בלאט 1 פון 1

אויפסעטן א וועב–זייטל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 3:58 pm
דורך אידיש.טייפינג
איך האב געהאט חשק זיך אויפצוסעטן א וועב–זייטל פאר מיין ביזנעס

די שאלה איז איז דאס א קאמפליצירטע זאך?

ציט דאס אריין אין גרעסערע געלטער?

ווער עס האט א ידיעה דערין און קען מיר אנווייזן וויאזוי דאס צו ערלעדיגן, תבא עליו ברכה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 4:23 pm
דורך אסותא
ווענדט זיך וואסארא...

אויב איז עס פארא קליינע ביזנעס קענסטו עס היינט האבן פאר 5 טאלער א חודש!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 4:53 pm
דורך Iphone
Yes you can have for $5 a month but you will make $5 a month from it.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 27, 2014 3:13 am
דורך געשמאקער
דא האסטו אלע איפארמאציע פון א ביז ת http://ecommercemagnates.com/

כ'האב שוין אסאך געארבעט מיט אים, ער איז זייער פארלעסליך און פארשטענדליך, ער ווייזט דיך אלע מיני פאקטען וואס אין ווי אזוי ס'לוינט זיך בעסער, ער זיכט נישט צו נעמען עקסטערע געלט
הצלחה רבה

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 27, 2014 7:57 am
דורך בחורהזעצער
געשמאקער, פארוואס טראכסטו עס ער מיינט איקאמערס? עס קוקט אויס ווי ער וויל א פשוטע informational וועבזייטל.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 27, 2014 11:50 am
דורך מאגר
אידיש.טייפינג האט געשריבן:איך האב געהאט חשק זיך אויפצוסעטן א וועב–זייטל פאר מיין ביזנעס


ווער עס האט א ידיעה דערין און קען מיר אנווייזן וויאזוי דאס צו ערלעדיגן, תבא עליו ברכה.


דא קענסטו אליין מאכן הערליכע וועבסייטס:
http://www.wix.com/sample/website

דא קענסטו אויך מאכן הערליכע וועבסייטס:
http://www.weebly.com/

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 27, 2014 4:06 pm
דורך יואל שווארטץ
אויב ווילסטו סתם האבן א סייט ווייל דיין שכן אין שול האט אויך לעצטנס געמאכט א סייט, און אויך אויב דו האסט אסאך איבעריגע צייט, און אויך אויב דו פארשטייסט אביסל צו דיזיין און דו האסט ארויס קלאר וואס דיין סייט דארף האבן - און וואס נישט, דאן קענסטו גיין מיט די אויבנדערמאנטע אפציעס.

אויב דו ווילסט א סייט ווייל דו ווילסט האבן א פראפעשאנעל ביזנעס, אדער דו ווילסט ערנסט נעמען דיין ביזנעס צום נעקסטן לעוול, זאלסטו גיין צו איינעם וואס טוט וועב דיזיין און צאלן א געהעריגע פרייז.
מתן שכרה בצידה; וועסט קענען נעמען די גאנצע צייט וואס ס׳וואלט דיר גענומען זיך ארומצושפילן אליינס מיט דיין סייט, און נוצן די צייט צו טון וואס דו ביסט געמאכט צו טון און וואס דו דארפסט צו טון.

אמת, ס׳קען קאסטן אסאך געלט.
אבער אויב ס׳פעלט טאקע אויס פאר דיין ביזנעס (נישט פאר יעדע ביזנעס פעלט אויס א וועבסייט), לוינט זיך יעדע פעני. און נאך מיט א שמוץ אריבער.

למען האמת, איך בין אין די ליין, און געוויסע וועלן זאגן אז איך האב א נגיעה. אבער פון דער אנדערער זייט האב איך קלארער ארויס דאס בילד, און איך זעה אסאך מאל דאס וואס אנדערע זעען נישט.
איך (מיין טיעם) האב שוין אומצאליגע מאל געדארפט איבערמאכן סייטס וואס זענען נישט מתחילה געמאכט געווארן געהעריג פראפעשאנעל, און אסאך מאל האט דאס גאנצע שפיל געקאסט אסאך טייערער ווי ווען ער גייט פון אנהויב צו א פראפעשאנעל.

אידיש.טייפינג האט געשריבן:איך האב געהאט חשק

האסט נאך אלץ?...

hoolyweb

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 8:25 pm
דורך פרוביר אויך
האט עמיצער שוין געהערט
פון די קאמפעני ? hoolyweb

link http://hoolyweb.com/

זהירות אשה