בלאט 1 פון 3
איך בין פאראינטערעסירט צו עפענען א ... ביזנעס
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 1:55 pm
דורך פעקס מאשין
איך עפען דא אן אשכול (וואס אינטערעסאנט אז קיינער האט נאכנישט געפענט ביז היינט . אויף וויפעל איך האב גענישטערט) צי אויסטוישן אינפארמאציע איבער סיי וואספארא אינדאסטעריע עס איז פאר איינעם נוגע צי וויסן.
ובזה החלי.
איך בין פאראיטערעסירט זיך אריין צי לייגן אין די האטעל & האספיטעל סאפלייס ביזנעס.
וויצב"ש:
Room furniture, room décor, mattresses, coffee makers, luggage racks, etc.
Linen, bedspreads, towels, shower curtains, soaps, shampoo,etc.
pool supplies, cleaning material, etc.
and more..
אין דעם פעלד ?wholesale vendors האט איינער אינפארמאציע איבער
איז דאס איין גרויסע ביזנעס אדער פארשידענע חלקים?
איז פארהאן אידען וואס טיען דאס?
סיי וואספארא אינפא. איז זייער אפרישיעטיד.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 2:17 pm
דורך זאל ער קומען
ס'איז א לאנגס און ברייטס צו ענטפערן אפשר שפעטער, אבער צום אלעם ערשטן וועל דיר נאר אויס איינס פון די אלע זאכן וואס האסט אויסגערעכנט און ווער געוואויר וואס פעלט פון די וועג וואס זיי באקומען עס יעצט.
פארוואס אויף דער וועלט זאלן זיי דיך דארפן?
נאכדעם דארפסטו אנהייבן רעכענען ס'זאל דיר נאך לוינען אפילו דו ביסט א אנהייבער, און די קאמפעטישן קען עס פארקויפן פאר ביליגער ווי דו גייסט עס באקומען.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 2:30 pm
דורך פעקס מאשין
זאל ער קומען האט געשריבן: אבער צום אלעם ערשטן וועל דיר נאר אויס איינס פון די אלע זאכן וואס האסט אויגערעכנט און ווער געוואויר וואס פעלט פון די וועג וואס זיי באקומען עס יעצט, פארוואס אויף דער וועלט זאלן זיי דיך דארפן, און נאכדעם דארפסטו אנהייבן רעכענען ס'זאל דיר נאך לוינען אפילו דו ביסט א אנהייבער און די קאמפעטישן קען עס פארקויפן פאר ביליגער ווי דו גייסט עס באקומען.
If you go with this strategy you can close the businesses world now! Because in every industry you have established competitions.
And about the price, you can also see in most industry's some companies with cheaper prices then competitions. You have to start with lower markups, and try to give good service and with the time you can grow slowly.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 2:42 pm
דורך זאל ער קומען
אזוי האלט יעדער כולל יונגערמאן! און אויך יעדער ביזנעסמאן וואס "מיינט" אז ס'נישטא קיין אנדערע וועג.
איך גיי זיך שפעטער צוברייטערן אביסל און מסביר זיין וואס איך מיין, און וואס איך האב געמיינט צו זאגן פריער. אבער די עיקר פוינט איז, אז מענטשן האבן געווענליך א פראבלעם, און מ'טראכט פון אן עצה, און נאכדעם מוטשעט מען זיך נאר אז די עצה זאל ארבעטן, און מ'גייט נישט צוריק טראכטן פונעם עיקר פראבלעם, און אויב ס'איז מעגליך דא אן אנדערע גרינגע עצה.
א איד וויל אריינקומען אין ביהמ"ד, אבער… ס'איז הערמעטיש פארשלאסן. נו וואס טוט. אה! בליצט אויף אן עצה. מ'גייט זיך אריינלאזן דורכ'ן ווייבער-שול. אבער וויאזי, כ'האב דאך נישט קיין שטריק? גייט מען זוכן גארטלעך, דיקערע און נאך מער, און מ'איז ביזי שעה'ן צו קענען זיך אריינלאזן אין ביהמ"ד.
יונגערמאן, געב א קוק צו די טיר אויף די אנדערע זייט שול איז אויך פארשפארט….
אזויווי מ'איז ניי אין א ליין, קען איך נישט קאמפיעטן "נאר" אויב איך וועל זיך שיסן אין די פיס און גיין ביליגער!… יונגערמאן, הרג'ע נישט די זעלבע ליין אין וואס דו ווילסט אריינגיין. ס'דא נאך וועגן וואיזוי אריינצוקומען און אפילו איבער צו נעמען א מארקעט.
זייער אסאך מענטשן ווערן איבערראשט ווען זיי האבן געקוואוט א גאר ביליגע פרייז און די גרויסע פראפעשל ביזנעסער (איבערהויפט שפיטעלער) האבן נישט געקוקט אויף זייער זייט.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 2:58 pm
דורך גוגל
זאל ער! דו ווייסט נישט ווי גוט די זאגסט!!!
אסאך מער געלט וואלט געווען ביי אונז, ווען מען טוט ביזנעס מיט שכל
שרייב נאך
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 3:01 pm
דורך זאל ער קומען
גוגל האט געשריבן:זאל ער! דו ווייסט נישט ווי גוט די זאגסט!!!
אסאך מער געלט וואלט געווען ביי אונז, ווען מען טוט ביזנעס מיט שכל
שרייב נאך
איך ווייס גראדע יא…. וועל שפעטער נאך.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 3:03 pm
דורך פעקס מאשין
I'm sorry but you didn't understand what I said.
