בלאט 1 פון 2
עמעזאן/איבעי סעלערס: לוינט צו האבן אויך א אייגענע וועבסייט?
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 12:14 pm
דורך derech eretz
ווען לוינט זיך 'אויך' צו פארקויפן אויף א אייגענע סייט, אין צוגאב צו עמעזאן און איבעי?
כ'קען א איד וואס האט נאכנישט אזוי מצליח געווען אויף עמעזאן, צוליב די פילע קאמפעטישנס אין זיין ליין, איז ער תיכף געשפרינגן צו א אייגענע סייט און איינגעשטעקט עטליכע טויזענט דאלער א קאמפאני זאל אים בויען א שיינע סייט וכו'
איך האב אים קודם אנגעקוקט אינטערסאנט, אלעזר לאנדא (בשעתו..) האט עס צוגעגליכן צו פארקויפן אויפן מארק פלאץ ווס פארקויפן אין א זייטיגע שטילע געסל.. די קאסטומערס זענען אויף עמעזאן, זיי צו שלעפן צו זיך וועט קאסטן אסאך געלט און צייט, לוינט זיך עס דען??
יענער טענה'ט אבער, עמעזאן נעמט דאך אראפ פאר זיך א שיינע פראצענט מעשר, פון הונדערט טויזענט דאלער סעילס, בלייבט ביי עמעזאן צען צו פופצן טויזענט דאלער! לוינט זיך נישט איינצושטעקן די געלט אין א אייגענע סייט ענדערש?
פרעג איך אייך, קען מען פאר ביליגער ווי צען טויזענט דאלער באקומען הונדערט טויזענט דאלער סעילס אויף א אייגענע סייט? איך מיין נישט קיין פונקטליכע נאמבערס, אבער בערך, וויפיל דארף מען איינשטעקן אין א אייגענע סייט צו האבן 'אסאך' סעילס?
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 12:41 pm
דורך שנאפס
כפי ידיעתי וועט מען אסאך מער צאלן צו שלעפן קאסטומערס צו א אייגענע סייט ווי צו צאלן די צען-פופצן פראצענט פאר עמעזאן-איבעי, די חילוק איז אז מען בויט זיך אויף מער די אייגענע נאמען און די קאסטומערס זענען דיינס משא"כ ביי עמעזאן-איבעי
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 12:59 pm
דורך פרוביר אויך
you can have a web-site for just $250 a year
and its easy to set up
?so if you anyways have the items to sell on market places , whats the big deal to try this also
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 1:03 pm
דורך derech eretz
פרוביר אויך האט געשריבן:you can have a web-site for just $250 a year
and its easy to set up
?so if you anyways have the items to sell on market places , whats the big deal to try this also
ווייסעך, נישט דאס מיינעך אבער, איך רעד פון א סייט וואס ברענגט סעילס און דאס געשעט נאר אויב מ'לייגט אריין אסאאך געלט דערין.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 1:07 pm
דורך פרוביר אויך
derech eretz האט געשריבן:פרוביר אויך האט געשריבן:you can have a web-site for just $250 a year
and its easy to set up
?so if you anyways have the items to sell on market places , whats the big deal to try this also
ווייסעך, נישט דאס מיינעך אבער, איך רעד פון א סייט וואס ברענגט סעילס און דאס געשעט נאר אויב מ'לייגט אריין אסאאך געלט דערין.
you can start small
and learn yourself how it works , then grow
then you will know where it pays to invest
or SEO or a nice template
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 1:10 pm
דורך פרוביר אויך
איז דיין שאלה ,
אױב עס איז בכלל דא א מעגליכקײט גרױס צו װערן ?
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 1:19 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
איך וואלט געזאגט אז עמעזאן קאסטומערס זענען לאויעל צו עמעזאן, ממילא איז פארקויפן אויף עמעזאן בכלל נישט רילעיטעד צו די שאלה אויב עס לוינט זיך צו האבן א אייגענע וועבסייט אדער נישט, די עמעזאן קאסטומערס וועסטו נישט טרעפן אויף דיין וועבסייט, די שאלה איז נאר אויב ס'לוינט זיך א אייגענע וועבסייט, און דארפסט צוזאמרעכענען וויפיל גייט קאסטן א נארמאלע סייט צו מאכען, וויפיל צו מעינטעינען, און וויפיל עדווערטייזינג, און קרעדיט קארד'ס גייט דיך אויך קאסטן פראצענטן.
