בלאט 4 פון 7

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 13, 2014 12:34 am
דורך ווארד
שנאפס האט געשריבן:און ביידע זענען אמת)


קומט דיר א גרינע פארן זאגן וואס איך טראכט
;l;p-

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 13, 2014 10:01 am
דורך שאינו יודע
און וואס טוט זיך מיט צאלן א קרעדיט קארטל פאר אן ארבייטער וואס האט אויסגעלייגט, איז עס די זעלבע?

איך מיין, פארוואס זאל די איי אר עס גלייבן אז די טשארדזש איז פאר די ביזנעס?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 13, 2014 10:27 am
דורך קיקיון
שאינו יודע האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיט צאלן א קרעדיט קארטל פאר אן ארבייטער וואס האט אויסגעלייגט, איז עס די זעלבע?

איך מיין, פארוואס זאל די איי אר עס גלייבן אז די טשארדזש איז פאר די ביזנעס?


:?:
אויב די מיינסט אז PETTY CASH איז קראנטער ביי די IRS גיב עס אים פון דארט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 13, 2014 12:54 pm
דורך שוועמל
הער JL,

פראגע
3) איז אינקאנסיסטענסי (YOY רעפארטיג למשל) א 'רעד אלערט' אין א ביזנעס וואס קען טריגערן א אודיט?

LLC vs S Corp

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 13, 2014 1:36 pm
דורך ppp
Is there any advantage more with a S Corp vs a LLC ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 13, 2014 3:11 pm
דורך JL Accountant
ppp האט געשריבן:Is there any advantage more with a S Corp vs a LLC ?


ביי א S Corp ווען די אינקאם קומט צו דיר מיט א K1 אלץ דיווידענדס איז עס נישט קיין Earned Income ממילא צאלט מען נישט קיין FICA אויף דעם. (מען קען אבער נישט ארויסנעמען די "גאנצע" אלץ דיווידענס.) משא"כ ביי א LLC.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 13, 2014 4:13 pm
דורך ציטער
מ'דארף דאס שטערקער ארויסברענגען אז ביי א LLC דארפען די פארטנערס צאלן FICA. אסאך מענטשען כאפ'ן זיך נישט אינקלאדינג אקאונטענטס. מיין געוויסן זאגט מיר אז די IRS וועט ווערן שטרענגער דערמיט.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 12:51 pm
דורך קיקיון
פאר די איילען זיך ניט איבערגעבען זייער טעקס אינפא
בפרט די וואס האבען ניט קיין קביעתדיגען אקאונטענט
היי יאר פאלט APRIL 15 ערשטען טאג פסח
און די לעצטע פאר טעג ועלען זיין זייער אנגעצויגען
איז כדאי אז מען זאל שוין בעטען אן EXTENSION
דא איז דער פארמולאר מיט אנווייזונגען גאנץ גרינג אליין אויסשטעלען

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 2:06 pm
דורך קנאפער ידען
א חבר האט מיר געזאגט אז אויב מ'האט א געוויסע סארט סעיווינגס אין באנק באקומט מען נאך עטליכע הונדערט דאלער אין ריטורן, איז עס אמת, און אויב יא וועלכע סארט אקאונט?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 7:57 pm
דורך יוחנן
קנאפער ידען האט געשריבן:א חבר האט מיר געזאגט אז אויב מ'האט א געוויסע סארט סעיווינגס אין באנק באקומט מען נאך עטליכע הונדערט דאלער אין ריטורן, איז עס אמת, און אויב יא וועלכע סארט אקאונט?


I R A account

thats a reteirment account

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 9:36 pm
דורך קנאפער ידען
יוחנן האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:א חבר האט מיר געזאגט אז אויב מ'האט א געוויסע סארט סעיווינגס אין באנק באקומט מען נאך עטליכע הונדערט דאלער אין ריטורן, איז עס אמת, און אויב יא וועלכע סארט אקאונט?


I R A account

thats a reteirment account

יא יא, דו דערמאנסט מיר ער האט גערעדט וועגן אן IRA.
אבער - לפי דבריו - איז דא געוויסע IRA'ס וואס די געלט ווערט נישט פארשלאסן, סאו אויב האב איך אין א סעיווינגס אקאונט א טויזענטער פארוואס נישט טרענספערן צום IRA פאר אביסל צייט, און לייזן פונעם פעטער אפאר טאלער דערויף?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 10:18 pm
דורך קיקיון
איך בין קיין אקאנטענט נור לפי הבתי
אזוי ווי די ממשלה איז אינטערסירט אז מענשען זאלען אוועקלייגען געלט לזקנתם ווערט דאס
געלט וואס מען לייגט אוועק אין אן IRA אראפגערעכענט פון דעם אינקונפט אויף וואס מען דארף צאלען טעקס
ווען מען נעמט עס ארויס ביים רעטיירען ווערט עס דאמאלט גערעכענט אבער דאמאלט צאלט
מען שוין אויף א קלענער % ווייל מען האט קלענערע הכנסות
ווען מען נעמט ארויס פאר 59 1\2 ניט נור אז מען דארפען צאלען טעקס עס קומט אויך צי א קנס
בין איך זייער נייגעריג וואס דאס עס איז דער IRA פון וואס דיין חבר האט דיר דערציילט

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 10:59 pm
דורך קנאפער ידען
העמיר אים פרעגן אי"ה.
אדער וועט אן אקאונטענט דא וויסן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 20, 2014 12:52 am
דורך JL Accountant
קנאפער ידען האט געשריבן:א חבר האט מיר געזאגט אז אויב מ'האט א געוויסע סארט סעיווינגס אין באנק באקומט מען נאך עטליכע הונדערט דאלער אין ריטורן, איז עס אמת, און אויב יא וועלכע סארט אקאונט?


ווי עטליכע האבן שוין געענטפערט רעדט מען פון א Individual Retirement Arrangement) IRA) ווי חבירנו קקיון האט עס ארויסגעברענגט וויל די רעגירונג מחזק זיין אז מ'זאל אוועקלייגן געלט פאר די עלטערע יארן ממילא איז דא אויף דעם א טעקס קרעדיט.
עס פאדערט א שטיקל אריכות מסביר צו זיין אלע ערליי Retirement Plans וויאזוי זיי זענען כלפי די טעקס קרעדיט, די צייט איז יעצט אביסל ענג אריינצוגיין אין אלע פרטים אבער אויף א בחינה פון תן לחכם ויחכם עוד האבן מיר אויף אזויפיל געענטפערט, און מיטן אויבערשטענס הילף וועלן מיר מיט די צייט שרייבן א לענגערע אריכות בנוגע דעם ענין.

פון אייגענע ערפארונג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 20, 2014 12:05 pm
דורך קיקיון
עס פארלאנגט גרויס זהירות און ניט נאכטיען אן התיעצות מיט אן אקאונטאנט
זוגתי שתחי' א SOLE PROPRIETOR מיט 2 פארט טיים ארבייטער
האט מיר אויפגענימען אלס אפיס מעניזשער
1 זי האט מיר געצאלט די HEALTH INSURANCE פאר די משפחה אלס א ביזנעס הוצאה (א ONE EMPLOYEE גרופ)
2 זי האט אריינגעלייגט געלט אין אן IRA פאר מיר אלס א ביזנעס הוצאה
3 עס האט מיר געבען קרעדיטס פאר סאשעל סעקויריטי

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 24, 2014 1:38 pm
דורך קיקיון
exempt.JPG

סטעיט פארשריפטען בגוגע SALES TAX

Social Security Benefits

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 09, 2014 10:53 pm
דורך JL Accountant
בנוגע די Social Security Tax וואס מיר האבן שוין דערמאנט אז מען צאלט איין 12.4% (פון די ערשטע $117,000 Earned Income אינעם יעצטיגן יאר 2014 למס'), ווערט דאס געלט אוועקגעלייגט פארן מענטש אזוי ווי א רעטייערמענט פלען פון וואס ער וועט אי"ה געניסן אין די עלטערע יארן. ווי פארשטענדליך אז ווי מער מ'לייגט אריין אלץ מער זענען די בענעפיטן ביים ארויסנעמען לאורך ימים ושנים טובים.

איז אבער דא א פאפולערע מיספארשטענדעניש ביי געוויסע מענטשן אז די סאשעל סעקיוריטי בענעפיטס ווערט בעיקר גערעכענט לויט די אינקאם פון די לעצטע 10 יאר פאר מען רעטייערט און מען הייבט אן צו געניסן דערפון, וואס לויט דעם קומט אויס אז אויב איינער האט פארדינט במשך 30-40 יאר שיינע פארדינסטן און נאכדעם געהאט 10 שוואכערע פינאנציעלע יארן האט ער ממש דערלייגט אויף זיין אינוועסטמענט פון אזויפיל יארן.

דער טעות נעמט זיך ווייל כדי צו קענען געניסן פון סאשעל סעקיוריטי בענעפיטס דארף מען האבן לכה"פ 40 קרעדיטס וואס דאס זאמעלט זיך אן דורך אריינצאלן פאר סאשעל סעקיוריטי 10 יאר (40 קווארדערס), אבער עס מוז נישט זיין נאכאנאנד, און אויך נישט די לעצטע 10 יאר בעפאר מ'רעטייערט.

