בלאט 1 פון 1
ביזנעס ביי היימישע אידן
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2014 2:48 am
דורך Iphone
בס''ד
מען האט אביסל אנגעהויבן שמועסן אינעם צווייטן אשכול איבער דאס וויסענשאפט פון ביזנעס כללים ביי אונז היימישע אידן.
דאס איז א נושא וואס ברענט מיר שוין א לאנגע ווײלע.
באמת איז דאס ציטיילט אין אפאר חלקים.
1) א אינגערמאן ארויס פון כולל
רבותי איך האב אינטערוויוט א שיינע פאר יונגעלייט וואס ב''ה דאס ווייב און דער שװער זענען שוין מסכים אז זײ זאלן שוין גיין ארבעטן. אט האט איר אפאר פון די שאלות וואס זיי האבן מיר געפרעגט:
ענגליש? עעהההםם יא כקען רעדן גאנץ כמעשה. שרייבן נו אויף דעם איז דאך דא ספעל טשעקער... ניין? אויפן קאמפיוטער איז דאס אויך דא, ווי אויפן מאושר פאון.....
א צווײטער זאגט מיר אזוי: יעס איי קאלד ספיק עי גוד ענגליש. כדארף קענען קאמפיוטער? זאל אײנער מסביר זײן פאר דעם אינגערמאן וואס איז דאס א קאמפיוטער, איך פארלאנג נישט די זאלסט קענען קאמפיוטערס קענען קאמפיוטערס מיינט א פראגרימער. יעך װיל די זאלסט וויסן ווי מען צינדט אן און ווי מען פארלעשט עיהם. וואס א פידיעף איז און פארוואס מען שיקט נישט א אימעיל דורך עקסעל. אינגערמאן, וויאזױ מיין אינווענטארי סיסטעם ארבעט דאס וועל איך דיר לערנען. אבער פארוואס די קענסט נישט שטוטס שיקן אן אימעיל ווילסטו גיין דורך גוגל טאלק? אדער ווילסט וויסן וויאזױ צי סעיווען א עטעטשמענט? קאם אן! ווען איך האב ווען אזויפול צייט וואלט איך אליינס געטוען די ארבעט!
איך קען ברענגען נאך משלים באט איי טינק יו געט מיי פאוינט. אינגערמאן קיינער גייט נישט קער נעמען פון דיר! לערן ענגליש! לערן בעיסיק קאמפיוטערס! ווייס װאס פראפעשינעל ביזנעס קאנדאקט מיינט! קאם אן! אנלעס די ווילסט ארבעטן פאר פיר מאות א וואך טיילמאל נאך פארן אראפגעבן שטייערן. דעמאלט גיי לערן א פאך װי לאנג די האסט צייט. נישט ווען די קליינע וויינען פאר ברויט און די האסט נישט.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2014 3:01 am
דורך Iphone
פארזעצונג וועט קומען אי''ה (אױב עס איז איינעם אינטערסאנט) יעצט גייט מען פראבירן זיך אנצולענען
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2014 4:41 am
דורך green
IPhone דו רירסט אן א גאר וויכטיגע נושא און שטארק צו די זאך
#קיפ איט אפ
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2014 5:22 am
דורך Iphone
נאך איידער איך גיי צום קומענדיגן שטאפל וויל איך ארויסברענגען קלאר: איך רעד פון כולל יונגעלייט. אפילו די לערנסט באמת, די ביסט א חשובע יונגערמאן, אבער די ווייסט אז די גייסט גיין ארבעטן איין טאג. צי ווייל דיין עזר כנגדו איז די טייפ, צי ווייל די אליין קענסט נאר לערנען פינעף יאר אין כולל, פיין! וואס לענגער די ביסט אין כולל, די לענגער קענסטו זיך לערנען עפעס.
