ביזנעס קאנסאלטענט

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

ביזנעס קאנסאלטענט

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג מאי 26, 2014 12:10 am

אל מעלות כבוד האיי וועלט שרייבער'ס,

מען האט מיר איינגעמאלדען כהיום יום אז אונזער קאמפעני גייט הייערן א קאנסאלטענט וואס גייט עדווייזען פאר א יעדע טריט אין שריט. צו איז עס אין פוירטשעסינג.
ווערהאוזינג, סעילס אין עפישענטסי אין די דעילי פראסעס.

אזוי ווי עס האט זיך מיר אנגעזאמעלט א סך קשיות העליך עס פרעגן פון אייך "מיינע חשובע ידידים"

אין זשענעראל וואס טוהט א קאנסאלטענט?
וואס באקימען זיי באצאלט?
בעיסד אויף וואס באקומען זיי באצאלט? סוקסעס אדער צייט?
וואס דארף מען קענען צו ווערן א קאנסאלטענט?
איז דא היימישע אינגעלייט וואס טוהען דעס?
איז נישט די ערשטע עדווייז פון א קאנסאלטענט צו קאטען צו גויאישע ארבייטער אין פטור ווערן פון די אלטע וואס באקימען גרויסע וועיזשעס?

וואס דארף איך אלס ארבייטער זיין גרייט פאר?

עני עדווייז אין דעם ענין וועל איך עפרישיעטן!
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מאנטאג מאי 26, 2014 1:02 am

א קאנסולטאנט מיינט אן עצה געבער, און די שאלה איז נאר פון וואו דער קאנסולטאנס קומט, דהיינו וועלכע מינים עצות ער קען געבן.

די פרייז ווענדט זיך אינעם קאנסולטאנט, און אינעם וועג פון די קאנסולטאנסי. אויב האט יענער א געוויסע צוגאנג, א פרעים-ווארק, וואס ער דארף אריינפיטן יעדע ביזנעס דערין, און ווייסט גלייך אז אזא סארט קאמפאני גייט אים קאסטן כך וכך שעה, קען ער געבן א פרייז אויף דעם דזשאב, אבער זייער אסאך קאנסולטאנטס גייען לויט די שעה, ווייל מ'קען זיך נישט אויסרעכנען ווי שווער ס'וועט פאר די קאמפאני נאכצוקומען אלע זייערע פארשלאגן, און ווי נישט מסודר די קאמפאני איז טו בעגין וויט, און אויב וועט מען טרייען צו פיקסן איין זאך וועט א צווייטע זיך צערייסן, איז מען מער אינשורד צו בעטן אויף צייט.
קאנסולטאנטס מיט גאר גוטע טרעק רעקארדס, און זענען זיכער מיט זיך אז זיי גייען ענדיגן דעם דזשאב מיט כך וכך פראצענט העכערונג, וועט זיך מער טרעפן אז זיי זאלן בעטן א חלק פון דעם פראצענט.

געווענליך דארף א ביזנעס קאנסולטאנט לערנען און קענען ביזנעס. דהיינו פארשטיין פון וואס די ביזנעס מאכט באמת געלט (נישט וואס דער באלעבאס האט ליב און רעדט זיך איין אז דאס איז עס), און וויאזוי מ'קען הייבן די חלקים וואס ברענגען אריין רוחים, און קאטן און לויז ווערן פון די חלקים וואס קאסטן נאר און דעקן זיך נישט. זייער אסאך מאל ווען א קאנסולטאנט קומט אריין אין א קאמפאני מיט א פרישע בליק און זעט גרויסע מוציא'ס פאר די אלטע געזעסענע וועט ער גלייך זוכן וואס זיי ברענגען צום טיש, דהיינו צו די קאמפאני פארדינט באמת פון זייער לאנג-יעריגע עקספעריענס. און אויב דעקן זיי זיך, בלייבן זיי מיט זייערע גרויסע געהאלטער. למשל, ביל קלינטאן האט געהאלטן עפעס א טיטל ביי א קאמפאני און באקומען יארן שיין געלט, און א קאנסולטאנט האט אנגעהויבן דרייען א קאפ פארוואס ער באקומט עס, "ברענגט זיין כבוד אויפ'ן צעטל פון די קאמפאני עטליעס דאס וואס ער קאסט?" איז געווען די קלארע שאלה.
צו זיין מזל האט די קאמפאני - מיט א ריזיגע ברענטש אין כינע - זיך פארהאקט מיט די כינעזער רעגירונג, און קלינטאן האט גערעדט קיין כינע א האלבע שעה און אלעס איז געפארן ווייטער על מי מנוחות… זאגט דער פרעזידענט פאר'ן קאנסולטאנט: ער האט זיך יעצט אויסגעצאלט פאר די קומענדיגע צען יאר….

ס'דא קאנסולטאנטס וואס לערנען און קענען ביזנעס סטרוקטשור, דהיינו וויאזוי איינצושטעלן אן עפישענט הירארכיע סיסטעם, ווער ס'דארף פאלגן וועמען, וויפיל, מיט וואס און וויאזוי. מ'מאכט אסאושיעטס, מענעדזשערס, רידזשנאל מענעדזשערס, קעפטנס, און ס'פליען טיטלען פון אלע זייטן, כדי מ'זאל קענען נאכדעם האבן א פונקטליכע בילד וויאזוי זאכן ווערן געטון, און ווער ס'איז פאראנטווארטליך אויף וואס. נישט נאר אויף צו קענען פייערען די שלימזל'עך… נאר כדי צו וויסן וויאזוי צו פארמיידן דורכפעלער, וואס אין פאקט איז יעדע דורכפאל א גרויסע שאדן פאר די קאמפאני. און זייער ציל איז דאך צו שניידן שאדנס און הייבן רוחים.

