בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 8:16 pm
דורך נישט
זאלער, די ברענגסט א גאנצן צייט ארויס איין זאך, אז אויב לערנט ער אויס בלא בלא בלא איז ער ווערד די געלט פיריעט
הונדערט פראצענט גערעכט
די שאלה צו ער לערנט טאקע אויס, אדער איז דאס פשוט נאך א דשאוויטע קאווע אדער לאינעס, אדער גאר א פראדאקטיוו קורס.
אדרבא זאלער, אז די ווייסט אז ער לערנט באמת אויס, שרייבט איך מיר שוין איין.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 8:19 pm
דורך זאל ער קומען
אויף דעם חלק האב איך געזאגט אז דער מענטש לעבט און ענטפערט שאלות. ער זאגט אז ער האט שוין געגעבן דעם קורס פיר מאל פריער, און מ'קען אנפרעגן ביי זיינע תלמידים.
איך האב זיך באצויגן צו די סיבות אויף וואס דער עולם האט געצויגן די מסקנות, אז די סיבות זענען נישט אויסגעהאלטן ווייל ס'קען זיין אנדערע תירוצים און דער 'אלא מאי' מוז נישט זיין אז ס'ניש ווערד.
אויב איז עס אינטערסאנט קען איך זיך אינטערסירן מער ביי נבונים באהערדע און צוריק קומען באריכטן וואס איך ווער געוואויר.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 8:22 pm
דורך נישט
זאל ער קומען האט געשריבן:אויף דעם חלק האב איך געזאגט אז דער מענטש לעבט און ענטפערט שאלות. ער זאגט אז ער האט שוין געגעבן דעם קורס פיר מאל פריער, און מ'קען אנפרעגן ביי זיינע תלמידים.
איך האב זיך באצויגן צו די סיבות אויף וואס דער עולם האט געצויגן די מסקנות, אז די סיבות זענען נישט אויסגעהאלטן ווייל ס'קען זיין אנדערע תירוצים און דער 'אלא מאי' מוז נישט זיין אז ס'ניש ווערד.
אויב איז עס אינטערסאנט קען איך זיך אינטערסירן מער ביי נבונים באהערדע און צוריק קומען באריכטן וואס איך ווער געוואויר.
זאלער, כ'מיין אז די האסט שוין דא ביי יעדן טראסט, וועלן מיר דיר טאקע אויפנעמען אלץ שליח ציבור, געוואר צו ווערן צו ס'לוינט זיך אהין צו גיין
מיר ווארטן צו הערן פון דיר
יישר כוח פון פאראויס
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 10:20 pm
דורך זאל ער קומען
אט האט איר די אינפאו וואס איך האב עספייט צו קאלעקטן:
נבונים איז א קאמפעני אין קרית יואל אנגעפירט דורך הרב קלמן קויפמאן, און ער געט קורסן אין מערערע געביטן. דעזיין, אקאונטינג, און גיי געדענק אלעס...
אסאך קורסן געט ער מיט א ווירטואל טיטשער אויפ'ן קאמפיוטער, אבער אין מערערע קורסן נעמט ער איינעם וואס קען גוט די פאך, אז יענער זאל קומען צו זיין אפיס געבן שיעורים.
ווען ער האט געהערט אז ס'קען זיין אן איידיע פאר עמעזאן עף בי עי וכל המסתעף, האט ער אפיר געזוכט דעם ר' פישל ניימאן פון די פירמע עמעזאאפ פון בארא פארק צו געבן די קלאסן אויסצולערנען צו עפענען און פירן אן עמעזאן ליין.
עד כאן מצד די נבונים העד-קווארדערס.
נישט אינגאנצן… זיי שטעלן אויך צו א האלבע שעה קאנפערענס ליין מיט פונקטליכע הסבר אין דיטעיל וואס די קורס גייט דעקן. - איך האב עס נישט אויסגעהערט.
יעצט איז די שאלה וואס עמעזאאפ שטעלט צו דורך ר' פישל ניימאן.
עמעזאאפ זאגט אז זיי האבן די לעצטע פאר חדשים אנגעפירט 3 סוקסעספול קלאסן אין ברוקלין - ווי מ'קען הערן אויפן קאנפערענס ליין.
ר' פישל זאגט אז ער לערנט אויס א מהלך פון פראדוקט-ריסורזדש און דערנאך וואו צו סארסען די ריכטיגע פראדוקטס וואס וועט זיך קענען פארקויפן פאר א היי מארדזשן. וואס דאס איז א זייער האט אייטעם, ווייל ווער ס'פארקויפט אנליין ווייסט ווי וויכטיג דאס איז.
