בלאט 1 פון 1
האט איינער אינפארמאציע אויף די פירמע Trade24?
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 20, 2014 11:50 pm
דורך Elmo
איך האב געזעהן א עד אויף וואסאיזנייעס פון trade24 איך האב אפ געמאכט אז איך גיי עס אויסשעקן און זעהן וואס זיי שטעלן צו פאר זייער טרעידערס למעשה האביך אריין געלייגט מיינע אינפא צו האבן א דעמא און אפס אינדערפרי באקום איך א קאל איינער פון זיי האט זיך ארויפגיזעצט אויף מיך אז זאל א עפענען א קאונט מיט זיי און גיבן א דיפאסיט, וויל איך וויסן צו איינער האט שוין עקספיריענס מיט זיי
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2014 8:01 am
דורך פאר דוקא
איז דאס א סטאק טרעידינג קאמפעני? אויב יא וואס איז זייערע סערוויסעס?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2014 8:09 am
דורך קנאפער ידען
איך מיין אז דער רופן קעפל זאל ווערן געטוישט צו Trade24 אדער עפעס אזוי.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2014 8:48 am
דורך Elmo
יא זיי זענען א חרדישע טריעדינג קאמפעני פון סטאקס , זיי האבן אפיסעס uk Israel אבער טוען ביזנעס מיט us פונקט אזוי, מען קען טרעידען סטאקס/ קארענסיס/ וכד, עני מער אינפא האט איינער דא איבער זיי?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2014 8:50 am
דורך Elmo
סארי גערעכט איך וואלט געטוישט די קעפל ווען איך ווייס וויזוי
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2014 8:54 am
דורך געלעגער
קנאפער ידען האט געשריבן:איך מיין אז דער רופן קעפל זאל ווערן געטוישט צו Trade24 אדער עפעס אזוי.
פאראכטן
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2014 8:54 am
דורך משה יענקל
Elmo האט געשריבן:סארי גערעכט איך וואלט געטוישט די קעפל ווען איך ווייס וויזוי
נישט צו שווער.
דריק אויף די ערשטע תגובה "פארריכט".
און טויש די נושא
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2014 1:18 pm
דורך פאר דוקא
Elmo האט געשריבן:יא זיי זענען א חרדישע טריעדינג קאמפעני פון סטאקס , זיי האבן אפיסעס uk Israel אבער טוען ביזנעס מיט us פונקט אזוי, מען קען טרעידען סטאקס/ קארענסיס/ וכד, עני מער אינפא האט איינער דא איבער זיי?
איך ניץ קוועסטרעיד, אויך א יוד דאכצעך מיר פון טאראנטא, זייער גוט
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2014 3:35 pm
דורך Elmo
וויזוי גלייכסטו זיי ? און ביי די וועי אויב איך מעג פרעגן וויזוי גייט עס?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 23, 2015 12:15 am
דורך סעלצער
איך בין אנגעקומען דא נאכן זעהן די אדווערטייזמענט פון אויבן עניוועי איך בין געווען ביי optionsclick.com ווייסט איינער אויב ס'איז די זעלבע סארט זאך?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 23, 2015 12:51 am
דורך סעלצער
איך וועל דא אינאיינוועגס אביסל מיט טיילן מיין עקספיריענס מיט optionsclick.com (זיי נעמען שוין נישט אן אמעריקאנע באנוצער)
פאר איך האב אנגעהויבן מיט זיי האב איך עס גוט דורך געטוהן גוט דורך געליינט אלע ראלס און מיטגעהאלטן פאקטישע טרעידס פאר א לאנגע צייט אזוי אז איך בין אריין מיט די רעכטע פוס און אלעס איז געפארן כשורה רוב מאל געוואונען ב"ה,
ביז איין טאג האב איך געהאקט שטיקער אזוי געוואונען איינס נאכן צווייטען פלוצלונג אזוי בשעתן זיצן און קויפן און געוואונען באקום איך א פאון קאל ער/זי האט זיך אידענטיפיצירט אלס מיין אקאונט מענעדזשער און ער איז מיר מסביר אז איך בין נאך א בעגינער און איך טרעיד אויף די ראנג פלאץ און ס'איז צי איינגעשטעלט סא ער האט מיר געגעבן עצהס ווי צי אנהייבן וואס יא צו טוהן און וואס נישט א.א.וו. און איך האב אים געפאלקט ווי א נער, זייט דעמאלטס איז אלעס געגאנגען מיטן פיטום אראפ רוב מאל דערלייגט אפילו איך האב שוין יא געטרייעט צירוק צי גיין צי מיין מהלך האט עס אויך נישט געטויגט,
איך האב ב"ה נישט אריינגעלייגט קיין סאך געלט נאר די מינימום $200 און פון דעם איז געווארן אסאך מער און מיט דעם האב איך געשפילט אלעס ביז יענעם טאג,
סא דאס האט מיר געמאכט פילן אז עס קען ווערן קאנטראלירט ביי די בעה"ב צי מ'זאל געוואונען אדער פארלירן, בין איך נייגעריג צי נאך איינער האט סיי וועלכע עקספיריענס מיט די סארט זאכן.