איך וואלט געזאגט, (נישט פון עקספיריענס) אז די פארקויפסט א יוניק פראדוקט לוינט זיך אן אייגענער וועבסייט, משא"כ א בעיסיק אייטעם למשל טאנערס אדער בעיסיק סעלפאון עקסעסאריעס וועט א וועבסייט נישט ברענגן קיין סאך, אזוי קלער איך.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 1:22 pm
דורך derech eretz
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אז עמעזאן קאסטומערס זענען לאויעל צו עמעזאן, ממילא איז פארקויפן אויף עמעזאן בכלל נישט רילעיטעד צו די שאלה אויב עס לוינט זיך צו האבן א אייגענע וועבסייט אדער נישט, די עמעזאן קאסטומערס וועסטו נישט טרעפן אויף דיין וועבסייט, די שאלה איז נאר אויב ס'לוינט זיך א אייגענע וועבסייט, און דארפסט צוזאמרעכענען וויפיל גייט קאסטן א נארמאלע סייט צו מאכען, וויפיל צו מעינטעינען, און וויפיל עדווערטייזינג, און קרעדיט קארד'ס גייט דיך אויך קאסטן פראצענטן.
איך וואלט געזאגט, (נישט פון עקספיריענס) אז די פארקויפסט א יוניק פראדוקט לוינט זיך אן אייגענער וועבסייט, משא"כ א בעיסיק אייטעם למשל טאנערס אדער בעיסיק סעלפאון עקסעסאריעס וועט א וועבסייט נישט ברענגן קיין סאך, אזוי קלער איך.
יאפס דאס איז מיין שאלה "וויפיל גייט קאסטן א נארמאלע סייט צו מאכען, וויפיל צו מעינטעינען, און וויפיל עדווערטייזינג," ייש"כ פאר דיין תשובה,
יעט ווילעך הערן פון איינער וואס האט עקספיריענס דערמיט.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 1:24 pm
דורך שוועמל
די שאלה איז זייער א שטארקע און האט נישט קיין געהעריגע ענטפער.
למעשה א אייגענע סייט קען היינט מאכן אסאאך געלט אויב ווייסטו וויזוי צו שפילן אויף די עפפיליעט נעטווארק, פלאס דו האסט גוטע רעוויאוס אויף די רעיטינג סייטס.
צו בויען א סייט דארף מען פון פאראויס וויסן די סטראקטור פון דיינע פראדוקטס און לויט דעם צושטעלן די סייט, נישט פארקערט (א טעות וואס רוב מענטשן מאכן!)
SEO ברענגט מער סעילס פון PPC וואס איז שוין היינט א אפגעשטארבענע זאך.
סא דארף מען לכתחלה פאוקוסן די סייט זאל זיין גוט געבויט פאר SEO. זע אנדערע אשכולות דערוועגן
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 1:35 pm
דורך אנליין סעלער
אזוי ווי שוועמל זאגט איז נישט מעגליך צו וויסן א ענטפער
קוק דא
viewtopic.php?f=70&t=22130 דאס איז נאר איין משל פון עפעס וואס קען אויפעסן צייט און געלט
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 2:20 pm
דורך זאל ער קומען
ס'ווענצעך פארוואס דו טוסט עס.
אויב ווילסטו "מאכן געלט" - דהיינו דו קוקסט נישט אויף לאנג טערם, נאר ווילאנג ס'גייט גייט, געמאכט א דיעל און שוין! דעמאלטס איז עמעזאן דאס בעסטע. האסט א פראדוקט, געקויפט פאר ביליג, פארקויפט מיט א מארק-אפ, געמאכט א דאלער צוויי. א מחי', פרנסה אן קיין דאגות.
אבער… אויב ווילסטו א "ביזנעס" פון דעם, דהיינו צו קענען בויען א קאסטומער בעיס, און אויפבויען א שטיקל טראסט און נאנטשאפט מיט דיינע קונים, אז זיי זאלן צוריקקומען צו "דיר" סיי צו איינקויפן נאך און נאך, און אויך אז זיי זאלן קויפן ביי דיר אפילו די זאכן וואס זענען נישט אויף סעיל, און אויך אז דו ווילסט נישט אונטערהאקן די פרייזן אין דיין אינדוסטרי דזשאסט ווייל דו ווילסט יעץ האבן אפאר קונים, דעמאלט דארפסטו האבן אן אייגענע וועבסייט.
