דער באלעבאס
איך זיץ ביי א שבע ברכות, איך עפן א גרויס מויל… כ'וויל סאל אריינפיטן די גאנצע חלה מיט די סאוס און אויך שטיקל פון די פארשפייז בלינץ, די אויגן האלב פארמאכט, די שטערן צ - אוי כ'זע דאך קיינמאל נישט דעם שטערן ווען אזעלכע זאכן געשעען, סאו מאוסט פראבעבלי שטארק פארקנייטשט, כ'בין געהעריג צוגעבויגן צו טעלער, צו קענען כאפן א טראפ אין קעיס ס'גייט זיך געבן א לאז אראפ פון די חלה אין די לעצטע סעקונדע און לאנדן אויף מיין רעקל/וועסט /העמד/טלית קטן, אדער גאר איין גוט געלונגענע טראפ אויף אלע אינאיינעם, און מיין שכן רופט זיך אן:
- הערסט א חוצפה? מיין ארבעטער גייצעך מיר אויף וויקעישן יעצט אנהייב זומער…
איך פארגעס פון די חלה סאוס בלינץ רעקל אויגן - אלעס איז פארשוואונדן! מיין בלוט קומט מיר אין קאפ אריין, אבער - איך האלט מיך איין מיט אייזערנע קייטן, פרעג אזוי זיס און געלאסן:
- ער גייצעך "דיר" אויף וועקעישן? אדער ער גייט סתם אזוי אויף וועקעישן?
- וואט אר יו אימפלייאינג? וואס מיינסטו צו פרעגן? ער האט זיך אויפגעהויבן אומר ושותה און זאגט מיר אן פרעגן אן זאגן אז ער גייט דעם וויקענד אויף וועקעישן.
- און, דו נוצט אים אין די וויקענדס געווענליך?
- גראדע נישט, אבער דו ווייסט דאך אז קודם כל איז זומער שוואכער אביסל די ביזנעס, דארף ער דאך מער ארבעטן - איך דארף דעך אים קענען צאלן סוף וואך. צווייטנס, דו ווייסטעך וויאזוי די זאכן גייען. קודם איז מען ביזי א גאנצע וואך וואו מ'גייט גיין, דאנערשטאג איז שוין דער קאפ ביי די וועקעישן, פרייטאג קומט מען בכלל נישט אריין - אפילו אויף יוצא צו זיין, און זונטאג אידעך פארשטייצעך אפגערעדט, יומא דפגרא - א גע'פגר'טע טאג לויט אלע מפרשים, פארשטייסט וויאזוי די זאכן גייען? און וואגן זאל איך מיך צו שניידן אביסל די הויכע וועידזשעס…
איך קען זיך נישט אפרעדן עכט, ווייל איך האב געהעריג אריינגעטרעטן דערין - און איך האב גווווווט געוואוסט אין וואס איך טרעט אריין…
- וואס טוט ער פאר דיר ווען ער איז יא דארט?
- וואס הייסט וואס? אלעס! געהעריג! איך צאל און ער ארבעט. סא פראגע איז דעיס?
- און אויב האסטו נישט קיין געהעריגע ארבעט?
- סי אייביג דא וואס צו טון. ער קען ארויסטראגן די גאבידזש, טוישן די טוילעט פעפער, [ער בייגט זיך צו ביז צו די בלינצע און מורמלט] צומאל וואשט ער דעם טוילעט אויך, דעפענדינג אין די סיטשועישן. אזויווי סי באלאנגט. איוון סטיוון. איך צאל, ער ארבעט.
- פון וואו נעמסטו ס'געלט אים צו באצאלן?
ער האט אנגעהויבן איינצוזען אז איך בין א געפערליכער בטלן און גולם ווען ס'קומט צו ביזנעס אנגעלעגנהייטן. כ'פארשטיי ממש נישט אפילו די סאמע בעיסיק אלף בית פון ביזענס, איז אוועק געגאנגען די גלאנץ פון די גאנצע קאנווערסעישן, מורמלט ער זיך אונטער:
- כ'אדעך א ביזנעס, ניין?
