בלאט 1 פון 1
בחורים הילף - יעזורי
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 09, 2014 11:30 am
דורך מילין_יקירין
איך קען ניצן אזא 5 בחורים צו טוהן פשוט'ע גרינגע האנט ארבייט.
10 דאלער א שעה.
אין הארץ פון וויליאמסבורג.
פריוואטע פלאץ.
ביטע אימעיל צו די מילין יקירין דשי מעיל אדער גוגל טאלק.
יישר כח.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 09, 2014 3:06 pm
דורך עקבי הצאן
שכרך הרבה מאוד, זה נהנה וזה נהנה, ווען כ'בין געווען א קליין יונגעל האט מיר אן אלטער עלטער פעטער ע"ה געזאגט, זאלסט קיינמאהל נישט גיין ליידיג, לערן דאווען עס טרינק, שפילן, זינגן טאנצן נישט קיין חילוק וואס, נישט גיין ליידיג.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 09, 2014 3:09 pm
דורך קיווי סטראבערי
עקבי הצאן האט געשריבן: ווען כ'בין געווען א קליין יונגעל האט מיר אן אלטער עלטער פעטער ע"ה געזאגט, זאלסט קיינמאהל נישט גיין ליידיג, לערן דאווען עס טרינק, שפילן, זינגן טאנצן נישט קיין חילוק וואס, נישט גיין ליידיג.
יא יא היינט זאגן עס שוין אלע מחנכים
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 09, 2014 3:36 pm
דורך משתוקק
נישט אלע די אינגע מחנכים האלטן אזוי.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 12:13 am
דורך מילין_יקירין
ברוך השם געהאט פיינע בחורים.
געארבייט עטליכע שעה און געגאנגען 2 שעה לערנען אויך.
נישט יעדער וואוילע בחור איז געמאכט צו זיצן אין שוהל א גאנץ בין הזמנים...
וואויל זענען די עלטערן וואס לאזן זייערע קינדער מאכן א טאלער אויך.
פארוואס עס געבן פאר די נידריגע עלעמענטן פון האום דיפא, ווען א איידעלע בחור קען עס מאכן.