בלאט 2 פון 7
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 1:00 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
שלום עליכם JL נייס טו סי יו הער, אפשר נעקסטעס יאר העמיר פיילן ביי דיר, משיח זאל אוודאי קומען פריער, היי יאר האמיר שוין געגעבן פאר א צווייטן, ווער ווייסט אפשר גאר פאר דיר

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 1:52 pm
דורך JL Accountant
וויכטיג מאכער האט געשריבן:פראגע: וואסערע עדווענטידזש האט א C קארפ איבער א S קארפ?
א S Corp האט געוויסע רעסטריקשענס וואס זענען בעיקר נוגע ביי פובליק קאמפעניס: ווי למשל א S Corp קען נישט האבען מער ווי 75 shareholders, די shareholders מוזן זיין US Citizens וכדו'.
און ווי געשריבן פריער ווערן ביי א S Corp די Profits און Losses דירעקט אריבערגעפירט צו די Shareholders וואס איז נישט אלעמאל א מעלה.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 2:02 pm
דורך רעד צו די זאך
א LLC קין נישט פיילן קיין אינקאם ? עס גייט אטאמאטיש פאר די שער האלדערס?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 2:38 pm
דורך ציטער
JL Accountant האט געשריבן:ווען עס זענען דא Partners פיילט מען א 1065 - נישט נאר ביי א LLC נאר ביי יעדע Partnership.
אבער ביי א LLC מיט איין owner ווערט עס געפיילט אויפן 1040 אזוי ווי א געווענליכע Sole Proprietorship.
ריכטיג!
פון אן אודיטינג שטאנדפונקט איז בעסער נישט צו עפענען א LLC אלץ א Sole Proprietorship ווייל א Schedule C אויף א 1040 איז די מערסטע אויסגשטעלט צו אן Audit פון די IRS
פון א לעגאל'ן שטאנדפונקט איז אויך כדי צו עפענען א LLC אלץ א Partnership דאס מאכט שטערקער די LLC אלץ א סעפעראטע Entity
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 3:36 pm
דורך abr
איך האב א .inc איז דעס א C אדער א S ?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 9:06 pm
דורך JL Accountant
רעד צו די זאך האט געשריבן:א LLC קין נישט פיילן קיין אינקאם ? עס גייט אטאמאטיש פאר די שער האלדערס?
זיי ביטע אביסל בעסער מסביר דיין שאלה
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 9:24 pm
דורך JL Accountant
abr האט געשריבן:איך האב א .inc איז דעס א C אדער א S ?
יעדע Corporation נישט קיין חילוק אויב עס איז א C אדער א S דארף האבען די ווארט Inc אדער Corp (נישט קיין נפק"מ וועלעכע) צו די קארפארעישאן'ס נאמען (למשל Ivelt Inc אדער Ivelt Corp).
ביים עפענען דעם Corporation איז עס אויטאמאטיש א C, מ'קען עס נאכדעם עלעקטן צו זיין א S וואס דאס דארף מען איבער רעדן מיטן אקאונטענט וועלעכע איז בעסער אין דעם ספעציפישן פאל.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 9:24 pm
דורך ווארד
קוויקבוקס דארף זיין זייער שנעל און גרינג, מען דארף זיך עס נאר "אביסל" צולערנען.
