בלאט 3 פון 3

געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2019 8:09 pm
דורך monroe10950
ווייסט איינער פון א גוטן קאנסאלטענט פאר א one time קאנסאלטעישאן?
איך האב א שאלה איבער וויאזוי צו פרייזן און איבער קאמישאן.
איך דארף א פארלעסליכער מומחה וואס קען פרייזן און די מארקעט און וועט מיר קענען ענטפערן.
פארשטייט זיך אז כ'בין גרייט צו באצאלן דערפאר דעם פרייז וואס ער רעכנט

אייער הילף אין דעם נושא איז א חסד, דאס מיינט איר וועט באקומען פאר דעם א סלייס גן עדן, אלזא קומט אריין מיט ענטפערס.
ישר כח

געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2019 10:40 pm
דורך יש בו

געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2019 12:30 am
דורך מטעמים
איך האב געעפענט דעם אשכול פאר כמעט פונעף יאר צוריק, לאמיר געבן א פוהלע אפדעיט!

דער קאנסאלטענט האט למעשה אריינגעברענגט א נייע פראגרעם וואס האט מיט געברענגט מיט זיך מעלות און חסרונות, די מעלה איז אז עס האט אין זיך יעדע טייל פון די ביזנעס, דאס הייסט יעדער ארבייטארער האט די מעגליכקייט צו לויפען זיין גאנצע טאג אויף די פראגראם און עס כאפט אן די ביזנעס פון יעדע צד און מען קען זעהן די אקטיוועטיס און פערפארמענס פון יעדע ארבייטארער.

די חסרונות זענען געוועהן ווי פאלגענד, 1. עס האט געדויערט כמעט א יאר די אימפלימענטעישאן זאל אריינגיין אין קראפט. 2. עס האט געקאסט זייער א סך געלט און קאנסידערינג די עמאונט אוף סעילס די קאמפעני טוהט איז עס געוועהן פרימיטשאר צו אינוועסטירען און אזא טייערע פראגרעם. 3. די פראגרעם איז זייער רוי, דאס הייסט די עד-אנס און די קאנסטענט אינוועסטמענטס צו באצאלען פאר פראגרעמערס איז געוועהן בעיאנד וואס מען האט עקספעקטעד.

די קאנסאלטענט אליינס האט געטשארדזשד א סך געלט פאר די אימפלעמענטעישאן, ער איז געוועהן זייער שטייט אבער האט למעשה דעליווערט די זשאב אבער ביי מיר האט ער פארלוירען זיין נאמען ווייל ער האט נישט גענוג צוגעגרייט דעם עולם און בעיקר מיין בעל בית צו די לאנגע שווערע רייזע וואס ער האט אונז גענימען אויף.

ווען ער האט אנגעפאנגען צו טאטשען אנדערע חלקים פון די ביזנעס ״ווי ער איז געוועהן ווייניגער אינוואלווד״ האט ער סך מער אויפגעטוהן, אויף די סעילס דעפארטמענט האט ער געשטעלט די ריכטיגע מענטש (יענער האט געדאפעלט די ביזנעס) און פוירטשעסינג האט ער געמאכט אפאר קליינע אבער גוטע טשעינדזשעס וואס האט פארבעסערט די קוואליטעט און די אויסקוק פון די פראדוקטען לטובה.

אווער אלל האט דער קאנסאלטענט געטוהן זייער א גוטע ארבייט און טו סאום איט אלל אפ: עז לאנג עז ער האט געגעבען עדווייס איז ער געוועהן זייער גוט, די מינוט וואס מען האט געווארט אויף זיין מעשי ידיו איז עס געוועהן א דיזעסטער.

מען ניצט ביי אונז א אנדערע קאנסאלטענט יעצט און ווען מען ניצט אים איז עס צו די פראבלעם דירעקט און עס געשעהט כאטשיג יעדע צווייטע קווארטער וואס די קאנסאלטענט ווערט אריינגעריפען פאר הילף, און היינט צוטאגס קען איך נישט זעהן ווי עני קאמפעני קען אנגיין אן א קווארטערלי רעפארט מיט א עקאונטענט און א קאנסאלטענט פון די פאלגענדע חלקים פון די ביזנעס:

1. סעילס ריוויו און פארקעסט
2. מארקעטינג ריוויו און פארקעסט
3. פוירטשעסינג ריוויו און פארקעסט
4. פראפיט ריוויו און פארקעסט
5. עסעט ריוויו און פארקעסט
6. עמפלויאיס ריוויו און פארקעסט
7. אינווענטארי ריוויו און פארקעסט

דאס איז ביי אונז די נאמבער 1, האלטען די קאמפעני אונטער די פוהלע קאנטראל אבער דאס טאר מען נישט טוהן יעדע טאג, עס איז סכנהדיג טאמער מען געט אוועק מער ווי צוויי טאג פאר דעם אבער די צוויי טאג יעדע קווארטער איז קריטיש וויכטיג.

פאר ווער עס וויל וויסען ווער די קאנסאלטענט איז קען מיר קאנטאקטען אין אישי.

געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2019 12:38 am
דורך צולייגער
וואס הייסט עמפלויאי ריוויא און פארקעסט? ריוויא אויף דעם פערזאנס פערפארמענס? און וואס פארקעסט מען? אדער גאר מיינט עס אן אוועראלל ריוויא און פערפארמענס איבער די HR און פעיראלל בודזשעט?

געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2019 12:53 am
דורך טעם וריח
הער נאר מטעמים איר מאכט אויך א גרעסער פעי- טשעק ווי פינף יאר צירוק?!? כהאף עס האט געלוינט צו בלייבן דארט!

געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2019 1:22 am
דורך מטעמים
צולייגער האט געשריבן:וואס הייסט עמפלויאי ריוויא און פארקעסט? ריוויא אויף דעם פערזאנס פערפארמענס? און וואס פארקעסט מען? אדער גאר מיינט עס אן אוועראלל ריוויא און פערפארמענס איבער די HR און פעיראלל בודזשעט?

עס איז צוטיילט אין דריי חלקים: ארבייט! ארבייטארער! פלאן!

1. איז דא זאכען וואס ווערן נישט ארלעדיגט? דאן קוקט מען וועלכע ארבייטארער מען קען די ארבייט איבערגעבן. אויב איז עס א נייע פאזיציע דאן דארף מען הייערן, איז עס א ארבייטארער וואס טוהט נישט זיין ארבייט? דארף מען כאפען א שמועס מיט יענעם און אויסגעפינען צו ער קומט פשוט נישט אן אדער ער דארף א ווארענונג און נאך דריי חדשים דארף מען זעהן צו די פראבלעם איז געלעזט אדער דארף מאכען א דעסיזשען צו דער ארבייטארער ברענגט גענוג וועליו אז מען זאל די טעסק אראפנעמען פון אים און עס געבן פאר א צווייטען.

2. טוהט יעדע ארבייטארער זיין זשאב? איז יעדער גוט געטרעינט?, זענען אלע סעילס פיפעל גוט געטרעינד? דארף מען איינעם ארויס העלפען? דארף מען איינעם אפ זאגען? מאכט איינער צופיהל פראבלעמען? יעדע מענעזשער האט אייביג איין ארבייטארער אויפען קאפ וואס מאכט אים קאפ וויי און דאס דארף מען אדרעסירען, אמאל דארף מען שלינגען און אמאל אפשניידען די פראבלעם.

3. בעיסד אויף די סעילס פראזשעקשאן דארף מען קענען וויסען צו מען דארף האבען נייע ארבייטארער אדער אפ זאגען ארבייטארער.

און חוץ פון דעם דארף מען אייביג זעהן וויאזוי מען קען גרינגער מאכען די עמפלויאיס אמאל דורעך בעסערע סאפטוועיר, אמאל דורעך אימפלימענטען בעסערע פראסעסעס און אמאל דורעך סתם אזוי אריינגיין אין דיטעילס פון א ארבייטארערס טעגליכע טעסקס צו זעהן צו ער וועיסט נישט רוב טאג מיטען טוהן מינדערוויכטיגע זאכען ווס איז נישט ווערט די פרייז וואס מען צאלט יענעם.

געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2019 1:22 am
דורך מטעמים
טעם וריח האט געשריבן:הער נאר מטעמים איר מאכט אויך א גרעסער פעי- טשעק ווי פינף יאר צירוק?!? כהאף עס האט געלוינט צו בלייבן דארט!

;l;p- איך רעד נישט פון מיר דא.

געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2019 1:42 am
דורך שטארק זיך
טעם וריח האט געשריבן:הער נאר מטעמים איר מאכט אויך א גרעסער פעי- טשעק ווי פינף יאר צירוק?!? כהאף עס האט געלוינט צו בלייבן דארט!

א גרעסערער פעיטשעק זאלער (נישט די ניק...) מאכן, ווייל מיר זענען אלע עדות אז עס קומט איהם!

אבער גלייב מיר ווען איך זאג דיר אז פאר א גוטן אליין איז נישט ווערד צו בלייבן אויף אן אומגעראטן פלאץ. ס׳דא זאכן וואס זענען קריטישער ווי געלט.

פרייוואטע קאנסאלטענט געזיכט

געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2019 4:15 pm
דורך משה פיטער
וייסט איינער פון א גוטן קאנסאלטענט פאר א קאנסאלטעישאן פאר א ארבעטער?
איך וויל וויסן וויאזוי צו נעמן מיין יעצטיגע עקספערטיס צו מיין נעקסטע לעוול?
איך דארף א פארלעסליכער מומחה וואס קען עוועליעטען אן ארבעטער ׁׁׁׂ)נישט קיין ריקיורער) און אים העלפן מיט זיין קאריער און אים אנווייזן זיינע סטראנג און וויק פוינטס
פארשטייט זיך אז כ'בין גרייט צו באצאלן דערפאר דעם פרייז וואס ער רעכנט

אייער הילף איז אפפרישיעטעט.
ישר כח