בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2014 2:38 pm
דורך מטעמים
יעקב, גאר גיט געשריבען.

איך פארשטיי דיין פוינט אוף וויאו זייער גיט. איך וועל בל"נ זעהן צו שרייבען די סוקסעס/דורעכפעלער וואס ביינונז טוהט זיך.

א יישר כח פאר אלע מגיבים.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2014 4:04 pm
דורך חיים צבי
און א יישר כח דיר מטעמים פארן מאכן זאלערקומען שרייבען אזא גוט שטיקל.

צוקערמאן:
איך פיל שלעכט פאר דיר, האסט געמוזט מיטמאכן עפעס שרעקליך צו זיין אזוי בייז אויפן בעלבאס דיינעם.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 09, 2014 9:24 pm
דורך למעלה משבעים
זאלער WOWOWOW דאס איז באמת מעסיוו.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 11, 2014 11:50 pm
דורך מטעמים
אי"ה בקרוב העליך אנפאנגען מיט טיילען מיטן ציבור די פראסעס, אפשר וועט איינער הנאה האבען דא.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 11, 2014 11:57 pm
דורך אַבּערוואַס
מ'ווארט מיר מיט שפאנונג...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 9:35 am
דורך זאכליך
אַבּערוואַס האט געשריבן:מ'ווארט מיר מיט שפאנונג...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 10:40 am
דורך שמעק_טאביק
פון דעם צוקערמאן איז משמע אז עס זענען פארהאנען 2 סארטן מענטשן אויף דער וועלט, איינס זענען די באלעבאטים פון קאמפאניס וועלכע זענען געלט גייציגע משוגעים, הונטן און בלוט דורשטיגע, אן קיין שכל, וואס ווילן נישט פעיסן ריאליטי. און נאכדעם זענען פאראן די אונטערטאנען, ארבייטער און מענעדזשערס וועלכע האבן יא שכל און זיי פארשטייען באמת דעם ביזנעס און זיי ווייסן ווי אזוי עס צו פארבעסערן...

ווי האט איינער אמאל געזאגט: אינטרעסאנט פארוואס אלע משוגעים טאנצן אריין אין ביזנעסער, און די קלוגע גייען ארבעטן פאר יענעם... פארוואס טרעפט זיך נישט אמאל אז א קלוגער וואוילער יונגערמאן זאל אליינס עפענען א ביזנעס... וד"ל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 12:42 pm
דורך והמבין יבין
זאלער רייך אין באלערנד שרייב נאך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 1:21 pm
דורך אַבּערוואַס
שמעק_טאביק האט געשריבן:פון דעם צוקערמאן איז משמע אז עס זענען פארהאנען 2 סארטן מענטשן אויף דער וועלט, איינס זענען די באלעבאטים פון קאמפאניס וועלכע זענען געלט גייציגע משוגעים, הונטן און בלוט דורשטיגע, אן קיין שכל, וואס ווילן נישט פעיסן ריאליטי. און נאכדעם זענען פאראן די אונטערטאנען, ארבייטער און מענעדזשערס וועלכע האבן יא שכל און זיי פארשטייען באמת דעם ביזנעס און זיי ווייסן ווי אזוי עס צו פארבעסערן...

ווי האט איינער אמאל געזאגט: אינטרעסאנט פארוואס אלע משוגעים טאנצן אריין אין ביזנעסער, און די קלוגע גייען ארבעטן פאר יענעם... פארוואס טרעפט זיך נישט אמאל אז א קלוגער וואוילער יונגערמאן זאל אליינס עפענען א ביזנעס... וד"ל.

יא! א נער טאנצט שנעלער אריין אין זאכן אן קיין סאך חשבונות און איז אפי' אסאך מאל מצליח אויך, פין דער אנדערער זייט א קלוגער איז מער איבערגעטראכט, ממילא האט ער מער שאנסן נישט אריינצוגיין אין קיין ריסק נאר ענדערש זיך לערנען א פאך און פארדינען זיין טשעק יעדע וואך, און טאקע ווען מ'זוכט אן ארבעטער וויל מען געווענליך האבן איינעם וואס "קען" גוט זיין פאך, און ממילא וועט באמת אויסקומען אסאך מאל אביסל אזא בילד ווי דו האסט אראפגעשטעלט.

