איך האב באקומען פון נאך איינעם אמאל אן אנטווארט אין אישית, כ'על עס ארויפשטעלן דא לצורך הרבים.
מיליאן האט געשריבן:ווייסט עמיצער וואו ס'יז גוט צו אדווערטייזן א אונליין סטאר? מיין חבר האט געעפענט א סטאר לעצטענס און ער זוכט צו אדווערטייזן כדי צו שאפן קונדן אבער למעשה די אפשענס זענען פארשידנארטיג און פארצווייגט און נישט אלעס ברענגט רעזולטאטן פארשטייצעך. ער זוכט בעיקר וואס יעדער זוכט, א קאסט-עפפעקטיוו וועג פון שאפן טארגעטן פאטענציעלע קויפערס;
איך רעכן דא אויס א טיילוויזע ליסטע פון אנגענומענע אדווערטייזמענט מעטאדן ביטע קאמענטירן.
1) גוגל/יאהו עדווארדס -ספאנסארד לינקס- CPCקאסט פער קליק. קען קאסטן הונדערטערס א טאג.
דאס איז אמת, אבער דאס איז אויב דו ביסט שוין פון די גאר-גליקליכע צו באקומען הונדערטער צי טויזנטער באזוכער א טאג. דער שפיל איז גארנישט אזוי גרינג. קענסטו עס - און קענסטו בכלל אביסל ביזנעס/מארקעטינג - קענסטו מאכן דערפון א שיין לעבן. אז נישט, וועסטו דערלייגן די הויזן שנעלער ווי דו קענסט עס אנטאן. ס'איז א קאמפליצירטער שפיל, אבער פאר די וואס קענען עס, איז עס א היסטארישער וועג פון באקומען "ליעדס" און "סעילס" גאר שנעל, אבער ס'איז פיל מער פון דעם. ס'איז א טעסטינג-מעטאד צו קענען אונטערזוכן און פעסטשטעלן וואס די קאסטומערס ווילן און טעסטן פארשידענע ווערסיעס פון די עדס און פון דעם סייט צו זען וועלכע ווערסיע עס ברענגט די מערסטע רעזולטאטן. עצה טובה: ריר עס נישט צו, אויב דו קענסט עס נישט גוט און ווילסט נישט דערלייגן דיין פארמעגן אין איין נאכט. עס איז דא אן אויסגעצייכנטער קורס זיך דאס צו לערנען פאר ערנסטע ביזנעסלייט וואס זענען גרייט צו לערנען און פאלגן אינסטרוקציעס.
2) עדס אויף ניוס פעיפערס ווי ניו יורק טיימס, ווארלד סט. זשורנאל, דאללעס ניוס, שיקאגא טרייביון, וכו' וכו', פרייזן קענען לויפן און צענדליגער טויזנטער. געווענליך גייט עס א מינימום פון עטליכע טויזנטער צו לייגן א עד אויף א וואך אדער חודש, און דאן קאסט עס CPM דאס הייסט פער יעדע טויזנט אימפרעשאנס צאלסטו ארום 12-20 דאלארן.