און… בין צוריק אין מיין טעלער מיט די קאלטע אלמאוסט-פארגליווערטע סאוס אויף מיין ווייכע/נאסע חלה… אויב זאל איך אנהייבן רעדן יעץ, וועל איך קיין מיעל נישט האבן… כעל ענדערש מולטי-טעסקן, עסן און טראכטן...
נאך א מינוט שטילקייט - רואיגקייט - בייגט ער זיך [מאוסט פראבעבלי געטשעינדזשד גיער] און רופט זיך אן אזוי האלב צו מיר האלב צו זיך אליין, פאר'חלום'ט און פארטראכט:
- דו פרעגסט גוט…
הו הא… ס'איז געלונגן! ער האט יא געכאפט אז איך רעד נישט סתם אזוי פון הוט ארויס… איך ווייס יא וואס 'ביזנעס' טייטשט. מחי', גייט זיין א געשמאקע שמועס. ביז ---- ער האט ממשיך געווען בדיבור און דער זיסער חלום האט זיך צובאסט ווי א זייפן-בלאז (די באבלעך וואס די קינדער בלאזן פון זייף וואסער און ס'ווערט באבלס… געדענקסט? יענע מינע…).
- פון וואו איך נעם דאס געלט אים צו באצאלן, ס'א גוטע קשיא. כעל דיר זאגן דעם אמת דער מענטש מאכט מיר ממש ארעם! רייסט פון יעדע וואך די פולע וועידזשעס - שיינע וועידזשעס ביי די וועי (כ'האב נישט קיין השגה וויפיל) - איך האלט אבער מיין ענד אויף די דיעל און איך צאל ווי א טאטעלע, אבער ער נעמט געפערליך עדווענטידזש פון מיר.
ער קומט "יעדן טאג" אן אביסל שפעט. ער דארף זיין ניין אויפ'ן דזשאב און ער וואקט ערשט אריין אין אפיס ארום ניינע צייט. איינמאל א וואך עטליעס קומט ער אן ארום צענע. און הייבט דעמאלטס אן מיט פרישטיג, און אינמיטן טאג עטליעס איינמאל אין טאג גייט ער הכנות אין דזשאב, רעדט אויף די פאון פערסאנעל סטאף, חברים/משפחה וואטעווער - הו קעירס? אין איין ווארט ער עסט מיר אויף דאס געלט. וויפיל ער וועט טון וועט ער קעגן דעם מיר דערלייגן מער.
- נו פארוואס פייערסטע אים נישט?
- ביסט אויפ'ן קאפ געפאלן? אן אים מאך איך צו די ביזענס… ער רעדט צו די קליינטס, מאכט די ארדערס, שיפט אלעס, מאכט די אינוואויסעס. אזויווי כאדיר שוין אפאר געזאגט: ער טוט א-ל-ע-ס!
- נו וואדען רעצטעך אזוי אפ אויף אים?
- וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין דא? קענסט ממש זיראו ביזנעס? האסטעך יא א של ראש? אז ער ארבעט נישט מער - מאך איך ווייניגער. מיט יעדע רגע וואס ער קלאצט - דערלייג איך אויף אים די הויזן. וויפיל הויזנס מיינסטו האב איך?
- גראדע איך דערמאן מיך יעץ אז ווען ער איז נאך געווען ניי האט ער מיר איינמאל מסדר געווען "אלע" אלטע ארדערס בילס אינוואויסעס און רעסיעוועבלס - אלע פאפירן אין פיילס לויט די נעמען - שעה'ן האט ער מיר פארטאכלעוועט אויף דעם. שעה'ן? טעעעעעג!
אבער… וואס האב איך אים געקענט טון? פייערן? כאדעך א גוט הארץ….
- למעשה האסטו געהאט נוצן פון די מסדר זיין ארבעט וואס ער האט אריינגעלייגט?
- עם… היינט יא, שור! אבער איך רעד פון דעמאלט - א טאוטל וועיסט אוו טיים ענד מאני געווען!
עניוועי ווען דו וועסט האבן היימישע יונגעלייט ארבעטערס וועסטו עס בעסער פארשטיין. לאמיך דיר פרעגן עפעס וואס דו ווייסט יא, וואס זאגסטו צו די נעכטיגע מעשה ביים קארנער….