איבריגענס, דו ביסט דער ערשטער וואס ברענגט דאס ארויס אויף דעם אופן. איז לאמיר דיר אויפקלﬠרן. כ'האף וועסט נישט ברוגז זיין, אבער רוב בעה"ב היינט רייטן ליידער אויף זייערע ארבעטער בזדון ובשגגה, און ס'קומט אין גרויס טייל צוליב אביסעלע איבריגע שכל צונויפגעמישט מיט גרויס גוטהארציגקייט און א שפריץ גאווה צו דער זייט.

לאמיר עס מאכן בקיצור, ווען יענער איז דער ראש הקהל/ספרא דדינא/יו נעים איט ביי אייך אין דער קהילה וואלט איר אים אויך באטילט מיט איינע פין די שיינע טיטלען, נו, אשר על כן ווייל דער יונגערמאן איז אנפארטשונעיט ענאף צו זיין זיין ארבעטער טאר ער אים שוין נישט אנרופן ביים נאמען?

יוצאי מן הכלל? יא, ס'זענען אלץ דא, אבער דאס טוישט נאך נישט דאס איר אלטע מציאות אז ווען אן עושר פארלירט דאס געלט פארשוואונדט זיין קלוגשאפט צוזאמען דערמיט, ווי גייט דאס ווערטל, כ'האב טאקע פארלוירן ס'געלט, אבער מיין חכמה האב איך דאך נאך... (נע, דעמאלטס איז ער דאך שוין נישט קיין בעה"ב, ממילא מוז זיין אז ער האט טאקע פארלוירען זיין קלוגשאפט...) דו"ק ותשכח!

אלזא, צוריק צום ענין, מטעמים מיר ווארטן אויף א געהעריגע ריפארט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 1:57 pm
דורך חיים צבי
עס איז נישט עטיש צו אראפרייסן אייגענטומער פון ביזנעסער ווען זיי זענען נישט דא צו ענטפערן ווייל זיי זענען צו פארנומען מענעדזשן די ארבייטער וואס זיצן אויף אייוועלט.

אבערוואס:
עס איז דא וואס צו זיין ברוגז ווען עס ווערט א העצע שמועס אויף בעלי בתים (און לענדלארדס, א שמועס פאר א אנדערע טאג)
פון וואו נעמסטו די הנחה אז 'רוב' בעלי בתים רייטן אויף ארבייטער?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 7:23 pm
דורך מילכיגער
חיים צבי האט געשריבן:עס איז נישט עטיש צו אראפרייסן אייגענטומער פון ביזנעסער ווען זיי זענען נישט דא צו ענטפערן ווייל זיי זענען צו פארנומען מענעדזשן די ארבייטער וואס זיצן אויף אייוועלט.

אבערוואס:
עס איז דא וואס צו זיין ברוגז ווען עס ווערט א העצע שמועס אויף בעלי בתים (און לענדלארדס, א שמועס פאר א אנדערע טאג)
פון וואו נעמסטו די הנחה אז 'רוב' בעלי בתים רייטן אויף ארבייטער?


;l;p-

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 8:07 pm
דורך זאל ער קומען
שמעק_טאביק האט געשריבן:פון דעם צוקערמאן איז משמע אז עס זענען פארהאנען 2 סארטן מענטשן אויף דער וועלט, איינס זענען די באלעבאטים פון קאמפאניס וועלכע זענען געלט גייציגע משוגעים, הונטן און בלוט דורשטיגע, אן קיין שכל, וואס ווילן נישט פעיסן ריאליטי. און נאכדעם זענען פאראן די אונטערטאנען, ארבייטער און מענעדזשערס וועלכע האבן יא שכל און זיי פארשטייען באמת דעם ביזנעס און זיי ווייסן ווי אזוי עס צו פארבעסערן...

