פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2014 7:34 am
והמבין יבין האט געשריבן:זאלער זייער אינפארמאטיוו אין רייך אפשר קענסטו אויס משלען די דריי אויף א ספרים געשעפט
דאכצעך האסט נישט דערמאנט וועגן יומען קעפיטעל וואס איז מיט דעם?
כ'האב שוין געשריבן - אנגערירט - ממש לעצטנס וועגן יומען קעפיטל, דא איז עס נישט רעלעוואנט, ווייל יומען קעפיטל איז א זייער א גרויסע פעקטער ווען מ'ארבעט אויף א "דזשאב", משא"כ א 'ביזנעס' איז א עקסטערע ענטיטי - נישט געבינדן צו קיין שום מענטש, און דארף ביזנעס קעפיטל, נישט יומען קעפיטל.
די דערמאנטע זאכן בויען א ביזנעס אויף א וועג ס'זאל דייקא נישט זיין געבינדן צום אונער, נאר פארקערט, מ'וועט עס קענען פארקויפן אויף די אפענע מארקעט, ווייל די ווערד ליגט אין די ביזנעס נישט אז אויב דער אונער גייט ארויס, גייט מיט די גאנצע ביזנעס מיט - א זאך וואס געשעט אויב די גאנצע ווערד פון די ביזנעס איז די יומען קעפיטל אין די ביזנעס.
א ספרים געשעפט. הממ…. - פאר ספעציפישע אינדוסטריעס דארפן מען שוין צאלן צו באקומען גוטע איידיעס…
ביזנעס געלייגט אין די זייט(…), ספרים סטארס האבן בעצם א גרויסע פראבלעם, מער ווי איין...
קודם כל האבן זיי א היבשע פראבלעם מיט די מארק אפ, ס'איז זייער קליין, עס לויפט צווישן דרייסיג און פופציג פארצענט שוין שיין געזאגט, און פראצענט צען דאלער איז דריי.
די טרענזעקשאנס זענען פארהעלטנסמעסיג קליין.
די אייטעמס נעמען אויף היבש פלאץ און מ'דארף דילן מיט גאר אסאך דיסריביוטערס צו האבן אלעס אין סטאק.
עס איז אבער דא געציילטע קעטעגאריעס קאסטומערס וואו ס'ליגט אביסל מער געלט ווי אנדערע, און געצייטלטע פראדוקט ליינס וואס האט מער געלט ווי אנדערע.
למשל לאמיר אנכאפן צוויי:
1) ,קלייענטעל ---> תלמידי חכמים - אדער חתנים/כלות,
2) פראבלעם ---> ת"ח זוכן און קויפן אייביג די נייעסטע ספרים - וואלטן געוואלט וויסן אייביג ווען ס'קומט ארויס נייע ספרים, און צו קענען מעיין זיין אין סטאר צו ס'לוינט זיך צו קויפן.
חתנים/כלות - זוכן א גרויסע ווערייעטי אין אפ-טו-דעיט ספעשלטי אייטעמס ספעסיפיקלי פאר זייער געברויך. ש"ס, גרויסע סעטס, מחזורים (לעדער/דעלוקס), חלה דעקלעך, פתח סעטס, אין סטאק, און ווילן האבן איינעם וואס ווייסט פון אלעם וואס איז דא אויפ'ן מארקעט און קען זיי צו ווייזן דאס בעסטע און שענסטע לויט זייער בודזשעט מעגליכקייט, שנעל.
3) פראפיטאבילי ---> וועלכע פון די צוויי גייסטו דארפן ווייניגער אריינלייגן, מיט א מעגליכקייט ארויסצונעמען מער און שנעלער?
אפשן 1, דארפסטו זיכער מאכן אז נאר די ת"ח וואס קויפן טאקע אלעס זאלן זיך געפונען באקוועם דארט, אז נישט האסטו א כולל דארט ביז דו באנקראטירסט…
און אויך דארפסטו זיכער מאכן אז עס איז דא גענוג ת"ח וואס קויפן גענוג ספרים.