ס'דא ביזנעס קאנסולטאנטס וואס פארלייגן זיך אויף די אינטערנאל סיסטעם וויאזוי זאכן קומען אריין - ווערן געטון - און גייען ארויס. וואס אויב איז עס נישט מסודר ווערן זייער אסאך צייט, כוח און געלט פארשווענדעט אויף מכלומר'שטע חשבונות. למשל, מ'וועט קויפן אסאך אויף אמאל וועט מען שפארן אויף רויע מאטעריאל. מאכט סענס, יא? אבער מ'נעמט נישט אין באטראכט וויפיל ארבעטער ס'קאסטן וויפיל טעג דורכאויס די פראסעס נאר אויף צו שלעפן די איבריגע גרויסע לאודס אהין און צוריק, און מ'גייט דערלייגן אין ארבעטס-טעג און ארבעטס-קראפט צען מאל מער פון וויפיל מ'האט זיך געשפארט מיט'ן קויפן מער רויע מאטריאל אויף איין מאל.
און ס'קען זיין אז אויב וועט מען איינשטעלן א געהעריגע סיסטעם אויף די אלע זאכן, וועט מען זיך איבערצייגן אז מ'האט געהאט צען איבריגע ארבעטער כדי איינער זאל פאררעכטן וואס דער צווייטער פארדארבט, און אויב ווערט מען פטור פון אלע פארדארבער דארף מען שוין נישט קיין פיקסערס, און אלע חברה קענען זיך גיין.

ס'דא ביזנעס קאנסולטאנטס וואס קומען פון א מארקעטינג שטאנדפונקט, און זיי פרובירן צו דערגיין וויאזוי מ'קען הייבן דעם עפעקט פון די אנגייענדע ספעשלס צו הייבן די רוחים דערפון, און שניידן די קאסטן. זיי לייגן זיך אריין אין געוואויר וועלכע עד אין וועלכע צייטונג האט באמת געברענגט עטליעס וויפיל ס'האט געקאסט, וואס האט מען געשריבן, וועמען האט מען געצילט, ווער איז למעשה געקומען, אפשר קען מען צילן אנדערע, אפשר קען מען עפעס אנדערש לייגן אויף ספעשל און נאכדעם בעטן די געהעריגע פרייז פאר די אנדערע, גייסטו מאכן געלט, אדער אריינבקומען נייע קאסטומערס פון א סעיל, אדער גייסטו סתם אזוי געבן פאר ביליג פאר דיינע קאסטומערס וואס וואלטן סייווי געקויפט ביי דיר און דו דערלייגסט סתם אזוי געלט, אד"ג.

און ס'אויך דא קאנסולטאנטס וואס זענען פארזעענישן… קענען גארנישט און יעדער און אלעס וואס קומט אין זייער וויסיניטי איז א קרבן… און ווען די קאמפאני כאפט זיך אז נישט אלעס וואס ער זאגט איז טאקע אויסגעהאלטן זענען זיי שוין לאאאאאאאנג נישטא.

צו ענטפערן דיינע ספעציפישע שאלות. אויב גייט דער קאנסולטאנט עדווייזן טריט און שריט פוירטשעסינג, ווערהאוזינג, סעילס אין עפישענטסי אין די דעילי פראסעס איז ער געווענליך א סיסטעמס קאנסולטאנט, ווייל די אלע זאכן פאלן אונטער די קאטעגאריע. און געוועליך דארפן די עמפלאויאיס נישט מורא האבן פון אזא איינעם, ווייל ער מיינט בכלל נישט זיי, און אויך נישט דירעקט דעם באדעם-ליין פון די קאמפאני, נאר בעקיפין אז אויב אלעס וועט איינגעשטעלט ווערן גוט, וועט אלעס פארן א מחי' און מ'עט נישט דערלייגן קיין צייט און געלט, און די אונטערשטע שורה וועט מיינען א גרעסערע נומער…. אבער אויב וועט אן ארבעטער קומען און אראפשטעלן א פיס: דו קומסט מיר זאגן וואס צו טון, און וויאזוי עס צון טון? איך טוה עס שוין אזוי פינף הונדערט און צוואנציג… דער ארבעטער קען פארלירן דעם דיל אונטער דעם אראפגעלייגטן פיס…
ס'שטארק מעגליך איז דער סיסטעם איז לכתחילה נישט איינגעשטעלט געווארן מיט א חשבון, און אפילו אויב יא קען זיין אז דער חשבון איז נאר אויסגעהאלטן ווען מ'האט געהאט א קליינע ווערטשאפט, און ווען ס'געווארן קאמערשאלייזד האט נישט אפדעיטעד דעם גאנצן ארום. דעריבער דארפן די ארבעטער זיין גרייט צו טון זאכן אינגאנצן אנדערש ווי ביז היינט. און אויב ארבעט זיך עס נישט, ביסטו נישט שולדיג נאר דער קאנסולטאנט, סאו זיי נישט פויבסטליכער פון פויבסט, און מיין נישט דיין באס'עס טובה מער ווי ער אליין. אויב איז ער מסכים צו דערלייגן אויף צו טרייען דעם נייעם וועג זיי אויך מסכים.

ס'איז דא אסאך היימישע יונגעלייט, און ס'ווערט מער און מער, וואס טוען יעדע פון די חלקים פון ביזנעס קאנסולטאנסי, וביודעי ומכירי קאמינא.
און ווי געזאגט דארף נישט זיין די ערשטע עדווייז צו קאטן ארבעטער און פטור ווערן פון די גרויסע וועידזש האלטערס. ס'אבער זייער גוט אויב דו ווייסט באמת פארוואס דו ביסט אן עסעט פאר די קאמפאני, און דו מאכט זיכער אז דיינע אויבערהארן ווייסן אויך דערפון. אבער נישט אין א פושי (Pushy) וועג, אז זיי זאלן טראכטן, ער טויג טאקע אבער ער איז אזא נודזש אז ער איך האב נישט קיין כוח צו אים מער…

און מיט גרויס כוונה ביי שמונה עשרה בברכת אב הרחמן און ספעציעל ביי ברכת אתה חונן, דארף מען נישט מורא האבן פון די חברה. (שאדט נישט צו זאגן ויהי נועם ווען דער חברה'מאן דרייט זיך דארט, כדי אויב איז ער פון דעם לעצטן כת קאנסולטאנטס זאל ער אנטלויפן….).
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מאנטאג מאי 26, 2014 1:30 am

זייער קלאר מסביר געווען זאלער! יישר כחכם!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21630
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מאי 26, 2014 2:18 am

זאלער קומען, דו זאגסט בעסער פון גוט!