און ביטע ביטע ביטע. ביטע מאכט דאס נישט פאר א דיבאטע איבער כוללים. לאמיר גיין דא מיטן הנחה אז כולל איז יא גוט, און עס איז וויכטיג פאר כלל ישראל. אעפ''כ מיין איך אז איך האב א פינטעל
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2014 7:43 am
דורך קליינקעפיק
די האסט שוין איינמאל א פינטל …
וויאזוי שטייט נאר? אינו מלמדו אומנות, מלמדו ליסטות.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2014 9:12 am
דורך מעקס
אלס איינער וואס ארבעט אין א ביזנעס ווי מ׳נעמט כסדר אריין יונגעלייט וואס קימען פין חדר ארויס, אין מ׳געט זיי קאמפיוטער ארבעט, וויל איך דיר זאגן אז די האסט בכלל נישט קיין פוינט.
אינזערע יונגעלייט לערנען זיך אויס קאמפיוטער גאר שנעל. פאשטייט זיך אז איינער וואס קימט אריין רוי באקומט א קלענערע געהאלט ווי איינער וואס קען עפעס, אבער בדרך כלל נעמט נישט צי לאנג צי קענען גיט קאמפיוטער
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2014 10:11 am
דורך Iphone
קען זיין דיין בעל הבית קען דאס עפארדן, אסאך מענטשען ווילען ניטאמאל הערן פון איינעם וואס האט נישט בעיסיק קאמפיוטער סקילס
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2014 10:15 am
דורך green
מעקס האט געשריבן:אלס איינער וואס ארבעט אין א ביזנעס ווי מ׳נעמט כסדר אריין יונגעלייט וואס קימען פין חדר ארויס, אין מ׳געט זיי קאמפיוטער ארבעט, וויל איך דיר זאגן אז די האסט בכלל נישט קיין פוינט.
אינזערע יונגעלייט לערנען זיך אויס קאמפיוטער גאר שנעל. פאשטייט זיך אז איינער וואס קימט אריין רוי באקומט א קלענערע געהאלט ווי איינער וואס קען עפעס, אבער בדרך כלל נעמט נישט צי לאנג צי קענען גיט קאמפיוטער
נישט קיין כלל
ס'דא פעסט לערנערס אבער ס'איז אויך דא אביסל מער שטייטע און אויב זיי וועלן נישט לערנען וועלן זיי נישט קענען
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2014 11:15 am
דורך זאל ער קומען
כ'מיין אז מ'איז שוין אוועק געקראכן פון פוינט - אויב די פוינט איז "ביזנעס".
קאמפיוטער סקילס איז היינט א בעיסיק רעקווייערמענט צו קענען 'ארבעטן' און אין אפיס. ס'האט מיט "ביזנעס" גארנישט.
א סקיל איז א מעלה, א טאלאנט וואס מ'קען זיך לערנען און שארפן. ס'דא מענטשן וואס האבן א געבוירענעם חוש צו א געוויסע זאך, און זיי דארפן זיך נישט לערנען דעם סקיל, אבער אפילו איינער וואס האט עס נישט קען זיך עס אויסלערנען - און אויך דעיע וואס האבן עס נאטורליך קענען עס שטארק אויסשארפן און פארבעסערן.
כמעט אלע סקילס זענען ספעצישע 'ארבעט' סקילס. צי פראגרעמס, ווארד, עקסעל, אדאובי סוויעט (סיי וועלכע פון זיי; פאטאשאפ, אילוסטרעיטער, אינדעזיין, פייער ווארקס, אקראובאט אד"ג), אויטא-קעד, קוויק-בוקס אד"ג. אדער אפילו די טעאריעס כדי צו וויסן וויאזוי צו נוצן די פראגרעמס: גרעפיקס דעזיין, פראגרעמינג לענגועדזשעס, פראגרעמינג סטראקטשער, בוק קיעפינג, אד"ג.
אדער פיזישע הענדס-אן סקילס ווי פעינטינג, ספעקלינג, פורניטשור אינסטאלעשן, אד"ג.
אלע פון די זאכן זענען ארבעטס-סקילס, און נישט ביזנעס.
ריטש-דעד פאור-דעד (אבא עני אבא עשיר) פון ראבערט קיאוסאקי איז זייער שיין מסביר דעם חילוק פון די צוויי.
אין פינטל מיינט א דזשאב אויב דו מאכסט געלט דירעקט פון דיין מינוט. א מינוט געארבעט איז א מינוט פארדינט. נישט געארבעט נישט פארדינט. אלע אויבדערמאנטע סקילס פאלן אריין אין די קאטעגאריע.