ווי האט איינער אמאל געזאגט: אינטרעסאנט פארוואס אלע משוגעים טאנצן אריין אין ביזנעסער, און די קלוגע גייען ארבעטן פאר יענעם... פארוואס טרעפט זיך נישט אמאל אז א קלוגער וואוילער יונגערמאן זאל אליינס עפענען א ביזנעס... וד"ל.


זייער גוט געזאגט.... עס קומט נאך א לאנגס און א ברייטס, לכשירחיב.
לעצטענס בין איך ביזי מיט אידישקייט... ווען כ'על פינישען עמער קאווערן דאס, ס'ליגט מיר שוין לאנג אויף די פלייצע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 9:16 pm
דורך חיים צבי
געווענליך די וואס זענען ביזי מיט אידישקייט ווערן נישט אזוי שנעל פערטיג, ענדערש קום צוריק דא מאכן א לאנגס און א ברייטס פון די אקטועלע ענינים, וועט זיין גענוג צייט נאכדעם צו מתקן זיין די וועלט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 9:29 pm
דורך מילכיגער
חיים צבי האט געשריבן:געווענליך די וואס זענען ביזי מיט אידישקייט ווערן נישט אזוי שנעל פערטיג, ענדערש קום צוריק דא מאכן א לאנגס און א ברייטס פון די אקטועלע ענינים, וועט זיין גענוג צייט נאכדעם צו מתקן זיין די וועלט.


מיין צווייטע גרינע היינט פאר דיר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 9:48 pm
דורך מטעמים
אונזער קאמפעני איז אדורעך זייער א גרינטליכע ריוויו דורעך דעם קאנסאלטענט.

(איך קען נישט אריינגיין אין צופיהל דיטעילס וועגן גילוי, כ'וועל פרובירען איבערגעבן ראשי פרקים מיט א שטארקע וויו אויף ווי ווייט מעגליך)

ער האט גערעדט מיט א יעדען ארבייטער אין גענומען נאוטס פון יעדן. ער האט פערטיסיפעטאד אין די דעילי ביזנעס פראסעס'ס אין פראסיזשערס.

א שטארקע נקודה וואס ער האט אונז דערווייל געלערענט איז די ענין פון מחשבה.
ער פרעגט אויף יעדע זאך, "פארוואס טוהסטו דעס"? עס ברענגט אויטאמאטיש ארויף א סך געדאנקען. (לאך נישט)

די ערשטע גרויסע טשעינזש וואס ער סוגזשעסט איז א בעסערע קאמפיוטער פראגרעם.

מאור טו קאום בעזר השם.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 13, 2014 1:53 am
דורך זאל ער קומען
יש"כ מטעמים פאר'ן רעפארט. קיעפ איט קאממינג.

אין די לעצטע פאר תגובות זענען אנרירט געווארן צוויי באזונדערע נושאים.
איינס איז ענטרעפערנוערשיפ - entrepreneur - דאס הייסט א שפרינגער אין ביזנעס. איינער וואס נעמט ריזיקירט מער פינאנציעל כדי צו באקומען גרעסערע רוחים.
ס'האט בכלל נישט מיט חכמה אדער טפשות. ס'איז א מהות.

דאס צווייטע איז דער דיינעמיק צווישן א באלעבאס און אן ארבעטער.
וואס דער באלעבאס ערווארט און פאדערט, אבער וויל יא אדער נישט באצאלן, און וואס דער ארבעטער טוט און ערווארט, און באקומט עס יא אדער נישט. און געווענליך צילן זיי צו זיי גאר אנדערע זאכן, און וועגן דעם קלאפט עס אויס אויף מערערע אופנים גאר ווייטאגליך.

און "די פראבלעמען הייבן זיך אן ווען ביידע זענען גערעכט..." (קוואוט: זאל-ער-קומען איי-וועלט).

נמשיך בס"ד בקרוב.