סיז ממש א שאד אז די ערשטע פאר רופן זיך אויך קאנסאלטענטס! זייער אסאך פאלן אריין מיט די לעצטע קאטעגאריע בלויז ווייל אלע הייסן קאנסאלטענטס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מאנטאג מאי 26, 2014 2:22 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:זאלער קומען, דו זאגסט בעסער פון גוט!
סיז ממש א שאד אז די ערשטע פאר רופן זיך אויך קאנסאלטענטס! זייער אסאך פאלן אריין מיט די לעצטע קאטעגאריע בלויז ווייל אלע הייסן קאנסאלטענטס...

דער פראבלעם איז נאך סאך גרעסער…. אויב זאלן די גוטע זיך טוישן דעם נאמען, וועלן די לעצטע באנטש בין יום לילה אויך מיטטאנצן קונה שביתה זיין בשינוי שם…
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג מאי 26, 2014 3:08 am

זאלער קומען, דו ביסט מעעעכככטיג. מעעעעססיווו, איך האב נישט קיין ווערטער פאר דיר, אזוי גוט, שיין און קלאר מסביר געווען, אזא שיין באלערנד שטיקל האב איך שוין לאנג נישט געליינט. יישר כח.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

תגובהדורך אליקים געציל » מאנטאג מאי 26, 2014 7:53 am

הערליכע באשרייבונג! קען מיר אפשר אויך צוניץ קומען.

אבער איך האב נישט פארשטאנען די פוינט אף וויו פונעם OP.

די ערשטע פינף און האלב שאלות קומען מצד א בעה"ב (וועלכער האט שוין ווי עס שיינט ממילא מודיע געווען אז ער האט שוין אויפגענומען א קאנסולטענט - איז וואס מיינען די אלע שאלות?), און די לעצטע אנדערהאלבן שאלות קומען מצד דעם ארבעטער...?
ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג מאי 26, 2014 8:25 am

א גרויסען דאנק רב זאלער,

סיז שוין היבש קלארער די ענין, מצידי העליך פרובירען צו אפדעיטן דעם עולם וויאזוי זאכען שטעלן זיך ארויס צו זיין.

הצלחה רבה פאר גאנץ כלל ישראל.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 26, 2014 3:53 pm

זייער שיין זאלער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » מאנטאג מאי 26, 2014 4:33 pm

מאדנע איז, אז איך האב שוין געארבעט אויף צוויי פלעצער וואו מען האט גענוצט קאנסאלטענטס.
מיין בליק אויף זיי (כ'מיין נישט פערזענליך, נאר דעם גאנצן איבערגאנג און קאשמאר) איז היבש נעגאטיוו. דער פראבלעם איז נישט אזוי ווייט דער קאנסאלטענט, נאר דער באלעבאס.
פארוואס רופט מען א קאנסאלטענט? ווייל די ביזנעס הינקעט, פארוואס הינקעט די ביזנעס? ווייל דער באלעבאס טויג אויף כפרות, און געווענליך רעדט ער זיך איין אז ער קען.
ער טויג אויף כפרות סתם אין ביזנעס און איז האריבל ווען עס קומט צו באציאונגען מיט די ארבעטער. ער קלאפט זיי אראפ, זאגט חלילה קיינמאל נישט קיין גוט ווארט, וכו' וכו' וכו', עס איז דא באלעבאטים וואס קענען אפילו דעם בעסטן און שעפערישסטן ארבעטער אוועקלייגן מיט זיינע באנעמונג און מען קען פון דעם רעדן טאג און נאכט.
סאו, נאך יארן פירן א ביזנעס ווי א הונט, זעט זיך די רעזולטאטן, ספעציעל זעט זיך דאס ווען די עקאנאמיע פאלט. דאן ווערט דער באלעבאס ווילד, און רופט א קאנסאלטענט.
דער קאנסאלטענט, ווייסט איין זאך, ער דארף ארויסגיין פונעם עסק מיט גאנצע ביינער, דהיינו, פארדינען געלט און אנהאלטן זיין פרעסטיזש. ער זעט גלייך פון אנהויב אז ער האנדעלט מיט א באלעבאס א הונט וואס האט שכל אין פוס, ער פארשטייט אז מיט'ן באלעבאס איז נישטא וואס צוטאן, מען קען נישט נעמען א איד פון 50 יאר און אים לערנען שכל, און ער זעט אז דער באלעבאס איז קארג ווי א הונט און האט מורא צו אינוועסטירן אביסל צו פארשנערן און אויפפרישן זיין ביזנעס.
וואס טוט דער קאנסאלטענט, ער פרובירט וואס ער קען צו פארבעסערן די ביזנעס, אבער זיין הויפט ציל איז צו קענען ווייזן רעזולטאטן, וויאזוי ווייזט ער רעזולטאטן דורך פייניגן אידישע קינדער, דהיינו שניידן וועידזשעס, שניידן שעה'ן, נאכמער אויסצאפן דעם בלוט פון די ארבעטער. דאן נאך א שטיק צייט טראגט ער זיך אפ מיט זיינע פארדינסטן, ומפטירין כדאתמול.
צי ארבעטער דארפן ציטערן צי נישט, לאוו דווקא, א קאנסאלטענט איז פאר קיינעם נישט קיין גוטע נייעס, און צי א קאנסאלטענט פירט זיך אויף ווי א הונט אדער ווי א מענטש ווענדט זיך ווער עס האט אים אויפגענומען. אז דער באלעבאס איז א הונט און די ביזנעס גייט אין דער ערד ווייל ער איז א הונט וועט זיך דער קאנסאלטענט אויך אויפפירן ווי א הונט. משא"כ אז דער באלעבאס איז א נארמאלער מענטש, און נעמט אויפריכטיג אויף א קאנסאלטענט כדי צו הערן וואס מען קען פארשענערן און פארבעסערן די ביזנעס, דאן האבן די ארבעטער נישט וואס מורא צו האבן. אזוי צו אזוי דארף מען נישט מורא האבן, דער באשעפער פירט די וועלט נישט דער באלעבאס און נישט דער קאנסאלטענט.
די מאדנעסטע חלק איז, אז די באלעבאטים וועלן שפענדן טויזענטערס אריינצוברענגען א ווילד פרעמדן מענטש וועמען מען קען נישט און וועלכער קען נישט די ביזנעס, כדי צו הערן פון אים עצות, אבער חלילה וחס וועלן זיי נישט זיך אראפזעצן מיט די לאנגיאריגע ארבעטער און הערן פון זיי וואס זיי האבן צו זאגן. איז דאס נישט פאני. דאס איז נאך א פונקט וואס דראמאטיזירט דעם פאקט אז מאנכע ביזנעס פירער צווישן אונז זענען ווייט פון קלוג