א מעין בענעפיט פון די קורס איז די פערזענליכע באגלייטונג און די סופארט וואס קומט מיט דערצו. ווייל די קורס איז אויסגעשטעלט הענדס-אן, דהיינו אז אלע פארטיסיפענטס עפענען זייער ביזנעס בשעת'ן קורס, און הייבן עקטשועלי ראנען זייער ביזנעס אין אפאר וואכן.
די גאנצע קורס איז געבויעט אויף די וויכטיגסטע אינפארמעישאן וואס איז סיי פרעקטיקל און גרינג צו פאלאוען אפילו פאר א בעגינער.
זיי טענה'ן אז ביים היימישן עולם איז נישטא נאך אזא קורס, ווייל ס'לערנט אויס די אלע פרטים: פראדוקטס ריסורטש; פראדוקט סארסינג; פרייסינג/ליסטינג; FBA; פיעדבעק מענעדששמענט;
און ועל כולם, סופארט סיי דורינג די קורס, און אויך 6 חדשים נאכדעם.
איך האב נישט באקומען רעפערנסעס, אויב איז מען מער אינטערסירט ווי וואס איך האב געהערט, איז ראטזאם אריינצורופן צו נבונים העדקאוורדערס (זיין טעלעפאן שטייט אין טעלעפאן בוק…) און אים דרייען דעם קאפ… נאך אלעם, פאר דעם איז ער דארט...
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 11:08 pm
דורך נישט
וואו איך זעה זאלער, קומט מען למעשה צוריק צו דעם
אמעזאאפ וואס איז שוין געווען דא אויסגעמשועסט, דערפאר קוואט איך נאכאמאל דעם תגובה, וואו איינער האט זיך מתנדב געווען צו ענטפערן אין אישי אינפארמאציע איבער די קאמפאני
חיים צבי האט געשריבן:וויבאלד איך האב ארויפגעברענגט דא אויף אייוועלט די עמעזאן קורסעס וואס ווערט געגעבען דורך amazoop.com פאר די סומע פון $2800 וואס דארף ווערן איינגעצאלט פון פאראויס, פיל איך פאר וויכטיג מיטצוטיילן אינפארמאציע וואס עטליכע חברים האבן מיר צוגעוויזן.
ובכן, די פירמע וואס פירט אן amazoop.com האט מיט אנדערהאלבען יאר צוריק אנגעפירט א קאמפיין צו ענראלן היימישע אינגעלייט אין
http://www.lyoness.com http://www.lyoness.net, וואו די אנטיילנעמער האבן געהאט א געלעגענהייט צו אנשטעקן גרעסערע סכומים און אזוי ארום מאכן פרנסה בדרך כבוד.
א יאר צוריק האט די זעלבע פירמע ענראלט אינגעלייט פון וויליאמסבורג און קרית יואל אין א javita coffee קאמפיין וואו אינגעלייט האבן אויך געהאט א געלעגענהייט צו איינשטעקן גרעסערע סכומים.
ואידך פער-אישי זיל גמור זינט נישט יעדע זאך איז פאסיג ברבים.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 22, 2014 8:06 am
דורך derech eretz
זאלער, פרייז?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 22, 2014 1:27 pm
דורך טרעף מיך
פאר אינטערסאנטקייט... מיינס א חבר האט צו אים גערעדט פאר די פאריגע קורס (אויב עס איז צום סוף געווען א קורס) אין עס איז נאכנישט געווען קיין רעפרענס ווייל ס'איז געווען די ערשטע קורס!
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 9:06 pm
דורך עקבי הצאן
די פרייז איז פיר אלפים.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:27 am
דורך פארוואס נישט...
עקבי הצאן האט געשריבן:די פרייז איז פיר אלפים.
Kidding? וויפיל שעה?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:41 am
דורך מאגר
וואס איז אינקלאדעד אין דעם, אייטעמס אויכעט?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 6:34 pm
דורך שנאפס
האסט געלייענט פון אנהייב אשכול?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 11:48 am
דורך green sunday
amazoop.com/home/coursedetails/MjM=Amazoop.com
Email :
info@amazoop.comMobile : 646-820-1705
4801 16th ave 2 FL Brooklyn, NY 11204
עמעזאן קורס
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 17, 2014 4:58 pm
דורך מאגר
איז איינער דארט געווען? געהערט אז איבער 30 מענטשן.
