בלאט 1 פון 1
Cold Calling
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2014 11:05 am
דורך מצב כללי
האט איינער עקספיריענס אין דעם געביט, אדער א גוטע פראגארם אדער ארטיקל איבער די נושא?
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2014 11:34 am
דורך פאר דוקא
ראביי הורוויץ'ס לעקטשור איז זייער גוט פאר די עצם זאך, די שאלה איז וואס נאך די זיכסט
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2014 12:00 pm
דורך מצב כללי
שקויעך פאר דיין ריספאנס איך האב נאכנישט געהערט זיין לעקטשער, איך וועל עס אי"ה הערן.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2014 12:57 pm
דורך babaganush
what's this?
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2014 1:09 pm
דורך פארוואס נישט...
babaganush האט געשריבן:what's this?
A solution for global warming
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2014 4:23 pm
דורך בערקא
פאר דוקא האט געשריבן:ראביי הורוויץ'ס לעקטשור איז זייער גוט פאר די עצם זאך, די שאלה איז וואס נאך די זיכסט
mini van האט געשריבן:ס'דרייד זיך לעצטנס ארום א אינהאלטסרייכע דרשה פון איינער נפתלי הוראוויטץ איבער ביזנעס, ס'לוינט אויסציהערען.
https://db.tt/4fhnlDKK
די מיינסט אים?
איך האב אים היינט אויסגעהערט אינמיטן די ארבייט, בערך צוויי שעה, ער איז "אייזן"
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2014 4:24 pm
דורך מצב כללי
babaganush האט געשריבן:what's this?
קאלד קאלינג איז טייטש, ווען דו קאלסט אן איינעם וועם דו קענסט נישט און דו ווילסט ער זאל נעמען א פראדוקט פון דיר, עס הייסט קאלד על שם קאלט דו האסט נישט קיין שום האצואינגן מיט יענעם.
אין קורצן: וויאזוי מאכסטו אז א מענטש זאל ווען פארקויפן דיין פראדוקט.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2014 4:41 pm
דורך זאל ער קומען
קאלד קאלינג איז א זאך וואס דארף גענוצא ווערן עז א לעסט רעזארט, ווען מען האט מען נישט קיין שום אנדערע וועג אנצוקומען אין פראנט פון קאסטומערס - א זאך וואס טאר עכט נישט געשען.
און ווען מ׳טוט עס יא, דארף מען וויסן וואס צו זאגן ווען מ׳הייבט אן רעדן.
רעד נישט פון דיר, קיינער קערט נישט.
רעד נישט אין די וועלט אריין, מ׳וועט דיר אראפהאקן.
פרעג יענעם עפעס וואס דו ווייסט אז סטוט אים זייער וויי:
לויפסטו אייביג אויס פון טוילעט פעיפער ווען דו דארפסט עס דאס מערסטע?
איך קען דיר איינשרייבן אין א מאנטלי סופליי ארדער און וועסט מער קיינמאל נישט זיין אזא סיטואציע.
האסטו שוין געצאלט פיר מאל איבער צו מאכן דיין דאך?
איך גאראנטיר פערציג יאר אומזיסטע סערוויס!
מיט אזא צוגאנג האסטו א שאנס.
דארפסט אבער וויסן וואס זיי טוט באמת וויי.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2014 6:39 pm
דורך זאל ער קומען
אבער דארפסט אייביג געדענקן אז עס איז א קאלד קאל, נישט איינער וואס איז נייגעריג געווען וואס דו האסט צו זאגן.
אסאך ביזנעס האבן א עקסטערע טיעם פון קאלד קאלערס און פון פראפעשאנעל קלאזערס, די ערשטע נוצט מען פשוט אויפצוטרייבן ליעדס, און דעמאלטס גיט מען דאס פאר גוטן קלאזער צו קלאזען ווי מער.
עס האט אסאך מעלות, איינס דערפון איז אז דער קלאזער ווערט נישט נערוועז פון מענטשן וואס האקן אראפ דעם טעלעפאן, און דער ליעד דשענערעיטאר איז צוגעוואונט דערצו און האט נישט קיין פראבלעם דערמיט, און אויך אז א קלאזער קאסט אסאך מער, אזוי נוצטו אים נאר אויף צו קלאזן.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2014 6:40 pm
דורך בילדער
ווער איז דער הוראוויץ? און ביי וועליכע וואל סט. פירמע ארבעט ער? (איך מיז גיין זעהן זיין אפיס...)
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2014 9:18 pm
דורך בערקא
האט איינער א בילד פון ר' נפתלי (מארק) הורוויץ?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2014 9:29 pm
דורך mini van
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2014 9:29 pm
דורך קנאפער ידען
בערקא האט געשריבן:האט איינער א בילד פון ר' נפתלי (מארק) הורוויץ?
דא:

- mark horwitz.png (9.15 KiB) געזעהן געווארן 930 מאל
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2014 8:41 am
דורך mini van
קאר אינשורענס האט געשריבן:here you have 2 more, there is 3 in this link but 1 is the same as before
https://t.co/5tDaarQy1g
הרב הוראוויטץ איז זייער קלאר מסביר וועגען cold calls אין די נייע דרשה
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 27, 2014 11:55 am
דורך אינגערמאן
איז דא איינער ביי די היימישע עולם וואס געט טרעינינג פאר "קאלד קאלינג"? איינער וואס זאל אראפקומען צו מיר אין אפיס פאר אפאר טעג/וואכן און זיכער מאכן אז די סעילס ווערן געטוהן אויף א ריכטיגע וועג?
אז ס'נישט דא א היימישער וואס טוט עס, האט איינער עקספיעיריענס מיט איינע פון די גויאישע קאמפעניס ווואס טוען דאס?
מארק האראוויטץ
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 10:32 am
דורך קלאץ
ווייסט איינער אדער האט איינער מער דרשות פון מארק האראוויטץ?
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2014 5:48 pm
דורך מאגר
קלאץ האט געשריבן:ווייסט איינער אדער האט איינער מער דרשות פון מארק האראוויטץ?
קיינער האט גארנישט?