I just answered regarding what you wrote that a new business can't give "the same prices" from a established business, of this I just answered that in the beginning you have to go with a low markup so you can compete to the average market price. (not to kill the market)
And if you have a other idea how to come in the market with a better strategy I will appreciate you should share it with me, this is why I opened this discussion.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 3:10 pm
דורך מגילה
פעקס מאשין האט געשריבן:
And if you have a other idea how to come in the market with a better strategy I will appreciate you should share it with me, this is why I opened this discussion.
Follow Strategy 1 by only entering races that your rival doesn’t enter (either because he doesn’t know about them or they don’t interest him for some reason). Build a profile as the winner of these sorts of races and let your rival carry on elsewhere.
Follow Strategy 2 by entering races that your rival enters, but isn’t too bothered about. These may not be the high-profile gala events but as you get into the habit of winning the minor races you can gradually compete at higher and higher levels.
Follow Strategy 3 by going straight for the big one – enter your rival’s favorite event and win by being better prepared and more focused. Become a specialist at this type of race; you’ll have to fight harder but the reward is much greater.
In other words, if your competitor has a market focus in telecoms, then you may want to leave that sector to them and focus on financial services instead (Strategy 1). Or, if you decide to go for the telecoms market and your competitor has 500 customers, you can try going for their least profitable ones (Strategy 2), or just go ahead and pick on their favorite “trophy” customers (Strategy 3).
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 3:13 pm
דורך זאל ער קומען
פעקס מאשין האט געשריבן:I'm sorry but you didn't understand what I said.
I just answered regarding what you wrote that a new business can't give "the same prices" from a established business, of this I just answered that in the beginning you have to go with a low markup so you can compete to the average market price. (not to kill the market)
And if you have a other idea how to come in the market with a better strategy I will appreciate you should share it with me, this is why I opened this discussion.
I did understand exactly what you meant.
And I did say that it is not correct. You can come in to any market with a high markup - even higher then the competition. All you have to do is justify your price. And because this explanation will take more then a line to cover, I wrote that I'll elaborate later.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 3:16 pm
דורך זאל ער קומען
כ'האב נישט קיין השגה פארוואס מ'דארף רעדן ענגליש אין די "אידישע" וועלט.
מגילה האט זייער גוט געשריבן. (אפגעהאקט ביים סוף?). איך האב גערעדט פון זיין דריטע סטראטעגיע. און דערפאר האב איך געזאגט אז דו זאלסט נעמען נאר איינס פון די זאכן, און וויסן פונטקליך פארוואס דיינע פאטענשל קאסטומערס גייען דיר נעמען. דהיינו, זיי אן עקספערט.
שפעטער מער בס"ד.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 3:20 pm
דורך מומחה עצום
ביטע האלט די שמועס דא אין אידיש, אזוי וועלן אנדערע אויך קענען הנאה האבן
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 3:26 pm
דורך מצב כללי
די סיבה פארוואס מאנכע שרייבן ענגליש איז ווייל זיי האבן נישט קיין אידישע אותיות אויף זייער קיבארד און זיי זענען נישט דערלערענט צו טייפן אידיש מיט די ענגלישע לעטערס, אבער זאלער דו שרייב אין אידיש, די חברה פארשטייען אידיש
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 3:27 pm
דורך מגילה
מומחה עצום האט געשריבן:ביטע האלט די שמועס דא אין אידיש, אזוי וועלן אנדערע אויך קענען הנאה האבן
I'm looking for a "nadvin" for a Yiddish keyboard...
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 3:30 pm
דורך מומחה עצום
מגילה האט געשריבן:מומחה עצום האט געשריבן:ביטע האלט די שמועס דא אין אידיש, אזוי וועלן אנדערע אויך קענען הנאה האבן
I'm looking for a "nadvin" for a Yiddish keyboard...
עיין כאן
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 3:32 pm
דורך זאל ער קומען
אויב איינער קען מנדב זיין פאר מגילה א אידישן קיבאורד, אבער ביזדערווייל געב די קרעדיט וואו קרעדיט קומט זיך….
http://labs.openviewpartners.com/winnin ... mpetitors/
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 3:37 pm
דורך מגילה
איך האב דאס טאקע פון דארט גענימען.
בד" וו שכח מומחה פאר די אידיש קי בארד.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 3:50 pm
דורך עם הארץ
פעקס מאשין האט געשריבן:איך עפען דא אן אשכול (וואס אינטערעסאנט אז קיינער האט נאכנישט געפענט ביז היינט . אויף וויפעל איך האב גענישטערט) צי אויסטוישן אינפארמאציע איבער סיי וואספארא אינדאסטעריע עס איז פאר איינעם נוגע צי וויסן.
ובזה החלי.
איך בין פאראיטערעסירט זיך אריין צי לייגן אין די האטעל & האספיטעל סאפלייס ביזנעס.
וויצב"ש:
Room furniture, room décor, mattresses, coffee makers, luggage racks, etc.
Linen, bedspreads, towels, shower curtains, soaps, shampoo,etc.
pool supplies, cleaning material, etc.
and more..
אין דעם פעלד ?wholesale vendors האט איינער אינפארמאציע איבער
איז דאס איין גרויסע ביזנעס אדער פארשידענע חלקים?
איז פארהאן אידען וואס טיען דאס?
סיי וואספארא אינפא. איז זייער אפרישיעטיד.