ס'דא אסאך מענטשן וואס טוען דעם דזשאב פאר יענעם, און ווייסן אז זיי זענען ארבעטער. ס'אויך דא זייער זייער אסאך מענטשן וואס טוען די דזשאבס פאר זיך אליין, און בנוסף צו די רעגולער דזשאב - לאמיר רעדן פון א סי פי עי, אן אקאונטענט, און ער טוט קוויק-בוקס למשל, לייגט ער צו צו די עמטליכע דזשאב אין אפיס אויך די דזשאב פון סעילס, זוכן קאסטומערס, קאסטומער סערוויס, בילינג, און איינקאסירן דאס געלט, קאווערן די באנק, צאלן פעיראל, און אקאונטינג פאר זיין אייגענע ביזנעס, וואס יעדע איינע דזשאב וואלט אים געדארפט אריינברענגען עקסטערע כמעט טויזנט טאלער א וואך, און ער איז נאך פרייליך ווייל "דאס קאסט דאך אים גארנישט!" און מ'כאפט נישט אז ס'קאסט אים יא, ווייל זיין ביזנעס באקומט דעי סערוויס, און אויב וואלט עס אים א צווייטער געטון וואלט ער יענעם געצאלט, ווייל די דזשאבס זענען ווערט געלט, און אויב ער טוט עס, וואלט ער געדארפט באקומען באצאלט דערפאר און ער וואלט עס נישט געטארט טון אומזינסט.
קעגן דעם, א ביזנעס מיינט אויב מ'קען איינשטעלן עפעס אויף א וועג וואס נאכדעם קען די פעולה ברענגען א ריוח אנדעם וואס מ'זאל עס דארפן אנכאפן יעדע סעקונדע. למשל דער זעלבער אקאונטענט, האט א סעילס-מאן, א קוויק-בוקס ארבעטער, א סעקרעטערי פאר קאלעקשענס, און אזוי ווייטער, און דער באלעבאס מאכט זיכער איז אלעס קלאפט, דער סעילס מאן ברענגט אריין קאסטומערס, די ארבעט ווערט געטון פאר זיי גוט, און זיי צאלן אא"וו. דער מענטש האט א "ביזנעס" ווייל אפילו אויב ער פילט נישט גוט איין וואך, אדער ער גייט וואקאציע פאר א קורצע צייט, פארט זיין ביזנעס ווייטער.
דהיינו ער מאכט געלט פון צושטעלן ווערט, נישט פון אריינלייגן מינוטן/שעות.
לערנען ביזנעס - וועגן דעם - מיינט צו וויסן בעסער און מער וויאזוי מ'קען אריינלייגן די ריכטיגע כוחות אויף צו בויען דעם סיסטעם, דעם צוגאנג, אז דער רעדל זאל זיך קענען דרייען שנעלער און בעסער, דער סעילס מאן זאל קענען ברענגען גרינגער, מער און גרעסערע סעילס, די אפיס זאל קענען דעליווערן שנעלער און בעסער, עט מען קענען בעטן מער געלט דערפאר, די קאלעקשאנס דעפארטמענט זאל זיך נישט דארפן אזוי מוטשען - וואס יעדע פון די זאכן וואס דער באלעבאס פארבעסערט, פארבעסערט זיך די גאנצע ביזנעס סאאך מער ווי סתם אז ער קען בעסער קוויק-בוקס.
און וועגן דעם קען אריינקומען א סי אי או אין א גרויסע ביזנעס און אהיים נעמען דריי הונדערט מיליאן דאלער סוף יאר. ווייל ער האט געטוישט למשל נאר דעם צוגאנג וויאזוי מ'דעליווערט די סחורה, און צוליב דעם טויש האט מען געקענט דעליווערן פינף מאל אזוי סאך אין איין וואך, דאס הייסט אז ער האט פינף מאל געדאפלט די ביזנעס, און ס'קומט אים לויט זיין ווערד די פרייז.
