בלאט 1 פון 1

AMAZOOP.COM און אנדערע עמעזאן קלאסן

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 3:00 pm
דורך מר. גרין
כ'האב היינט צום ערשטן מאל געהערט פון א היימישע קאמפעני מיטן נאמען AMAZOOP.COM וואס טוט אויסלערנען א מהלך וויאזוי צו פארדינען געלט פון אמעזון
לויט ווי ער זאגט טוט ער א חוץ פון אויסלערנען די פראקטישע איינצילהייטן אויך אויסלערנען די טריקס און פראקטישע עדווייס פון זיין פערזענליכע ערפארונג
ער בעהט דערפאר 2,800$
מיין שאלה איז: 1. צו איז איינער באקאנט מיט די קורס?
2. צו איז דא קאמפעטישענס פארא ביליריגע פרייז אדער גאר פאר בחינם?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 3:03 pm
דורך פרוביר אויך

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 5:26 pm
דורך מאגר
פרוביר אויך האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=860141#p860141



http://snapahead.com/membership/oss1-insiders-look/

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 5:27 pm
דורך מאגר
מר. גרין האט געשריבן:אדער גאר פאר בחינם?


http://services.amazon.com/content/sell ... .htm?ld=AS

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 5:31 pm
דורך חיים צבי
מר. גרין האט געשריבן:כ'האב היינט צום ערשטן מאל געהערט פון א היימישע קאמפעני מיטן נאמען AMAZOOP.COM וואס טוט אויסלערנען א מהלך וויאזוי צו פארדינען געלט פון אמעזון
לויט ווי ער זאגט טוט ער א חוץ פון אויסלערנען די פראקטישע איינצילהייטן אויך אויסלערנען די טריקס און פראקטישע עדווייס פון זיין פערזענליכע ערפארונג
ער בעהט דערפאר 2,800$

חיים צבי האט געשריבן:וויבאלד איך האב ארויפגעברענגט דא אויף אייוועלט די עמעזאן קורסעס וואס ווערט געגעבען דורך amazoop.com פאר די סומע פון $2800 וואס דארף ווערן איינגעצאלט פון פאראויס, פיל איך פאר וויכטיג מיטצוטיילן אינפארמאציע וואס עטליכע חברים האבן מיר צוגעוויזן.
ובכן, די פירמע וואס פירט אן amazoop.com האט מיט אנדערהאלבען יאר צוריק אנגעפירט א קאמפיין צו ענראלן היימישע אינגעלייט אין http://www.lyoness.com http://www.lyoness.net, וואו די אנטיילנעמער האבן געהאט א געלעגענהייט צו אנשטעקן גרעסערע סכומים און אזוי ארום מאכן פרנסה בדרך כבוד.

א יאר צוריק האט די זעלבע פירמע ענראלט אינגעלייט פון וויליאמסבורג און קרית יואל אין א javita coffee קאמפיין וואו אינגעלייט האבן אויך געהאט א געלעגענהייט צו איינשטעקן גרעסערע סכומים.

ואידך פער-אישי זיל גמור זינט נישט יעדע זאך איז פאסיג ברבים.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 10:11 pm
דורך מר. גרין
די שרעקסט מיך אפ פון גיין צו זיינע קורסעס אבער אמת'דיג גערעדט- וואס האט מאלטי מארקעטינג פראדאקטען מיט א אמעזון קורס?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 9:37 am
דורך חיים צבי
אין אישי האב איך געזאגט!!
(ליין עס מיט די שטרענגע ניגון, אזויווי דער רבי אין חדר פלעגט זאגן "א גראדע ליין האב איך געזאגט!!")

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 12:56 pm
דורך מר. גרין
האט אפשר איינער דא גוטע עקספירענס מיט עני אנדערע קורס?

אלעזר לנדו אדער סיי וועלכע אמעזון קורס?

ביטע טיילט מיט לטובת הציבור.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 1:36 pm
דורך חיים צבי
שוין געווען דאא לענגערע שמועס איבער ר' אלעזר לאנדא'ס סעמינאר.