דא האסטע וואס די זיכסט.
http://hdsupplysolutions.com/shop/stati ... 20suppliesאבער ווייס איך נישט אויב זיי זענען wholesale
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 3:59 pm
דורך ראשית
זאל ער קומען האט געשריבן:ס'איז א לאנגס און ברייטס צו ענטפערן אפשר שפעטער,
מיר ווארטען מיט שפאנונג
און אז מרעד שוין טענקס א מיליאן פאר דיינע באלערנטע ביזנעס קענטעניסט וואס די טיילסט אונז דא מיט
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 4:11 pm
דורך והמבין יבין
זאל ער קומען האט געשריבן:אזוי האלט יעדער כולל יונגערמאן! און אויך יעדער ביזנעסמאן וואס "מיינט" אז ס'נישטא קיין אנדערע וועג.
איך גיי זיך שפעטער צוברייטערן אביסל און מסביר זיין וואס איך מיין, און וואס איך האב געמיינט צו זאגן פריער. אבער די עיקר פוינט איז, אז מענטשן האבן געווענליך א פראבלעם, און מ'טראכט פון אן עצה, און נאכדעם מוטשעט מען זיך נאר אז די עצה זאל ארבעטן, און מ'גייט נישט צוריק טראכטן פונעם עיקר פראבלעם, און אויב ס'איז מעגליך דא אן אנדערע גרינגע עצה.
א איד וויל אריינקומען אין ביהמ"ד, אבער… ס'איז הערמעטיש פארשלאסן. נו וואס טוט. אה! בליצט אויף אן עצה. מ'גייט זיך אריינלאזן דורכ'ן ווייבער-שול. אבער וויאזי, כ'האב דאך נישט קיין שטריק? גייט מען זוכן גארטלעך, דיקערע און נאך מער, און מ'איז ביזי שעה'ן צו קענען זיך אריינלאזן אין ביהמ"ד.
יונגערמאן, געב א קוק צו די טיר אויף די אנדערע זייט שול איז אויך פארשפארט….
אזויווי מ'איז ניי אין א ליין, קען איך נישט קאמפיעטן "נאר" אויב איך וועל זיך שיסן אין די פיס און גיין ביליגער!… יונגערמאן, הרג'ע נישט די זעלבע ליין אין וואס דו ווילסט אריינגיין. ס'דא נאך וועגן וואיזוי אריינצוקומען און אפילו איבער צו נעמען א מארקעט.
זייער אסאך מענטשן ווערן איבערראשט ווען זיי האבן געקוואוט א גאר ביליגע פרייז און די גרויסע פראפעשל ביזנעסער (איבערהויפט שפיטעלער) האבן נישט געקוקט אויף זייער זייט.
איינס

פאר די הסברה

פאר די צוקערדיגע משל
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 7:33 pm
דורך Zik
לויט אייער שאלות, מיין איך עס וואלט זיך אפשר געלוינט אז איר זאלט ארבייטען פאר אינעם אין די ליין, איר וועט זיך שפארען עגמת נפש מיט אסאך אידיש געלט.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 7:45 pm
דורך מטעמים
איך האלט יעצט אינמיטען שטארק קאנסידערן צו קעיטערן צו א ספעסיפיק אינדאסטרי.
איך האב פארשאפט א ליסט פון הינדרעט פאטענטשאל קאסטומערס אין איך וויל ארויסשיקען א סערוועי פון שאלות וואס וועט מיר מאכען די גאנצע צוגרייטונג צום געשעפט גרינגער, די שאלות "דערווייל" זענען ווי פאלגענד:
ווער איז דיין קורענט פריימערי סופלייער?
וויפיעל געלט האסטו געספענדט לעצטע חודש מיט די סאפלייער? לעצטע יאר? יער טו דעיט?
וועם קאנסודערסטו צו זיין די גרעסטע אין די אינדאסטרי? פארוואס?
ביזטו צופרידען מיט דיינע קורענט פרייזען? פליז עקספלעין פארוואס?
ביזט צופרידען מיט די קאסטומער סערוויס פון די קאמפעני? פליז עקספלעין פארוואס?
ווי לאנג דויערט פון ווען די ארדערסט ביז דו באקומסט עס? ביזט צופרידען מיט דעם וועג?
וויאזוי גלייכסטו בעסער צו ארדערן? וויע פאון פעקס אדער אימעיל?
שרייב אראפ דיינע פונעף טייערסטע אייטעמס וואס דו האסט געדארפט איינקויפען אין די לעצטע יאר צייט?
שרייב אראפ דיינע פונעף מאוסט יוזד אייטעמס?
שרייב אראפ דיינע פונעף בעסט סעלינג אייטעמס?
איז דא אייטעמס וואס דו זיכסט שוין א לאנגע צייט אין דו האסט עס נישט געקענט טרעפן?
וואסערע העלפ דארף דיין קאמפעני צו קענען אינקריעסען מער סעילס?
אויב א פראפעשינעל עקזיסטונג קאמפעני וויל דיר אפערן גיטע דיעלס, קענסטו אפשר טראכטען פון א גיטע קאמפעני נאמען?
איז דא נאך עפעס וואס מען דארף וויסען פון פארדעם?
פאר ווער עס ענטפערט אויף די שאלות אין שיקט עס צוריק באקומט א צען דאלער גיפט קארד ביי טארגעד!
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 7:50 pm
דורך יואל שווארטץ
די שאלה איינס פאר די לעצטע פארשטיי איך נישט.
פארוואס עפעס געבן 10 דאלער ביי טארגעט?
מאך אים אביסל מער עקסיידעט צו ענטפערן, ס׳שוין אזוי אויך שווער ארויסצובאקומען ענטפערס, און גיב אים קרעדיט ביי דיין נייע ביזנעס.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 8:10 pm
דורך זאל ער קומען
מטעמים האט געשריבן:איך האלט יעצט אינמיטען שטארק קאנסידערן צו קעיטערן צו א ספעסיפיק אינדאסטרי.