און… איך בין צוריק אין זאל וואו דער גוי נעמט צאם אלע ליידיגע/פילע טעלערס, לייגט אויף יעדנס פלאץ א ליידיגע זופ טעלער וואס זאל קענען אריינכאפן אלע ברעקלעך פון די חלה וואס דער עולם קייעט נאך, און אין איינוועגס כאפט ער אריין פונעם עם הנאספים אפאר קללות וואס ער פארשטייט נישט, שמייכלט נאך צי און זאגט טענקיו… און א צווייטער ערל ריקט זיך אריין מיט א הייסע טאפ זופ, און ס'איז כמעט א טעם גן עדן צו זען ווי ביי יעדן שעפ-לעפל געט ער אזא מאך מיט'ן מויל - אריין מיט די אויבערשטע ליפ, גאר ווייט ארויס מיט די אונטערשטע, און ווען ס'לעפל ווערט ליידיג אינעם טעלער, געט ער עס א לעק אפ…. און ס'חוזר חזרה ביים נעקסטן טעלער.
טו מעק א ריעלע לאנג סטארי שארט, מ'האט אפגעגעסן, געבענטש, נישט געהאט קיין ברכ-- אוי יא געהאט ביי די שבע ברכות (קיינער זאל נישט דערציילן דעם מחותן אז כ'האב שיער פארגעסן פון די גאנצע "כבוד"…), געטאנצט, אהיים, געשלאפן, אויפגעשטאנען - שפעט, מקוה/שחרית, איך געדענק נישט וואו די מקוה האט זיך פונטקליך געענדיגט און דער שחרית האט זיך אנגעהויבן, אבער ביי עלינו בין איך געווען פארטיג מיט שחרית און טרוקן פון די מקוה, מאר-לעס. און…
דער עמפלויאי
א שטילער יונגערמאן שפאצירט אין סטרעיט ליין גלייך צו מיר מיט א האלבע שמייכל צו דער ערד (פארוואס פריידט ער זיך אזוי?) און זאגט:
א גוט מארגן, איך יאג זיך גראדע (איך אויך… גיי וואו דו דארפסט, איך האלטער נישט אויף!) אבער כ'האב דיר געוואלט פרעגן, -- האט מיר געזאגט אז דו וועסט מיר קענען ענטפערן דערויף (דערמאן מיר זיך צו זאגן שקויעך פאר --.).
סאו, בקיצור נמרץ (אוי…), כדי דו זאלסט פארשטיין די שאלה דארפסטו קודם כל וויסן אז מיין באס איז כמעט א נאצי… פאסט נישט צו זאגן אזוי אויף א איד, אבער ווען דו וועסט אים קענען…
- נו, וואס איז די שאלה פאר מיר?
- איך וועל באקומען מער אויף די שעה, אבער היות ער איז א נאצי איז א געפערליכע פראבלעם… וויאזוי ברענגט מען די קאץ איבער'ן וואסער?
- וויפיל באקומסטו יעצט קעגן וויפיל דו פראדוצירסט?
- ס'נישט רעלעווענט יעצט, ווייל איך בין נאך ממש א רויע ביגינער -- אה, כ'אדיר טאקע געוואלט פרעגן דעיס אויך, וויאזוי מ'ווערט פראפעשענל… (דעיס איז שוין דער קיצור 'נמרץ'… עטליעסט דער מיינט אז איך קען העלפן אין ביזנעס, נעכטן נאכט האב איך באקומען אן עיר-פול פון איינעם וואס איז איבערצייגט אז איך פארשטיי צו ביזנעס ווי ער צו קוואנטום סייענס, ס'דא פארשריט…)
- סאו דו פראדוצירסט גארנישט? וואס טוסטו יא? און פארוואס איז דיין באס אזא נאצי - אויב מעג איך פרעגן…
- איך ארבעט אויף א זייגער, און איך האב א טיימער אין פראנט פון מיר, און יעדעס מאל איך טוה א קלייניגקייט נישט ממש רילעיטעד צו די ארבעט דארף איך סטאפן דעם טיימער. איך רעד שוין נישט פאר ארויס גיין א מינוט אין ביה"כ, למשל איך בין אביסל פארקילט און בלאז די נאז - דארף איך סטאפן דעם טיימער!
