בלאט 3 פון 7

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 10:59 am
דורך שאינו יודע
הרב אקאונטענט.

וויאזוי גייט מען זיך אום מיט קעש טרענזעקשאנס?

א ארבייטער פילט אן די אויטא מיט גאז. קויפט איין אין סטאר פאר די ביזנעס וכו', און איך ברויך אים אפגעבן די געלט, וואס איז די גרינגסטע און אויסגעהאלטענסטע וועג, און וויפיל קעש מעג מען ארויסנעמען פון די ביזנעס פאר אזעלכע זאכן.
(איך דארף ארויסנעמען א טשעק פון באנק פאר דעם)

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 11:12 am
דורך מילכיגער
פאר דעם נוצט מען א פעטטי קעש אקאונט.

מגיט אים א טשעק פאראוי פון 500$ למשל און דו בוקסט עס אלס טרענספער צו די בענק אקאונט וואס הייסט ״מילכיגער קעש״. און ווען למשל ער האט אויסגעגיבן 450 און ער דארף א רעפיל, ברענגט ער דיך זיינע רעסיטס וואס דו ריקארדסט ווי טשעקס פון די אקאונט. וחוזר חלילה

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 11:12 am
דורך קיקיון
אמאל איז געווען א PETTY CASH LEDGER ווי מען האט געהאלטען חשבון
וואס מען האט געטיען מיט דעם קעש וואס מען האט באקימען םאר דעם טשעק
אויסגעשטעלט צן CASHIER
דאס האלט נאך היינט אויס
Petty cash fund. Henry uses a petty cash fund to make small payments without having to write checks for small amounts. Each time he makes a payment from this fund, he makes out a petty cash slip and attaches it to his receipt as proof of payment. He sets up a fixed amount ($50) in his petty cash fund. The total of the unspent petty cash and the amounts on the petty cash slips should equal the fixed amount of the fund. When the totals on the petty cash slips approach the fixed amount, he brings the cash in the fund back to the fixed amount by writing a check to “Petty Cash” for the total of the outstanding slips. (See the Check Disbursements Journal entry for check number 92.) This restores the fund to its fixed amount of $50. He then summarizes the slips and enters them in the proper columns in the monthly check disbursements journal.

www.irs.gov/publications/p583/ar02.html
א לימיט דערמאנען זיי ניט

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 11:15 am
דורך מילכיגער
געשריבן די זעלבע ווי קיקיון. איך לייג צו אז דאס איז זייער א גוטע וועג וואס סיי סצווינגט דעם ארבייטער צו האלטן חשבון און סיי דו באקומסט דיין פרוף פאר דו גיסט אים נאך.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 11:21 am
דורך שאינו יודע
איך פרעג וויפיל איז לעגאל, און צו א רעסיט פאר געז צו סיי וואס פארא עקספענס איז גוט, אפילו עס האט נישט די קאמפאני נאמען אויף זיך.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 11:29 am
דורך מילכיגער
שאינו יודע האט געשריבן:איך פרעג וויפיל איז לעגאל, און צו א רעסיט פאר געז צו סיי וואס פארא עקספענס איז גוט, אפילו עס האט נישט די קאמפאני נאמען אויף זיך.


פארוואס נישט? סאיז אין די נארמאלע סדר העולם. פארשטייט זיך אז טאמער וועסטו צאלן געז למשל דארפסטו מקפיד זיין אז סנאר פאר די ביזנעס און נישט אויף צו קומען און גיין פון די ארבייט וק״ו סתם פערזענליך. אבער דאס איז שוין נוגע פאר יעדע עקספענסעס עקסטער.

אין אנדערע ווערטער, סאיז נישט אויסגעהאלטן צו שרייבן א טשעק פון אפילו נאר 300 און שרייבן ״שאר ירקות״. אבער אויף דעם וועג איז יעדע איינציגע דאלער מיט א חשבון.

קלאר?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 11:34 am
דורך ציטער
שאינו יודע האט געשריבן:איך פרעג וויפיל איז לעגאל, און צו א רעסיט פאר געז צו סיי וואס פארא עקספענס איז גוט, אפילו עס האט נישט די קאמפאני נאמען אויף זיך.