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 26, 2014 4:38 pm

און אזוי אגב מיטן פוינט פון צוקערדיג (שלום עליכם) אז א קונסאולטענט קומט צומאל - אדער אפי' מער ווי צימאל - ווען די ביזנעס איז אויף צרות, איז נישט א ראיה אויף לרע אז ער האט נישט קיין 100 פראצענט סוקסעס ראטע, ווייל ער קומטעך צו א חולה. והבן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מאנטאג מאי 26, 2014 4:39 pm

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:מאדנע איז, אז איך האב שוין געארבעט אויף צוויי פלעצער וואו מען האט גענוצט קאנסאלטענטס.
מיין בליק אויף זיי (כ'מיין נישט פערזענליך, נאר דעם גאנצן איבערגאנג און קאשמאר) איז היבש נעגאטיוו. דער פראבלעם איז נישט אזוי ווייט דער קאנסאלטענט, נאר דער באלעבאס.
פארוואס רופט מען א קאנסאלטענט? ווייל די ביזנעס הינקעט, פארוואס הינקעט די ביזנעס? ווייל דער באלעבאס טויג אויף כפרות, און געווענליך רעדט ער זיך איין אז ער קען.
ער טויג אויף כפרות סתם אין ביזנעס און איז האריבל ווען עס קומט צו באציאונגען מיט די ארבעטער. ער קלאפט זיי אראפ, זאגט חלילה קיינמאל נישט קיין גוט ווארט, וכו' וכו' וכו', עס איז דא באלעבאטים וואס קענען אפילו דעם בעסטן און שעפערישסטן ארבעטער אוועקלייגן מיט זיינע באנעמונג און מען קען פון דעם רעדן טאג און נאכט.
סאו, נאך יארן פירן א ביזנעס ווי א הונט, זעט זיך די רעזולטאטן, ספעציעל זעט זיך דאס ווען די עקאנאמיע פאלט. דאן ווערט דער באלעבאס ווילד, און רופט א קאנסאלטענט.
דער קאנסאלטענט, ווייסט איין זאך, ער דארף ארויסגיין פונעם עסק מיט גאנצע ביינער, דהיינו, פארדינען געלט און אנהאלטן זיין פרעסטיזש. ער זעט גלייך פון אנהויב אז ער האנדעלט מיט א באלעבאס א הונט וואס האט שכל אין פוס, ער פארשטייט אז מיט'ן באלעבאס איז נישטא וואס צוטאן, מען קען נישט נעמען א איד פון 50 יאר און אים לערנען שכל, און ער זעט אז דער באלעבאס איז קארג ווי א הונט און האט מורא צו אינוועסטירן אביסל צו פארשנערן און אויפפרישן זיין ביזנעס.
וואס טוט דער קאנסאלטענט, ער פרובירט וואס ער קען צו פארבעסערן די ביזנעס, אבער זיין הויפט ציל איז צו קענען ווייזן רעזולטאטן, וויאזוי ווייזט ער רעזולטאטן דורך פייניגן אידישע קינדער, דהיינו שניידן וועידזשעס, שניידן שעה'ן, נאכמער אויסצאפן דעם בלוט פון די ארבעטער. דאן נאך א שטיק צייט טראגט ער זיך אפ מיט זיינע פארדינסטן, ומפטירין כדאתמול.
צי ארבעטער דארפן ציטערן צי נישט, לאוו דווקא, א קאנסאלטענט איז פאר קיינעם נישט קיין גוטע נייעס, און צי א קאנסאלטענט פירט זיך אויף ווי א הונט אדער ווי א מענטש ווענדט זיך ווער עס האט אים אויפגענומען. אז דער באלעבאס איז א הונט און די ביזנעס גייט אין דער ערד ווייל ער איז א הונט וועט זיך דער קאנסאלטענט אויך אויפפירן ווי א הונט. משא"כ אז דער באלעבאס איז א נארמאלער מענטש, און נעמט אויפריכטיג אויף א קאנסאלטענט כדי צו הערן וואס מען קען פארשענערן און פארבעסערן די ביזנעס, דאן האבן די ארבעטער נישט וואס מורא צו האבן. אזוי צו אזוי דארף מען נישט מורא האבן, דער באשעפער פירט די וועלט נישט דער באלעבאס און נישט דער קאנסאלטענט.
די מאדנעסטע חלק איז, אז די באלעבאטים וועלן שפענדן טויזענטערס אריינצוברענגען א ווילד פרעמדן מענטש וועמען מען קען נישט און וועלכער קען נישט די ביזנעס, כדי צו הערן פון אים עצות, אבער חלילה וחס וועלן זיי נישט זיך אראפזעצן מיט די לאנגיאריגע ארבעטער און הערן פון זיי וואס זיי האבן צו זאגן. איז דאס נישט פאני. דאס איז נאך א פונקט וואס דראמאטיזירט דעם פאקט אז מאנכע ביזנעס פירער צווישן אונז זענען ווייט פון קלוג


יוי ביסטו זיס, און צו מיין באדויער זייער אויפריכטיג.
שלום עליכם צו אונזער וועלט, שרייב אפט.
איך האב געשריבן איבער קאנסולטאנטס און נישט איבער הינט…
איין זייער שטארקע פונקט. א גוטער קאנסולטאנט הייבט אן מיט אינטערוויוען אלע ארבעטער, אנגעהויבן ביים באס און געענדיגט ביים קערער, אויב ס'דא.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מאנטאג מאי 26, 2014 4:49 pm

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:פארוואס רופט מען א קאנסאלטענט? ווייל די ביזנעס הינקעט, פארוואס הינקעט די ביזנעס? ווייל דער באלעבאס טויג אויף כפרות, און געווענליך רעדט ער זיך איין אז ער קען. ער טויג אויף כפרות סתם אין ביזנעס און איז האריבל ווען עס קומט צו באציאונגען מיט די ארבעטער.