וואו, דאס איז שוין אביסל הארש פאר מיר אויך…
- למעשה די וואך, וויפיל שעה איז אראפגעקומען פון די אלע מינוטן און סעקונדעס וואס דו ביסט געווען ביזי שלא מן הביזנעס?
- ארום א דריי פערטל שעה א טאג (!!!).
- דאס איז אויסער לאנטש?
- יא. איין שעה לאנטש איז נישט אריינגערעכנט אין די טיימער רשעות.
אבער ס'נישט נאר דער טיימער. ס'אלעס. יעדע רגע מאכט ער זיכער אז איך קלאץ נישט - בו בזמן וואס ער זיצט זיך אין זיין אפיס אין ק-ל-א-צ-ט!!! נאו דזשאוק! איך ארבעט, ער קלאצט, און ער ווערט רייך! אויף מיין חשבון!
איך געב אים אוועק מיין צייט, מיין לעבן, מיין נשמה, און וואס טוט ער? ער שמועסט אויפ'ן טעלעפאן און לאכט ארום מיט די קאסטומערס…
איך מוז אריינקומען זונטאג פאר אפאר שעה, פרייטאג צופרי פאר אפאר שעה - אפילו אויב ער קומט בכלל נישט אריין!
און בכלל, איך מוז יעדן טאג זיין אין אפיס ניין אזייגער שארף, ער רוקצעך אן ווי א שיינער מחותן צענע - פאר'ן דאווענען - שרייט אויף מיר, טרינקט קאפי, גייט הכנות, שרייט נאכאמאל אויף מיר, און גייצעך דאווענען - אטליעסט אביסל מנוחה… פראבלעם איז נאר אז זיין שחרית איז צי קורץ, און פאר וואס-ווען-ווי און ער איז צוריק און פארהערט מיר נאכאמאל וואס כ'האב פונקטליך געטון ווען ער איז נישט דא געווען.
אזא קאנטראול פריעק!
- לאמיך א רגע פארשטיין, אז דו ביסט רוי, וואס טוסטו טאקע?
- אה, כ'האדיר שוין געזאגט, אז ער קומט אריין פאר שחרית זאגט מיר וואס צו טון, און נאכדעם מאכט ער זיכער אז כ'האב גוט געטון. און ביי די וועי, דעיס טוט ער א גאנצן טאג, הייסט מיר טון זאכן וואס ער קען! און נאכדעם קומט ער מאכן שבע בדיקות צו איך האב עס געמאכט פונקטליך וויאזוי ער האט געוואלט, און די איבריגע צייט קלאצט ער!
אסאך מאל טראכט איך צו מיר, מענטשן אין בית מדרש וואלטן נישט געגלייבט אויף אים אזא רשעות, אבער די גמרא זאגטעך אדם ניכר בכוסו בכיסו ובכעסו… דעס זע איך אין די ביזנעס...
- ער טרעינט דיר אריין אין די ליין, יא?
- יא, אבער… ער צאלט ממש פעניס… וואס מיינט ער? פון וואו זאל איך צאלן די רענט? איך האב שוין דריי קינדער! מ'דארף זיי אויסשטאפירן, געבן עסן און שיקן אין סקול/פלעי גרופ/חדר. אלעס קאסט!
די מעשה ציעט זיך ווייטער - אבער צום סוף האב איך אים געמוזט אפשטופן ביז נעקסטיים… ווייל 'ער' האט זיך געיאגט…
די אקטועלע ביזנעס טרענזעקשן
ביידע זייטן פון די מטבע האבן דעם 'זעלבן' פראבלעם: זיי קענען נישט דעם עכטן דיעל וואס זיי מאכן צווישן זיך, און וועגן דעם האלט יעדע צד אז ער טוט א גרויסע חסד, און דער צווייטער איז א געפערליכע אויסנוצער - אדער נאצי און א געפערליכער חית זין… אדער שלעפערישער פוילער שוונדלער אין אונזערע פעלער.
ווען ביידע זייטן וועלן געדענקען דעם אמת'דיגן דיעל - וועט זיין אהבה אחוה שלום וריעות רוב צייט פונעם דיעל, און ביידע גייען ארבעטן אין קאמפליעט הארמאני צו צוקומען צו די זעלבע גאול.
