בלאט 1 פון 2
ארבייטער באנוסעס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:41 am
דורך קראקס
די מעשה איז אזוי
איך האב אפגעשמועסט מיט מיינע ארבייטער א פרייז לכ׳ יום טוב וואס איך ועעל צאלען אויף די שעה ( נישט ווי איך צאל איבערן יאר, פיקסד פעי) ,
למעשה האבען זיי אריין געלייגט אסאך שעות אין ב״ה , עס האט עושה פירות געווען!!!
עריו״ט ביים צאלען האב איך זיי ציגעגבען א פעטען ביינדעל ( לענ״ד )
אין זענען אלע טאקע זיך געקומען באדאנקען, מיינע פילינגען האבען געזאגט אז די חברה זענען ווי געזאגט סופרייזד פין דיי באנוס,
דא אבער קומט א טאג נאך יו״ט אין איינע פין דע ״חברה״ איז נישט איי איי איי,
כאפענדיג א שמועס מיט אים ,זאגט ער מיר,
דורך אויס יום טוב האבען זיך איטליכע פריינד פאראינטערסירט וויפל געלט באונעס ער האט באקומען, אין ווי ער טעהנעט האבען אים איטליכע געזאגט אז איך האב אים גארנישט שיין געבאונעסט,
מיר זאגט ער: איך וואלט נישט קיינעם געדארפט דערציילען ווייל איך בין געווען באמת העפפי ,!!!
באט יעצט דרוקט מיר אויפען הארץ ,
וויל איך וויסען וואס דער עולם האלט ,
להוי ידוע די באנוס איז געווען באלד 3 וואכען וועידזשעס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 7:51 am
דורך אַבּערוואַס
מער פרטים ביטע, איר ארבעט חוה"מ? אויסער די באנוס האבן זיי באקומען עפעס א רעגולער פעי פאר די אכט טאג פון יו"ט אויכעט? וויפיל שעות לייגן די ארבייטערס אריין נארמאל א וואך? הארדווארק, אדער אפיס? מענעדזשער'ס אדער קרו? ווילאנג זענען שוין די ארבייטערס ביי אייך? זענט איר צופרידן פון זייער ארבייט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 8:36 am
דורך בנחיים_שמואלסאן
דריי וואכן פעיראל איז א הערליכע באונעס, איך האב קיינמאל דורכאויס מיינע יארן אלץ ארבייטער געקריגן אזאנס, און די איצטיגע צייט אלץ ארבייט געבער האב איך נאך קיינמאל נישט געגעבן אזא גרויסע באנעס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 9:02 am
דורך green
אַבּערוואַס האט געשריבן:מער פרטים ביטע, איר ארבעט חוה"מ? אויסער די באנוס האבן זיי באקומען עפעס א רעגולער פעי פאר די אכט טאג פון יו"ט אויכעט? וויפיל שעות לייגן די ארבייטערס אריין נארמאל א וואך? הארדווארק, אדער אפיס? מענעדזשער'ס אדער קרו? ווילאנג זענען שוין די ארבייטערס ביי אייך? זענט איר צופרידן פון זייער ארבייט?
גערעכט אלעס ווענד זיך לויט די אומשטענדן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 9:14 am
דורך מי יודע
בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:דריי וואכן פעיראל איז א הערליכע באונעס, איך האב קיינמאל דורכאויס מיינע יארן אלץ ארבייטער געקריגן אזאנס, און די איצטיגע צייט אלץ ארבייט געבער האב איך נאך קיינמאל נישט געגעבן אזא גרויסע באנעס.
די שאלה איז אבער אויך וויפיל איז א וואך פעיראל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 9:58 am
דורך פרוביר אויך
מי יודע האט געשריבן:בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:דריי וואכן פעיראל איז א הערליכע באונעס, איך האב קיינמאל דורכאויס מיינע יארן אלץ ארבייטער געקריגן אזאנס, און די איצטיגע צייט אלץ ארבייט געבער האב איך נאך קיינמאל נישט געגעבן אזא גרויסע באנעס.
