בלאט 1 פון 1
0% אינטרעסט...סוד
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 27, 2014 1:23 pm
דורך קאכעדיגע
וויכטיג צו וויסען!
ווען איר מאכט א באלאנס טרענספער פון איין קרעדיט קארד צום אנדערן פאר 0% אינטרעסט, וועט איר צאלן אינטרעסט אויף פרישע פורטשעסעס אפילו אויב איר צאלט ביים דו-דאטום
וויא למשל, איר טרענספערט $3000 פון 1 קארד צום אנדערן פאר 0% אינטרעסט, יעצט ווען איר נוצט פרישע $2000, וועט איר באצאלן אינטרעסט אויף די $2000 אפילו אויב איר צאלט די $2000 פאר די דו-דאטום
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 27, 2014 1:28 pm
דורך שוועמל
נישט ריכטיג.
אויב האסטו געצאלט אינטערעסט אויף פורטשעסעס ווען פעיד אין פול, איז עס ווארשיינליך א טעות.
וואס זיי טוען יא איז, זיי טשארזשן א FEE פאר בעלענס טרענספערס. קען זיין דו מישט אויס דאס מיט אינטערעסט.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 27, 2014 1:46 pm
דורך קאכעדיגע
עס איז ריכטיג!!!
אפילו איר צאלט די גאנצע פורטשעס באלאנס אין צייט, צאלט איר אינטרעסט אויף די פורטשעסעס!
איך ווייס אז איר האט עס נישט געוואוסט, איך אויך נישט...אבער יעצט מברר געווען ביי טשעיס
נאך איינע פון די קרעדיט קארד סקעמס
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 27, 2014 2:15 pm
דורך שוועמל
אה איך כאפ מיך יעצט זיכער ביסטו גערעכט!
דאס איז פשוט, ווייל זיי עפלייען דיין פעימענט קודם צו די לאו אינטערעסט טרענזעקשענס, הערשט דערנאך צו די היי אינטערעסט, בלויז די מינימום.
קומט אויס דו קענסט קיינמאל נישט אויסצאלן א פורטשעס אינמיטן א בעלענס טרענספער.
אין אזא פאל טאקע ווייס איך, קיינמאל נישט צו מאכן פורטשעסעס ווען סיז דא א פראמא בעלענס טרענספער.
זיי טוען עס ווייל אזוי מאכן זיי מער געלט אין אינטערעסט.
אייניג איז ביי באנק לאענס נאר פארקערט. אויב באשליסטו אפצוצאלן די גאנצע אינמיטן א טוירם וועסטו זען אז אלע דיינע פריערדיגע פעימענטס זענען געגאנגען קעגן די אינטערעסט, אזוי אז ווען דו צאלסט יעצט אפ צאלסטו מאסטלי קעפיטעל און עס פאלט גארנישט אוועק פון די אינטערעסט.
דאס איז די אינדוסטרי.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 27, 2014 3:18 pm
דורך מידער
איז די זעלבע אויך ביי אן אינטראו ספעשיל, אדער נאר ביי א טרענספער אפפער?
ווייל אויב די ערשטע האב איך פארקערטע עקספירענס (נישט טשעיס).
אגב, דעכצעך מיר אז ביים גרויסן דאד-פרענק געזעץ איז ארויסגעשטאנען אז די בענק מוזן ערשט עפלייען די פעימענטס אויף די העכערע-ראטע חוב. דעכצעך מיר נישט גוט?
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 27, 2014 3:27 pm
דורך מר. גרין
שוועמעל, ביטע זיי מער מסביר דאס וואס די האסט געשריבען אויבען לטועלת הציבור.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 27, 2014 3:48 pm
דורך מידער
וועלכע שורה פארשטייסט איר נישט?
פארעפענטליכט: שבת יוני 28, 2014 9:35 pm
דורך verveist
קאכעדיגע האט געשריבן:וויכטיג צו וויסען!
ווען איר מאכט א באלאנס טרענספער פון איין קרעדיט קארד צום אנדערן פאר 0% אינטרעסט, וועט איר צאלן אינטרעסט אויף פרישע פורטשעסעס אפילו אויב איר צאלט ביים דו-דאטום
וויא למשל, איר טרענספערט $3000 פון 1 קארד צום אנדערן פאר 0% אינטרעסט, יעצט ווען איר נוצט פרישע $2000, וועט איר באצאלן אינטרעסט אויף די $2000 אפילו אויב איר צאלט די $2000 פאר די דו-דאטום
היינטיגע צייטען קען מען צאלען די מינימאם פעימענט (װאס גייט טאקע פאר די באלאנס טראנספער) פּלאס װיפעל די נייע איינקויף דעם חודש איז געװען דאן גייט עס פאר די נייע איינקויף (דאכצעך אז אלע בענק טהון היינט אזוי עכ״פ טייל זיכער, עס איז כדאי זיי צו ריפען זיכער צו מאכען)
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 10:28 am
דורך טרעוולער
ווען איך ניץ אמאל דעם בעלענס טרענספער צושניידט מען גראד דאס קארטל, און מ'צאלט נאר די מינימום, ביזן לעצטן חודש פונעם 0% apr,און דעמאלט באצאלט מען די גאנצע.
אויך מאך איך זיכער אז אויב איך דארף צאלן אמאל אינטרעסט ווייל איך קען נישט באצאלן דעם חודש, דעמאלט דעם קומענדיגן חודש ווען איך באצאל די גאנצע איז דאס פארן דו דעיט און מ' ניצט נישט קארטל ביזן טאג וואס זיי פרינטען דעם סטעיטמענט,אזוי בלייבט דאס 0 באלאנס און זיי קענען נישט טשרדזען קיין אינטערעסט.