אויף די איינע פונקט וויל איך קריגן, ווייל הרב צוקערמאן איז טאקע געווען אויף צוויי פלעצער מיט אזא מציאות, אבער פראצענטועל דינגען דייקא די גאר געלונגענע סוקסעספול קאמפאניעס די קאנסולטאנטס צו פארבעסערן די ביזענס, און פארגרינגערן די ארבעט, און העכערן די רוחים.
רוב הינט אדער שלימזל'עך ווייסן נישטאמאל אז מ'קען נעמען קאנסולטאנטס צו ווערן בעסער. ווען זיי הערן שוין פון אזא איידיע וועלן זיי אויסזוכן דעם ביליגסטן קאנסולטאנט, און אראפדרוקן די פרייז, און אויסנוצן ביז צום מארך ביין און זיכער מאכן אז יענער גייט נישט ארויס מיט קיין גרויסן ריוח, און גארנישט עכט אויספאלגן.
ווידער די מוצלחים רופן אריין כסדר אריין קאנסולטאנטס, אמאל פאר דעם און אמאל פאר יענעם, הערט זיי אויס צוויי טאג, פאלגט אלעס, צאלט שיין, און מאכט אסאאאאאאך געלט.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מאנטאג מאי 26, 2014 4:55 pm

טהור-עיניים האט געשריבן:זאלער קומען, דו ביסט מעעעכככטיג. מעעעעססיווו, איך האב נישט קיין ווערטער פאר דיר, אזוי גוט, שיין און קלאר מסביר געווען, אזא שיין באלערנד שטיקל האב איך שוין לאנג נישט געליינט. יישר כח.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מאנטאג מאי 26, 2014 6:05 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:פארוואס רופט מען א קאנסאלטענט? ווייל די ביזנעס הינקעט, פארוואס הינקעט די ביזנעס? ווייל דער באלעבאס טויג אויף כפרות, און געווענליך רעדט ער זיך איין אז ער קען. ער טויג אויף כפרות סתם אין ביזנעס און איז האריבל ווען עס קומט צו באציאונגען מיט די ארבעטער.


אויף די איינע פונקט וויל איך קריגן, ווייל הרב צוקערמאן איז טאקע געווען אויף צוויי פלעצער מיט אזא מציאות, אבער פראצענטועל דינגען דייקא די גאר געלונגענע סוקסעספול קאמפאניעס די קאנסולטאנטס צו פארבעסערן די ביזענס, און פארגרינגערן די ארבעט, און העכערן די רוחים.
רוב הינט אדער שלימזל'עך ווייסן נישטאמאל אז מ'קען נעמען קאנסולטאנטס צו ווערן בעסער. ווען זיי הערן שוין פון אזא איידיע וועלן זיי אויסזוכן דעם ביליגסטן קאנסולטאנט, און אראפדרוקן די פרייז, און אויסנוצן ביז צום מארך ביין און זיכער מאכן אז יענער גייט נישט ארויס מיט קיין גרויסן ריוח, און גארנישט עכט אויספאלגן.
ווידער די מוצלחים רופן אריין כסדר אריין קאנסולטאנטס, אמאל פאר דעם און אמאל פאר יענעם, הערט זיי אויס צוויי טאג, פאלגט אלעס, צאלט שיין, און מאכט אסאאאאאאך געלט.

זייער ריכטיג זאלער! נאר ליידער ס'מערהייט פונעם היימישן עולם ביזנעסלייט זענען ענליכער צו די פון ר' יענקל'ס משל (אגב, שלום עליכם הרב צוקערמאן זייער שיין געשריבן) אחוץ די גאר גרויסע און מטעמים'ס קאנסולטענט דיעלט לכאו' אויך מיט אזא היימישע אלצווייסער.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

פאר דוקא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2011 11:36 am

תגובהדורך פאר דוקא » מאנטאג מאי 26, 2014 7:13 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:און אזוי אגב מיטן פוינט פון צוקערדיג (שלום עליכם) אז א קונסאולטענט קומט צומאל - אדער אפי' מער ווי צימאל - ווען די ביזנעס איז אויף צרות, איז נישט א ראיה אויף לרע אז ער האט נישט קיין 100 פראצענט סוקסעס ראטע, ווייל ער קומטעך צו א חולה. והבן.

לויט ווי איך אמאל געהערט ביי א סעמינאר ערגעץ, איז א קאנסאלטענט מיט א זיבעציג פראצענט סוקסעס רעיט גאר גוט,

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מאנטאג מאי 26, 2014 7:24 pm

70 פראצענט אויף יעדן פלאץ אדער זיין דזשענערעל אפראוועל רעיטינג?
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

פאר דוקא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2011 11:36 am

תגובהדורך פאר דוקא » מאנטאג מאי 26, 2014 7:33 pm

סוקסעס רעיט,
עפראוועל דארף זיין העכער דהיינו אז יעדער זאגט אז ער האט פרובירט די בעסטע

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

היום יום א'

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג מאי 26, 2014 7:47 pm

ער האט שוין גערעדט פאריגע וואך מיט מיין בעל הבית אפאר מאל, אין ביידע מאל פאר א גאר לאנגע צייט. מיין בעה"ב איז נישט אזא ריש שון עין וואס צוקער האט אזוי אראפגעמאלען (קארג אבער מענטשליך )

ער איז אריינגעקימען היינט צום ערשטען מאל, צו מיר האט ער געמאכט גאנץ אן ארענטליכען רושם.

מען האט אויסעטוישט אפאר ווערטער, די ערשטע זאך וואס ער פלאנט צו טוהן איז צופאסען די ריכטיגע סאופטוועיר פראגרעם וואס דארף צו זיין די מערסטע געאייגענט פאר אינזער קאמפעני.

כ'האף אז עס איז נאך געבליבען עפעס וועיזשעס פאר מיך.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובהדורך חברותה » מאנטאג מאי 26, 2014 11:39 pm

איך האב מיטגעהאלטן פון דער נאנט א קאנסאלטענט ביי א ביזנעס, די ערשטע זאך וואס ער האט געטוהן איז צו מאכן א מיטינג יעדע וואך מיט אלע ארבערטערס (מענער און פרויען) מיט די בעל הבית, וואס סאיז געווען גאנץ גוט אז ער האט געמאכט אז יעדער האט געדארפט געבן א פלאן וואס ער גייט בעסער מאכן פאר די ביזנעס דורך אויס די קומעדיגע וואך, נאר סאיז געווען אזוי "פארמאל" אז סהאט נישט געהאט קיין פשט, און פאר די בעל הבית האט אויך נישט אזוי שטארק געשמעקט אז ער דארף זיצן אין די זייט אין נישט רעדן (ער קען דאך נישט זאגן אין פאבליק אז ער דארף זיך פארבעסערען..) ביז אפאר וואכן איז די ביזנעס געווען צוריק נארמאל אן א קאנסאלטענט..