איך זעה נישט פארוואס דו זאלסט זוכן אן אלטערנאטיוו (אויסער דעם וואס איך ווייס נישט צו עס איז בכלל דא עפעס שנעלער און גרינגער ווי קוויקבוקס, אבער דאס לאז איך פאר די וואס ווייסן מער פון מיר)
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 9:35 pm
דורך JL Accountant
ווארד האט געשריבן:קוויקבוקס דארף זיין זייער שנעל און גרינג,
איך זעה נישט פארוואס דו זאלסט זוכן אן אלטערנאטיוו
אויב פארשטייסטו אביסל צו Double Entry Accounting איז QB די גרינגסטע און בעסטע פראגרעם, אויב נישט איז אפשר כדי צו פירן די חשבונות אויף עקסעל.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 9:45 pm
דורך קיקיון
איך פיר מיין ווייבס חשבונות אויף EXCEL
זי איז א SOLE PROPRIETOR אין דארף ניט געבען קיינעם קיין FINANCIALS
זי האט ניט קיין receivables און payable s דארף איך ניט מאכען קיין ACCRUALS
דארף זי ניט קיין GL
איך גיב מיין CPA א סך הכל פון EXCEL
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 9:56 pm
דורך וויכטיג מאכער
טענקס פאר דיין רעספאנס... סאו לאמעך אויסקלארן... פאר א יונגערמאן וואס עפנט א קליינע ביזנעס נישט קיין חילוק צו ער מאכט 150 טויזענט צו 500 טויזענט איז בעסער א S קארפ, איא?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 10:23 pm
דורך JL Accountant
וויכטיג מאכער האט געשריבן:טענקס פאר דיין רעספאנס... סאו לאמעך אויסקלארן... פאר א יונגערמאן וואס עפנט א קליינע ביזנעס נישט קיין חילוק צו ער מאכט 150 טויזענט צו 500 טויזענט איז בעסער א S קארפ, איא?
בדרך כלל ביסטו גערעכט. מ'דארף אבער קלאר פארשטיין און ארויסהאבן יעדע פאל בפרטיות צו קענען מייעץ זיין די ריכטיגע מהלך וואס איז בעסער פאר דעם ספעציפישן פאל.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 10:30 pm
דורך home
איך האב א c קען מען דאס מאכן פאר א s?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 10:38 pm
דורך derech eretz
מ'דארף פרעגן דעם 'לאקאלן' סאושעל סערוויס אפיס וועלכע קארפ ס'איז בעסער פאר די מתנות פונעם פעטער, יעדע מקום איז אנדערש.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 11:01 pm
דורך שוועמל
שלו' עליכם הער אקאונטענט,
פראגע:
1) וואס איז די עיקר ציהל פון אן אקאונטענט, איז עס זיכער צו מאכן אז דער קארפארעשאן איז אין איינקלאנג מיטן געזעץ. אדער איז עס איבערצוקוקן די קליענטס חשבונות זעהן צי ער פארדינט אדער דערלייגט געלט (אזויווי אמאליגע בוך-האלטער)?
2) די מענטשן וואס מאכן גרויסע וועיזשעס פון איין צוויי דריי מיליאן א יאר ולמעלה (נישט איך האב נישט מורא), וויאזוי איז די בעסטע פאר זיי ארויסצונעמען די געלט. אויב גראד אויף א W-2 וועט ער דאך צאלן א מאיאנטעק מיט טעקס, בפרט מיט די לעצטיגע טעקס העכערונג?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 11:25 pm
דורך JL Accountant
home האט געשריבן:איך האב א c קען מען דאס מאכן פאר א s?
יא, די ערשטע 75 טעג פונעם נייעם יאר קען מען עס עלעקטן פאר א S
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 11:29 pm
דורך JL Accountant
שוועמל האט געשריבן:שלו' עליכם הער אקאונטענט,
פראגע:
1) וואס איז די עיקר ציהל פון אן אקאונטענט, איז עס זיכער צו מאכן אז דער קארפארעשאן איז אין איינקלאנג מיטן געזעץ. אדער איז עס איבערצוקוקן די קליענטס חשבונות זעהן צי ער פארדינט אדער דערלייגט געלט (אזויווי אמאליגע בוך-האלטער)?
2) די מענטשן וואס מאכן גרויסע וועיזשעס פון איין צוויי דריי מיליאן א יאר ולמעלה (נישט איך האב נישט מורא), וויאזוי איז די בעסטע פאר זיי ארויסצונעמען די געלט. אויב גראד אויף א W-2 וועט ער דאך צאלן א מאיאנטעק מיט טעקס, בפרט מיט די לעצטיגע טעקס העכערונג?
1) ווענד זיך אויף וואס מ'האט אים אויפגענומען.