פארשטיי די ביזנעס פראפיט סטרוקטשער #1 גוטviewtopic.php?p=886379#p886379(עפן אויף דעם לינק אין א נייעם פעידזש - ליין עס דורך, און נאכדעם זיי דא ממשיך. אז נישט וועסטו נישט כאפן דעם המשך.)
עמפלויער/עמפלואי דיינעמיקס
אויב דער באס האט נישט קיין השגה וויאזוי זיין ביזנעס ברענגט אים פראפיטס, און ער הערט אז דער ארבעטער האט געמאכט דאפלט סחורה, געט ער אים א גרויסע רעיז…. און ביז א צוויי דריי חדשים זענען ביידע אנעמפלויד…
דער חשבון איז צוויי זייטיגער מעסער…. דהיינו ס'שמעקט באמת קיינעם נישט… ווייל מ'דארף באמת אייביג קוקן אויף די גאנצע פיקטשער וויפיל דער ארבעטער איז "באמת" ווערד…
אין אנהייב איז דער ארבעטער 'גארנישט' ווערד, און קאסט פאר די קאמפאני געלט. דער באס אינוועסטירט אינעם ארבעטער פון טאש ארויס צייט און געלט. ער צאלט פאר די עמפלויאיס מאשינען, לעקטריסיטי, טעלעפאן, אפיס סופלייעס וכו', און ער לערנט אים אויס צו קענען טון זיין דזשאב.
וואס מער דער ארבעטער וועט זיך דארפן 'לערנען' אנהייב פון די דזשאב אלס ווייניגער איז ער ווערד אנהייב. עכט איז עס אייביג א מיינעס.
נאר היות אז עווענטועל וועט דער עמפלויער ארויסנעמען גרויסע רוחים אויף זיין אינוועסטן אינעם ארבעטער, גייט ער איין אויפ'ן געשעפט. אבער ס'איז א גרויסע ריזיקע, ווייל אויב ס'ארבעט זיך נישט אויס האט ער סתם דערלייגט די הויזן אויפ'ן געשעפט.
ולא עוד, היות די ערשטע יאר צוויי כל כולו שאדן, וועגן דעם ערשט נאכדעם וואס דער ארבעטער איז שוין יא זייער פראפעשענל און ברענגט שוין גרויסע רוחים פאר די ביזנעס, דארף ער עכט צוריק צאלן פאר'ן באס אז ס'זאל זיך אים האבן געהאט געלוינט דעס געשעפט… און ס'קומט יענעם נאכנישט קיין גרויסן רעיז.
אבער פון די אנדערע זייט וואס מער דער באס דארף די קוואליטי ארבעט אלץ שווערער איז עס צו טרעפן, און אלץ א קלענערע אויסוואל איז דא דערויף, דאס מיינט סקערסיטי, ס'איז דא ווייניג. דאס מאכט דעם ארבעטער מער ווערד. און וועגן דעם באקומט ער באצאלט, כדי ער זאל נישט אוועק לויפן - וואס דאס וועט אין טורן מיינען נאך ארבעט פאר'ן באס - גיין פארברענגען צייט צו זוכן א נייעם ארבעטער.
און נאך א זאך. ווי שוין געקאווערט, וויל דאך דער עמפלויער ארויסנעמען וואס מער ריוח פון זיין אינוועסטמענט, און וואס בעסער דער ארבעטער וועט ארבעטן אלס בעסער וועט זיין די ענד פראדוקט, און אלץ מער וועט ער קענען רעכענען דערפאר, און אויך אלץ שנעלער וועט ער פראדוסן נאך. וועגן דעם לוינט זיך פאר'ן באס צו געבן שיין פארדינט פאר'ן ארבעטער - אוועק צו נעמען דעם עול פון דארפן לויפן דעקן די הוצאות יעדן סוף חודש, כדי ער זאל אים ברענגען סאך מער וויפיל ס'גייט אים קאסטן אין וועידזשעס.
אבער אויב גייט דער ארבעטער נישט ווערן בעסער, און אפילו אויב ער וועט באקומען גרויסע וועידזשעס גייט זיך קיינמאל נישט דזשאסטיפייען דעי פעי, איז ארויס מיט'ן ארבעטער. ס'איז א שאדן - און א שאדן שאדט פאר ביידע! אזוי פליעט נאר איינער, בלייבט כאטש דער באס מיט זיין דזשאב.