די שאלה איז אבער אויך וויפיל איז א וואך פעיראל
נישט קיין שום שאלה
דריי וואכן פעיראל איז א הערליכע באונעס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 10:02 am
דורך שנאפס
פרוביר אויך האט געשריבן:מי יודע האט געשריבן:בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:דריי וואכן פעיראל איז א הערליכע באונעס, איך האב קיינמאל דורכאויס מיינע יארן אלץ ארבייטער געקריגן אזאנס, און די איצטיגע צייט אלץ ארבייט געבער האב איך נאך קיינמאל נישט געגעבן אזא גרויסע באנעס.
די שאלה איז אבער אויך וויפיל איז א וואך פעיראל
נישט קיין שום שאלה
דריי וואכן פעיראל איז א הערליכע באונעס
אגרי, איך האב אויך קיינמאל נישט באקומען אזא גרויסן באונעס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 10:28 am
דורך דיעל
דריי וואכן איז העעעעעעעערליך......
דאס איז א משל פון די היינטיגע קאמקניסטישע געדאנקענגאנג וואס פלאגט אונז.
דערשרעק דיר נישט, מאך זיך נישט צוטון פון אפאר קאווע טרינקער און צייט שטיפער וואס האבן פיינט ריל לייף
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 11:11 am
דורך יוראפ
האסט כאטש א מזל אז דיינע ארבייטערס זענען כאטש געווען העפי בשעת'ן באקומען די באנאנעס, סארי באונעס.
קודם כל געדענק איך נישט ווען כ'זאל האבן באקומען א באונעס פון מיינע בעלי בתים
שנית האב איך שוין מיטגעהאלטן אין א גרויסע געשעפט וואו די ארבעטערס באקומען יעדן פרייטאג באצאלט אויפן פינטל, טאקע פאר פסח איז יענע געשעפט ב"ה שיין ביזי און ס'איז דא אסאך אויווער טיים וואס די ארבייטערס פרייען זיך אז זיי מאכן נאך אפאר טאלער, און ערב יום טוב גייען זיי אהיים מיט א שיינע באונעס כאו"א לפי ערכו. און דארפסט נאר כאפן א בליק אויף די גרימאסן וואס די ארבייטערס ציען ארויף אויפן פנים...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 11:47 am
דורך שוועמל
הרב קראקס,
איר האט זייער שיין געטון פאר אייערע ארבייטער, אשרי לך.
די אנדערע חברים זייערע... איך ווייס נישט פארוואס זיי טוען דאס, ממש איסורי דאורייתא. אולי רעדן זיי פון קנאה שנאה ווייל זיי האבן גארנישט געקריגן (אפשר גאר ארבעטן זיי בכלל נישט, והמקום יהי' בעזרם).
איך וואלט זיך נישט צוטן געמאכט פון דעם און גארנישט געזאגט דערוועגן מיין ארבייטער, אז ער איז געווען שוין העפי און געווארן אויס, איז עס זיין פראבלעם.. איך בין נישט זיין סאקייעטריסט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 1:34 pm
דורך קראקס
אַבּערוואַס האט געשריבן:מער פרטים ביטע, איר ארבעט חוה"מ? אויסער די באנוס האבן זיי באקומען עפעס א רעגולער פעי פאר די אכט טאג פון יו"ט אויכעט? וויפיל שעות לייגן די ארבייטערס אריין נארמאל א וואך? הארדווארק, אדער אפיס? מענעדזשער'ס אדער קרו? ווילאנג זענען שוין די ארבייטערס ביי אייך? זענט איר צופרידן פון זייער ארבייט?
