בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 8:52 pm
דורך יצחק דע באנקיר
די עיקר שוועריקייט איז אז דער דמיון לאזט נישט למעשה'דיג אויספירען די פלענער, ווייל עס דויערט זייער לאנג צו קענען פראדוצירען אויף למעשה דמיונות וואס מען האט, די מענטש קוקט עס אהן אלס א בלויזער דמיון.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 6:45 am
דורך פלוני
קוקט פאראויס האט געשריבן:איז אייך שוין אמאל בייגעפאלן א געוויסע געדאנק ...

שטעלט א דוגמא וואס איר האט (ווארשיינליך) געהאט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 2:26 pm
דורך מנוחה ושמחה
אז איך האב אן איידיע, וואס אנגעהער צו א קאר. א נייע פיטשער פאר א קאר, וואס וועט פארגרינגערן שטארק פארן אייגענטומער.
נו! איך מאך דאך נישט קיין קאר'ס, וויל איך עס אנטראגן פאר א קאר קאמפאני למשל "טיוטע".
ווי אזוי דארף איך קומען, וואס דארף איך טוהן אז דער איידיע זאל זיין מיינער, און דער קאמפאני זאל נישט קענען עס טוהן, איידער זיי קויפן אפ פון מיר דער איידיע?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 2:32 pm
דורך קיווי סטראבערי
א טרעדמיל וואס מ'זאל קענען צוזאמלייגן ווי א פאלדינג טשעיר איז מיין חלום!! ס'ווועט מקויים ווערן כי אין בית אשר אין שם טרעדמיל... מ'וועט קענען לויפן אויפן פארטש, אין די סוכה, אין די פסח קאך, און ווי אימער!

מנוחה ושמחה, ווען דו טרעפסט עמיצן מיט פופציג אלפים פאר דיין קאר פאטענט ווארף איהם אריין אפאר ווערטער וועגן מיין טרעדמיל אויכעט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 3:42 pm
דורך ניק ניק
איך האב אסאך גוטע איידיעס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 3:55 pm
דורך יואל שווארטץ
אויב איז דא צו באקומען אן ענליכע פראדוקט פאר ביליג, לוינט זיך עס צו קויפן און זען צו דער אייגענער איידיע קען בכלל ארבעטן.

צו פיילן א פאטענט, דארף מען האבן א ״ווארקינג פראטאטייפ״.
דער פאטענט אפיס וועט וועלן זען אז די נייע איידיע קען ארבעטן, און אויך אז קיינער האט נאכנישט געפיילט פאר די איידיע בעפאר.

אויב איז עס בלויז א פארבעסערונג אינעם דעזיין פון א פראדוקט וואס איז שוין אויפן מארקעט, וועט זיך אויספעלן א פלען (סקעטש, 3די סקעטש) פונקטליך מיט אלע פארבעסערונגען.

קיינער גייט נישט קויפן אן איידיע אן די זאכן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 4:46 pm
דורך פלוני
פרק ב:
נו, און ווען מ'האט שוין כל הנ''ל, דאן.....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 4:54 pm
דורך יהיה כן
איך האב עפעס אזא 'למנצח מנורה' איידיע, דהיינו עס זאל זיך אליינס דרייען, מיטן זאגן...
כ'מיין אז א עפפ פארדעם, וואלט גרינגער געווען צו מאכן...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 5:06 pm
דורך ניק ניק
יואל שווארטץ האט געשריבן:צו פיילן א פאטענט, דארף מען האבן א ״ווארקינג פראטאטייפ״.

מה זה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 5:44 pm
דורך יואל שווארטץ
ניק ניק האט געשריבן:
יואל שווארטץ האט געשריבן:צו פיילן א פאטענט, דארף מען האבן א ״ווארקינג פראטאטייפ״.

מה זה

א פראטאטייפ איז, מער ווייניגער, די ערשטע ׳סעמפל׳ פונעם פראדוקט.
en.wikipedia.org/wiki/Prototype

דא קענסטו אביסל ליינען וואס צו טון.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 28, 2014 10:01 am
דורך יואל שווארטץ
פלוני האט געשריבן:פרק ב:
נו, און ווען מ'האט שוין כל הנ''ל, דאן.....

אויב מ׳האט שוין א פאטענט?

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 28, 2014 11:21 am
דורך פלוני
יא.
לאמיר נעמען דעם משל פון מנוחה ושמחה, איך טראכט א געדאנק ווי צו מאכן א בעסערע... שפיגל, סטירינג, קאנטראלס אד''ג, זאכן וואס זענען שוין פארהאן, נאר אנדערש דיזיינען, ווער קען מיר עס אנטוויקלען, אא''וו.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 28, 2014 1:28 pm
דורך ניק ניק
מיינע איידיעס זענען על פי רוב סערוויסעס וואס מ'קען שיין פארדינען אבער מ'דארף אסאך אינוועסטן