עז א רול אוו טאם, דארף יעדע פראדוקטיווע שעה ברענגען אין ריוח פאר'ן באס דריי מאל וויפיל דער עמפלויאי מאכט. דהיינו אויב דער עמפלויאי נעמט אהיים צוואנציג דאלער א שעה, דארף דער באס קענען בעטן פאר די וועליו פון די שעה א מינימום פון זעכציג.
ווייל - קודם כל צוואנציג פון דעם גייטעך גלייך אראפ צום ארבעטער. נעקסט מוז ער דאך אויך קענען אראפנעמען פאר זיך עטליעסט א צוואנציגער פאר'ן זיך באדערן צו צושטעלן פאר'ן ארבעטער דעם גאנצן אינפראסטרוקטור אז דער ארבעטער זאל קענען אהיים דעם צוואנציגער.
און ער דארף נאך קאווערן אלע אנדערע חלקי הוצאות פון די ביזנעס אויך פאר די שעה, וואסער, יוטיליטיעס, רענט, מאשינען, וכו'. אויך מוז ער האבן פון וואו צו באצאלן פאר 'לאנטש' טיים פאר'ן ארבעטער - וואס די סיבה איז אז דער ארבעטער איז אים מער ווערד מיט א לאנטש ברעיק ווי אן א לאנטש ברעיק. קומט אויס אין די פראדוקטיווע שעות פונעם ארבעטער דארף אויך ליגן דאס געלט פון די נאן-פראדוקטיוו שעות, ווייל אויב נישט לוינט זיך דאך טאקע נישט פאר'ן באס צו געבן פעיד לאנטש פאר'ן ארבטער.
נקוט האי כללא בידך! דער באס עפנט נישט קיין ביזנעס ווייל ער זוכט אן אפערטוניטי צו געבן צדקה. ביזנעס איז נישט קיין אידישע קאנסעפט. גוים האבן עס אויך… און ס'געמאכט צו ברענגען א פראפיט פאר דעם וואס בויעט די ביזנעס. אויב איין ספעציפישע הוצאה ברענגט נישט קיין הכנסה איז עס ארויסגעווארפן געלט. און עס ווערט געסטאפט!
די פראבלעמען הייבן זיך אן ווייל נישט דער באס און נישט דער ארבעטער מאכן די חשבונות ווי ס'דארף צו זיין.
דער באס געט דעם ארבעטער געלט פון טאש ארויס פון אנהייב ווייל ער איז א גוטער… און היות ער איז א גוטער ערווארט ער פונעם ארבעטער אויך צו זיין א גוטער…. און אויף יענעם'ס גוטסקייט איז נישטא קיין שיעור!
וויפיל יענער וועט מיר טון טובות - וועט מיין טובה פאר אים אייביג זיין סאאאאאאאאאך גרעסער און שווערער ווי די טובה וואס ער טוט מיר!
אויטאמאטיש ערווארט דער באס אז דער ארבעטער זאל כמעט וואוינען אין די ביזנעס - און בעיקר אז ס'זאל אים ברענען די הויט: "מ'דערלייגט דא געלט אויף מיר יעדע רגע! וויאזוי קען טוישן דעם מצב אז מ'זאל אנהייבן מאכן אויף מיר געלט יעדע רגע? עטליעסט דריי מאל וויפיל איך מאך?"
יעדע זאך וואס ווייזט ווייניגער פון דעם - איז א סימן אז דער ארבעטער איז אן אומ'אחריות'דיגער פוילער שווינדלער וואס וויל נאר לעבן אויף יענעמ'ס חשבון…
דער ארבעטער קוקט נאר אויף זיינע ד' אמות און ארבעט אזוי שוועעעעעעעעעעער, אבער מאכט נישט זיכער איז די ארבעט איז טאקע זאכן וואס גייט פארגרעסערן די ווערד, און מ'גייט באמת קענען בעטן מער געלט פאר דעם, און ס'איז טאקע דא קאסטומער וואס זענען גרייט צו צאלן דערפאר, און גענוג פון די מינע קאסטומערס - וואס איינע פון די אלע זאכן זענען נישט אזוי, האט די ביזנעס נאר דערלייגט אויף דיר נאכמער!….