אפשן 2, חתנים/כלות - מאך זיכער אז דו האסט א גוטן סעלסמאן וואס קען ענדיגן דעם סעיל שנעל און גוט (אסאך פראפיט), און ווער נישט אריינגעשלעפט צו טון אליין אין די נארישקייטן ווי אריינקריצן נעמען (פעני פראפיטס) אד"ג. דו קענסט האלטן נאר אזעלכע ספרים און ארטיקלען וואס זיי וועלן זיין אינטערסירט דערין.
עס איז דא זילבער כמו זילבער, עס איז דא סיזענעבל אייטעמס, אויב ביסטו א סטאר מיט א ספעשלטי צו א געוויסע קלייענטעל וואס זיכט די מערסטע פראפיטעבל פראדוקט וואס ס'איז דא, קענסטו רעכענען מער און מאכן מער, און דו מיזט נישט קאמפיעטן אויף אלע זאכן און מיט יעדעם.
עס איז דא א ספרים סטאר אין ב"פ וואס האט יארן מצליח געווען זייענדיג ספעשעלייזט אין ניי ספרים, עס איז א סטאר וואס האט מצליח געווען פון האבן אלעס הערליך דיספלעיד רייך און שיין אפילו זיי האבן גערעכנט אסאך מער ווי אנדערע, (זיי האבן אנדערע פראבלעמען, צו מאכן די עקאנאמיקס שטימען).
נעם דיר דעם כלל, אויב ביזטו געמאכט פאר באבעס וואס ווילן קויפן מתנות פאר אייניקלעך, אדער פאר בר מצוה מתנות אדער פאר סיזענעל אייטעמס וכו', ווייל דו האסט אויסגערעכנט אז דארט ליגט דאס מערעסטע געלט, מאך זיכער יעדער ווייסט עס, און דיין גאנצע סטאר זאל אזוי אויסגעשטעלט, מארקעט נאר צו זיי, רעכן דיך בעיקר מיט זיי, ווער נישט ביזי מסביר צו זיין פאר א בחור עפעס וועגן א ניי טעיפ וואו דו מאכסט נישט קיין געלט, און שטופ אויך נישט אין פראנט אדער אין דיין פענסטער אנדערע אייטעמס וואס האבן נישט מיט דיין ציל, און האלב פון דיין סטאר אייטעמס דארפסטו אינגאנצן נישט האבן, אדער האב עס פארשטעקט פאר א גוטע פרייז.
האבן יעדעם איז האבן קיינעם, מ'דארף האבן דעם ריכטיגן מענטש מיט די ריכטיגע פראדוקט און די געלט חלק זאל שטימען, דאס הייסט וויסן אז:
ווען 100 באבעס וועלן קויפן ארדערס פון 100 דאלער א קאמבינעישן פון די און די פראדוקטס א וואך, וואס דו ווייסט אז עס איז נישט שווער צו האבן, מאכסטו 10 אלפים - וואס דאס איז האפענטלעך 5000 פראפיט, און דאס איז גענוג פאר דיר אויף צום לעבן.
אלעס נאך דעם איז הכל ריווח, און די פאוקעסט נאר אז דאס זאל געשען. און גלייך ווען דו זעסט איז ס'געשעט נישט, טוישסטו און דו הייבט אן נאכאמאל.
וועסטו ארבעטן ווייניגער, האבן גוטע און צופרידנע קוסטומערס, און מאכן שיין פרנסה.
עס איז נאך דא גאר אסאך צוצוגעבן, און עס איז נאר א משל פארשטייט זיך, אבער איך האב דיר געוואלט עפעס געבן און יעדער זאל זיך ארויסנעמען פאר זיך, ווייל איך וועל נישט קענען נעמען יעדע אינדוסטרי דא און אויספראקן ברבים. (גראדע די אינדוסטרי איז פון די שווערסטע צו מאכן ארבעטן, סאו אויב דאס קען ארבעטן קענען אלע אנדערע זיכער).