בלאט 1 פון 1

עמעזאן פעימענט - Amazon Payment

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2014 6:04 pm
דורך מייקראסאפט
א שטייגער ווי פעיפאל און גוגל טשעקאויט...

בעסיקלי קענסט באצאלן ווען די קויפסט אנליין דורך זיי, אויך קענסטי שיקן געלט פאר א חבר צו זיין אימעל.

די איינציגסטי זאך וואס זיי האבן וואס קיינער האט נישט, איז אז די קענסט צאלן געלט פאר א צווייטען דורך א קרעדיט קארד און עס איז נישט דא קיין שום פי.

איך פארשטיי נישט וויאזוי זיי מאכן דאס ווייל איינער צאלט די פראסעסינג פי, איך גלייב זיי פארלירען געלט דערויף.

עניוועי, מיין קשיא איז, ווען איך וויל שיקן געלט פרעגן זיי מיר פארוואס איך שיק יענעם געלט, איין אפציע איז פאר ׳גוטס אין סערוויסעס׳ וואס אויף דעם איז נישטא קיין פי, די צווייטע אין סתם פאר קעש וואס אויף דעם איז דא א פי.

איינער איז מיר שילדיג געלט אין ער וויל מיר צאלן מיט א קרעדיט קארד אין וואסערע קעטעגארי גייט עס אריין?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2014 7:09 pm
דורך פאטעטא קוגל
אפשר ווילסטו מער מסביר זיין וויאזוי דאס ארבעט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 3:15 pm
דורך green sunday

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 3:26 pm
דורך אויפריכטיג
אויב שיקסטו פאר דיין חבר געלט אלס "גוטס און סערוויסעס", דארף דאס יענער רעקארדן אלס אינקאם?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 8:46 pm
דורך מייקראסאפט
זיי מעלדען אז פון אוקטובר 13 וועט מען שוין נישט קענען ניצען עמעזאן פעימענט צו שיקן אדער באקומען געלט פון א צווייטען.
מען קען נאך אריינכאפן און סווייפען טויזענט דאללער די חודש...