איך האב פארשאפט א ליסט פון הינדרעט פאטענטשאל קאסטומערס אין איך וויל ארויסשיקען א סערוועי פון שאלות וואס וועט מיר מאכען די גאנצע צוגרייטונג צום געשעפט גרינגער, די שאלות "דערווייל" זענען ווי פאלגענד:
ווער איז דיין קורענט פריימערי סופלייער?
וויפיעל געלט האסטו געספענדט לעצטע חודש מיט די סאפלייער? לעצטע יאר? יער טו דעיט?
וועם קאנסודערסטו צו זיין די גרעסטע אין די אינדאסטרי? פארוואס?
ביזטו צופרידען מיט דיינע קורענט פרייזען? פליז עקספלעין פארוואס?
ביזט צופרידען מיט די קאסטומער סערוויס פון די קאמפעני? פליז עקספלעין פארוואס?
ווי לאנג דויערט פון ווען די ארדערסט ביז דו באקומסט עס? ביזט צופרידען מיט דעם וועג?
וויאזוי גלייכסטו בעסער צו ארדערן? וויע פאון פעקס אדער אימעיל?
שרייב אראפ דיינע פונעף טייערסטע אייטעמס וואס דו האסט געדארפט איינקויפען אין די לעצטע יאר צייט?
שרייב אראפ דיינע פונעף מאוסט יוזד אייטעמס?
שרייב אראפ דיינע פונעף בעסט סעלינג אייטעמס?
איז דא אייטעמס וואס דו זיכסט שוין א לאנגע צייט אין דו האסט עס נישט געקענט טרעפן?
וואסערע העלפ דארף דיין קאמפעני צו קענען אינקריעסען מער סעילס?
אויב א פראפעשינעל עקזיסטונג קאמפעני וויל דיר אפערן גיטע דיעלס, קענסטו אפשר טראכטען פון א גיטע קאמפעני נאמען?
איז דא נאך עפעס וואס מען דארף וויסען פון פארדעם?
פאר ווער עס ענטפערט אויף די שאלות אין שיקט עס צוריק באקומט א צען דאלער גיפט קארד ביי טארגעד!
מיט יעדע שאלה וואס דו פרעגסט מער, רוקסטו אראפ די פראצענט פון ענטפערערס.
וואס שווערער און קאמפליצירטער די שאלות זענען, פארלירסטו ענטפערערס.
אסאך פון די שאלות פארשטיי איך וואס דו גייסט פארדינען פון די ספעציפישע אינפארמעישאן, אבער אסאך פון דעם פארשטיי איך נישט.
אויב ווייסטו נישט עקזעקטלי וואס דו גייסט פארדינען פון דעם ענטפער ספעציפיש, קאט עס.
אויב גייסטו קענען ארויסבאקומען צוויי פוינטס אוו דאטא מיט איין שאלה, פרעג ענדערש איין.
אויב קענסטו מאכן פון אפאר פון די שאלות מולטי-טשויס, איז עס אויך סאך גרינגער.
פינף פראגן איז די אנגענומענע אפטימום נומער פאר סורוועי שאלות.
אויב קענסטו פרעגן מער לגבי דעם פערזאן וואס ענטפערט, און ווייניגער לגבי די אייטעמס, וועסטו געווענליך האבן בעסערע ענטפערס.
למשל, וואס איז ביי דיר דאס וויכטיגסטע פונקט ביים באשליסן צו נוצן א קאמפאני?
וואס האלטסטו זאל א נייע קאמפאני אין דיין אינדוסטרי טון כדי איבערצונעמען די מארקעט?
אויף דעם וועג רעדט ער פון זיך און זיין עקספעריענסעס, און דו באקומסט א שטארקע אריינבליק אינעם מארקעט, און וואס ס'פעלט דארט.
ס'איז אויך א גאר גרויסע דיפערענץ "וועמען" דו פרעגסט.
ס'קען זיין אז דער וואס 'גייט' פאר א צען דאלערדיגע טארגעט קארד איז דיר נישט ווערד די צייט צו ליינען זיינע ענטפערס.
אדער פארקערט, דו זוכסט דייקא נאר אזעלכע ביליגע חברה.
אין עני קעיס, אסאך הצלחה אין אלע דיינע ביזנעס ווענטשורס.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2014 12:51 am
דורך זאל ער קומען
אביסל לענגער און ברייטער. (כ'האב צוגעזאגט…).
ווי גערעדט, טראכן מענטשן אז די איינציגסטע קלוגע געלונגענע עצה פון אריינקומען אין א נייע מארקעט איז צו געבן ביליג.
לאמיר אויס וועלגערן א רגע די "ביליג" פענאמענא. ווען א מענטש גייט קויפן אן עירקאנדישן, זוכט ער די בעסטע אבער אויך די ביליגסטע. פארוואס זוכט מען צו כאפן מציאות?
קודם, פשוט, קיינער האט נישט ליב אויסצוגעבן קיין געלט סתם אזוי. וויפיל מ'קען זיך שפארן, אוודאי איז בעסער עס נישט אוועק צוגעבן.
נו, אויב אזוי קויף נישט קיין עירקאנדישן אינגאנצן, וועסטו דאך בלייבן מיט נאך מער געלט אין טאש? (ס'דא מענטשן וואס טוען טאקע אזוי… אבער דו וועסט נישט, מאי איכא למימר?