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דינסטאג מאי 27, 2014 12:19 am

דארף מען דאך האבן שכל…

די איידיע פון צאם נעמען דעם גאנצן עולם און הערן וואס יעדער האט צוזאגן שטאמט פון סטיוון קאווי, א קאנסאלטינג פראפעסאר וואס האט שטודירט סוקסעספול און עפעקטיווע געוואוינהייטן, דער פארפאסער פון די סעוון העביטס אוו היילי עפעקטיוו פיפל.

איינס פון זיינע טענות איז געווען אז ביי יעדע זאך וואס אפאר מענטשן נעמען זיך צאם צו דערגרייכן איין ציל מיט אחדות, קומט מען אן זייער שנעל זייער הויך, העכער אלע ערווארטונגען.
לויט דעם וואלט דאך יעדע קאמפאני וואס יעדער ארבעט פאר'ן סוקסעס פון די קאמפאני געדארפט זיין אויף אן אפטימום לעוול אייביג. און וואס מער מענטשן ס'לייגן צו א פלייצע דארף עס זיין נאך בעסער פי כמה. אבער למעשה איז אין מציאות פארקערט, וואס מער מענטשן ס'דא אין די קאמפאני אלס מער אין דער ערד גייט עס, רוב מאל.

האט ער זיך געמוטשעט יארן בייייז ער האט געכאפט דעם טוטער. קיינער ארבעט נישט פאר די זעלבע אחדות'דיגע ציל. יעדער האט זיך אן אייגענע יחידית'דיגע ציל, אז דער טאג זאל זיך ענדיגן, און דער טשעק זאל זיין גרויס… (להבדיל, די גמרא זאגט דעס שוין, אז ביי די גוים איז נישטא קיין רוב, ווייל יעדער דינט זיך דעם אייגענעם אפג-ט…).

ער האט אבער פארענפערט דעם פאקט איז די סיבה איז ווייל מ'שטעלט נישט צו קיין אנדערע סיבה אויף צו צילן באחדות. זיי קומען דאך טאקע נאר אויף צו מאכן געלט און אהיים גיין. וואס האבן זיי צו זוכן דא? ס'נישט זייערס. אויב אבער וועט מען זיי צושטעלן אן אויסגעהאלטענע ריזן אויף וואס זיי זאלן צילן - קענען זיי דאס עררייכן כאטש וואס אונטער'ן באוואוסטזין מיינען זיי ס'געלט. א ראי' נעמט ער פון א גרויסן הארץ דאקטער, א כירורג מיט זייער איידעלע פאכמאנישע הענט. ער בעט פאר אן אפעראציע א פערטל מעלאנע, א'ניש שנייד מען נישט. אבער איינמאל די געלט אישו איז געסאלווד פארגעסט מען פון אלעם אויף דער וועלט און מ'איז קאנצענטרירט הונדערט פראצענט אז די אפעראציע זאל זיין א סוקסעס. אך און וויי וועט זיין ווען דער דאקטער ווע טראכטן פון געלט בשעת'ן שניידן.

קומט אויס אז מ'קען אוועק לייגן די פערסאנעל אישוס כדי צו עררייכן סוקסעס, נאר וואס דען? סיי ווייסן נישט וואס סוקסעס מיינט. איז די עצה יעדעם צאם צו נעמען און יעדן אויסהערן, און יעדן אויסלערנען די ריכטיגע סיבה פארוואס מ'איז דא, און וואס מ'דארף אינאיינעם אקאמפלישן, און דעמאלט וועט זיין סדר. און ער האט עס אליין געטון ביי איין ריץ-קארלטאן האטעל. ער האט צאם געשלעפט קודם 'אלע' איינגעשטעלטע און ברבים יעדעם אויסגעפרעגט וואס די 'פעטאוס' (די אייגנארטיגע מעסעדזש וואס די קאמפאני שטעלט פאר צו רעדן צום הארץ פונעם קאסטומער, אז ער זאל וועלן ספענדן געלט) פון די קאמפאני איז. און ווי פארגעשטעלט זענען ארויסגעוואקסן מעשיות מיט חשבונות און סתם פארשעמטע מענטשן, און אפילו דער הויפט דירעקטאר פון די ארטיגע ברענטש האט נישט געוואוסט די מאמע-קאמפאני מעסעדזש. ואם בארזים, מה יעשו…

האט מען געמאכט האום-ווארק איז מסביר געווען פאר יעדן אז דער ציל פון די האטעל איז אז דער גאסט זאל זיך שפירן ווי אינדערהיים ווי ווייט ס'נאר מעגליך. אינדערהיים איז אינדערהיים, און די נעקסטע האום אוועי פראם האום איז די ריץ-קארלטאן. אז יעדער עקסטער האט דעס שוין געוואוסט, האט ער יעדעם געפרעגט וואס ער האלט אז ס'פעלט אויס כדי דאס זאל אויסגעפירט ווערן עד קצה האחרון, פארשטייט זיך אז יעדער האט געהאט עפעס צו זאגן, לגבי וואס ער האט פארשטאנען.

איינס פון די זאכן וואס איינגעפירט געווארן באותו מעמד איז געווען, אז דער ערשטער וואס קלאמערט זיך אן אין א פראבלעם איז דער באלעבאס פון דעם פראבלעם ביז ס'איז געסאלווד. נישט קיין חילוק וואס דער פראבלעם איז און ווער ס'קען באמת קעיר נעמען דערפון. אויב שפעטיגט א גאסט און די קאך איז צוגעשפארט דארף דער באס-בוי וואס טרעפט אן דעם גאסט די ערשטע זארגן אז יענער זאל האבן עפעס אין מויל. גיי וועק אויף דעם קעכער, קאך אליין, גיי קויף עפעס אין א רעסטאוראנט און ברענג. מאך זיכער אז דער גאסט האט צו עסן, אא"וו.