אויב מ'ווייסט וואס מ'טוט, קען דער ריכטיגער עד אין דער ריכטיגער צייטונג ברענגען די ריכטיגע רעזולטאטן. די חכמה איז נישט צו לייגן ריזיגע עדס און בילדער, ווי אויך פיל פון אונזערע אדווערטייזער און אנקלעבער פון ביהמ"ד-ווענט זענען איינגערעדט, נאר צו שרייבן דעם ריכטיגן מעסעדזש, דהיינו, די "בענעפיטן" פון דעם פראדוקט/סערוויס צו די ריכטיגע מענטשן, דהיינו, אויסגערעכנט און געצילט פאר די מענטשן וואס זענען באמת אינטערעסירט דערין. יעדער עד זאל האבן א וועג ווי אזוי צו טעסטן און וויסן פינקטליך צי עס האט געברענגט רעזולטאטן און וואספארא רעזולטאטן עס האט געברענגט. עס איז כדאי צו טעסטן פארשידענע ווערסיעס. עס איז אויך אין דעם דא א גאנצע חכמה וואס רופט זיך "קאפי-רייטינג", א סארט שרייבן וואס רעדט איבער און איבערצייגט דעם מענטש און ברענגט די געוואונטשענע תוצאות. מן-הסתם זענען דא וואס קענען דיר געבן בעסערע עצות ווי איך אויב יא אדער נישט אריינצולייגן אן עד אין צייטונגען, און וואו יא און וואו נישט. דאס קען אריינגיין אויך אין "דירעקט מארקעטינג", וואס איז ארויסשיקן בריוולעך און קאטאלאגן אין דער פאסט, א פעלד וואס איז נישט פאר יעדן אפילו אין דער גרויסער וועלט באקאנט און פארשטענדליך, און ווער רעדט נאך אין דער באגרעניצטער וועלט פון אונז קליינע אידעלעך. אויב מיינסטו אן עד אויף די וועבסייטס פון צייטונגען, איז דאס אן אנדערע מעשה. די רעזולטאטן זענען געווענליך פיל שוואכער ווי דורך ספאנסארט לינקס אין די סוירטש-ענדזשין רעזולטאטן, ווייל דארט ארבעט עס אזוי אז דער עד קומט ארויף ווען דער מענטש קלאפט אריין פינקטליך דאס וואס ער זוכט און וויל טרעפן. ואכמ"ל. אבער אין די וועבסייטס, קומען די "קאנטעקסטשועל" עדס ארויף ווען עפעס אויף דער סייט רעדט זיך פון יענעם ענין, כאטש דער מענטש האט מעגליך אינגאנצן נישט געזוכט און איז נישט איצט אינטערעסירט אין דעם פראדוקט/סערוויס פון דעם עד. ווידער סתם אדווערטייזן אויף די דאזיגע סייטס ווענדט זיך אויך אין דעם צי ס'איז "טארגעטעד" צי נישט. בענערס, הייסט עס, ברענגען פיל ווייניגער רעזולטאטן, ווי טעקסט-עדס. בכל-אופן איז עס נישט אזוי טארגעטעט ווי ספאנסארט-לינקס, און ס'לוינט זיך צו צאלן פיל ווייניגער פאר דעם ווי פאר ספאנסארט-לינקס. מאידך גיסא, זענען דא אינדוסטריעס וואס ס'לוינט זיך דוקא יא צו אדווערטייזן פאר זיי אין אזעלכע סייטס און דארט זענען די פלעצער פון וואו זיי באקומען זייערע קאסטומערס.
3) עדס אויף אימעיל ניוסלעטטער וואס ווערן געשיקט פון דערמאנטע אדער אנדערע גרויסע צייטונגען צו סובסקרייבערס טעגליך אומזינס. קאנס: האט מיינסטענס שוואכע רעזולטאטן ווייל מענטשן ליינען נישט די אימעילס אזוי ווייט. הגם די קאסט איז פארהעלטניסמעסיג גאנץ נארמאל, לויפט פון 1500 דאלער א וואך בערך.
די מעשה מיט דעם איז ווידער אז דער שליסל פון סוקסעס איז אז עס זאל זיין "טארגעטעד", צו די ריכטיגע מענטשן וואס זענען בפירוש אינטערעסירט אין דעם סערוויס. אז נישט, קען עס זיין א טאטאלע געלט-פארשווענדונג. ווען מ 'שיקט ארויס אן עד אין נארמאלער פאסט, זענען דא ספעציעלע ליסטעס פון מענטשן, וואס ס'איז פעסטגעשטעלט געווארן אז זיי זענען פא ראינטערעסירט אין די דאזיגע סערוויסן, און מ'קען אפילו וויסן וועגן זיי פערזענליכע אינפארמאציע, ווי אלט זיי זענען, וויפיל זיי שפענדן וכו'. דער קונץ איז צו מאכן אזא בריוו וואס וועט רעדן צו זיי און זיי איבערנעמען, דאן קען די "רעספאנס ראטע" זיין א רעלאטיוו-הויכע. אויב מ'שיקט אן עד וועגן עראפלאנען פאר א מענטש וואס איז איצט אינטערעסירט אין אייז-קרים, קענען די אומזיסטע הוצאות פון דעם קאמפיין ארויסנעמען א מענטש פון ביזנעס. אויך אי-מעיל קאמפיינס דארפן זיין געצילט צו די ריכטיגע מענטשן. בכלל דארף יעדער אי-מעיל האבן א ספעציעלער לינק פאר דעם צוועק, אז אויב מענטשן קומען אן פו ןדארט, זאל מען וויסן אז זיי זענען געקומען פון דארט און וואספארא פראספעקטן זיי זענען, צי זיי זענען פאטענציעל גוטע קונים, אדער נישט.
