בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 4:41 pm
דורך זאל ער קומען
דער פאקט איז אז זיי רוקן טעגליך ארויס גרויסע שפילערס אויף אייטעמס וואס זיי זעען אין דעם א גרויסן ריוח - ביודעי ומכירי קאמינא.
כ'האב מיטגעהאלטן א ביי א קאמפאני וואס האבן געמאכט עקסקלוסיוו דיעלס מיט סעלערס (אויף עמעזאן), און עמעזאן האט זיי געבעטן סחורה און געזאגט אזוי, דער סעלער וועט דיר בסך הכל קענען שטופן פופציג טויזנט שטיק א חודש, איך קען דיר שטופן דריי הונדערט טויזנט א חודש. דראפ דיין עקסקלוסיוו דיעל, אדער גיי איך צו דיין קאמפעטישן אפערן דעם דיעל…

דער ענטפער אויף דיין ספעציפישע שאלה, זיי בויען אויף דעם אינפראסטרוקטור ווייל זיי שפארן זיך מיליאנען אין ריסורטש אין אזוי סאך קלענערע אינדוסטריעס און ניטשעס, וואס זיי וואלטן קיינמאל נישט געקענט נאכקומען אליין צו טון. אבער יעדער סעלער ריסורטשט זיין אינדוסטרי פאר די בעסטע פראדוקטס, און זיי באקומען רעוויוס, און האלטן חשבון מיט זייערע אלגאריטעמס וויפיל שטיק ס'גייט פאר וויפיל פראפיט, און רוקן זיך אריין. ס'איז זיי סאאאאך בילכיגער צו באקומען די אינפארמאציע כשולחן הערוך - ווען זיי מאכן געלט אויף דיר בשעת די העלפסט זיי געוואויר ווערן די ריכטיגע אינפארמאציע - ווי איידער הייערן טויזענטער ריסורטשערס דעיס געוואויר צו ווערן.
בסך הכל וואס ס'קאסט זיי איז בויען א שיינע טיר אז דו זאלסט אריין קומען צו זיי איבערלאזן דארט דיין שווערע הארוואניע. טיפיקל עמעזאן.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 4:48 pm
דורך שנאפס
אגרי הונדערט פראצענט צו זאלער קומען

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 4:54 pm
דורך חיים צבי
wow! און איך פיטער זיי נאך שיינערהייט אינפארמאציע אין א ליין ווי זיי זענען היפש רוי. :shock: מער געב איך נישט קיין איין suggestion!
-----
לויט דעם איז א אייגענע וועבסייט א must, פארשטיי איך גוט?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 5:01 pm
דורך זאל ער קומען
קומער צוריק צו די פריערדיגע תגובה. אויב ווילסטו מאכן אפאר דאלער און פארטיג, איז עס נאכאלץ זייער גוט. ווען עמעזאן כאפט דיר עפעס צו, הייב אן מיט עפעס אנדערש, וחוזר חלילה.

אויב אבער ווילסטו בויען א ביזנעס דערפון, מאך אן אייגענעם סייט. און קוק איבער אויבן דו איבעריגע בענעפיטן דערפון.

(און אויב דארפסטו הילף און מאכן א ביזנעס דערפון, קאנטאקט מיר אין אישי).

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 5:07 pm
דורך חיים צבי
זאלער:
איך fascinated וויאזוי דו מארקעטסט דיין סערוויס, פארדעם אליין וואלט איך געגאנגען הערן וואס דו האסט צו זאגן.
איך סעיוו דיר אין מיינע קאנטאקטס

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 5:08 pm
דורך derech eretz
זאל ער, כ'האף אז דו מייינסט נישט אויפגעבן עמעזאן און גיין נאר צו א אייגענע סייט, מיין קליינע שכל זאגט אז עמעזאן גייט נישט אליין מאכן 'יעדע' זאך אויפן וועלט, אויב מ'איז יעצט מצליח מיט אייטעמס וואס גייען גוט, טאר מען נאכנישט אויפגעבן און איינשטעקן אין א אייגענע סייט צו קענען האבן לויעל קאסטומערס אין עטליכע יאר ארום, ווייל וואס ס'גייט דעמאלס זיין מיט די אינטערנעט וועלט ווייסט 'קיינער' נישט.