כדי דאס זאל קענען אויסגעפירט ווערן אויף למעשה האט יעדער - נאך אסאך שעה'ן פון טענה'רייען - באקומען א קאמפאני קרעדיט קארד מיט צוויי טויזנט דאלער לימיט אויף קענען ערלעדיגן עמערדזשענסי פראבלעמס. די טוילעט איז פארשאפט רוף א פלאמער אינמיטן די נאכט, צאל אים צו און האב עס ערלעדיגט. והאך קאווע.

היות די גזירות זענען ארויף געלייגט געווארן אויף יעדן מבכור פרעה היושב על כסאו עד בכור השבי, איז למעשה די רעיטינג פון די איינצעלנע ברענטש ארויף משוגע הויך, און זיי האבן געקענט רעכענען א נאכט זעקס-זיבן מאל דאפעלט ווי סיי וועלכע אנדערע טייערע ריץ-קארלטאן האטעל! צו ענדיגן די מעשה, האבן עס אלע ריץ-קארלטאנס נאכגעמאכט, און טאקע זייער געהויבן זייער נאמען, ביז א דריי-פיר יאר וואס די מענעדזשמענט איז מיד געווארן צו ארבעטן אליין, און האבן אנגעהויבן ארויף צו ווארפן זייערע התחייבות'ער אויף די אונטערטאנען, און די אונטערשטע אויף די אונטער-אונטערשטע אאאאאון, ס'געווען מפטירין כדאשתקד.

האט אבער אלעס א פלאץ אין א צייט.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

מעקס
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 20, 2014 10:16 pm

תגובהדורך מעקס » דינסטאג מאי 27, 2014 12:55 am

אַבּערוואַס האט געשריבן:
זאל ער קומען האט געשריבן:
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:פארוואס רופט מען א קאנסאלטענט? ווייל די ביזנעס הינקעט, פארוואס הינקעט די ביזנעס? ווייל דער באלעבאס טויג אויף כפרות, און געווענליך רעדט ער זיך איין אז ער קען. ער טויג אויף כפרות סתם אין ביזנעס און איז האריבל ווען עס קומט צו באציאונגען מיט די ארבעטער.


אויף די איינע פונקט וויל איך קריגן, ווייל הרב צוקערמאן איז טאקע געווען אויף צוויי פלעצער מיט אזא מציאות, אבער פראצענטועל דינגען דייקא די גאר געלונגענע סוקסעספול קאמפאניעס די קאנסולטאנטס צו פארבעסערן די ביזענס, און פארגרינגערן די ארבעט, און העכערן די רוחים.
רוב הינט אדער שלימזל'עך ווייסן נישטאמאל אז מ'קען נעמען קאנסולטאנטס צו ווערן בעסער. ווען זיי הערן שוין פון אזא איידיע וועלן זיי אויסזוכן דעם ביליגסטן קאנסולטאנט, און אראפדרוקן די פרייז, און אויסנוצן ביז צום מארך ביין און זיכער מאכן אז יענער גייט נישט ארויס מיט קיין גרויסן ריוח, און גארנישט עכט אויספאלגן.
ווידער די מוצלחים רופן אריין כסדר אריין קאנסולטאנטס, אמאל פאר דעם און אמאל פאר יענעם, הערט זיי אויס צוויי טאג, פאלגט אלעס, צאלט שיין, און מאכט אסאאאאאאך געלט.

זייער ריכטיג זאלער! נאר ליידער ס'מערהייט פונעם היימישן עולם ביזנעסלייט זענען ענליכער צו די פון ר' יענקל'ס משל (אגב, שלום עליכם הרב צוקערמאן זייער שיין געשריבן) אחוץ די גאר גרויסע און מטעמים'ס קאנסולטענט דיעלט לכאו' אויך מיט אזא היימישע אלצווייסער.


גאר געלונגענע קאמפאניס דינגען טאקע קאנסולטאנטס ווייל די CEO האט ציטין מיט ציפיל מענטשן אנגעפאנגען מיט אלה פרעזידענטס אין דירעקטארס וואס די גאר גרויסע קאמפאניס פארמאגן, ממילא דארפן זיי האבן א קאנסאלטינג פירמע - נישט דווקא זיי צי גיידן נאר פשוט צי שטעלן יעדן אין די רכטיגע פלאץ, אבער בנידן דידן ביי אינזער היימישע עולם מאכט זיך אפט אזעלכע בעליבאטים וואס טויגן אויף כפרות אין די קאנסאלטענס וועלן נישט מער ווי מאלן וואסער..

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » דינסטאג מאי 27, 2014 12:45 pm

