בלאט 1 פון 1
עמעזאן סעלער אקאונט
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 07, 2014 11:41 pm
דורך אברהם העיברי
איז אזוי; כ׳האב מיר געמוזט קויפן א נייע טעלעפאן ווארום מיין אלטע איז אריינגעפאלן אין וואסער, כ׳האב אבער גענומען א גענוצטע פרי אונד פאון. האט מיר אבער מיין חבר שיחי׳ אויפמערקזאם געמאכט אז עס קען שאטן פאר מיין עמעזאן ביזנעס, דהיינו אויב דער פאריגער בעה"ב פונעם פאון האט געהאט א עמעזאן אקאונט אין עס גענוצט פון די פאון, וועט עמעזאן צומאכן די אקאונט, וועגן די עבירה פון האבן צוויי אקאונטס. ווארום ס'איז דאך די זעלבע IP אדרעס. שאקינג!!
איז וואס טוה איךךךךך? עני העלפ פליז?!
כ'האב געמאכט א הארד ריסעט, העלפט עס עפעס ארויס?
ווער ס'האט נאר עני אינפאו זאל עס ביטע מיטטיילן. ולמצוה גדולה מאוד יחשב, ייש"כ.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 07, 2014 11:51 pm
דורך פאר דוקא
די אייפי אדרעס איז די סערוויס נישט די פאון,
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 07, 2014 11:52 pm
דורך אברהם העיברי
וואס הייסט. נישט די בראוזער??? זיכער??
זיי ביטע אביסל מסביר.
א גרויסן יישר כח.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:03 am
דורך פאר דוקא
עס איז פון די סערוויס פראוויידער, נישט די פאון,
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:40 am
דורך יוחנן
they will only close your seller account if you are selling the same item like the last owner . you could call tham up and tell tham about it
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 11:24 am
דורך פאר דוקא
יוחנן אויב איז עס די זעלבע אייפי איז נישט קיין חילוק וואס מען פארקויפט, (חוץ אויב מען באקומט רשות פון זיי שטייצעך) און אויב נישט איז ווייטער נישט קיין חילוק
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 2:03 pm
דורך אברהם העיברי
פאר דוקא האט געשריבן:עס איז פון די סערוויס פראוויידער, נישט די פאון,
ביטע זיי מוחל, עקספלעין מיר אביסל וויאזוי עס ארבעט. ס'האט מיט די sim card? וואס הייסא די סערוויס פראוויידער?!
אויב מעגליך ביטע צוצייכענען א מקור, כדי איך זאל עס קענען נוצן מיט א רואיג הארץ, ווארום איך וויל נישט ריסקן, און ס'איז מיר שטארק וויכטיג עס צו קענען נוצן אויפן פאון.
א גרויסן יישר כח פאר דיין טירחא.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 4:43 pm
דורך שנאפס
דאס הייסט אז עס האט מיטן סים קארטל, גארנישט מיטן פאון
ליתר שאת, רוף זיי אריין און פרעג אן אויב עס קען מאכן א פראבלעם
בד"וו, די סערוויס פראוויידערס טוישן אסאך מאל ארום די אייפי אדרעסן אויף די פאונס, ממילא טראכט איך אז ביי מאביל פאונס זענען זיי נישט מקפיד אויף צוויי אקאונטס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 5:17 pm
דורך אברהם העיברי
אקעי. א גרויסן יישר כח פארן זוי שיין מסביר זיין.
טענקס א מיליון.