קאוז און עפעקט - די וועליו פון אן עמפלויאי
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2014 8:15 pm
מ'האמיר שוין אביסל אנגערירט דעם פונקט, אבער היות ס'איז אביסל א נייער דערהער כאפט מען נישט ווי ווייט ס'איז נוגע אויף כמעט יעדע ריר ווען ס'קומט צו ביזנעס, וועלן אביסל מער מרחיב זיין אין דעם ספעציפישן פונקט, און עס נעמען פון דארט ווייטער.
ברייען טרעיסי צווישן אנדערע ברענגען ארויס אז דער רעיון פון 'קאוז ענד עפעקט' איז ממש די איינציגסטע זאך וואס האט צוריקגעהאלטן די רוסן פון ווערן פארגעשריטן אויף דעם לעוול ווי אמעריקע, מיט עשירים, מידל-אינקאם פארדינער, פראדוקציע קוואליטעט, אד"ג, אדער די כינעזער וואס אויב וואלטן זיי דעיס געכאפט וואלטן זיי, לויט די פארשטייערס, אויפגעגעסן די אמעריקאנער לעבעדיג…
הגם ס'איז אביסל א לשון מושאל, ווייל קאוז ענד עפעקט גייט אן ביי אלעם און אלעס אויף דער וועלט וואס ווערט געטון, ווערט עס אבער זייער אסאך גענוצט אין ביזנעס. און ווען מ'געדענקט דעיס פארשפארט מען זיך שעות מיט ארבעט און יארן עגמת נפש.
סאו לאמיר אונז יא פארשטיין וואס דאס איז דער באהאלטענער כוח וואס קיינער פארשטייט נישט נאר אמעריקע… (און אויב א גוי קען עס פארשטיין, קען דאך א איד זיכער! קיינער פון זיי האבן נישט געלערנט קיין תוספות אלץ בחור, און ברטנורא אוודאי ניש…).
קאוז מיינט א בעיס פעולה וואס א מענטש טוט, און די עפעקט איז דער פועל יוצא דערפון. די קאוז די איז שניט וואס איך מאך אין די קאקאש קעיק און די עפעקט איז די שיינע סלייס קעיק וואס איך באקום פון די פעולה.
נו גיי מאך א ברכה, וואס האט דעיס צו טון מיט ביזנעס, ריבוינעשעלויעם?
אה, מ'דארף דעיס צושטעלן צו די שוין דערמאנטע פונקט אז יעדע ביזנעס - עז עי האל (whole) - 'באשאפט' א ווערד פאר די וועלט, און נאר דורך די געשאפענע ווערד גייט די בינזעס קענען לייזן געלט. למשל דורך דעם וואס איך שטעלט צו סענדוויטשעס האב איך צוגעשטעלט פאר טויזנטער מענטשן נאך א האלבע שעה מיט וואס זיי קענען זיין ביזי מיט זייערע געשעפטן און גייען נישט דארפן מאכן קיין סענדוויטשעס. און אוודאי פאר דעיע וואס גייען למעשה נישט מאכן קיין סענדוויטש, נאר כאפן נאש און גארנישט עסן א גאנצן טאג - גייט מיין קאמפאני צושטעלן פאר זיי אן עפישנט ווארקינג ענווייראנמענט פאר'ן גאנצן טאג, וואס וואלט געווען טאוטל קעיאס אויב די ארבעטערס וואלטן נישט געהעריג געגעסן.
איך האב געזאגט "עז עי האל" דאס מיינט די ביזנעס מיט איר גאנצקייט, אלעס אינאיינעם, ווען אלעס קלאפט ביי מיר אינעווייניג אין די סענדוויטש ביזנעס - אלע אינגרידיענטס ווערן באשטעלט, באצאלט, דעליווערט צייטליך, די ראלס ווערן געשניטן, די אייער געקאכט, די טונא צעמאלן, די מאיאניעז געמישט, די טאמעטא ווייסליך, די באקסלעך רעדי - און די פאון סיסטעם ארבעט געהעריג אז די ווענדערס/סעילסלייט/סטארס זאלן קענען קאמיוניקירן זייערע באדערפענישן, די אין-האוז ארבעטער מאכן זיכער איז אלעס פארט טאקע כדבעי, און אז ס'נישטא קיין מייז, און אז די פריזשדער ארבעט געהעריג, וכו' וכו', -- אלעס אינאיינעם פראדוצירט די אויבן דערמאנטע וועליו פאר די וועלט.