מ'גיי מיר צוריק צום פאריגן פאוינט, וואס ברענגט שטארק ארויס, לפי עניות דעתי, דאס וואס כ'האב פריערד געשריבן. אויב איז אלעס כשר וישר און מען רעדט נישט פון קיין הינטישקייט, טא פארוואס זעצט זיך נישט דער באלעבאס אראפ מיט זיינע ארבעטער און פרעגט זיי אפנהארציג סתם זיי זאלן זאגן וואס מען קען פארשענערן און פארבעסערן די ביזנעס.
פארוואס פאסירט דאס נישט?
געוואלד טייערער באלעבאס, דו צאלט דאך שווערע געלטער פאר דיינע מענעדזשערס פארוואס זאלסטו זיי נישט פרעגן.
וואס וועט שוין געשען ווען דו וועסט פרעגן דעם פשוט'ן ארבעטער זיין מיינונג, עס קאסט דאך דיך נישט קיין געלט.
עס האט עטליכע ענטפערס, גאווה שפילט אויך א ראלע, נישט מחשיב זיין דעם ארבעט שפילט אויך א ראלע, אבער דער ריכטיגער ענטפער איז אז דער באלעבאס האט מורא פון פעיסן דעם אמת, ווארום די ארבעטערס און מענעדזשערס וועלן דאך מעגליך זאגן דעם אמת, און דעם אמת ווילן די באלעבאטים נישט וויסן, זיי ווייסן דאך עס אין הארצן, זיי ווייסן אז זיי זענען נישט מענטשליך, אבער זיי דערשטיקן דאס טיף, און קעירן נישט.
דער עיקר פוינט איז: געווענליך די פארשלאגן וואס די מענעדזשערס און ארבעטער וועלן ארויסלייגן וועט דאך קאסטן געלט, און דאס וויל דאך נישט דער באלעבאס. דערפאר פרעגט ער זיי נישט.
וואזשע דען טוט מען, מען רופט אריין א קאנסאלטענט, קודם שטילט מען זיך דעם געוויסן אז מען טוט עפעס, און רופן א קאנסאלטענט איז דאך סאך סאך סאך מער קיל, ווי רעדן צו די סתם ארבעטער וועמען בדרך כלל באלעבאטים קוקן נישט צופיל ארויף...., און וואס וויל דער באלעבאס הערן פונעם קאנסאלטענט, אט די איינציגסטע זאך:
"וויאזוי קען מען פארבעסערן די ביזנעס און עס זאל נאך אלץ נישט קאסטן קיין איבריגע פעני", נו וויאזוי טוט מען דאס, זייער פשוט, דורך צאפן אידיש בלוט. אז דער ארבעטער ארבעט בלויז מיט איין האנט, גיבט מען אים ארבעט פאר צוויי הענט. אז ער ארבעט שוין מיט די ביידע הענט און ביידע פוס בונדט מען אים צו א בעזים צום רוקן אז ווען ער רירט זיך זאל ער שוין אינאיינוועגס אויפקערן דעם פלאר.
איר פארשטייט, דעריבער, אויב א באלעבאס רופט א ווילדן פרעמדן פארשוין, הנקרא קאנסאלטענט, אן אפילו רעדן צו זיינע ארבעטער, איז דער דיאגנאז דאס וואס מיר האבן געשריבן, ודו"ק כי קצרתי
לעצט פאראכטן דורך יעקב צוקערמאן אום דינסטאג מאי 27, 2014 12:47 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » דינסטאג מאי 27, 2014 12:54 pm

גוט. לאמיר אייך געבן א קאנקרעטע געשיכטע. א גראסערי מאן, וועלכער איז מקפיד זיך נישט צו רעכענען מיט די מיינונגען פון די ארבעטער און ארויסווייזן פאר זיי אז ער איז נישט מחשיב זייער ארבעט. עס קומט א צייט וואס זיינע הינטישקייטן מאכן אן אפעקט אויפ'ן ביזנעס, די סעילס וואקסן נישט.
יעצט דער באלעבאס נעמט זיך קלאגן און וויינען אין אפיס פארוואס וואקסן נישט די סעילס, זאגט מען אים צוריק פון הימל, (דאס הערט ער נישט ווייל ער פארשטאפט זיך די אויערן, ער וויל נאר געבן צדקה ווען עס גייט אים שטיין א גרויסן בלעטל אין די פעיפערס, אבער פאר די ארבעטער א פעני מער, חס מלהזכיר), אז דו רעיזט נישט דעם מאגערן געהאלט פאר דיינע ארבעטער, וויאזוי ערווארטסטו אז מען זאל דיך פון הימל רעיזן דיינע סעילס.
בקיצור, שעמוועדיגערהייט בסוד סודות, גייט ער צו צו איינעם פון די צוועלעף דאלאר א שעה באצאלטע ארבעטער און פרעגט אים אזוי כלאחר יד, (דעם קאנסאלטענט נעמט מען אויף אין אפיס מיט'ן ברייטן פאטעל מיט א 20,000 טשעק אלס התחלה), און פרעגט אים, וואס קלערסטו קען מען פארבעסערן דעם גראסערי.
זאגט אים דער רעדזשיסטער מאן, קוק אהער, דו האסט א שטרענגע פאליסי, דעטאלן איז נישט וויכטיג, עס איז טאקע א גוטע פאליסי, אבער דאס פארמיידט נייע קאסטומערס פון צוקומען. אפשר קען מען טוישן די פאליסי, אדער עס אביסל מאדיפייען, עס זאל אויסגעפירט ווערן אויף א דיפלאמאטישן אופן און נישט באליידיגן קאסטומערס.
נו, האט דער באלעבאס אים אויסגעהערט, אוודאי נישט, ער האט זיך אנגעפיפן. גייט דורך א האלב יאר, און ער נעמט זיך ווייטער וויינען ווי א בין, געוואלד די סעילס שטייגן נישט, נעמט מען א קאנסאלטענט, לקיים מה שנאמר, וחכמת המסכן בזיוה. אבער עס דראמאטיזירט דעם אויבערשטן בילד, און דאס איז נאר איין דוגמא פון טויזענטער. און דאס איז שוין נאכדעם וואס אנדערע האבן פרובירט זיך איינצו'טענה'ן מיט'ן קלוגן באלעבאס אז די פאליסי איז טאקע ריכטיג און וויכטיג, אבער מען דארף אכטונג געבן נישט צו באליידיגן קאסטומערס. נו דער באלעבאס פארשטייט נישט צו יומען רילעישאנס, ער האט נישט קיין השגה דערצו, ער איז אין דעם ענין ווי א קאמפליט מאנקי, וואס קען מען פון אים ערווארטן. ער קען רעדן צום קאנסאלטענט 1,000 יאר און גארנישט וועט נישט אנדערש ווערן.

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » דינסטאג מאי 27, 2014 12:56 pm

איך האלט בכלל אז עס דארף נישט נעמען פאר אן ארבעטער יארן צו פארשטיין צי ער קען מצליח זיין אויף א פלאץ צי נישט, אז א באלעבאס איז א הונט, איז נישטא קיין אויסזיכטן. דאס איז וויכטיג פאר יונגע אינגעלייט צו וויסן. אויך, א באלעבאס וואס איז קארג, און-אדער רימט זיך ווי קארג ער איז פאר זיך אין שטוב, אדער מען הערט אז ער איז שרעקליך קארג פאר זיך אין שטוב, איז וויכטיג צו שטיין ווייט פון אים. א מענטש וואס פארגינט זיך נישט הנאה צו האבן פונעם געלט ווי קען מען ערווארטן ער זאל פארגינען אנדערע. ואהבת לריעך כמוך קען נאר זיין ווען מען האט זיך ליב, ווען עס איז דא עפעס א כמוך.


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט