בלאט 1 פון 1
גוגל עדווארדס: Account Suspended
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 25, 2014 2:34 pm
דורך שוועמל
א ביזנעס וואס איז ממש ניי, נאך עכט נישט געמאכט קיין סעילס אבער געפלאנט צו אדווערטייזן אויף Google AdWords און Shopping דורך אפלאודן די אייטעמס צו Merchant center.
פלוצלונג באקומען א מעלדונג אז די "מערטשענט סענטער" אקאונט איז סוספענדעט ווייל די ביזנעס פארקויפט counterfeit goods....
אזוי האבן זיי אפגעמאכט.
האט איינער געהאט אמאל אזא עקספיריענס און וואס איז די נויטיגע שריט צו נעמען?
איך האב שוין קאנטעקטעד גוגל הילף און אפילו א רעפ פון מיין אנדערע אקאונט, זיי זעהן נישט אויס צו זיין צו בייהילפיג, נאר האלטן אין איין איבערקייען די זעלבע תירוץ:
Thanks for writing back. As mentioned in the policy, only authentic goods are allowed to be sold in Google Shopping Policies. Any Replica, imitation, knock-off or other non-genuine product copying brand features in an attempt to pass itself off as a genuine product is not allowed as per policy.
Policy page here.
You will need to remove all the products that are counterfeit and then request for a re-review again of the account and the website.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 25, 2014 2:41 pm
דורך שנאפס
איז מעגליך אז ער פארקויפט זאכן וואס ער איז נישט קיין דיעלער? געוויסע קאמפאניס זענען זייער שטרענג דערמיט, און זעט אויס אז א קאמפאני האט געקאנטעקט גוגל
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 25, 2014 2:45 pm
דורך משנה מקום
זייער אינטערעסאנטע זאך וואס איך האב לעצטענס געטראכט פין די אלע זאכען
אז מען קען זעהן אז די אינטערנעט איז נאך היפש יונג
און די נישט אינטערנעט וועלט וועט מען קיינמאל נישט זעהן ביזנעסער זיך אזוי אויפירען ווי עמעזאן פעי פעל און גוגעל פירען זיך אויף איך האב נאר גערעד פין די גאר שלעכטע
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 25, 2014 2:46 pm
דורך היפאקריט
נישט געהאט אזא עקספעריענס, אבער וואלט איך פארגעשלאגן צו מאכן זיכער אז קיין איינע פון אייערע פראדוקטס זענען נישט שרעקליך נידעריג פרייזט וואס קען הייבן א פלעג
דערנאך ריקוועסט א רי-רעוויו און האט הצלחה
איינמאל זאכן קלארן זיך אויס בעז"ה קענט איר אנידערלאזן די פרייזן צוביסעלעך
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 25, 2014 2:48 pm
דורך משנה מקום
שנאפס האט געשריבן:איז מעגליך אז ער פארקויפט זאכן וואס ער איז נישט קיין דיעלער? געוויסע קאמפאניס זענען זייער שטרענג דערמיט, און זעט אויס אז א קאמפאני האט געקאנטעקט גוגל
זיי געבען נישט אוועק א סקונדע צי טראכטען פין א מענטשענס פרנסה אז א מענטש האט פרנסה דורעך זיי
די האסט א שונא וואס די ווילסט אפטין און ער האט א גוטע ווידאו אויף יוטוב מיט אסאך וויאוס קענסטו זאגען אז אין די ווידאו פאר איין סקונדע הערט מען א ניגון פין דיין טעיפ אין די בעקגראונד איך בין אפילו נישט זיכער צי זיי גייען קוקען צי עס איז אמת און אראפ דערמיט
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 25, 2014 3:03 pm
דורך שוועמל
אמת זיי האבן נישט קיין שום בעסיס אויף זייערע רייד, עס איז ביי 'דיפאלט' אזוי אז אלע נייע מערטשענטס זענען קליינע ראצערס און גוגל דארף נישט זייער ביזנעס.