יעצט, ווער טוט מער? ווער פראדוצירט דאס מערסטע וועליו?
זייער שווער צו ענפערן פונקטליך, ווייל אלעס איז זייער וויכטיג אויף זיין פלאץ כדי די גאנצע ביזנעס זאל קענען פונקציאנירן נארמאל. אבער מ'קען אראפברעכן אלע טעסקס פון די קאמפאני און לייגן א געוויסע וועליו אויף יעדע חלק פון די גאנצע פראדוקציע און לויט דעם רעכענען די ווערד פון די קאמפאני.
אייביג גייט די פיזישע טייל פון די קאמפאני - פאקן באקסעס, שמירן טונא, דעליווערן אד"ג - זיין ווייניגער ווערד ווי זוכן קאסטומערס, דערגיין וואס זיי דארפן, זיכער אז זיי זענען צופרידן אד"ג. ווייל ס'איז שווערער צו טון, און ווייניגער מענטשן קענען עס טון, ווי דערמאנט. און איבער אלעם - ווייל מיט איין פאון קאל קען מען פושן טויזנט סענדוויטשעס פאר א קאסטומער, וואס דעס איז דאך די פיינל סטעפ אויף צו באקומען געלט. קומט אויס אז איין פאון קאל איז למעשה שקול כנגד פופצן-צוואנציג שעה שמירן טונא.
אבער אפילו אין די אפטיילונג פון פאקן באקסעס קען מען אויך פארדינען סאך מער - נישט אויב מ'וועט ארבעטן שווערער, נאר אויב מ'וועט טון די זעלבע זאך נאר מיט מער אחריות וואס גייט ברענגען א דירעקטע אינקריעס אין וועליו פאר די קאמפאני. למשל ביים פאקן די באקסעס גייט מען זיכער מאכן אז די באקסעס זענען זייער פארקלעפט, ס'זאל זיך קיינמאל נישט אויפרייסן פון אונטן… זיכער מאכן אז ס'אייביג דא גענוג שאכטלעך, גענוג טישוס, און סקאטש טעיפ. ס'איז די זעלבע דזשאב נאר מיט מער אחריות. דעי זאכן סעיוון קאפ וויי, אבער ס'העלפט אויך אז די גאנצע פראדוקשן זאל נישט קומען צו קיין האלד, ווייל ס'נישטא איין קאמפאונענט כדי אנצוקומען צו די פינישד פראדוקט.
נאכדעם קענסטו אויך זיכער מאכן בשעת אריינפאקן די פארטיגע סענדוויטשעס אין באקס אז די קוואליטי פון די סענדוויטשעס זענען אפ טו פאר, און והיה אז דו וועסט פעלן איין טאג, און פון יעדע באקס וועלן צוריק קומען א דריי-פיר שטיק ווייל ס'געווען געדעמעדזשעד, נישט גוט געפאקט, געבליבן אפן, געפעלט חלקים, וכו' און ס'איז ארויס פופציג באקסעס, ד"ה אז בלויז די לעצטע חלק פון קוואליטי קאנטראל האט רעזאלטעט אין 250 סענדוויטשעס א טאג, און 6000 טויזענט אויפ'ן חודש, מיט א דירעקט נעט פראפיט פון 1200 א חודש - מיט די ציפערן קען מען פארלאנגען "אלס פעקעדזשינג ארבעטער" א גאר שיינעם רעיז מיט א פול מויל, און עס באקומען….
באב פראקטער, היינט א גרויסער עושר און מויל מאכער, האט געארבעט ביי א טראקינג קאמפאני און ער האט געהערט דעם קאנצעפט און באשלאסן צו טון צו די זאך, אבער ער איז א פלעינער לאו לעוול טראק-וואשער… פארשטייט זיך אז די דזשאב ברענגט נישט קיין גרויסע רוחים פאר די קאמפאני - הגם ס'מאכט אביסל אויס אויב די טראקס קומען אן צום קאסטומער נישט שמוציג, אבער דעץ איט… ס'קען זיין אז עווענטועל וועלן פאטענשל קאסטומער ענדערש קומען צו זיי אדער קארנט קאסטומער נישט אזוי שנעל אוועק לויפן ווי אויב אלע טראקס קומען אייביג אן שמוציג. איז דעריבער נאך אלעם דא אין דעם א וועליו פון וואו די קאמפאני קען און מעג דעקן זיינע וועידזשעס - האט ער אנגעהויבן זוכן וויאזוי מ'קען טון מער אדער בעסער "אויף א וועג וואס זאל באמת דירעקט ברענגען מער ריוח פאר די קאמפאני".