חוה״מ ארבייט מען נישט ביי מיר. ( איך וויל נישט געבען צופיל דלטעילס ( ח״ו פוגע זיין איינעמס כבוד)
זיי האבען באקומען רעגולער פעי פאר יום טוב אחוץ די באונעס , א נארמאלע וואך איז בערך 38 שעה
, טיעם ארבייט , זיי ארבייטען שוין בערך 3 יאר ,
פאר יום טוב בין איך געווען אויסערגעווענליך העפפי,
איבערס יאר האב מיר אלע מינים סיזענס , צומאל בין איך א בייזע , צומאל גאר א גיטער , (לענ״ד)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 1:37 pm
דורך קראקס
שוועמל האט געשריבן:הרב קראקס,
איר האט זייער שיין געטון פאר אייערע ארבייטער, אשרי לך.
די אנדערע חברים זייערע... איך ווייס נישט פארוואס זיי טוען דאס, ממש איסורי דאורייתא. אולי רעדן זיי פון קנאה שנאה ווייל זיי האבן גארנישט געקריגן (אפשר גאר ארבעטן זיי בכלל נישט, והמקום יהי' בעזרם).
איך וואלט זיך נישט צוטן געמאכט פון דעם און גארנישט געזאגט דערוועגן מיין ארבייטער, אז ער איז געווען שוין העפי און געווארן אויס, איז עס זיין פראבלעם.. איך בין נישט זיין סאקייעטריסט.
מער וויייניגער איז אינזער מיינונג גלייך ת
איך האב דאס געוואלט דורך שמועסן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:06 pm
דורך אַבּערוואַס
יא מר. קראקע, לויט דיין ענטפער, שטעל איך זיך צו צו בנחיים און שוועמל'ס תשובות.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:20 pm
דורך משה יענקל
מיין מיינוג אלס אן ארבעטער איז....
ווויפיל מען געט איז נישט געניג, עס קומט מיר אסאך מער!!!!!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:24 pm
דורך private
הרב קראקס איר זיכט נאך אן ארבעטער?
איר האט זיך הערליך שיין ציגעשטעלט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 3:55 pm
דורך דארפסמאן
הרב קראקס די דארפסט נישט פילען שלעכט ווייל 3 וואכען איז א הערליכע באנעס, און אזוי ווי פרייוועט פרעגט די האסט אפשר א אופענינג פאר מיר
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 4:20 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
משה יענקל האט געשריבן:מיין מיינוג אלס אן ארבעטער איז....
ווויפיל מען געט איז נישט געניג, עס קומט מיר אסאך מער!!!!!!
איך האף אז דו מיינסט עס נישט ערנסט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 4:50 pm
דורך AHA
האסט אפשר א אפענונג פאר מיר.
כאב נאך קיינמאל נישט געזעהן קיין באונעס מער ווי $500 אין איך בין קאנסידערד צו זיין א גיטע ארבייטער (לפי ידיעתי)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 6:59 pm
דורך Surface
האסט אפשר א אפענונג פאר מיר.
כאב נאך קיינמאל נישט געזעהן קיין באונעס מער ווי $0.00 און איך בין קאנסידערד צו זיין גאר א גוטע ארבייטער (כפי מה ששמעתי בשם הבעה"ב שלי)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 7:05 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד,
א באנוס פון דריי וואכן געהאלט איז אויסערגעווענליך סופער שיין און הארציג. מען הערט כמעט נישט אזעלכע ציפערן, און לכאורה איז דאס א גוטער צייכן ווי צופרידן ביסט פון דיינע סטעף, וואס מיינט ווי צופרידן דו ביסט פון די ברכה און שפע וואס דער בורא כל עולמים האט דיר אריינגעשיקט אין קעשענעלע לכבוד פסח.
אבער, יא, עס זענען פארהאן מענטשן וואס זענען פארט אומצופרידן. דאס איז אונזער עולם השפל.