ווייל עמעזאן לאזט דיר נישט בויען קיין ביזענס דארט. זיי זענען די ביזנעס. די קאסטומערס קומען צו זיי, און אלע אנדערע אייטעמס וואס די קאסטומערס דארפן קויפן זיי ביי עמעזאן - אדער דורך דיר (אויב דו ביסט די ביליגסטע) אדער ביי א צווייטן סעלער, אדער ביי עמעזאן אליין - וואס אויף אלע פון די וועגן מאכט עמעזאן געלט.
און מאכן אזא וועבסייט דארף נישט קאסטן אזוי סאך - אויף אנצוהייבן. דארפסט האבן א גוטע מעסעדזש, א גוטע שוחד/ברייב אז מ'זאל קומען צו דיר, און בויען א גוטע ליסטע פון אינטערסירטע מענטשן אין דעם וואס דו שטעלסט צו. און איינשטעלן עד קאמפיינס צו ברענגען די אינטערסירטע מענטשן. א סייט קען קאסטן בלויז צוויי הונדערט פופציג דאלער, אבער דאס וועט דיר געוענליך נישט קאווערען דעיס וואס איך האב דא אויסגערעכנט. אזא סייט מיט א ריכטיגע מעסעדזש, א גוטע ברייב פאר'ן ריכטיגן מענטש, אן אפט-אין אי-מעיל כאפער, און ליסט-בילדער, אן אויטא-רעספאנדער וואס זאל גלייך שיקן גוטע אימעילס פאר די סיי-אפס, אזוי אויך ריכטיגע איינצושטעלן די אנאליטיקס און עדווארדס, דארף קאסטן בערך צוויי אלפים. (אז דו ווילסט אז די קאמפאני זאל זיך שפילן מיט אריינלייגן אייטעמס אויך וועסטו באצאלן דערויף עקסטער, פארשטייצעך).
צו דעם קענסטו מאכן אביסל עס אי או, און אביסל פי פי סי צו וועריפייען אז דיין צוגאנג איז אמת, מענטשן זוכן עס טאקע, און קויפן עס. ווען דאס ארבעט זיך שוין אויס, קענסטו זיך אויסברייטערן לויט דיין דעמאלטדיגע שאץ צי ס'לוינט זיך אריינצולייגן אין דעם מער.
פאר SEO דארף מען נישט קענען קיין קאודינג, מ'דארף אבער יא וויסן וואס מ'וויל דערגרייכן, און וויאזוי מ'וויל עס דערגרייכן. אז דו ווייסט וואס דיין פראדוקט איז, און וואס די מענטשן וואס גייען עס קויפן זוכן, און דו לייגסט אריין די ספעציפישע קיווארדס, גייסטו ווערן געטראפן דורך די סערטש ענדזשינס. די חכמה'לעך און טריקס וואס מענטשן פלעגן טון ווערט געכאפט מער און מער דורך די סערטש ענדזשינס און ארויסגעפליקט.
PPC איז ווייייייייט פון געשטארבן. ס'איז נאך אלץ פון די בעסטע און שנעלסטע וועגן צו באקומען אינטערסירטע קונים --- ווען דו ווייסט וואס זיי זוכן, און דו צאלסט פאר דעיע קיווארדס וואס זיי זוכן טאקע. סתם אריין לייגן קיווארד וואס "מ'מיינט" אז ס'איז גוט איז געלייגט געלט על קרן הצבי, און 'דאס' האט קיינמאל נישט עכט געלעבט…
די חכמה איז צו טרעפן איינעם וואס קענען דיר העלפן מיט די גאנצע שפיל. העלפן מיט'ן גוטן מעסעדזש, מעטשן א דעזיין צו דעם, אהער שטעלן א גוטע פרי זאך ס'אל מעטשן, איינשטעלן די SEO און די PPC און די פאנלס, צו האלטן חשבון וואס ארבעט און וואס נישט, אד"ג.
דאס איז עס ממש אויפ'ן שפיץ גאפל, אבער ס'האט איז אן אריכות גדול, פאראיטערסירטע קענען אנפרעגן מער אין אישי.