דעי וואן האט ער זיכער געמאכט אז זיינע טראקס אויף וואס ער איז געווען באאויפטראגט צו וואשן, גלאנצן באמת. די טראק דרייווערס האבן עס זייער אפרישיעיטעד, אבער נאר זיי… (הגם דעיס אין זיך זעלבסט איז אויך געווינס, ווייל אויב די דרייווערס האבן הנאה און זענען פראוד מיט זייער טראק, איז זייער שטימונג אויפגעהייטערט, דרייוון זיי בעסער, און לענגער, זיי זוכן נישט ארויסצולויפן ביי יעדע געלעגנהייט, און דאס איז שוין איינמאל א וועליו, אבער ס'שווער אויפצואווייזן.
נאך צוויי-דריי טעג האט ער שוין נישט געדארפט ספענדן די צייט פאר גלאנצן ווייל זיי האבן עניוועי געגלאנצט, ער האט עס נאר געדאפט ממש איבערווישן, איז ער געגאנגען מיט א טריט ווייטער, ער האט אנגעהויבן פארקן די טראקס אויף אזא וועג, אז ווען די דרייווערס קומען אן פארטאג קען יעדער ארויספארן גלייך אן זיך דארפן דרייען אינעם פארקינג לאט. א טאג שפעטער האט ער אנגעהויבן זיכער מאכן אז די אויל-טשעינדזש איז געמאכט, אז נישט האט ער געלאזט א נאוט פאר'ן דרייווער.
ביז א וואך-צוויי ממש האט זיין פליעט פון טראקס ערלעדיגט אין איין טאג כמעט דאפלט ווי אלע אנדערע פליעטס. און "דעיס" איז שוין געווען א זאך וואס יעדער האט באמערקט ביז צום די קארפארעיט אפיסעס, און מ'האט אים אויפגענומען צו טרעינען אלע אנדערע טראק-ווישערס און וואשערס.
ביג פעי אינקריעס!
טו מעיק עי ווערי לאנג סטארי שארט, ער האט זיך קיינמאל נישט אפגעשטעלט און געזאגט "דעיס איז נישט מיין דזשאב". האט ער ארום געארבעט מיט די טראקס, דעליווערי סקעדזשועלס, פעקעדזשינג אפשנס, אד"ג און ער איז געוואקסן און געוואקסן - אין בערך זעקס חדשים האט ער געראנט זיין אייגענע קאמפאני פון מענידזשן טראקס און קלינען אפיסעס אד"ג און האט געמאכט העכער א מיליאן דאלער… א מיליאנער פון וואשן טראקס!
דעיס איז מעשה, אבער דער לימוד פון די מעשה איז שייך ביי יעדן און ביי אלע פאזישנס.
אין אן אנדערע ארטיקל גיימיר בס"ד מער מאריך זיין אין דעם קאנסעפט פון ארויסקריכן פון זיך, נישט קוקן פון אינעווייניג אויף ארויס אויף די וועלט, נאר קוקן פון דרויסן אויף אריין. אבער די מעין פוינט איז, אויב גייסטו קוקן אויף דיר, וויפיל דו לייגסט אריין אין די ביזנעס, וויפיל נשמה דו געסט אוועק וכו' וכו', אבער דו גיייסט נישט קוקן אויף וויפיל ווערד דו שטעלסט באמת צו מיט דיין שווייס - איז באמת א שאד דיין פלאג. און פאר דעם בעט מען למען לא ניגע לריק.
אבער דאס איז נאר די קלענסטע פראבלעם, געארבעט אומזיסט, ווי די אידן אין מצרים פיתום ורעמסס. זייער אומבא'טעמ'ט. אבער… די מעין פראבלעם איז אז ס'נישטא פון וואו צו קאווערן דיינע וועידזשעס!