דער קורצער תירוץ איז, אז קיינער טיילט נישט קיינמאל קיין געלט, נאר מ'טוישט אויף געלט פאר א ווערד. אדער גייט מיר דאס אוועק נעמען א צער, אדער פארבעסן מיין לעבנסשטייגער.
אדער מניעת צער והפסד אדער ריבוי תענוג. דאס זענען די בעיסיק סיבות פאר וואס מענטשן וועלן טוישן געלט אויף עפעס אנדערש.
עסן אויף צום לעבן איז מניעת הצער וההפסד, טייערע גוטע עסן איז ריבוי התענוג. וכן על זה הסדר.
צוריק צום עירקאנדישן. אין שטוב איז הייס, מ'שוויצט, ס'שווער. צער. דער עירקאנדישן איז מניעת הצער, און אויך אביסל ריבוי התענוג, ווייל אז ס'איז שוין יא לופטיג זאל שוין זיין קיל אויך… ווענדט זיך וויפיל ס'קאסט - שטייצעך.
מ'קומט אן אין געשעפט און מ'בעט די ביליגסטע עירקאנדישן. זאגט דער סוחר: איך האב פאר הונדערט, דריי הונדערט פופציג און פינף הונדערט. לכאורה גייט יעדער נעמען נאר די הונדערט דאלערדיגע, הלמאי דאס איז דאך די ביליגסטע. ניין?
פאקט איז איז רוב מענטשן נעמען די פאר דריי פופציג!
ווייל די ביליגסטע איז לכאורה ביליגע שמאטע, די טייערסטע …. בין איך דאך נישט די וועלטס גביר, אבער די 'נארמאלע', נו, איך בין דאך א נארמאלער מענטש… (די סוחרים ווייסן דערפון, און וועגן מאכן זיי דריי, און די מיטלסטע איז נישט צוויי פופציג און נישט דריי הונדערט, נאר דריי פופציג און פיר. ווייל מ'וועט סייווי נעמען די 'נארמאלע'.).
און ס'האט נאך א טיפערן פשט.
- זאג נאר, הונדערט דאלער איז אסאך?
- זייער אסאך!
- אקעי, נו געב מיר דיין הויז פאר א גלאטן הונדערטער….
- ביסט משוג…
- סאו הונדערט איז צו ווייניג?
- נו אוודאי!
- נו געב מיר א נישטיגן הונדערטער פאר'ן פרישן געשמאקן טונא סענדוויטש דא…
פאקט איז אז מענטשן באשליסן אין קאפ וויפיל מ'האלט אז מ'מעג ספענדן אויף דעם וואס מ'וויל קויפן. מ'וויל צאלן 'ביליג' אבער מ'וויל א גוטע פראדוקט. פראבלעם איז אז מ'ווייסט נישט וואס די אפשנס זענען, און וועגן דעם קען מען נישט עכט באשליסן וויפיל געלט מיינט ביליג, און וויפיל טייער.
- איך וויל א ביליגע קעמרע.
- פיר צוואנציג דאלער.
- wow א מציאה רבה.
- יאפס. אבער מ'קען נאר כאפן מיט די פארטעבל קעמרע איין רונדע פון פיר און צוואנציג בילדער. נאכדעם איז די קעמרע גארבעדזש.
- עם. האסט נישט עפעס בעסערס?
זייער א לאנגע סטארי…..
געקויפט א די עס על אר קעמרע מיט סעלף קארעקט אויטא פאוקעס, און פעיס רעקאגנישן מיט אן עקסטערע לענס, מיט …. פאר "בלויז" זיבן הונדערט פופציג דאלער…. ממש א מציאה!
וואס איז געשען מיט ביליג? ביליג האט זיך נישט געטוישט, דער אייטעם האט זיך געטוישט! פלוצלינג איז מען געוואויר געווארן אז ס'איז דא אפשנס, און מיט די אפשנס גייט מען קענען (חלומ'ן אין גרויסן… פון) נעמען די שענסטע בילדער פון די וועלט, ממש ענסל עדעמס נומבער טו!
פאר צוויי יאר צוריק (2012) האט גוגל געהאט א סטאטיסטיק אז בלויז 8 פראצענט (!) אמעריקאנער האבן צום סוף געקויפט ממש נאר באזירט אויף די ערשטע טיקעט פרייז. צוויי און ניינציג פראצענט האבן געטוישט זייער ערשטע ביליגע טשויס נאכדעם וואס זיי האבן אפגעשאצט וואס זיי באקומען באמת לגבי די ווערד, און דורעביליטי, ווארענטי אד"ג.
קומט אויס אז וואס מער מ'ווערט געוואויר ספעסיפיקס פון א פראדוקט, טוישט זיך די באגריף פון ביליג/טייער רעלאטיוו צו די ווערט וואס מ'גלייגט אז מ'גייט באקומען. (פריסיעווד וועליו איז א שמועס פאר זיך).
לויט דעם קומט אויס, אז די סיבה פארוואס א מענטש זאל בכלל רעדן פון ביליג און פרייז פון א ליין, דאס ווייזט אז דער סוחר קען בכלל נישט די ליין, און ווייסט נאר און רעדט נאך פון די פרייז - וואס ס'קען זיך טוישן אין א רגע, אויב איז א תירוץ דערויף. פונקט ביי די ביליגע פרייזן וואס יעדער ווייסט ווען מ'גייט קויפן סיי וואס אויף דער וועלט. ביז מ'ווייסט שוין בעסער…
און לגבי א סוחר זאל אריינקומען ביליג אין א נייע מארקעט, איז דער פראבלעם סאאאאאך גרעסער…
שטעל זיך פאר, פאנטאזיר, אז א סוחר - וואס האט געגעבן גאר ביליג - האט גאר שיין מצליח געווען, און "יעדער" פון די גאנצע געגנט קומט שוין קויפן נאר ביי אים.
