוט עס), און אויב דו וועסט ארויסנעמען די וועליו דערפון - נעם עס.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 7:47 pm
דורך derech eretz
יא, אויסלערנען וויזוי די אייטעמס וואס דו האסט זאלן זיך גוט פארקויפן, קען זיין ווערד געלט,
אבער ער זאגט דאך אז ער שאפט דיר אייטעמס, אויף דארפן מיר פרוף ווייל ס'מאכט נישט קיין סענס.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 8:10 pm
דורך זאל ער קומען
שאפן אייטעמס מיינט גארנישט.
איך - וואס איך טוה נישט אין עמעזאן - קען דיר אויך שאפן אייטעמס פון טשיינע כחול הים.
וואס אימער דו דארפסט.
בעט נאר.
די פראגע איז - נאכדעם וואס דו האסט שוין די אייטעמס צי דו גייסט עס שנעל און גוט פארקויפן מיט א פראפיט.
און אויב לערנט ער דעיס אויס, איז ער דאך ווערד זיין געלט.

אלענפאלס, איך מיין אז מ'קען אריינרופן אהין און פרעגן קשיות אויך.