און נאך א זייער וויכטיגע פונקט, וואס ווערט זייער אסאך מאל פארגעסן - צו יעדנס שאדן.
מולטי-לעיבל ארבעטער
יעדע דזשאב אין ביזנעס קאסט געלט, נישט קיין חילוק ווער ס'טוט עס.
אויב קען מען הייערן עס צו טון איז עס שוה כסף, און ס'מוז ווערן אריינגערעכנט אלס א "קאסט" אין די פיינל פראדוקט.
זייער אסאך מאל איז דער באס, א באס, די קאלעקשנס דעפארטמענט, די מארקעטינג דעפארטמענט, די אקאונטינג דעפארטמענט, און די קאסטומער סערוויס דעפארטמענט - וואס יעדע איינע פון די דזשאבס דארף זיך צאלן צו א מינימום פון צוואנציג דאלער א שעה, און פאר פראפעשאנעלס פופציג, הונדערט און ארויף.
דער באס וואס קלאצט אין זיין אפיס אין לאכט אויפ'ן טעלעפאן מיט די קאסטומערס טוט די אלע ארבעטס א גאנצן ליבן טאג. ער דארף אויסער דעם איינעם צוואנציגער אהיים ברענגען יעדן נאך זעקס-זיבן הונדערט דאלער פאר זיין 'ארבעט' אין די ביזנעס.
די פראבלעם איז - אז דעס גאנצע געלט דארף אויך קומען נאר דורך די וועליו וואס ווערט באשאפן אין די ביזנעס - און א גרויס חלק פון דעם דורך די עמפלויאיס! ווייל אפילו אויב ס'נישט דער באס, נאר מ'האט באמת אויפגענומען ארבעטערס פאר די אלע פאזישנס, ברענגען זיי נישט קיין דירעקט וועליו פאר די ביזנעס, נאר אז אן דעם איז די ביזנעס נישט קיין ביזנעס - אבער ס'מוז קענען ווערן געקאווערט דורך די פראודוסד רעוועניו וואס די ביזנעס דזשענערעיטעד - דורך די עמפלויאיס.
און אויף די גוטע זייט מיינט דאס אויך, אז ווען דער עמפלויער וועט אנהייבן זען די גרויסע רוחים לויט די עפארט פונעם ארבעטער, גייט דער ארבעטער ווערן באמת מער ווערד און דער ארבעטער דארף און וועט באמת באקומען מער באצאלט. - ווייל דער באס וויל אים נישט פארלירן - ער שניידט יעצט די פירות פון זיין אמאליגע אינוועסטמענט.
אויב די נומבערס בלייבן שטימען - גייט ער מאכן פראצענטועל מער לויט ווי דער ארבעטער גייט מאכן, באדערט אים באמת נישט צו באצאלן מער, פונקט ווי ער קען באשטיין צו באצאלן מער פאר א בעסערע מער סאפיסטיקירטע מאשין וואס גייט קענען פראדוצירן מער סחורה, שנעלער, און בעסער.
לגבי א פרישן רויען ארבעטער וואס הייבט אלס א בעגינער פון סקרעטש איז דא צוויי מיני ארבעט. ס'דא קריעיטיוו ארבעט, און ס'דא פיזישע נאן-קריעטיוו ארבעט.
קריעטיוו ארבעט איז ווען דער ארבעטער דארף נוצן זיינע קוואליפיקאציעס צו פראדוסן א וועליו.
פון דעם האמיר גערעדט ביז אהער, אז אין אנהויב דערלייגט די ביזנעס אויף אים, און צוביסלעך טוישט זיך אויף פארקערט. וועגן דעם אויב ביידע זייטן ווייסן פון דעם עכטן מציאות - און ביידע ארבעטן אינאיינעם אנצוקומען צו זעלבן תכלית, זיכער צו מאכן אז די ארבעט וואס ער ארבעטער טוט ברענגט די ריכטיגע פראפיטס, וועט אן ארבעטער קיינמאל נישט דארפן וואשן קיין ביה"כ'ס - ווייל ער קען אין די צייט טון עפעס וואס קען ברענגען סאך מער.