וואס איז אים געבליבן יעצט דערפון? אז אנשטאט ער זאל מאכן אויף יעדן סעיל פופציג דאלער, מאכט ער נאר צען!
ער דערלייגט מיט יעדע סעיל. און צוריק גייט א קאזע… און נישט נאר ער דערלייגט אויף יעדע סעיל, נאר יעדער איינער איינציגער אין די מארקעט מוז אראפלאזן די פרייז - וואס האט געהאט א סיבה פארוואס ס'איז געווען הויך אין די פירסט פלעיס, ווייל ער האט 'געמוזט' אריינקומען ביליג אין די מארקעט.
אויב וואלט ער גענומען די פריערדיגע מארקעט פרייז, וואלט ער געקענט פארדינען פון יעדן סעיל למשל 4 הונדערט, און יעצט מוז ער מאכן צוויי סעילס אנצוקומען צו די זעלבע סומע. ווען די מארקעט בלייבט ווי פריער וואלט ער געקענט ארבעטן דרייסיג שעה א וואך זיך צו קאווערן, יעצט מוז ער ארבעטן פופציג אנצוקומען צו די זעלבע סומע.
ס'דא וואס טענה'ן אז אין געוויסע ליינס איז די מארק-אפ גענוג הויך, און למעשה האט ער געמאכט "גענוג" געלט אזוי אויך.
דער פאקט איז אבער נאכאלץ אמת - און למשל ווען מ'רעדט פון א פאל אז ער ארבעט שוין נישט אויף צו מאכן "גענוג" אויף צום לעבן, ער האט שוין פאר זיך, די קינדער און אייניקלעך אז זאלן אלע זיין רייך ווי באראן ראטשילד, און ער וויל נאר ארבעטן ממש נאר להוסיף הון ועושר - קומט נאך אלץ אויס אז אויב וואלט ער נישט געהאקט זיין אייגענע מארקעט, וואלט ער געקענט מאכן אין די זעלבע שעה מער ווי פון וואס ער האט למעשה געמאכט - און גייט מאכן - פון היינט און ווייטער, צוליב וואס ער אליין האט זיך אונטערגעהאקט זיין מארקעט.
נו, וואו ליגט די גרויסע פקחות אין דעם? דו ווילסט דאך בלייבן אין די מארקעט, דו ווילסט דאך קענען ארבעטן וואס גרינגער און ווייניגער צו קענען קאווערן דיינע הוצאות. און אויב דו וועסט ארבעטן מער און שווערער, ווילסטו דאך מאכן מער געלט. נו, פארוואס לייגסטו צי מער ארבעט אויף צו לייזן ווייניגער געלט?
איי וועסטו פרעגן, מ'מוז דאך דאס טון ווייל איך האב געהאט א שרעקליכן פראבלעם, קיינער איז נישט געקומען, האב איך 'געמוזט' געבן ביליגער כדי צו כאפן קונים, ניין?
די שאלה/קשיא/פראבלעם האט "יעדער" אין די וועלט ביי "אלע" מארקעטס און אינדוסטריעס, ביים אנהייב.
און מיליאנען קלוגע און נארישע מענטשן האבן זיך שוין געקראצט דעם קאפ, כדי מיר זאלן נישט דארפן. און זיי זענען אויפגעקומען מיט בעסערע ענטפערס ווי זיך אליין האקן אין דעם זעלבן מארקעט אין וואס מ'פלאנט אריינצוגיין מאכן געלט.
און דער ענטפער איז צום אלעמען ערשט, קען דיין ליין. ווער באקאנט מיט די פיעטשערס און עד-אנס וואס מענטשן אין די ליין זוכן. און אויב דו וועסט דערליווערן עפעס וואס קיינער טוט נישט, קענסטו בעטן א פרייז וואס קיינער בעט נישט, אבער טייערער…
אויך דארפסטו וויסן אז דו קענסט נישט אריינגיין אין א ביזנעס אן דעם וואס דו באשליסט ביי דיר אליין פארוואס מענטשן גייען קומען צו דיר קויפן דיין סחורה. און דאס אז דו מוזט האבן אויף צו לעבן און אויך שבת צו מאכן איז נישט קיין תירוץ, פארוואס 'איך' מוז קויפן ביי 'דיר'.
דאס אז "די ליין" איז זייער א גוטע, מיינט נישט אז דו גייסט מצליח זיין אין די זייער גוטע ליין. ווייל מעשים בכל יום, איז דא וואס פארדינען שיין פון (לייג אריין וואס אויף דער וועלט דו ווילסט), און אין די זעלבע ליין זענען דא מענטשן וואס מאכן גארנישט, און ווידער זענען פארהאן מענשטן וואס דערלייגן די הויזן און זענען מצליח אנצוזאמלן חובות לדורי דורות אין די זעלבע ליין. די משנה זאגט שוין רבי מאיר אומר וכו', שאין אמנות שאין בה עניות ועשירות, שלא עניות מן האמנות ולא עשירות מן האמנות וכו'. נו אלא מאי? אז "די ליין" איז נישט דער תירוץ, וואס איז יא?
