לוינט צו "סעטלען קרעדיט"?
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 11, 2014 8:58 am
לאור די עדס וואס מען זעהט כסדר איבער די היימישע אויסגאבעס, אדער אפפערס אין די פאסט פון נישט היימישע קאמפאניס, וויל איך אויסשמועסן בקיצור נמרץ די מעלות און חסרונות פון סעטלען די קרעדיט קארד חובות פאר "פעניס אויפן דאלער". איך גיי נישט אריין אינעם מאראלישן חלק שבו, איך רעד נאר צי עס לוינט פינאנציעל און עמאציאנעל. (עס איז וויכטיג צו באטאנען אז איך שמועס דא אין פאל איימיצער סעטלט דורך א היימישע קאמפאני, פאר די וואס טוען עס אליינס איז נישט אלעס שייך, אבער אזא איינער דארף זיין קאמפס-גרייט צווישן א האלב יאר ביז א יאר צו באקומען נאכאנאנד ווארענונג טעלעפאנען און מעסעדזשעס פון די קרעדיט קארד קאמפעניס, וואס דער דאזיגער שוועריגקייט ווערט עלימינירט ווען מען גייט דורך א סעטלינג קאמפעני.)
מיר וועלן נעמען א יונגערמאן וואס האט למשל 30 טויזענט דאלער חובות אויף קרעדיט קארדס. ער קען סעטלען, אין בעסטן פאל, פאר 15 צענט אויפן דאלער, אדער אין אנדערע פעלער, ביז 30 צענט, אויך נישט אוועקצומאכן. לויט די אדווערטייזמענטס קוקט אויס אז מען וועט צאלן בלויז צווישן 4,500 און 9,000 דאלער. איז דאך א מחי', פארוואס זאל מען עס נישט לויפן טון?
איז אבער דער פראבלעם אז מען רעדט נישט איבער די שוועריגקייטן און זייטיגע הוצאות וואס דאס ברענגט מיט, די קליינע אותיות פון אונטן וואס קיינער שרייבט נישט ארויס, כאטש נישט אלע חסרונות זענען נוגע פאר יעדן מענטש. ערשטנס איז די פראצענט וואס די סעטלינג קאמפאניס אליין רעכענען ווען זיי זענען מצליח אויף דיר, זיי אליין קענען דיר רעכענען צווישן 10 און 15 פראצענט פון דיין ריווח, חוץ וואס זיי טשארדזשן לכתחילה אפאר הונדערט דאלער פער קארטל (ד.מ. אז אויב האסטו נאר 2 קארטלעך מיט 15,000 באלאנס וועסטו אפקומען ביליגער ווי האבן 6 קארטלעך פון 5,000). געווענליך וועלן די היימישע קאמפאניס פארלאנגען דאס געלט גלייך ווען זיי האבן געענדיגט סעטלען, וואס דעמאלס וועט די באנק אויך פארלאנגען אויף איינמאל די גאנצע געלט, וואס דאס קומט אויס גאר שווער, מען דארף אויף איינמאל אויפקומען מיט א פופצן אדער צוואנציג אלפים, וואס ווען דו בלייבסט צאלן פאר די קארטלעך קענסטו עס כאטש טון צעביסלעך אויסגעשפרייט אויף יארן.
אויך דארף מען רעכענען אז די קרעדיט קארד קאמפאניס סעטלען נישט תיכף ומיד, עס נעמט צווישן א דריי פערטל יאר ביז א יאר אין אלגעמיין, און במשך די גאנצע צייט וואקסן די פראצענטן ארויף העכער און העכער, עס קומט אויס אז סוף יאר וועסטו שוין האלטן מיט אפאר טויזענט דאלער העכער, און פון יענעם סכום וועט מען סעטלען, נישט פון דיינע איצטיגע דרייסיג (כאטש מען דארף אויך נעמען אין חשבון אז אויב צאלסטו דיינע חובות צוביסלעך במשך עטליכע יאר וועט אזוי אויך די רבית שטייגן).
נאכדעם דארף מען נעמען אין באטראכט אז דער קרעדיט ווערט צעשמעטערט. דיין סקאור פאלט אריין טיף אין דער אדמה. נישט יעדער האט א פראבלעם דערמיט, אבער די אינגעלייט וועלכע דרייוון איז עס שטארק נוגע, איינס ווייל זיי וועלן פאר אפאר יאר נישט קענען ליעסן/קויפן אויפן אייגענעם נאמען (געווענליך וועט אפילו א קא-סיינער נישט העלפן), ווי אויך וועלן די אינשורענס ראטעס ארויפגיין מיט ארום $20 א חודש, ווייל דער קרעדיט איז א וויכטיגער פאקטאר ביים באשטימען די אינשורענס ראטעס. דאס זעלבע איז אויך ביי היים אינשורענס אדער סיי וועלכע אנדערע אינשורענס דו האסט. זעלבסטפארשטענדליך אז עטליכע יאר מוז מען זיך באגיין אן א קרעדיט קארטל אין טאש, און פאר איינעם וואס איז געוואוינט צו נוצן א קארטל בכל עת ועונה איז עס א שווערע עדזשאסטמענט. יעדע מאל מען וויל עפעס ארדערן אנליין, אויפן פאון, אדער גיין אין א האטעל, רענטן א קאר, ווייזן איי.די., און נאך פארשידענע געלעגנהייטן, וועט מען זיך אנשטויסן אין שוועריגקייטן, כאטש מאנכע קענען דרייען און זיך אנייצע געבן דורך אן הונטער טירל, איז עס אבער פאר רוב מענטשן נישט מעגליך און איז א שטארקע דיעבד. עס נעמט ארום 7 יאר דער קרעדיט זאל צוריק וואקסן און די שלעכטע היסטאריע זאל ווערן אפגעמעקט. אויב ווילסטו צוריק בויען דיין קרעדיט דורך א פראפעסיאנאלע קאמפאני (אויך אדווערטייזט אין היימישע אויסגאבעס), קען עס אפקאסטן נאך א צוויי דריי טויזענט דאלער, כאטש מען קען טרעפן צומאל ביליגער און ספעשל'ס.
אונטערשטע שורה, אנשטאט צאלן 30 אלפים במשך יארן, פארדינט מען נישט אזוי פיל אז מען דארף צאלן ארום 18,000 אויף איינמאל, און דערצו פארלירן דעם קרעדיט פאר זיבן יאר. עס איז זיכער פאסיג פאר געוויסע, בפרט אויב די חובות זענען פיל העכער (50,000 און ארויף), אבער דער עוורידזש אינגערמאן זאל באטראכטן און גוט אפוועגן זיינע אפציעס בעפאר ער מאכט זיין באשלוס.
איך בין אינטרעסירט צו הערן צי איך האב עפעס פארפאסט אדער נישט גוט גערעכנט, איך שרייב אין איילעניש.