רעסיפטס פאר petty cash אדער reimbursed expenses דארפען נישט האבען די קאמפעני נאמען דערויף. לעגאל האבען נישט קיין עקספענסעס א לימיט, פארשטייט זיך א ס'דארף אבער מאכען סענס

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 11:47 am
דורך קיקיון
פשוט אלס נייגעריגקייט
מען האלט חשבון פון PETTY CASH אין א פאפירנעם בוך אזוי ווי איך פלעג טיעען
אדער מען קלאפט אריין יעדע $5 הוצאה אין קאמפיוטער

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 11:49 am
דורך שאינו יודע
מען קלאפט אריין יעדע עקספענס עקסטער,

איך שרייב יעצט א טשעק מיט א באזונדערע ליין פאר יעדע עקספענס

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 12:00 pm
דורך קיקיון
און דער אריגענעלער דעביט פון דעם G/L אקאנט ווען מען האט געעפנט דעם אקאונט בלייבט?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 12:04 pm
דורך שאינו יודע
די ערשטע איז א עסעט/עסעט טראנזעקשאן

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 12:36 pm
דורך קיקיון
how.JPG

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 12:46 pm
דורך שוועמל
מילכיגער האט געשריבן:פארוואס נישט? סאיז אין די נארמאלע סדר העולם. פארשטייט זיך אז טאמער וועסטו צאלן געז למשל דארפסטו מקפיד זיין אז סנאר פאר די ביזנעס און נישט אויף צו קומען און גיין פון די ארבייט וק״ו סתם פערזענליך. אבער דאס איז שוין נוגע פאר יעדע עקספענסעס עקסטער.
קלאר?

מאכסט מיך טראכטן, איז טראנספארטאציע נישט קיין ביזנעס עקספענס?
איך ווייס ביזנעסער וואס צאלן אדער פיקן אויף די ארבייטער וואס דארפן טרעוולען.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 12:47 pm
דורך שאינו יודע
קקיון

לכאורה די ערשטע, ווייל די עקספענס איז שוין איינמאל געווארן גערעכענט

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 12:52 pm
דורך קיקיון
שוועמל האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:פארוואס נישט? סאיז אין די נארמאלע סדר העולם. פארשטייט זיך אז טאמער וועסטו צאלן געז למשל דארפסטו מקפיד זיין אז סנאר פאר די ביזנעס און נישט אויף צו קומען און גיין פון די ארבייט וק״ו סתם פערזענליך. אבער דאס איז שוין נוגע פאר יעדע עקספענסעס עקסטער.
קלאר?

מאכסט מיך טראכטן, איז טראנספארטאציע נישט קיין ביזנעס עקספענס?
איך ווייס ביזנעסער וואס צאלן אדער פיקן אויף די ארבייטער וואס דארפן טרעוולען.

www.irs.gov/taxtopics/tc511.html

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 1:01 pm
דורך קיקיון

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 1:49 pm
דורך sukoss
לכבוד הרב אקאונטענט
איז דא א חילוק לגבי לייעביליטי צווישן א C און א S אז אויב מ'סועט די מענטש, צו זיין CORP. איז אחראי אויף איהם?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 2:03 pm
דורך ציטער
ניין

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 2:25 pm
דורך JL Accountant
וויכטיג מאכער האט געשריבן:הער אקאונטענט, איך גיי ענטפערן פאר שוועמל אין קורצן, און זאג מיר אויב איך זאג גוט...

אויב איינער איז אין ניו יארק סיטי, און ער האט א S קארפ, לוינצעך צו נעמען אסאך W-2, און ווייניג K1, ווייל נאך 100+ טויזענט איז שוין נישט דא קיין ס"ס טעקס, און דאס וואס ער נעמט אלס K1 שטייט אויס צו די לאוקעל טעקס... דעריבער איז ראטזאם צו נעמען לאמער זאגן 700 אלפים אויף W2 אלס א באונעס, און 300 אלפים אויף K1... דאס איז גוט פאר א דזשענעראל רול, איא?


איך מוז דיך קאמפלימענטן אז דו רעדסט זייער צום זאך. איך וועל פרובירן אביסל מער אויסצושמועסן.