אז די אישיס וועלן אריינקומען אין גרויסע קוואנטומען, וועלמיר זיך צעברייטערן ברבים אין די נושא.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 2:42 pm
דורך הצלחה רבה
As someone that comes from there I will just throw in my two cent that if you don't know what you are targeting and just making a site cuz you have access to those items than don't even start it's a waste of money
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 2:44 pm
דורך זאל ער קומען
הצלחה רבה האט געשריבן:As someone that comes from there I will just throw in my two cent that if you don't know what you are targeting and just making a site cuz you have access to those items than don't even start it's a waste of money
אגרי 100%
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 3:19 pm
דורך הצלחה רבה
But @ the same time that this topic is posted I would appreciate if anyone can refer me someone to do and edit work on a magenta site
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 3:23 pm
דורך זאל ער קומען
קאנטאקט מיר אין אישי, וויל טעק קעיר אויף יו.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 3:29 pm
דורך אינגערמאן
מיינע צוויי סענט:
אויב פארקויפסטו ריפיטינג אייטעמס, למשל אשר יצר פאפיר וואס ער וועט קויפן נאך אין א חודש פון יעצט, דעמאלטס אויב האסטו א אייגענע וועבסייט און די וועסט מיטשיקן א שיינע בריוו מיט'ן ארדער אדער א קיופאן קאוד דאן וועט עס מן הסתם אויפפיקן מיט די צייט.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 3:41 pm
דורך זאל ער קומען
אינגערמאן האט געשריבן:מיינע צוויי סענט:
אויב פארקויפסטו ריפיטינג אייטעמס, למשל אשר יצר פאפיר וואס ער וועט קויפן נאך אין א חודש פון יעצט, דעמאלטס אויב האסטו א אייגענע וועבסייט און די וועסט מיטשיקן א שיינע בריוו מיט'ן ארדער אדער א קיופאן קאוד דאן וועט עס מן הסתם אויפפיקן מיט די צייט.
אמאזאן פראבירט כאפן אויב מ'שיקט בריוון מיט די זאכן ווארפן זיי אראפ.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 4:02 pm
דורך שוועמל
זאלער,
איך בין מחולק מיט דיר לגבי PPC. עס איז א האלב אפגעשטארבענע זאך, אפילו מיט די גוטע קיווארדס.
קאנסומערס זענען קלוג געווארן און לאזן זיך שוין נישט אזוי פון עדס. אודאי ברענגט עס נאך סעילס אבער ווייייט נישט ווי אמאל. דו קענסט היינט ספענדן ERS סאאך מער ווי אמאל.
אויכעט זענען אין יעדע אינדוסטרי דא די גרויסע בערן וואס האבן נישט קיין בודזשעט און הייבן די CPC. רוב מערטשענטס קענען זיך מיט זיי נישט שלאגן צו הייבן פאזישאן.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 4:13 pm
דורך אינגערמאן
זאל ער קומען האט געשריבן:אינגערמאן האט געשריבן:מיינע צוויי סענט:
אויב פארקויפסטו ריפיטינג אייטעמס, למשל אשר יצר פאפיר וואס ער וועט קויפן נאך אין א חודש פון יעצט, דעמאלטס אויב האסטו א אייגענע וועבסייט און די וועסט מיטשיקן א שיינע בריוו מיט'ן ארדער אדער א קיופאן קאוד דאן וועט עס מן הסתם אויפפיקן מיט די צייט.
אמאזאן פראבירט כאפן אויב מ'שיקט בריוון מיט די זאכן ווארפן זיי אראפ.
די ווייסט עס פאר א פאקט? ווייל מיר האבן זיי געזאגט אז איך מעג עס טוהן!
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 4:14 pm
דורך לכתחילה אריבער
לדעתי איז עמעזאן אזאך וואס גייט נענטער און נענטער צו איר ענדע מיט פרעמדע פארקויפער. יעדע גוטע אייטעם פארקויפן זיי אליין מער און מער, און געוויסע אייטעמס טיען זיי שוין אפי' אליין פראדעצירן.
זיי ווילען זיין די אנליין וואלמארט, דאס איז זייער ענד ציל. די פארקויפער דארפן זיי נאר צו "טאפן די מארקעט". ווי עס שטייט יעצט מאכען זיי סאך סאך מער רעוועניו א יאר ווי איבעי, אבער פראפיט ווייניגער. די יעצטיגע ביזנעס מאדעל איז נישט אויסגעהאלטן. ממילא פארשטיי איך אז זייער ענד ציל איז צו זיין אליין אין ביזנעס.