און די היסטארי האט געוויזן אז אין יעדע ביזנעס אין יעדע אינדוסטרי אין יעדע קאנטינענט אין יעדע שפראך, אויב אן ארבעטער האט באקומען מער וויפיל ער איז 'ווערד' געווען פאר די קאמפאני - איז די קאמפאני געגאנגען באנקראט! און יעדער האט אלעס פארלוירן…
ליידער פאלן זייער זייער אסאך אידן (נישט נאר עמפלויאיס) אריין אינעם לאך פון: דו האסטעך גענוג… צי איז עס א איד וואס גייט נאך געלט צו אן עושר, אדער אן ארבעטער ביי א באס וואס האט שיין אויף צום לעבן, צו א טענענט וואס וואוינט ביי א לענדלארד אן עושר. און מ'כאפט נישט אז דער צוגאנג איז נישט אויסגעהאלטן נישט מענטשליך און נישט אין ביזנעס.
איך האב געהערט פון איד וואס איז געווען זייער דערביטערט אויף א גרויסן עושר ביים היימישן ציבור.
- איך האב געהערט אין ביהמ"ד אז --- איז ווערד הונדערט דרייסיג מיליאן דאלער.
- וויפיל קינדער האט ער?
- וואס האב איך אן אנונג?
- ס'הייסט זיי דרייען זיך דאך אלע ברבים אין ביהמ"ד און אויף די גאס, קענסט נישט וויסן וויפיל קינדער ער האט?
- וואס איז מיר עס נוגע? כ'מיין אז צען. אדער עלעף. ניין, צען. עמ… איך ווייס נישט. נישט קיין נפקא מינה.
- פאני יו שוד סעי דעט. וויפיל קינדער ער האט איז א דבר גלוי לכל, און דאס ווייסטו נישט, אבער וויפיל געלט ער האט - ווואס איז מעגליך אז דער עושר אליין ווייסט נישט פונקטליך… - זאלסטו יא וויסן?
- האק נישט קיין טשייניק, איך האב עס געהערט פארלעסליכע מקורות וואס ווייסן וואס זיי רעדן, אבער דעיס איז נישט די פוינט.
- אקעי, סאו וואס איז יא די פוינט?
- לאמיר דיר דערציילן, איך בין געווען ביי אים נאך געלט, און ער האט מיר געגעבן צוויי הונדערט נישטיגע דאלער -
- נישטיגע?
- לאמיך אויסרעדן! יעצט קוק אהער, לאמיר זאגן אז ער דארף אויפ'ן יאר א פערטל מיליאן דאלער, דאס הייסט אז ער קען קאווערן פיר יאר מיט א מיליאן. יא? לאמיר אים לאזן זיין א חית זין.. און רעכענען א מיליאן פאר צוויי יאר. ער איז יעצט בערך אין די לאו זעכציגער, סאו מ'דארף רעכענען אז ער עט אנציען א דרייסיג יאר בריוח… דאס הייסט אז ער דארף באמת בסך הכל פופצן מיליאן דאלער פאר זיך.
פאר די קינדער עט ער איבערלאזן א מיליאן איטש. איז עס נאך צען מיליאן האלטמיר ביי פינף און צווואנציג מעלאונעס. האלטס מיט? לאמיר אים געבן בעין יפה און ער עט נעמען פאר זיך דרייסיג מיליאן אזוי פאר קליין געלט, סאל זיין. בלייבט נאך אלץ איבער ה-ו-נ-ד-ע-ר-ט מ-י-ל-י-א-ן ד-א-ל-ע-ר אויסצוטיילן פאר כלל ישראל.
לאמיר נישט פארגעסן, אלע ספרים שרייבן דעך דעיס, אז דער עושר איז בסך הכל נאר א שליח פון אויבערשטן צו טיילן דאס געלט פאר אידן. יא?
דו האסטו הונדערט מיליאן צו טיילן, און מיין מצב איז אזוי שווער, און דו געסט מיר 'נאר' צוויי הונדערט דאלער. חית זין… נו, נסתרים דרכי ה', ווען איך וואלט ווען געזוכט גבאי צדקה און שליחי צדקה וואלט איך נישט אויסגעוועלט 'אים'...
- נו דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס דו ביזט נישט דער וואס וועלט אויס שליחים, ווייל לויט ווי ס'קוקט מיר אויס איז אים יא באשערט צו זיין פון די שליחים…
עד כאן הסיפור. לאכץ נישט. דער איד איז באמת געווען דערביטערט עד דכדוכה של נפש - און מיט נאמבערס!