ער איז נישט דארט אלץ א באצאלטער שקלאף, ער האט א מישן מיט א פורפעס. און די גאנצע קאמפאני איז אלערט צום זעלבן ציל - און אלעס שטימט.
ומצד השני, גייט דער ארבעטער קיינמאל נישט סתם אזוי ארבעטן שווער ביז צו די נשמה אין די נאכט אריין - אויב דו ספעציפישע שווערעקייט גייט נישט צוגעבן אדער העכערן די ענדגילטיגע וועליו פון די ארבעט וואס ער טוט, אדער אויב קיינער גייט עס נישט וועלן צאלן. ער דארף נישט ארבעטן "שווער", ער דארף נאר ברענגען פראפיטס.
אויף דעם וועג וועלן ביידע זייטן פארשטיין און קענען אפשמועסן ביי וועלכע פונקט ס'גייט פאר'ן ארבעטער קומען א רעיז, און וויפיל די רעיז גייט זיין לויט זיין אמת'ע ווערד. ענד דעיר אר נאו הארד פיעלינגס.
אבער וואס ווייניגער קריעיטיוו די דזשאב איז, אלץ ווייניגער צייט דארף דער ארבעטער האבן צו פארשטיין וואס ער דארף טון, און וועגן דעם איז ער אלס מער ווערד גלייך פון אנהייב. אבער פון די אנדערע זייט איז נישטא קיין גרויסע אינוועסטמענט, און ס'נישטא קיין רוחים… און די פעי זיינע קען קיינמאל נישט וואקסן קיין סאך. און נאך א פראבלעם, אז וואס גרינגער די ארבעט, אלס א גרעסערע אויסוואל איז דא דערויף. אבאנדענס - וואס מאכט אים ווייניגער ווערד טו בעגין וויט.
און נאך איין פוינט לגבי דעם באס.
יעדער באקומט באצאלט לויט וויפיל וועליו ער דזשענערעיט אין די ביזנעס. דער ארבעטער שטעלט צו זיין ארבעט, אבער דער באס שטעלט צו "אלע" אנדערע חלקים. די אינפראסטרוקטשור פאר די ביזנעס, דעקן די באנק, באקומען קלייענטס, שאפן הלוואות, קעש פלאו קאווערעדזש, מארקעטינג סטרעטעדזשי, וועם צו פארקויפן וואס און ווען, און וויפיל צו בעטן ועוד ועוד ועוד, וואס די ווערד פון די אלע זאכן איז סאאאאך מער ווערד פון בלויז די ארבעט וואס דער ארבעטער טוט, און דאס איז איקאולס ---- די גאנצע פראפיט וואס די ביזנעס דזשענערעיט….
לגבי די בעגינינג רעיט פאר א נייעם ארבעטער
די חילוק אין די פעי כאפט בעיקר ווען מ'דארף האבן סקילס, אבער דער ארבעטער מוז נישט ווערן געטרעינט פאר דעם סקיל. למשל א קאסטומער סערוויס פאזישן, סערוון קאסטומערס, אויפהייבן טעלעפאנס, הגם ער האט נאכנישט קיין הענדס-אן עקספעריענס, דארף ער אבער למעשה נוצן זיינע סאשל סקילס וויאזוי צו רעדן צו א קליענט, און ער איז דאך נישט היינט געבוירן.
אויב איז ער גוט אויף אזא סארט דזשאב, גייט ער נעמען זיין לייף עקספעריענס און עס עפלייען צו די דזשאב - הגם ער וועט דארפן אביסל גיידענס וויאזוי צו ענטפערן די ביזנעס/ליין ספעסיפיק שאלות, איז ער שוין באמת מער ווערד גלייך ביים אנהייב, וועגן דעם מער ער גלייך ביים אנהייב באקומען מער, ווייל ער ברענגט שוין מער.
משא"כ ביי א סקיל וואס מ'דארף כאפן, למשל א סיסטעם פון ענטערן דאטא וכדו', הגם אז עווענטועל גייט ער זיין זייער ווערד - קאסט ער למעשה נאר אין צייט, און ברענגט נאך גארנישט. אבער אויב קען מען שוין אביסל קאמפיוטער איז ער שוין ווערד גלייך ביים אנהייב. און לויט דעם מעסט זיך די בעיס לעוול פעי.