ממילא אויב איינער האט געלט אפשר איז יא כדאי צו גיין אליין, פשוט ווייל אויב בויעט ער זיך אליין אויף, איז ער נישט אנגעוויזען אויף זיי, און ווען עס וועט קומען די רייע אויף דיין אייטעם אז עמעזאן זאל עס אליין איבערנעמען און פארקויפן, ביסטו נישט אינדרויסן פון ביזנעס.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 4:28 pm
דורך זאל ער קומען
אינגערמאן האט געשריבן:זאל ער קומען האט געשריבן:אינגערמאן האט געשריבן:מיינע צוויי סענט:
אויב פארקויפסטו ריפיטינג אייטעמס, למשל אשר יצר פאפיר וואס ער וועט קויפן נאך אין א חודש פון יעצט, דעמאלטס אויב האסטו א אייגענע וועבסייט און די וועסט מיטשיקן א שיינע בריוו מיט'ן ארדער אדער א קיופאן קאוד דאן וועט עס מן הסתם אויפפיקן מיט די צייט.
אמאזאן פראבירט כאפן אויב מ'שיקט בריוון מיט די זאכן ווארפן זיי אראפ.
די ווייסט עס פאר א פאקט? ווייל מיר האבן זיי געזאגט אז איך מעג עס טוהן!
איך ווייס עס נישט פאר א פאקט ווערן אריינלייגן אבער איך ווייס עס וועגן קאנטאקטן יענעם דירעקט.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 4:30 pm
דורך זאל ער קומען
די פאוינט איז לגבי PPC איז, אז אויב מ'גייט אריין מיט צוגעמאכטע אויגן, קען מען דערלייגן די הויזן אין אפאר שעה, מער ווי אמאל.
אבער די וועג איז צו מאכן PPC פראפיטאבל מיט קליינע קעמפעינס קודם, מ'טעסט וואס ס'ארבעט יא און וואס נישט, ביז מ'איז פראפיטעבל, און פון דארט אין ווייטער איז אלעס אין די זייט גערעדט. אויב איין דאלער ברענגט דיר שוין 1.25 און ארויף ביזטו שוין מסודר. לייג אריין מער און מאך מער, און האסט פרנסה בריווח. נאכדעם נעם דיך צו די אנדערע טרעפיק מעטאדן, ווילסטו אנגיין מיט די PPC, פארוואס נישט? דו דערלייגסטעך נישט. ווילסטו נישט, איז נישט.
אמת, די וועלט שטייט נישט נאר אויף PPC אבער עס איז נאך אלץ איינע פון די שנעלסטע בעסטע וועגן צו באקומען אסאך טרעפיק שנעל. (אפשר נישט אזוי שנעל ווי אמאל, אבער כהיום יום איז עס - ספעציעל פאר א נייעם שפילער אין א מארקעט - זייער א שנעלע וועג געוואויר צו ווערן וואו ס'געלט ליגט).
די חכמה איז צו שפילן מיט די ביליגערע קיווארדס קודם, כעל נישט אויספאקן אלע מיינע טיפס און טריקס וואס האב ביי מיר אין קעליעכא, (שטייטעך ואל כליך לא תתן), אבער מ'קען אפילו צאלן אז ווען מ'זוכט איינעם פון די גרויסע בערן זאל גוגל ווייזן דיין סייט, און אויף דעם איז שוין נישטא קיין גרויסע קאמפעטישן, און די זעלבע קאסטומערס זוכן וואס דו האסט צו פארקויפן...
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 4:31 pm
דורך חיים צבי
לכתחילה:
דאן פארוואס אינוועסטען זיי שווערע געלטער צו בעסער מאכן די סיסטעמען פאר מערטשענטס? זיי האבן געוויסע ליינס וואס די אפלאודינג פראסעס איז תמיד אונטער קאנסטראקשען און אין דעם גייט אריין זייער זייער אסאך געלט.
מער מסתבר איז אז זיי ווילן יא האבן פארקויפער אבער נישט אז יעדע שמויגער זאל האבן די מעגליכקייט.
זיי מאכן נישט קיין פראפיט? אוודאי! זיי פארקויפען זייער אסאך אייטעם פאר קאסט פרייז און אפילו ביליגער דערפון, אויסערדעם זענען זיי נאך פארנומען כסדר צו בויען פרישע סיסטעמס ווי פריער דערמאנט.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 4:32 pm
דורך חיים צבי
זאלער:
איך קויף אסאך אויף עמעזאן. זייער אסאך גרויסע סעלערס וואס האבן אייגענע וועבסייטס לייגט די סארט בריוון אין די באקס.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 4:34 pm
דורך זאל ער קומען
חיים צבי האט געשריבן:זאלער:
איך קויף אסאך אויף עמעזאן. יעדע גרויסע סעללער וואס האט א אייגענע וועבסייט לייגט די סארט בריוון.
נאכאמאל איך האב גרעדט פון קאנטאקטן די קונים דירעקט, סארי פאר די מיספארשטענדעניש.