אבער א מענטש קען ווערן מיליאן מאל בעסער מיט "קאמפיוטער סקילס" און מאכן סוף יאר ברויט אויף הויזן, מ'קען עס נישט איינקעשן פאר א גרעסערע ווערד, (אויסער אויב למשל ער וועט באקומען א "דזשאב" ביי א ריזיגע קאמפאני און זיי העלפן טרעפן לעכער - און וועגן וויאזוי עס צו פיקסן - אין זייער אפערעיטינג סיסטעם. כ'האב גענומען דעם משל ווייל ס'איז געווען אזא מעשה מיט א היימישן יונגערמאן).
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2014 11:18 am
דורך Elmo
THE KEY TO A GOOD JOB IS NOT YOU SHOULD LEARN BEFORE COMPUTER
IT IS IMPORTANT AT THE JOB BUT NOT IMPORTANT TO LEARN BEFORE YOU WILL LEARN BASIC COMPUTER IN 1-2 WEEKS ON YOUR FIRST JOB IF IT IS A COMPUTER JOB
(disc. Most computer jobs what you will receive after kollel is not good paid even you know computer)
ENGLISH IS JUST OKAY WHAT MOST OF OUR KOLLEL YINGALIT KNOW FOR A FIRST JOB . IF YOU WILL KNOW A GOOD ENGLISH YOUR FIRST JOB OR THE AMOUNT YOU START WILL NOT MAKE A DIFFERENT BEFORE THE FIRST RACE
!!!!!IF YOU WILL KNOW A GOOD ENGLISH YOU CAN APPLY BY B&H FOR TAKING PHONE CALLS WOW
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2014 1:41 pm
דורך זאל ער קומען
Elmo האט געשריבן:THE KEY TO A GOOD JOB IS NOT YOU SHOULD LEARN BEFORE COMPUTER
IT IS IMPORTANT AT THE JOB BUT NOT IMPORTANT TO LEARN BEFORE YOU WILL LEARN BASIC COMPUTER IN 1-2 WEEKS ON YOUR FIRST JOB IF IT IS A COMPUTER JOB (disc. Most computer jobs what you will receive after kollel is not good paid even you know computer)
ENGLISH IS JUST OKAY WHAT MOST OF OUR KOLLEL YINGALIT KNOW FOR A FIRST JOB.
IF YOU WILL KNOW A GOOD ENGLISH YOUR FIRST JOB OR THE AMOUNT YOU START WILL NOT MAKE A DIFFERENT BEFORE THE FIRST RAISE
!!!!!IF YOU WILL KNOW A GOOD ENGLISH YOU CAN APPLY BY B&H FOR TAKING PHONE CALLS WOW
איך מיין אז אן די קעפסלאק ליינט זיך רואיגער. ס'קוקט אביסל אויס ווי דו שרייעסט….
אין תוכן ביסטו גערעכט. טו עי סערטן עקסטענט. כמעט הונדערט פראצענט. איך וואלט נאר אראפגענומען די לעצטער wow, וואס מאכט עס אויסקוקן ווי סארקאזם.
ווייל ס'קען זיין א זייער גוטע איידיע צו גיין צו בי ען עיטש צו מאכן סעילס אויפ'ן פאן -- עז לאנג אז מ'גייט עס אהין טון אויף זי אויסצולערנען די פאך פון מאכן גוטע סעילס אווער די פאון, פון קענען קאנווינסן דעם קונה צוצולייגן נאך זאכן צום ארדער, וואס דאס איז א סעילס-סקיל, און ס'איז א זייער גוטע טעלנט וואס מ'קען אויסנוצן אין כמעט אלע אינדוסטריעס אין די וועלט.
סאו ס'לוינט זיך יא אנצוהייבן ביי בי ען עיטש, און באקומען באצאלט ביים זיך לערנען, פאר'ן זיך לערנען, און נאכדעם - אדער וואקסן דארט אליין, אדער אויב ס'איז נישט שייך, ארויסצוגיין אין די וועלט און מאכן סעילס פאר אן אינדוסטרי וואו די פראצענט זענען סאך העכער.