איז דא א זייער וויכטיגער כלל אין ביזנעס אז מ'דארף האבן א יו עס פי, א יוניעק סעלינג פראפאזישן (אדער יוניק סעילס פוינט). דאס מיינט, אז אפגעזען ווער דו ביסט, פון וואו דו קומסט, און וואו דו שטייטס, גייסט, גלייבסט, קאליר פון דיין הויט אד"ג - נעם זיך אליין אינגאצן ארויס פון בילד (חוץ א געוויסע מצבים, כ'על צוריק קומען דערצו), און פרעג כסדר די קשיא - פארוואס וועט דער קונה "וועלן" קומען צו "מיר"?
די נעקסטע קשיא איז, איינמאל ער איז שוין געקומען, פארוואס גייט ער וועלן "בלייבן" א קאסטומער? (און היות עקוויזישן (באקומען א נייע קאסטומער) קאסט פאר א קאמפאני פינף מאל אזויפיל ווי ריטענשן (האלטן דעם קאסטומער), איז עס זייער א גרויסע און טייערע שאלה…).
און די קענסט נישט נוצן "פרייז" אלס דער תירוץ פארוואס מ'גייט קומען צו דיר, ווייל פרייז איז זייער גליטשיג, ווי שוין מסביר געווען, ווייל היינט ביסטו ביליג, און מארגן איז דער נייערער סוחר וואס איז נאך פרישער פון דיר… דו פארשטייסט שוין אז אזוי ביליג לוינט זיך נישט צו גיין (אבער פאר יענעם יא, ווייל ער קען גארנישט פארלירן… ער האט דאך 'גארנישט', ער הייבט דאך יעץ אן…). און אויב די גאנצע סיבה פארוואס דיין עולם איז ביי דיר איז צוליב די פרייז, גייסטו פארלירן דעם גאנצן עולם אין זעלבן טאג וואס דער קאמפעטישן גייט געבן נאך ביליגער!
די פרייז סיבה האט נאך צוויי-דריי פראבלעמען. איינס, ביליגער אין פרייז מיינט געווענליך ביליגער אין סחורה. (ביי אנדערע זאכן וואס מענשטן צאלן סייווי ביליג, און מ'שפילט זיך מיט די פעניס, קענסטו נאך פרובירן מיט אזא צוגאנג און מאכן געלט אפילו דו ביסט די ביליגערע טשויס, אבער ווען ס'קומט צו טייערערע זאכן וואס אויב א מענטש קויפט שוין יא אזא טייערע זאך, וויל ער שוין די בעסטע וואס ער קען, פאר די פרייז רעינדזש וואס ער קען זיך אפאורדן, און אפאר דאלאר אראפ מיינט נאר אז די ביליגערע פרייז איז ביליגערע סחורה, איז עס ממש קאנטער-פראדוקטיוו, ווייל דו האסט סאך א גרעסערע שאנס צו פארלירן דעם קאסטומער, בלויז צוליב די פרייז…).
והשלישית, מענטשן וואס שפילן זיך ביי די נומערס מיט קליינע פרייז דיפערענצן זענען על פי רוב אדער שווערע, אדער קרומע, אדער געלט גייציגע מענטשן, אדער אלע אינאיינעם, אדער קענען זיי זיך דאס באמת נישט ערלויבן. און די אלע אויבנדערמאנטע נאטורן ברענגען על פי רוב נאר עגמת נפש, קאפ וויי, לענגערע צייט ביז דער קונה באשליסט שוין צו קויפן, און מערערע צוריק ברענגענס.
נישט קיין ספעציעל פקחות'דיגע צוגאנג צו ביזנעס, ווען דו קענסט מאכן מער ריוח פאר סאך ווייניגער ארבעט און עגמת נפש.
און צוריק ביי וואס אונז האבן פריער אנגעהויבן. פרייז איז נאר די ערשטע שטאפל אויף וואס מענטש בעיסד זיין דעסיזשן צו קויפן.
- וויפיל קאסט א טאוסטער?
- איך האב פאר 14 און פאר 46.
- געב מיר די ביליגע. -- איין מינוט… פארוואס אזא דיפערענץ?
- די ביליגע ברענט זיך שנעל אויס, מאכט נאר איין ברויט אויף אמאל, און האט נישט קיין וואראנטי. די טייערע מאכט זעקס ברויט אויף אמאל - זייער גוט פאר א קינדער-געבענטשע משפחה, אז יעדער זאל קענען באקומען די טאוסט מאר-לעס די זעלבע צייט - אויך האלט עס פיר מאל אזוי לאנג, און ס'האט א וואראנטיע פאר צוויי יאר…
- סאו, אלע קינדער וועלן קענען עסן די זעלבע צייט…. הממ… נישט מאכן קיין פייערס…
(און אויך אז אין דריי יאר ארום וועל איך האבן געצאלט איין מאל 46 אנשטאט 7 אדער 8 מאל נאר 14…. וואס איז מער ווי דאפלט זיכער… - פון דעם טראכט מען געווענליך נישט, ווייל מ'טראכט פונעם יעצט נישט פון עתיד).
וואס איז געשען?
דער קונה האט באקומען נאך אינפארמעישן אויף וואס צו באזירן זיין באשלוס, אויסער פרייז… (און פרייז אויך….).
די זעלבע איז מיט יעדע זאך וואס קודם טראכט מען צו מאכן א דעסיזשן געבעיסד אויף פרייז, אבער ווי נאר מ'גייט אריין א טראפעלע טיפער אין די נושא טוישט זיך דער באגריף פון ביליג און טייער, און טייערע קען אויסקומען צו זיין ביליגער לויט די מערערע פיעטשורס וואס די טייערערע האט.
און ספעציעל ביי א טייערע אייטעם, לייגט מען זיך געווענליך מער אריין אין די פרטים, און אז מ'צאלט שוין יא זאל עס זיין די בעסטע דיעל וואס נאר שייך. און ביליגער קען זייער שטארק מיינען נידריגער אין קוואליטעט.