וואס איז דער אמת? דער איד לעבט אין זיך און טראכט נישט איין סעקונדע פון א צווייטנ'ס וועלט אדער לעבן. ער איז יעץ אין א פיקל און ער דארף חתונה מאכן, און אים פעלט יעץ אויס צוואנציג אלפים, און די גרינגסטע וועג דאס צו באקומען איז צו גיין צום עושר - וואס האט עניוועי גענוג און נאך, און שוין…
דאס איז די עקסטריעם. אבער די פינטעלע מכוון אז יענער האט עניוועי גענוג - געב מיר אויך, פאלט אריין אין די מחשבה פון אסאך ארבעטערס. זייער חשבון גייט נישט ווי אויבן דערמאנט: קוק אויף זיך אליין, וויפיל ברענג איך באמת? וויפיל בין איך באמת ווערד? וויפיל קען באמת די 'ביזנעס' זיך ערלויבן מיר צו צאלן און ס'זאל נאך ברענגען א פראפיט? נאר דער חשבון גייט: וויפיל מאכט דער באס? (חזי..). וויפיל מאך איך? (הונט וואס ער איז).
ווי שווער ארבעט ער פאר זיין געלט? און ווי שווער ארבעט איך אין זיין קאמפאני?
ווען קומט ער אריין אין אפיס יעדן טאג, און ווען דארף איך?
איי ער קען ברענגען וועליו פאר די קאמפאני אין ביהמ"ד, אין די גאס, אויפ'ן טעלעפאן אין איין שעה מער ווי דו גייסט ברענגען א גאנץ יאר! - אה, דעיס איז נישט 'מיין' דעפארטמענט….
דער באס קען נישט און טאר נישט רעכענען דיין פעי לויט וויפיל קינדער דו האסט, וויפיל שעה דו לייגסט אריין, ווי שווער דו ארבעטסט, (אויב האט איינער א לאנגע בארד און יעדעס מאל ער מאכט א טורן כאפט זיך אים אריין די בארד אינעם רעדל, און ס'טוט אים זייער וויי דארף אפשר באקומען א בעסערע פעי? ווייל ער ארבעט שווערער?).
איך האב אמאל געבעטן א פרייז פון א איד א קאנטראקטער צו בויען אן אפיס און ער האט געזאגט דרייצן הונדערט דאלער. דערנאך האב איך גערופן א צווייטן איד, און יענער האט געפרייזט צוויי און צוואנציג הונדערט דאלער. אויף מיין שאלה פארוואס, האט ער מיר געענטפערט: דער גוים וואס ארבעטן פאר'ן קאנטראקטאר דארפן נישט צאלן קיין שכר לימוד….
- סאו דו קומסט צו מיר נאך געלט פאר דיין שכר לימוד? נאו פראבלעם, נאט אייך א צענער און גייט ביטע נאך געלט צו אנדערע גוטע אידן. ווייל איך וויל מאכן אן אפיס דארף איך דיר צאלן ניין הונדערט דאלער פון דיין שכר לימוד?
- אה, נאה… דארפסט פארשטיין, דער קאנטראקטער נעמט זיך אפאר גוים, און געבן עס א האק צאם, איך אבער מאך אלעס אליין מיט די אייגענע הענט. איך שלעפ אלע שיעטראקס אויף מיין רוקן…
- פארוואס נעמסטו נישט קיין גוים? גייט די אפיס זיין בעסער אויב דו שלעפסט אלעס אליין?
- ניין, נאר די פראבלעם איז מיט די גוים אז יעדן טאג דארף איך גיין זוכן נייע, און מ'קען זיך נישט אויסרעכענען מיט זיי. קומט אויס אז איך מוז ארבעטן סאך שווערער.
- און א דריל האסטו יא?
- נו, אוודאי. וואס פרעגסטו אפילו?
- און אויב דיין דריל גייט זיך צוברעכן און דו גייסט מוזן אלעס מאכן מיט א סקרו-דרייווער גייט די פרייז זיין טייערער?
און אויב דו גייסט פארלירן דיין סקרו-דרייווער אויך און דו גייסט אריינדרייען אלע סקרוס מיט דיינע ציין, גייט עס קאסטן פופצן אלפים?