אויף Earned Income צאלט מען FICA Tax וואס איז צוטיילט אין 2 חלקים:
Social Security Tax (1 וואס איז 12.4% (6.2 צאלט דער Employer, און די אנדערע 6.2 צאלט דער Employee), מאקסימום אויף די ערשטע $117,000 וואס מ'פארדינט פארן יעצטיגן יאר 2014 למס' - וואס קומט אויס צו א מאקס. פון $14,508 צווישן דעם ארבייטס געבער און ארבייטער. (אין 2013 איז די מאקס. געווען פארדינסטן פון $113,700 - וואס קומט אויס צו א מאקס. פון $14,098.80)
2) Medicare Tax וואס איז 2.9% (צוטיילט צווישן דעם Employer און 1.45%Employee) אבער דער חלק האט נישט קיין מאקסימום לימיט, דאס מיינט אז נישט קיין חילוק וויפיל מ'פארדינט דארף מען צאלן אויף יעדן דאלאר 2.9% מעדיקעיר טעקס.
זייט לעצטע יאר 2013 למס' איז צוגעקומען פאר גרעסערע פארדינער (איינער וואס פארדינט מער ווי $200,000 פאר סינגעל פיילערס אדער $250,000 פאר דזשוינט פיילערס) נאך 0.9% וואס איז א ס"ה פון 3.8% מעדיקעיר טעקס. (און די הוספה ווערט נישט צוטיילט, נאר דער ארבייטער צאלט די גאנצע)
אויך איז צוגעקומען זייט לעצטע יאר אז Unearned Income ווי אינטערעסט, דיווידענדס, קעפיטל געין וכדו' - וואס פלעגט נישט האבן קיין שום FICA Tax ביז 2013 למס' – דארף יא צאלן מעדיקעיר טעקס 3.8% אויב מען איז א גרעסערע פארדינער ווי פריער דערמאנט.

יעצט לגבי א S Corporation וויבאלד NYC אנערקענט דאס נישט אלץ א S האט עס א 8.85% City Corporation Tax אויף די נעט אינקאם.

דאס איז א חלק פון וואס דארף ווערן אנאליזירט במשך די יאר מיטן אקאונטענט צו וויסן אויף וואסערע אופן ארויסצונעמן די פארדינסטן אז ס'זאל זיין די ווייניגסטע קאסטבאר.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 2:30 pm
דורך JL Accountant
שאינו יודע האט געשריבן:וויאזוי גייט מען זיך אום מיט קעש טרענזעקשאנס?

א ארבייטער פילט אן די אויטא מיט גאז. קויפט איין אין סטאר פאר די ביזנעס וכו', און איך ברויך אים אפגעבן די געלט, וואס איז די גרינגסטע און אויסגעהאלטענסטע וועג, און וויפיל קעש מעג מען ארויסנעמען פון די ביזנעס פאר אזעלכע זאכן.
(איך דארף ארויסנעמען א טשעק פון באנק פאר דעם)


צווישן מילכיגער, קקיון און ציטער איז דיין שאלה שוין פארענטפערט.
אין קורצן: מ'דארף האלטן קלאר חשבון און רעקארדן יעדע טרענזעקשן, און עס דארף פארשטייט זיך מאכן סענס.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 2:33 pm
דורך JL Accountant
sukoss האט געשריבן:לכבוד הרב אקאונטענט
איז דא א חילוק לגבי לייעביליטי צווישן א C און א S אז אויב מ'סועט די מענטש, צו זיין CORP. איז אחראי אויף איהם?


ציטער האט געשריבן:ניין

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 2:56 pm
דורך שנאפס
שלום עליכם אקאונטענט, יהא בואך לברכה און זאלסט מאכן אסאך געלט (דאס איז א באפעל, נישט קיין פארשלאג!)

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 3:07 pm
דורך קיקיון
שנאפס האט געשריבן:שלום עליכם אקאונטענט, יהא בואך לברכה און זאלסט מאכן אסאך געלט (דאס איז א באפעל, נישט קיין פארשלאג!)

ערווארט מיט קיין תשובה פון אים
ער האט דאך מפורש מגלה דעת געווען אז ער וועט איגנארירן דאס וואס איז קעגין דינא דמלכותא

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 4:38 pm
דורך מילכיגער
קיקיון האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:שלום עליכם אקאונטענט, יהא בואך לברכה און זאלסט מאכן אסאך געלט (דאס איז א באפעל, נישט קיין פארשלאג!)

ערווארט מיט קיין תשובה פון אים
ער האט דאך מפורש מגלה דעת געווען אז ער וועט איגנארירן דאס וואס איז קעגין דינא דמלכותא


;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 4:41 pm
דורך שנאפס
גוט צו וויסן אז מאכן געלט איז קעגן דינא ד'מלכותא...

(חח איך האב פארשטאנען וואס דו מיינסט, אבער מען קען טייטשן צוויי וועגן אין דיינע ווערטער, און ביידע זענען אמת)