אויב קען מען האבן 'ביידע' זיין גרויס אויף עמעזאן מיט א אייגענע סייט פארוואס נישט, אבער נישט אויפגעבן עמעזאן.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 5:10 pm
דורך זאל ער קומען
derech eretz האט געשריבן:זאל ער, כ'האף אז דו מייינסט נישט אויפגעבן עמעזאן און גיין נאר צו א אייגענע סייט, מיין קליינע שכל זאגט אז עמעזאן גייט נישט אליין מאכן 'יעדע' זאך אויפן וועלט, אויב מ'איז יעצט מצליח מיט אייטעמס וואס גייען גוט, טאר מען נאכנישט אויפגעבן און איינשטעקן אין א אייגענע סייט צו קענען האבן לויעל קאסטומערס אין עטליכע יאר ארום, ווייל וואס ס'גייט דעמאלס זיין מיט די אינטערנעט וועלט ווייסט 'קיינער' נישט.
אויב קען מען האבן 'ביידע' זיין גרויס אויף עמעזאן מיט א אייגענע סייט פארוואס נישט, אבער נישט אויפגעבן עמעזאן.


אוודאי געוויס. עמעזאן איז א זייער גוטע וועג צו מאכן ריוח. ביזן קרעטשמע דארף מען דאך אויך א טרינק.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 5:14 pm
דורך זאל ער קומען
חיים צבי האט געשריבן:זאלער: איך fascinated וויאזוי דו מארקעטסט דיין סערוויס, פארדעם אליין וואלט איך געגאנגען הערן וואס דו האסט צו זאגן.
איך סעיוו דיר אין מיינע קאנטאקטס

דאס איז די בעסטע וועג פאר מארקעטן…. געבן הילף פאר ווער ס'דארף, ווען מ'דארף עס, ביז ס'גייט אריין אין די גדולות. דעמאלטס דארף מען שוין צאלן.

ראובן פרעגט שמעון': נו ווי גייט אין פרנסה, נישט אום שבת גערעדט?
ש: ב"ה זייער גוט געווען די וואך, נישט אום שבת גערעדט.
ר: ווייסטו עפעס א שיינע דירה'לע פאר מיר איינשצושטעקן, נישט אום שבת גערעדט?
ש: גראדע אז איך טראכט אריין, מיין איך אז יא, נישט אום שבת גערעדט.
ר: נו, פון וויפיל בילקעלעך איז די רעדע, נישט אום שבת גערעדט?
ש: א קנאפע פיר פופציג, נישט אום שבת גערעדט.
ר: קען נישט זיין ווייניגער, נישט אום שבת גערעדט?
ש: קאל מיר זונטאג, שבת מאך איך נישט קיין ביזנעס….

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 5:16 pm
דורך חיים צבי
גוט גוט

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 7:54 pm
דורך פאר דוקא
זאל ער קומען האט געשריבן:דער פאקט איז אז זיי רוקן טעגליך ארויס גרויסע שפילערס אויף אייטעמס וואס זיי זעען אין דעם א גרויסן ריוח - ביודעי ומכירי קאמינא.
כ'האב מיטגעהאלטן א ביי א קאמפאני וואס האבן געמאכט עקסקלוסיוו דיעלס מיט סעלערס (אויף עמעזאן), און עמעזאן האט זיי געבעטן סחורה און געזאגט אזוי, דער סעלער וועט דיר בסך הכל קענען שטופן פופציג טויזנט שטיק א חודש, איך קען דיר שטופן דריי הונדערט טויזנט א חודש. דראפ דיין עקסקלוסיוו דיעל, אדער גיי איך צו דיין קאמפעטישן אפערן דעם דיעל…