אין די אלגעמיינע וועלט איז איינגעפירט אז מען לייגט אן אפיציעלע איסור אויף ארבייטערס איבערצורעדן צווישן זיך די וועידזשעס, "בפרט" ביי באנוסעס. דאס איז די כוונה, כאטש עס העלפט נישט צופיל ממילא, ווייל היינו טעמא דרעדן והיינו טעמא דאומצופרידן...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 7:07 pm
דורך שמעלקא טויב
ס'איז זייער נארמאל, אלע אונזערע פראבלעמן פון קנאה שנאה איז נישט ווייל ס'פעלט אונז באמת, ס'איז נאר ווייל מיר זעהן אדער רעדן זיך איין אז יענער האט מער!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 9:21 pm
דורך mini van
דריי וואכן פעיראל איז א הערליכע באונעס.
איך מיין אז פאר נעקסטע יום טוב זאלסטו עים שיקען ארבעטען צום שכן, אפשר אזוי וועט ער איז אפרישיעטין.
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 25, 2014 8:56 am
דורך קראקס
שמעלקא טויב האט געשריבן:ס'איז זייער נארמאל, אלע אונזערע פראבלעמן פון קנאה שנאה איז נישט ווייל ס'פעלט אונז באמת, ס'איז נאר ווייל מיר זעהן אדער רעדן זיך איין אז יענער האט מער!
שוין
איך וועל זיך אי״ה פשוט נישט וויסענדיג מאכען,
מיט א געבעט צים אויבערשטען ער זאל זיך ער וועקען,
וייל מיין יצר זאגט אויב איז מען מילא נישט העפפי ???? גיב גארנישט
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 25, 2014 9:21 am
דורך שמעלקא טויב
און כ'האב פארגעסן צו געבן א קאמפלימענט פאר ידידינו הרב קראקס: דריי וואכן געהאלט איז נישט קיין שיינע באונס, ס'איז א הערליכע באונס, גאר גאר שיין פון א בעל הבית, הלואי זאל איך באקומען אזאנס...
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 25, 2014 9:26 am
דורך זאל ער קומען
א באונעס איז נישט קיין פעי וואס מ'קען עס רעכענען לויט די ווערד אויף וואס מ'צאלט.
א באונעס איז בסך הכל א טאוקן אוו אפרישיעישן מצדך, וואס דו וייזט ארויס דערמיט אז דו ביסט זייער צופרידן געווען מיט'ן ארבעטער.
און דריי וואכן פעי איז סופער ביוטיפל!
ווייל ס'איז נישט די טואטל סאם אוו די אמאונט, ס'איז טריפל וואס ער באקומט פאר א פולע ארבעטס-וואך --- אומזיסט. דזשאסט ביקאוז איים סעטיספייד.
און דו האסט געטון וואס דו האסט געוואלט, און זיין לעוול אוו העפינעס האט נישט קיין שייכות דערמיט.
אויב אבער קוועטשעך עס עניוועי, קענסטו עס מרמז זיין ער זאל פארשטייט דיין קוק ווינקל, און ער עט כאפן אז ער קען נישט צאמשטעלן נאר די נומערס.
ולא עוד, נאר ער קען אפילו כאפן אז זיין פרענד וואס האט באקומען א גרעסערן אמאונט באונעס האט גאר באקומען נאר איין וואך אדישאנעל פעי, און לויט דעם איז באמת זיין באונוס דריי פאכיג גרעסער!
און יא, ער קען באמת ווערן צוריק פרייליך דערמיט אויך, אפילו אויף למפרע.
ווען איך כאפ א קנאק און רוקן וויל איך דעם קנאקער צעקנאקן, סיטוט מיר וויי, אבער אויב דריי איך זיך אויס און זעה אז ס'איז מיין ברודער פון מאנטשעסטער וואס איך האב שוין נישט געזען 6 יאר, און ער האטצעך פארצופאל אריבערגעכאפט קיין וויליאמסבורג, און קומענדיג צו מיר האט ער מיר געזען אין די גאס און באשלאסן צו 'געבן' א 'קנאקעדיגן' שלום עליכם, פלוצלינג טוט מיר שוין באמת נישט וויי, איך וויל אים באמת נישט צוקנאקן מער, און איך האב באמת הנאה דערפון.