לגבי ענגליש, ס'דא דזשאב וואס פאדערן עס מער, און ס'דא וואס ווייניגער. און די אפשן פון הייערן איינעם וואס קען בעסער פון דיר, איז אויך אפן פאר ווען ס'וועט זיך עכט אויספעלן.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2014 3:08 pm
דורך מעקס
דער דער פותח האשכול זאל ביטע קלאר מאכן אויב ער רעדט פין בעסיק קאמפיוטער סקילס אין בעסיק ענגליש. צי ביזנעס פרעקטיק, פראגרעמס, ווארד, עקסעל, אדאובי סוויעט (סיי וועלכע פון זיי; פאטאשאפ, אילוסטרעיטער, אינדעזיין, פייער ווארקס, אקראובאט אד"ג), אויטא-קעד, קוויק-בוקס אד"ג.
אז נישט קען מען דא מאלן וואסער א גאנצן טאג
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2014 3:14 pm
דורך דעת זקנים
דו שמעלצסט צוזאם ביזנעס פרעקטיג און פראגרעמס...
דער פותח האשכול האט זייער קלאר גערעדט נאר פון בעיסיק ענגליש, קאמפיוטער און ביזנעס קאנדאקט (אויפפירונג), און זאלער האט זייער שיין דיפרעשיעיטעד צווישן ביזנעס פרעקטיק און קענען (און אפילו גוט קענען) פראגרעמס.
וואס איז נאך דא קלאר צו מאכן?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 8:42 am
דורך יואל שווארטץ
Elmo האט געשריבן:THE KEY TO A GOOD JOB IS NOT YOU SHOULD LEARN BEFORE COMPUTER
IT IS IMPORTANT AT THE JOB BUT NOT IMPORTANT TO LEARN BEFORE YOU WILL LEARN BASIC COMPUTER IN 1-2 WEEKS ON YOUR FIRST JOB IF IT IS A COMPUTER JOB
(disc. Most computer jobs what you will receive after kollel is not good paid even you know computer)
ENGLISH IS JUST OKAY WHAT MOST OF OUR KOLLEL YINGALIT KNOW FOR A FIRST JOB . IF YOU WILL KNOW A GOOD ENGLISH YOUR FIRST JOB OR THE AMOUNT YOU START WILL NOT MAKE A DIFFERENT BEFORE THE FIRST RACE
!!!!!IF YOU WILL KNOW A GOOD ENGLISH YOU CAN APPLY BY B&H FOR TAKING PHONE CALLS WOW
במחילת כבודך, וואלט איך געזוכט איינעם וואס קען א בעסערן ענגליש...
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 8:46 am
דורך זאל ער קומען
I believe that Elmo wrote it as a sarcastic remark, showing that it's possible to get through the day
with whatever English you know, as long as the message you want to get across is understood.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 8:56 am
דורך מטעמים
אויב דאס איז וואס עלמא האט געמיינט דאן געב איך איהם רעכט, אבער עס איז סך גרינגער צו ארבייטען ווען אלע טולס זענען הענדי.
גיט שרייבען, ליינען אין פארשטיין די שפראך.
גיט קענען די בעיסיק פראסעס פון ביזנעס.
בעיסיק קאמפיוטער פראגרעם 'ס.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 9:19 am
דורך זאל ער קומען
מטעמים, גערעכט. ס'געווען נעכטן אן אקטיווער אשכול איבער כמעט די זעלבע נושא (כ'מיין מעג עס צאם שמעלצן).
viewtopic.php?p=877560#p877116דארט ברענגט איינער א קליפ פון א דרשה פון נפתלי הורוויץ. זייער שיין. לוינט זיך צו הערן.
ער לייגט צו - לגבי דאס וואס דו זאגסט דא - אז דו זאלסט זען צו קענען אלעס וואס דו קענסט קענען כדי צו טון דעם דזשאב בעסער, און נישט זאגן "ס'נישט מיין דעפארטמענט". ווייל וואס מער דו קענסט אלץ מער ביסטו באמת ווערד. און אפילו אויב דו וועסט נישט קענען וואקסן העכער אין די יעצטיגע ביזנעס, קענסטו אבער נוצן דיין פערזענליכע ווערד ביי עני אנדערע ביזנעס.