די ריכטיגע סכום וואס מען טוט געניסן פון סאשעל סעקיוריטי בענעפיטס איז באזירט אויף די עוורעדזש אינקאם וואס איר האט פארדינט אין אייערע העכסטע 35 יאר וואס איר האט געארבייט. דאס הייסט אז אויב איר האט למשל גע'ארבייט פון 20 ביז 67 וואס איז א חשבון פון 47 יאר, טוט מען אויסוועלען די בעסטע 35 יאר און מ'עוורעדזשט עס לויט די סכומים.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 09, 2014 11:04 pm
דורך AHA
מיין מוטער זז"ג איז קרוב צו די שישים זי האט מיר היינט געפרעגט צו עס וואלט זיך פאר איר געלוינט צו גיין ארבייטען פאר אפאר יאר? אין די עיקר קשיא וואס איז נוגע דא איז צו זי וועט זעהן א גרעסערע סאושעל סעקיורעטי טשעק?

קלארער: זי גייט נישט האבען געארבייט צען יאר אין טאוטעל סאו לוינט זיך פונעף יאר צו ארבייטען אדער נישט?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 09, 2014 11:30 pm
דורך קיקיון
AHA האט געשריבן:מיין מוטער זז"ג איז קרוב צו די שישים זי האט מיר היינט געפרעגט צו עס וואלט זיך פאר איר געלוינט צו גיין ארבייטען פאר אפאר יאר? אין די עיקר קשיא וואס איז נוגע דא איז צו זי וועט זעהן א גרעסערע סאושעל סעקיורעטי טשעק?

קלארער: זי גייט נישט האבען געארבייט צען יאר אין טאוטעל סאו לוינט זיך פונעף יאר צו ארבייטען אדער נישט?

מער בפרטיות ווי JL האט געשריבען קוק www.ssa.gov/retire2/credits.htm
www.dummies.com/how-to/content/how-much-will-i-get-from-social-security.html
www.dummies.com/how-to/content/social-security-for-dummies-cheat-sheet.html

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2014 12:33 am
דורך AHA
א גרויסען דאנק דאס איז וואס איך האב געזיכט.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2014 7:49 pm
דורך שאינו יודע
די W4 איז וויכטיג צו געבן פאר די ארבייטער איעדן יאר?

העולם לא נהגו להחמיר, וויל איך וויסן אויב עס איז וויכטיג

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2014 7:59 pm
דורך קיקיון
שאינו יודע האט געשריבן:די W4 איז וויכטיג צו געבן פאר די ארבייטער איעדן יאר?

העולם לא נהגו להחמיר, וויל איך וויסן אויב עס איז וויכטיג

די IRS רעקאמענדירט פאר דעם ארבייטער
Capture.JPG

www.irs.gov/pub/irs-pdf/fw4.pdf
קענסט אליין אויסזיכען
איך האב ארייגעלייגט IRS W4 אין SEARCH BOX
---

אז פאר נייע ארבייטער דארף מען נעמען א FORM I 9
און מען דארף מעלדעו פאר NEW YORK STATE ווייסט דו ?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2014 8:09 pm
דורך שאינו יודע
פארשטיי איך אז עס איז נישט קיין חיוב?

קוקט מיר אויס אז יא

You may find yourself in a situation where an employee doesn't file the form. To cover your bases, if for some reason an employee does not file Form W-4, you must withhold tax as if the employee had claimed no exemptions.

אין אנדערע ווערטער, אז א ארבייטער האט מיר געזאגט אפאר יאר צוריק אז ער האט 6 עקזעמפשאנס, אפילו ער האט אויסגעפילט די פארם, דארף איך אים בעטן די פארם, אז נישט טאר איך נישט רעכענען קיין עקזעמפשאנס

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2014 8:11 pm
דורך שאינו יודע
למעשה זע איך יעצט אז די איי אר עס שרייבט

A Form W-4 remains in effect until the employee gives you a new one. If an employee gives you a Form W-4 that replaces an existing Form W-4, begin withholding no later than the start of the first payroll period ending on or after the 30th day from the date when you received the replacement Form W-4.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2014 8:18 pm
דורך שאינו יודע
לגבי די I9, יא איך ווייס דערפון

לגבי ריפארטן, דאס טוט מען ביי די קוואטער ריפארטס, דאכט זיך מיר

די פעיראל קאמפאניס טוען דאס אויך