איין זאך קען זיין אווי שנאפס זאגט, אז וויבאלד דער ביזנעס פארקויפט ברענדס וואס לאזן נאר אוטארייזד דילערס איז אוטאמאטיש דא א רעד פלעג.
אבער די אלע העצע רייד אין א זייט, נישט יעצט איז די צייט דערצו.
איינער מיט עקספיריענס וואס קען צייגן וויזוי אומצוגיין?
יא איך קען אויסשפילן און עפענען נייע אקאונטס מיט נייע אדרעסן נייע קרעדיט קארדס, אבער דאס איז נישט קיין סאלושען. עווענטועל וועט דאס אויך ווערן סוספענדירט.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 25, 2014 3:12 pm
דורך שנאפס
מאכן ריסערטש וועלכע קאמפאני איז זייער שטרענג ווען א אנ-אוטורייזד דילער פארקויפט די זאכן, און עס אראפנעמען פונעם גוגל ליסט דאס זעלבע איז מעגליך אז ער פארקויפט עפעס וואס איינער האט די פאטענט דערויף, אזוי קוקט אויס פונעם אימעיל לשון
Any Replica, imitation, knock-off or other non-genuine product copying brand features in an attempt to pass itself off as a genuine product is not allowed
איין זאך איז זיכער אז גוגל האט דאס נישט אליינס אראפגענומען, א קאמפאני האט אריינגעגעבן א קלעים און יעצט ברעך קאפ צו אויסגעפונען וועלכע אייטעם מאכט די פראבלעם
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 25, 2014 3:13 pm
דורך שוועמל
איך גלייב נישט איינער האט אריינגעגעבן א קלעים.
דאס איז געשען אינמיטן די סעטאפ פראסעס, די אקאונט איז נאכנישט געווען לייוו קיינמאל. גוגל מערטשענס סענטער גייט דורך א מעניועל ריוויאו אלעמאל.
שנאפס:
די נוסח האלטן זיי אין איין איבערשרייבן ווי פאפאגייען אן קיין רעפערענץ צו א ברענד אדער פראדוקט, דאס איז דער נוסח פון איין אימעל פאר דעם:
Thank you for your interest in Google Shopping. After reviewing your account or product listing, our specialists have found that it does not meet our current Google Shopping policy guidelines.
Your account or product listing is currently not running because Google Shopping does not allow the promotion of counterfeit goods. Counterfeit goods contain a trademark or logo that is identical to or substantially indistinguishable from the trademark of another. They mimic the brand features of the product in an attempt to pass themselves off as a genuine product of the brand owner.
For more information on our Counterfeit Goods policy, please see:
http://support.google.com/merchants/bin ... er=2797483If you wish to continue promoting your product with us, please ensure that you are compliant with our policies. Once the necessary changes to be compliant have been made, please contact us via the Merchant Center
http://support.google.com/merchants/bin ... act_policyand we will re-review your product listings.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 25, 2014 3:19 pm
דורך שנאפס
אהא
וואס איז זאג איז השערות ווייל איך האב נאך קיינמאל נישט געלייגט קיין אייטעמס אויף גוגל, נאר אויף עמעזאן איבעי וכדומה, און געווענליך זענען זייערע פאליסיס ענליך
מעגליך אז געוויסע קאמפאניס האבן אויפגעסעט מיט גוגל אז עס דארף ניטאמאל גיין לייוו, נאר די סיסטעם כאפט אויף
למשל איך האב אמאל פרובירט צו ליסטען די ביטס העדפאונס אויף עמעזאן, איז ארויפגעקומען א מעסעדזש אז איך קען עס נישט ליסטן ווייל איך בין נישט קיין דילער, ד"ה עמעזאן האט א אפמאך מיט די קאמפאני אז זיי לאזן נאר דילערס זאלן פארקויפן זייערע זאכן אויפן סייט