יו געט די פוינט. אויב די שווערעקייט פונעם ארבעטער איז נישט מוסיף קיין ריעל וועליו צו די קאמפאני אויף קיין שום פאל איז באמת א שאד די ארבעט, און ס'קומט נישט קיין פעי דערפאר און אוודאי נישט קיין רעיז. אבער אויב גייסטו טון א זאך וואס גייט באמת ברענגען א ריוח פאר די ביזנעס, גייסטו קענען וואקסן דורך ארבעטן קליגער, בעסער, שנעלער - וואס זאל רעזולטירן אין א גרעסערע וועליו פאר די ביזנעס.
און כדי אנצוקומען צו דעם, זאלסטו זיכער מאכן צו קענען און וויסן די קאמפליעט טשעין אוו איווענטס וויאזוי דיין ארבעט ברענגט יעצט, און קען ברענגען מער, וועליו פאר די ביזנעס - עד הסוף. וואס בעסער דו וועסט פארשטיין דעם גאנצן רעדל וויאזוי די ביזנעס דזשענערעיט וועליו, אלס בעסער וועסטו פארשטיין וויאזוי דו קענסט פארבעסערן דעם רעדל און וויאזוי דו וועסט זיין א מער ווערדפולע פארט אין ברענגען די וועליו - מער אדער שנעלער.
די יוניאן איז אויך שולדיג (יעדער איז, נאר נישט איך…)
ס'איז אמת. מענטשן טראכטן נישט קיין סאך אין זאכן וואס איז זיי נישט נוגע. אן אסטראנאמער טראכט פון די ווייטקייט פון די זון צו די ערד, און איך טראכט פון די ווייטקייט פון די גראסערי צו מיין הויז…
די יוניאן האט איינגעשטעלט א פאלשע סיסטעם פאר ארבעטערס בימים ההם, און ס'איז געבליבן א "נארמאלע" וועג פון לעבן. געווען איז עס איז אין יענע צייט ווען אויב א מענטש האט זיך אריינגעזעצט אין א קאמפאני - און זיך איינגעגלידערט און די קולטור און קאליר פון די קאמפאני - איז באמת געווען א שאד אים אויפצוטוישן, און ער איז געוואקסן אין ראנג, סיי ווייל ער האט באמת בעסער געקענט געוויסע זאכן, און ער האט באמת געקענט ארויסהעלפן נייערע רויערע ארבטערס, האט זיך טאקע געלוינט פאר א ביזנעס צו האלטן די עמפלויאיס ביז יובל - און פארשטייצעך אז די פעי איז מיט געוואקסן.
וואס איז אבער געשען איז אז די יוניאן האט נאכדעם געצוואונגען די קאמפאניעס צו טון די זעלבע זאך מיט "אלע" ארבעטערס, און דער זעלבער פלאור-קלינער וואס פלעגט אויסקערן דריי שטאקן א שעה און פלעגט באקומען דערפאר צען דאלער א שעה, איז שפעטער ווען ער איז עלטער געווארן און פלעגט שוין באקומען זיבעצן דאלער א שעה, האט ער אבער נאר געקענט קאווערן איין שטאק א שעה. איז אויסגעקומען אז אויב די קאמפאני פלעגט צאלן פופצן יאר צוריק דריי דאלער און דריי און דרייסיג צענט פאר אויסקערן איין שטאק, צאלט היינט די קאמפאני פאר די זעלבע - אדער סאך שוואכערע - דזשאב זיבעצן דאלער, און… ס'נעמט דריי-פיר מאל די צייט ס'זאל געענדיגט ווערן…
ס'האט גענומען ביז די קאמפאניעס האבן עס געכאפט, און ס'האט גענומען נאך לענגער ביז די קאמפאניעס האבן עס געקענט אויספייטן מיט די יוניאנס. אבער היינט פארשטייט יעדער אז דו זאלסט היינט פייערן דעם אלטן זעצער אן די ציין, און דו זאלסט הייערן צוויי נייע יונגע קערערס מיט פולע ציין און זיי זאלן טון א בעסערע דזשאב, שנעלער און ביליגער….