דעריבער דארף מען אויסקאכן אן אייגנארטיגע סיבה פארוואס א מענטש זאל וועלן קומען צו 'דיר':
א ספעציפישע סערוויס אין צוגאב וואס קיינער טוט נישט.
אדער א ספעציפישע סארט צאמשטעל פון חפצים וואס פאלט קיינעם נישט ביי
אדער א ספעציפישע שעה אין טאג וואס קיינער איז נישט אפן
אדער א ספעציפישע לאקאל
אדער א ספעציפישע שנעלקייט אין דעליווערי
אדער א ספעציפישע איזינעס און טראנזאקשנס און פעימענט אפשנס.
אדער א ספעציפישע עניטינג וואס קען ברענגען מענטשן וואס וועלן מחשיב זיין דאס וואס דו שטעלסט צו, און גרייט זיין צו צאלן דערפאר.
אדער אלע אינאיינעם…
און… כדי צו וויסן וואס צו צושטעלן דארף מען מאכן אביסל ריסורטש געוואויר צו ווערן וואס די קארנט קלייענטעל בעיס איז נישט צופרידן מיט'ן יעצטיגן מצב כמו שהוא, און אנהייבן דאס צו צושטעלן.
און אז דו באשליסט שוין יא וואס צו צושטעלן, וועהל דיר אויך אויס דעם קלייענטעל בעיס וועמען דו ווילסט די מערסטע סערוון. אדער נעם א קארנער פון היי-ענד קונים וואו דו וועסט אין אנהויב ארבעטן שווערער, אבער נאכדעם וועסטו קענען לייזן מער דורך ווייניגער דיעלס. למשל, סוחרים וואס גיין עס ווייטער פארקויפן? גאר גרויסע עשירים וואס גייען קויפן די זאכן כסדר? (וועסטו טאקע דארפן אויפארבעטן א גוטע רילעישנשיפ מיט די חברה, אבער ס'געלונגט ווען דו ווייסט וואס זיי דארפן…), אדער ווילסטו פארקויפן פאר די לאוער ענד וואן טיים בייערס, וואס גייען לכאורה מער קיינמאל נישט קויפן נאך איינס, אבער ס'איז פאר גרינגער צו צוקומען צו זיי "יעצט" פאר "היינט".
אז דו שטעלסט סייווי אויס דיינע סערוויסעס לויט די רעקווייערמענטס, פארוואס זאלסטו נישט טארגעטן אזא מארקעט וואס דו וועסט קענען פארדינען מער און ארבעטן ווייניגער, און נישט דארפן כסדר אויסגעבן אזויפיל געלט פאר נייע קליענטן? (געדענט, עקוויזישן איז פינף מאל טייערער פער יאר ווי ריטענשן!).
נאכדעם אז דו האסט א שטיקל איידיע אויף וועמען דו צילסט, וועסטו קענען מעסטן דיינע סעילס עפערטס צי זען דיינע אוטקאמס שטימען טאקע, צי ס'איז טאקע געלונגען, זענען די ריכטיגע מענטשן געקומען? און וויפיל פראצענט מארק-אפ האסטו געקענט שטופן, און וואו מ'קען עס בעסער מאכן אד"ג.
זעמיר פארטיג מיט די הנחה אז ביליג איז בכלל נישט קיין פקחות. נישט אויפ'ן קורצן טערמין און אוודאי נישט אין לאנג טערם.
למען השלימות פונעם אנהויב פון די נושא, ס'דא א מציאות פון א יוניעקנעס אין יומען קעפיטל, אינעם עצם 'דו אליין' - למשל אז דו ביסט זייער ערפארן, זייער פריינטליך אד"ג, האסט זייער גוטע קאנעקשאנס, און דעמאלט קומסטו יא אריין אין די פיקטשער פארוואס מענטשן זאלן וועלן קומען דוקא צו דיר איינקויפן, און נישט דירעקט לגבי די פראדוקטן וואס דו פארקויפסט. דאס איז דער יוצא מן הכלל פון וואס כ'האב פריער ערווענט אז מ'דארף געווענליך ארויסנעמען פון די פיקטשור דעם זיך אליין.
פון די אנדערע זייט אבער איז עס נישט פארגעצויגן אלס אן ערשטע (אדער לאנג טערמיניגע) אויסוואהל, ווייל דו באגרעניצט זיך היבש שטארק, ווייל וויפיל קען א מענטש אליין טון? (הגם דו קענסט גיין ארבעטן אין א אינוועסטמענט קאמפאני און מאכן מיליאנען אלס פראפעשאנל, אבער דאס איז שוין א יוצא מן הכלל פונעם יוצא מן הכלל).
אין די מינוט וואס דיין טאג איז אנגעפולט האלטסטו ביי פול קעפעסיטי, און קענסט מער נישט וואקסן. קענסט נישט דעלעגעיטן און איבערגעבן דיינע פליכטן פאר א צווייטן, ווייל מ'קומט נאר צו "דיר".
און וואס געשעט אין פאל פון אן עמערדזשענסי, און דו קענסט נישט פונקציאנירן געהעריג, גייט די ביזנעס אונטער, ווייל די סיבה פארוואס מענטשן קומען צו דיר איז בלויז וועגן דיר פערזענליך.
אין קורצן - ביסט אן ארבעטער, האסט נישט קיין 'ביזנעס' (אנדערע שמועס).
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2014 1:16 am
דורך geek
זאלער, איך גיי ניסלעך פאר דיינע אינפארמעישען און קלארקייט