4) אדווערטייזן אויף פארומס ווי היימישע קרעטשמע, היידפארק למשל און נאך צענדליגער גרויסע אויפגעכאפטע פארומס. קאסט אסך און לויפט פער אימפרעשאן.
עס לוינט זיך נאר אויב די אדווערטייזמענטס זענען געצילט צו די ריכטיגע מענטשן וואס זנעען איצט פאראינטערעסירט אין דעם סערוויס. אז נישט, וועלן די רעוזלטאטן מן-הסתם זיין שוואכע.
5) צו אפטימייזן אדער צו סובמיטן צו סיערטש ענזשינס ווי גוגל יאהו מסנ עאל אלטאוויסטע וכו', קען קאסטן איינמאל אסך אסך אבער געווענליך קומסטו ארויף גאנץ אין אנהויב. דויערט לאנג ביז ס'הייבט אן ארבייטן.
דא טוט זיך לעבעדיג. עס זענען פאראן כל-מיני גנבים, שארלאטאנען און שווינדלער. די אלע "עס-אי-או" קונצן-מאכער קענען מאכן אמאל טריקס, וואס וועט זיי צופיל און צו לאנג נישט העלפן. זיי וועלן דיר אבער מעגליך אויסצאפן די קעשענע. שטיי אוועק ד' אמות. דאס בעסטע איז ווען א מענטש ווייסט ווי אזוי מ'טוט דאס, און ס'איז נישט קיין צו גרויסע תורה, דהיינו, אויב עמיצער האט טאקע צייט דערפאר. אבער אפילו אויב נישט, אויב מ'ווייסט דעם ריכטיגן צוגאנג, קען מען איינעם דינגען און נאך אפקומען פיל ביליגער, און על-כל-פנים פאר פיל בעסערע רעזולטאטן, ווי מיטן דינגען סתם אבי א קאמפאני וואס רעדט איין שטותים און לאקערט בעיקר אויף יענעמס געלט. אויב ביסטו אינטערעסירט, וועל איך דיר געבן אינפארמאציע וועגן א קאמפאני וואס איז בלי-ספק א יחיד במינו אין דעם. ער ווייזט דיר דעם וועג, און אויב דו פאלגסט נאך ריכטיג, וועסטו מעגליך מיט דער צייט באקומען פילע הונדערטער און צומאל אויך טויזנטער באזוכער *א טאג*, און ס'וועט דיר נישט קאסטן קיין רויטן גרייצער, חוץ אויב דו האסט נישט קיין צייט און ווילסט איינעם דערפאר דינגען, וועט עס דיר קאסטן די הוצאות יענע םאויסצוהאלטן, אבער בכל-אופן וועלן די רעזולטאטן אויף אייביג זיין דיינע. דו וועסט באצאלן פאר דער קאמפאני נאר דעם געווענליכן פרייז פון "האוסטינג" פון גוטער קוואליטעט, און דערפאר וועסטו באקומען מער *וועליו* ווי א דורכשניטליכער וועבמעסטער קען זיך אפילו פארשטעלן אין זיינע חלומות. זיי נעמען $299 א יאר, דהיינו בערך $29 א חודש, און אין דעם איז שוין אריינגערעכנט אלעס אלעס, מיט וועבדיזיין וכו', אבער אויב דארפסטו אי-קאמערס, דהיינו א שאפינג-קארט, וועט עס דיר קאסטן נאך עפעס, אבער ס'לוינט זיך לכל-הדעות פאר די רעזולטאטן וואס זיי ברענגען (זיי ווייזן עס אויף, און איך ווייס פערזענליך אז זיי זענען העכסט-פארלעסליך, ואין דומה להם אויפן אינטערנעט), און בעיקר וועלן זיי דיר ארויסהאקן אלע שטותים און איינרעדענישן פון קאפ, אזעלכע וואס האבן שוין אפגעקאסט פאר מענטשן אן א שיעור ממון ודמים, ובמכירי קאמינא, מענטשן וואס האבן געצאלט צענדליגער טויזנטערס און עס נאכדעם אראפגעלאזט אין דער אפלויף-סיסטעם צוליבן נישט באקומען קיין רעזולטאטן. איך מוז דא צוגעבן אז ס'איז נישט קיין "גרינגע" סיסטעם וואס מ'מאכט דערפון גרינג און שנעל געלט איבערנאכט, אבער מיט געדולד און פלייס קען מען עס מאכן אויף א פראקטישן אופן מיט דער צייט, און מ'דארף קענען דערפאר יסודות'דיגע ענגליש אויך, כאטש מ'דארף נישט זיין דערפאר קיין גרויסער שרייבער.