דער ענטפער אויף דיין ספעציפישע שאלה, זיי בויען אויף דעם אינפראסטרוקטור ווייל זיי שפארן זיך מיליאנען אין ריסורטש אין אזוי סאך קלענערע אינדוסטריעס און ניטשעס, וואס זיי וואלטן קיינמאל נישט געקענט נאכקומען אליין צו טון. אבער יעדער סעלער ריסורטשט זיין אינדוסטרי פאר די בעסטע פראדוקטס, און זיי באקומען רעוויוס, און האלטן חשבון מיט זייערע אלגאריטעמס וויפיל שטיק ס'גייט פאר וויפיל פראפיט, און רוקן זיך אריין. ס'איז זיי סאאאאך בילכיגער צו באקומען די אינפארמאציע כשולחן הערוך - ווען זיי מאכן געלט אויף דיר בשעת די העלפסט זיי געוואויר ווערן די ריכטיגע אינפארמאציע - ווי איידער הייערן טויזענטער ריסורטשערס דעיס געוואויר צו ווערן.
בסך הכל וואס ס'קאסט זיי איז בויען א שיינע טיר אז דו זאלסט אריין קומען צו זיי איבערלאזן דארט דיין שווערע הארוואניע. טיפיקל עמעזאן.

דאס איז פשוט אלף בית, זיי גייען פון איין ברענד צום צווייטן, און מאכען עקסקלוסיוו דיעלס א שטייגער ווי קענאן אין די קעמערע ליין (איך קען נישט פונקטליך די דיטעילס ווייל איך טוה נישט אין עלעקטראניקס) און מיט מאוואדא און פאסיל און נאך עטליכע ברענדס אין די זייגערס ליין, און זיי קוקן יעצט אויף נאך אפאר ברענדס אין די ליין, און דאכצעך מיר אז אוטערבאקס איז אויך נישט ערלויבט צי פארקויפן נאר איינצעלנע סעלערס

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 7:56 pm
דורך פאר דוקא
זאלער וואס טוסטו פאר פרנסה?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 12:47 am
דורך זאל ער קומען
בעיקר שרייב איך אויף אייוועלט, די איבריגע ענטפער איך אביסל אישי…

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 1:09 am
דורך אַבּערוואַס
זאל ער קומען האט געשריבן:בעיקר שרייב איך אויף אייוועלט, די איבריגע ענטפער איך אביסל אישי…

נאדיר דא ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
היינט האסטו זיכער געארבעט נאר פאר אונז!! סארא שיינע זאכן אונז האמיר היינט קונה געווען פין דיר דא אויפן וועלטל!

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 9:56 am
דורך חיים צבי
פאר דוקא:
ווילסט האבן א קאנסאולטענט אדער ווילסט פרעגן קשיות?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 10:42 am
דורך פאר דוקא
ווילסט עכט וויסן?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 10:56 am
דורך מילכיגער
מחותן פרעגט אין אזא צייט:

און וואס גייט זיין נאכן וויסן דעם ענטפער?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 11:02 am
דורך פאר דוקא
עניוויעי איך ציה צוריק פון די פראגע, עס איז בעיקר געווען אויסצידריקען מיין שטוינינג ווי דער יוד האט א קלארקייט און אזויפיל פארשטיפטע ווינקלעך פון ידיעות סיי אין וועלטעליכע זאכען און סיי אין ביזנעס,
כאפסט?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 11:11 am
דורך חיים צבי
אה, איך זע דר'עולם איז טויט ערענסט, איך האב פשוט פארגעסען צו לייגן :grin: :grin: נאך מיין שאלה.
לא ידעתי אז א קאנסאלטענט דארף נאך האבן פרנסה אויכעט
ווי האט יענער געזאגט? רבונו של עולם, מיין זון איז א גרויסע עושר, זע אז פרנסה זאל ער האבן!

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 11:27 am
דורך זאל ער קומען
אין אז א רעסטאראנט דארף ארבעטען אהיים צוברענגן ברויט פאר זיין פאמילע האסטו יא געוויסט? אפילו ער האט אלע עסן.
אפילו איינער קען דרייוון גוט דארף ער נאך א קאר דערצו, עניוועי איך ווייס נישט וואס ס'קומט דא אריין, א שאטעל צוריק צום נושא.