2) צו א קאמפליצירטע שאלה צו ענטפערן אין א תגובה אויף אייוועלט.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 11:31 pm
דורך וויכטיג מאכער
home האט געשריבן:איך האב א c קען מען דאס מאכן פאר א s?
יא! אנפאנג יאר...
אופס! אקאונטענט איז שנעלער ווי מיר...
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 11:32 pm
דורך וויכטיג מאכער
derech eretz האט געשריבן:מ'דארף פרעגן דעם 'לאקאלן' סאושעל סערוויס אפיס וועלכע קארפ ס'איז בעסער פאר די מתנות פונעם פעטער, יעדע מקום איז אנדערש.
איך דענק אז אקאונטענט וויל נישט רעדן דערפון... אבער ווי שוין געשמיעסט כמה פעמים סיז קיין חילוק!
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 11:37 pm
דורך קיקיון
אלס בוקקיפער וועל איך פריווען ענטפערען אויף שאלה #1
דער בוקקיפער איז דער מנהל החשבונות
דער אקאנטענט איז דער רואה חשבון
אין א קלענער געשעפט מיט איין בעה"ב איז געניג א בוקקיפער און דער אקנטענט קומט
מזמן לזמן קאנטראלירען צי דער בוקקיפער האלט טאקע סדר און שיקען REPORTS פאר די
רעגירונג ווען מען דארף PAYROLL TAXES SALES TAXES וכ' וכ'
אין א גרעסער געשעפט מיט שותפים און אודאי און אודאי ווי עס איז דא געלט שותפים וואס זענען
ניט אקטיוו איו די ביזנעס, מלוים, בענק וכ' דארף מען שוין האבען א שטעקערען קאנטראל
קארפארעשאן'ס וואס זענען PUBLICLY TRADED דארפען שוין וואס מען ריפט OUTSIDE AUDITORS
---
אך האב אמאל געארבעט אין א ביזנעס ווי 2 שותפים זענען געווען אקטיוו אין געארבייט אינסייד
און א שותף וואס איז ניט אריין, די אינסיידערס האבען געפירט לפי דעתם ניט אלעמאל אינגאנצען לפי דעתו פון דעם OUTSIDE שותף (ניט ח"ו באהאלטען געלט) ביז דער OUTSIDER האט מיר אמאל געדריקט
צי די וואנט און איך האב אים געבעטען ער זאל מיר אפלאזען ווייל סוף סל סוף זיך איך מיט זיי טאג איין
טאג אויס, סוף דבר מיר האט מען אויף גזאגט און דער OUTSIDER האט אריינגעשטעלט א צווייטען
איך האף אז איך האב גרינגער געמאכט פאר JL
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 11:38 pm
דורך וויכטיג מאכער
הער אקאונטענט, איך גיי ענטפערן פאר שוועמל אין קורצן, און זאג מיר אויב איך זאג גוט...
אויב איינער איז אין ניו יארק סיטי, און ער האט א S קארפ, לוינצעך צו נעמען אסאך W-2, און ווייניג K1, ווייל נאך 100+ טויזענט איז שוין נישט דא קיין ס"ס טעקס, און דאס וואס ער נעמט אלס K1 שטייט אויס צו די לאוקעל טעקס... דעריבער איז ראטזאם צו נעמען לאמער זאגן 700 אלפים אויף W2 אלס א באונעס, און 300 אלפים אויף K1... דאס איז גוט פאר א דזשענעראל רול, איא?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 11:41 pm
דורך וויכטיג מאכער
מיין ענטפער פאר פראגע איינס פון שוועמל, אן אקאונטענט איז דער וואס פארטרעט דיך פאר די IRS, בערך ווי א לויער פארן שופט... בוק-קיפינק מאכט א בוק-קיפער... און א גוטע אקאונטענט אודיט יעדע שטיק צייט די בוכער צו מאכן זיכער אז אלעס איז מסודר...
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 12:55 am
דורך שוועמל
וויכי,
אויב סיז אזוי פשוט, פארוואס האט עס JL נישט געענטפערט? לויט אים איז פארהאן וואס דו אקאונטענס דינט אלס א בוקקיפער, ואולי אלס א אודיטער אדער אנאליזירער.