און נאכדעם שרייט דער קערער: איך האב אוועק געגעבן מיין גאנץ לעבן פאר די קאמפאני אז זייערע פלאורס זאלן זיין שיין, און יעצט ווען איך קען עס שוין מער נישט טון פייערן זיי מיר. און ער איז נעבעך גערעכט, אבער אזוי קוקן אויס די גערעכטע מענטשן…
אין דעם פאל איז יא שייך אזא זאך ווי הכרת הטוב, אז די קאמפאני וואקסט גענוג גרויס, און ס'איז באמת דא פון וואו צו באצאלן און מ'צאלט אים נישט פאר קערן, נאר מ'געט אים א פענסיע ער זאל קענען אויסלעבן די יארן אין פריידן - ס'איז דא אזא דערהער. אבער נישט אז ווייל ער קערט שוין זיבעצן יאר פלאורס (און ווערט שוואכער פון יאר צו יאר) זאל ער באקומען מער באצאלט דערפאר. ס'איז אבסורד. און ביי קליינע קאמפאניעס איז עס זעלבסטמארד און באנקראט.
חכמתו מרובה ממעשיו…
ס'איז זייער ווייטאגליך אבער ס'מאכט זיך אפט און ארבעטערס קענען בשום אופן נישט כאפן וואס דער פראבלעם איז.
ס'איז פארהאן זייער אסאך ארבעטערס וואס פארשטייען שוין יא דעם קאנסעפט - און זיי געבן זיך באמת אוועק פאר די ביזנעס און פאר'ן באס. אבער…. נאכדעם נעמען זיי עדווענטעדזש פון די איבערגעגעבנקייט.
און אז מ'דערמאנט עס שוין, מאכט זיך דעיס ביי אלע ארבעטערס אויף פארשידענע אופנים.
דער ארבעטער בלייבט זונטאג מער מיט א שעה, ווייל ס'האט אויסגעפעלט און ער איז געטריי, און ער האט נישט ארויסשפאצירט פיר אזייגער. און נאכדעם פארשרייבט ער זיך אין זיין נאטיץ ביכל אז ער האט אן עקסטערע שעה - העק, אנדערטהאלבן שעה, ווייל ס'איז געווען אווערטיים. סאו, מיטוואך ניין אזייגער ווען ער דארף זיין אין זיין אפיס אויפהייבן טעלעפאנס - גייט ער פאמעלעך דאווענען. וואסי די פראבלעם? איך האב דאך קרעדיט אן אנדערטהאלבן שעה פון זונטאג…
אדער גייט מען אין ביה"כ שלא בזמן לאנטש, אדער פארט מען זיך וועקעישן אין א גאר הייסע צייט, וכו' וכו'.
אויב רעכנט דער באס איז דו גייסט זיין ניינע, און ער ווערט צופלאצט פאר א אנדערטהאלבן שעה ביז ווען דו רוקסט זיך אן האלב עלעף, האסטו באמת גארנישט אויפטון מיט דיין בלייבן לענגער זונטאג, פונקט ווי די קאץ טוט גארנישט אויף מיט'ן וואטשן אויף די מילך דריי שעה, אויב אין די לעצטע סעקונדע גייט זי עס געבן א טרינק אויס…. דו לייגסט נישט צו קיין ריעל וועליו - אויב יעדעס מאל לייגסטו צו נאכדעם אן עגמת נפש חלף עבודתך פון זונטאג.
אחריות און געטריישאפט מיינט אז עדישן צו דיינע געהעריגע שעה'ן, ווען יעדער ערווארט אז זאכן זאלן פארן נארמאל, און דו ביסט דער וואס דארט זיין כדי ס'זאל קענען פארן נארמאל - פארן טאקע נארמאל, און אין צוגאב צו געם לייגטסו צו מער הארץ און בעיקר מחשבה אויף חלקים וואס קען ברענגען וועליו פאר די קאמפאני, און דארט אריינלייגן כוח און מוח, און האלטן חשבון דערויף.
סאו למעשה פאר אן עמפלויאי צו באקומען בעסער באצאלט און גוטע רעיזעס:
1. גיי ארויס פון דיין וועלט, און שאץ דיר באמת אפ, וויפיל וועליו דו דזשענערעיטסט פאר דיין ביזנעס.
2. דאס גייסטו נאר קענען טון ווען דו וועסט באמת פארשטיין דו גאנצע רעדל וויאזוי דיין קאמפאני באשאפט וועליו פאר די וועלט.
3. גיי עס דורך מיט דיין באס, און שלאג פאר איז דיין פעי רעיט זאל זיין דירעקטלי געבינדן צו דעם.
4. זוך וויאזוי דו קענסט הייבן דיין ווערד מיט צולייגן אחריות.
5. נעם אבער נישט קיין עדווענטעדזש פון דיין אחריות - נאר מיט א בעסערע פעי.