6) ארויפלייגן פראדוקטן אויף איבעי, אמעזאן, שאפ-זיללא, פרייסגרעבער, שאפפינג.קאם, וכו', מען דארף וויסן וואו צו לייגן וואס, למשל אויף שאפזיללא זוכט מען נישט קיין צו טייערע זאכן אדג. אבער די שאלה איז צו וואס פעלט אויס צו בויען א וועבסייט אויב אזוי? שטעל ארויף אויף איבעי אן אן אייגענעם סייט, און פטור, פטור פטור פטור, פטור פטור פטור.
דער ענטפער דערויף איז אז בלי-ספק זענען דא מענטשן וואס מאכן א שיין לעבן מיט אזעלכע סייטס, אבער אזוי ווי דו זאגסט, מ'דארף וויסן וואס מ'טוט, נאר באמת איז עס נישט קיין גרויסע תורה, אויב דו ווייסט (קענסט בעטן איינער וואס טוט עס זאל דיר אביסל אויסלערנען) און דו האלטסט דערביי. אבער לגבי דיין שאלה, אויב אזוי פארוואס פעלט אויס א סייט, איז דער ענטפער אויף דעם, אז די דאזיגע מענטשן פארשטייען נישט אז דאס איז א טאג-טעגליכע שארט-טערם שפיל. אויפן פלאץ קענסטו מאכן געלט, אבער וואס איז א מינוט שפעטער? די באזוכער זענען נישט דיינע. דו ביסט אויף יענעמ'ס סייט. לעומת זה, אויב דו בויסט אן אייגענעם סייט - מיטן ריכטיגן מהלך - און עס שלעפט פון זיך כסדר הונדערטער און טויזנטער באזוכער, צוליב דעם וואס דו האסט עס געבויט אויפן ריכטיגן וועג, און עס קאסט דיר ניטאמאל קיין געלט צו באקומען די באזוכער, דאן איז עס אינו דומה. די באזוכער זענען דיינע, און דו ביסט נישט אנגעוויזן אויף קיינעמ'ס טובות און באגרעניצונגען. בפרט אויב דו באקומסט זייער קאנטאקט-אינפארמאציע דורך אן אפט-אין אי-מעיל, וואס דאס דארף מען חוץ דעם וויסן ווי אזוי צו טון ריכטיג, דאן זענען זיי דיינע לייף-טיים פראספעקטן אדער קאסטומערס. דו קענסט נאכדעם פארקויפן פאר זיי ענליכע פראדוקטן/סערוויסן איינמאל און נאכאמאל, דהיינו, אויב דו ווייסט ווי אזוי מ'מארקעט מיט אי-מעיל, וואס איז ווידער א לימוד פאר זיך, און ווער רעדט נאך פון קאמבינירן אנליין מיט אוו-ליין און שיקן פראמאושאנס נאכדעם פאר זיי אין דער געהעריגער פאסט, וואס ווידעראמאל דארף מען וויסן ווי אזוי עס צו טון, סיי פראקטיש און סיי לעגאל.
צום אויספיר - איך האף אז איך האב דיר דא עטוואס ארויסגעהאלפן מיט דעם אלעם. הצלחה!
ווער עס ווייסט אדער האט ידיעות אחרונות דערינען זאל ביטע מעלדן ולמצוה גדולה יחשב (איך ווייס נאכנישט וועלכע מצוה)