וויאזוי איז עס?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 12:01 pm
דורך good-life
א גוטן מאגר
מיין חבר האט מיר געזאגט אז די האסט געפרעגט א שאלה בנוגע די עמעזאן קלאס, וואס ווי דערמאנט אויבן האב איך געשריבן אז איך גיי מיך איינשרייבן דערין, בין איך צוריקגעקומען אהער צו פרובירן דיך צו ענטפערן,
קודם כל מיז איך זאגן אז עס איז העכער אלע ערווארטונגען, ווען איך האב מיך איינגעשריבן האב איך נישט גע'חלומ'ט וויפיל איך גיי געוואויר ווערן חדשות, און יעצט נאך צוויי קלאסן קען איך נישט קומען צו זיך פון וויפיל נייע זאכן איך האב מיך שוין אויסגעלערנט, יעדער פון די גאנצע קלאס זאגט די זעלבע, אינז אלע פיל מיר אז יעדן איינציגן פעני פאר די קורס איז מאני וועל ספענט.
צווייטענס, די וועסט נישט דא טרעפן די וואס זענען ביי די קורס זאלן קומען "דא" ענטפערן די פראגע וואס די האסט געפרעגט, וווי פונקט ווי איך זענען מיר אלע אין די קלאס עקטרימלי ביזי מיט אינזער נייע ביזנעס, מיר לערנען יעדן טאג נייע זאכן, מיר זענען פארנימען אויפצוארבעטן אינזער ביזנעס יעדן מינוט פון טאג, סא עס איז נישטא קיין מינוט עקסטרע צייט צו קומען אויף אייוועלט צו דיסקוסירן אינזער נייע ביזנעס אקטיוויטעטן.
זיי געזינט, ביטע נישט באמיטשענען מיט נאך פראגן (אויך נישט אין אישי)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 1:31 pm
דורך מאגר
אנטשולדיג פארן באדערן אן אזא ביזי צייט!
אבער איך וויל נאר וויסן איין זאך.
זענען די וואס זענען דארט געווען, שוין געווען סעלערס בעפאר אדער ניט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 1:55 pm
דורך good-life
I will answer this one time
as I picked up from the other participants and from the instructor, about 4 in my class have over 3 years of amazon experience (full time, full income from amazon) another 5 have over 1 year and some
others have about 6 months
In class it appears that the existing sellers are thew most involved and enthusiastic about any new ideas as they can immediately digest the concepts and picture the results, and the same turns out in the forums where they are the ones bringing the facts and fueling the excitement about any new feature they learn and immediately apply.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 07, 2014 7:42 pm
דורך זיי קלוגער
עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן פון אנדערע וועגן דעם קלאס, איז עס טאקע ווערט פאר איינער וואס זיכט זיך אריין צו לייגן אין דעם פעלד, אדער פאר איינער וואס איז שוין אויף עמעזאן און פלאגט זיך אן קיין קלארע מהלך.
זאלער האט שוין בטוב טעם ודעת צולייגט די צדדים, אבער למעשה
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 07, 2014 7:55 pm
דורך derech eretz
איז עס דען נאך נוגע למעשה יעצט? נאכנישט געענדיגט אדער טיף אינמיטן?
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 07, 2014 7:59 pm
דורך זיי קלוגער
נאך נוגע,
עס גייט זיין נאך קורסעס ווייטער אין בארא פארק.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 07, 2014 8:39 pm
דורך אבי.גערעדט
אויף זיין וועבזייטל
http://www.amazoop.com זעה איך, אז ער אראנזשירט א גרויסארטיגן עמעזאן עווענט פאר אלע געוועזענע תלמידים, ווער ס'האט מער דיטעילס זאל אריינקומען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 4:16 pm
דורך שנאפס
good-life האט געשריבן:I will answer this one time
as I picked up from the other participants and from the instructor, about 4 in my class have over 3 years of amazon experience (full time, full income from amazon) another 5 have over 1 year and some
others have about 6 months
In class it appears that the existing sellers are thew most involved and enthusiastic about any new ideas as they can immediately digest the concepts and picture the results, and the same turns out in the forums where they are the ones bringing the facts and fueling the excitement about any new feature they learn and immediately apply.
עני מער דיטעילס? איך זעה אז דו האסט צייט צו שרייבן אין סעלפאן אחראי אשכול...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 5:09 pm
דורך נישט
שנאפס האט געשריבן:good-life האט געשריבן:I will answer this one time
as I picked up from the other participants and from the instructor, about 4 in my class have over 3 years of amazon experience (full time, full income from amazon) another 5 have over 1 year and some
others have about 6 months
In class it appears that the existing sellers are thew most involved and enthusiastic about any new ideas as they can immediately digest the concepts and picture the results, and the same turns out in the forums where they are the ones bringing the facts and fueling the excitement about any new feature they learn and immediately apply.
עני מער דיטעילס? איך זעה אז דו האסט צייט צו שרייבן אין סעלפאן אחראי אשכול...
נו, ווען איינער קומט צו דיר נאכגעלט און זאגסט אז די האסט נישט... מיינט נס אויכעט "צוגעבן האבעך נישט"
דא האט ער נישט קיין צייט צושרייבן