מיין געוויסן זאגט מיר אויך ווי דו. און נאכמער עס איז בעצם א בחינה פון א סטימיולוס פעקעזש.. די גאוו מאכט קאפמליצירטע טעקט געזעצן
וואס קיינער פארשטייט נישט, מוזן גיין אקאונטענטס אין סקול זיך לערנען, און מוזן ביזנעסער אויפנעמען די אקאונטענטס, אזוי שאפט מען זשאבס פאר יעדן. און אויכעט מער טעקס פאר גאוו.
די גאנצע קארפארעשאן סיסטעם איז תחילת אזוי אוועקגעשטעלט, מוזט האבן אינשורענס, בענק לאונס, פרייוועט אודיטערס, אקאונטענטס, CFO וכו' יעדער מאכט געלט.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 2:00 am
דורך וויכטיג מאכער
שוועמל, אויף דעם האט ער דיר יא געענטפערט, ער האט דיר געזאגט אז ס'ווענצעך פארוואס מ'האטעם אויפגענומען... פארשטיי אז א פשוטע קליינע ביזנעס נעמטעם אויף צו טוהן אקאונטינג, און א גרויסע ביזנעס האט 3 אקאונטענטס צו מאכן די בוקס...
ס'זענען אויך דא אקאונטענטס וואס אנהייב וועלן זיי מאכן דיינע בוכער, אבער ס'קעניש אזוי בליבן, א גוטע אקאונטענט האט נישט די צייט דערפאר, און אויב בעט ער טייער דערפאר קען א קליינע ביזנעס נישט באצאלן אזויפיהל שעה...
די אנדערע פראגע האטער געזאגט אז ס'איז קאמפליקעיטעד... און סיז טאקע! איך האב געגעבן א דזשענעראל רול אין נ"י סיטי ווי ס'דא א טעקס אויף K1 פון א S קארפ... רוב פלעצער איזעס נישט דא, סאו דארט איז אנדערש...
נאכדעם ווענצעכעס אין אנדערע פעקטערס, האט יענער דידאקשענס? וואסערע דידאקשענס... מ'דארף אויך פארשטיין אז פון א W2 איז שווערע צו מאכן דידאקשענס ווי פון א 1040 מיט א K1...
(אגב, פון א סי קארפ איז אסאך מאל שווערער ארויסצונעמען געלט ווי פון א S... ווען דו ווילסט גיבן פאר איינעם געלט פון א סי קארפ איז שווערער צו טרעפן א געהעריגע ריעזאן אסאך מאל... און אז די שעיר האלדער זאל ארויסנעמען ס'געלט אלץ פראפיט און ווייטער גיבן פאר יענעם איז אביסל שווער מסביר צו זיין פאר די חברה וואס דו ווילסט, איזעס א ביזנעס עקספענס, פארוואס האסטעס ארויסגענומען, איזעס נישט, פארוואס צאלסטע נישט קיין טעקס דערויף... פון א עס קארפ, ווי די געלט פון די קארפ ווערט אוטאומאטיש דיינס סוף יאר איזעס פיהל סמאאדער)
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 7:48 am
דורך derech eretz
וויכטיג מאכער האט געשריבן:derech eretz האט געשריבן:מ'דארף פרעגן דעם 'לאקאלן' סאושעל סערוויס אפיס וועלכע קארפ ס'איז בעסער פאר די מתנות פונעם פעטער, יעדע מקום איז אנדערש.
איך דענק אז אקאונטענט וויל נישט רעדן דערפון... אבער ווי שוין געשמיעסט כמה פעמים סיז קיין חילוק!
וויכי.. כ'ווייס אז אקאונטענט ווילן נישט רעדן דערפון, און כ'האב שוין געהערט פון דיר מער ווי איינמאל אז ס'נישט קיין חילוק.. פארדעם שרייב איך מ'זאל פרעגן די 'לאקאלע' אפיס וואס פארשטייט צו דעם, וויזוי די לאקאלע באהערדע קוקט דערויף.