Advertisement

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

אקאונטינג

מאנטאג פבואר 10, 2014 7:16 pm

שלו' וברכה!

פותחין בכבוד האכסניא!
אזוי ווי איך דריי זיך דא שוין דא א לענגערע תקופה אלץ לייענער, און איך האב שוין אסאך הנאה געהאט פון פארשידענע נושאים וואס ווערן דא אויסגעשמועסט אויף א עהרליכן הויכן ניווא. בפרט האב איך שוין געהאט היבשע פאר מאל נוצן פון פארשידענע עצות און Support וואס איינער דעם אנדערן העלפט דא ארויס בסבר פנים יפות (בבחינת מתן בסתר עפ"י רוב), ע"כ האב איך געקלערט אלץ אל תמנע טוב אויך צו זיין פון די מסייעים און ארויסהעלפן פאר אחב"י וואס האבן אמאל פארשידענע ספיקות און זוכען א עצה אין ענינים בנוגע Accounting.

כ'האף מיט די צייט צו געבן א לענגערע באשרייבונג מיט אינטערעסאנטע ידיעות וואס וועט זיכער זיין באלערנד און אינפארמאטיוו פארן ציבור אי"ה.

Advertisement

מאנטאג פבואר 10, 2014 7:33 pm

שלום עליכם, מאכט אייך באקוועם, פינקט אין גי גוטע צייט אריינגעקימען.

מאנטאג פבואר 10, 2014 7:52 pm

וועלקאום.

איך האב גראדע אפאר קשיות, לאמיר זיך קודם מסדר זיין ביזדערווייל מאכט אייך באקוועם.

מאנטאג פבואר 10, 2014 7:53 pm

עליכם שלו'! יישר כחכם!

יעצט איז טאקע די ריכטיגע צייט, און פון די אנדערע זייט די פארנומענסטע סעזאן ביי אונז. איך וועל דאך פרובירן אריינצוקומען כאטש איינמאל א טאג צו ענטפערן אויב איינער האט עפעס צו פרעגן בנוגע Accounting און Tax.

פארשטייט זיך אז מען קען מען זיך אלעמאל ווענדן אין אישי.
לעצט פאראכטן דורך JL Accountant אום דינסטאג פבואר 11, 2014 10:56 am, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.

מאנטאג פבואר 10, 2014 7:55 pm

שלום עליכם וברוכים הבאים

א דאנק פון פאראויס

מאנטאג פבואר 10, 2014 8:29 pm

פיינע נייעס! שלום עליכם

מאנטאג פבואר 10, 2014 9:01 pm

אלס SENIOR CITIZEN ערלויב איך זיך דיר דערמאנען א זאך וואס השכל איז מחייב
האלט זיך צי טרוקענע פאקטען און גיב ניט חוות דעת וואס איז ענדערש און אזא פאל אדער אזא פאל
לאז זיך ניט אריין אין חששות פון יעצנו רעה
די ווייסט דאך ניט ווי קלוג עס איז דער שואל און דער ליינער וואס פאלט אריין
און קל וחומר בן בנו של ק"ו ניט געבען קיין עצות ווי אזוי "מען גיט זיך אן עצה"

דער רבוש"ע זאל דיר שיקען די ריכטיגע ווערטער זאלסט טאקע קענען העלפען אידישע קינדער
מתוך הרחבת הדעת

מאנטאג פבואר 10, 2014 9:35 pm

איך וואלט געוואלט פארשטיין וואס איז די חילוק פין א C copration.אין א LLC
לעצט פאראכטן דורך רעד צו די זאך אום מאנטאג פבואר 10, 2014 9:36 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג פבואר 10, 2014 9:36 pm

רעד צו די זאך האט געשריבן:m

האט קיין מורא נישט

מאנטאג פבואר 10, 2014 9:37 pm

ווארט אויס

מאנטאג פבואר 10, 2014 9:50 pm

ישר כח אייך אלע וואס האבן אזוי ווארעם מקבל פנים געווען, בפרט קקיון וואס רעדט דברים של טעם מיט א ריכטיגן טעם זקנים.
לעצט פאראכטן דורך JL Accountant אום מאנטאג פבואר 10, 2014 10:19 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג פבואר 10, 2014 9:55 pm

כאב שוין געטראכט וויאזוי די אקאנטענט וועט רעדן שטיל (כידוע רעדן זיי אלע שטיל) כאב געזעהן אז ער שרייבט קליין האט עס מיר געמאכט שמייכלען.

נאר א וויץ - נישט נעמען פערזענליך!

מאנטאג פבואר 10, 2014 10:34 pm

שלום עליכם חשובער אקאונטענט! עס איז אונז א כבוד צו פארמאגן דא אזוינע חשובע חברים ווי אייך, ירבו כמותך באייוועלט!

מאנטאג פבואר 10, 2014 10:36 pm

תרנגול האט געשריבן:שלום עליכם חשובער אקאונטענט! עס איז אונז א כבוד צו פארמאגן דא אזוינע חשובע חברים ווי אייך, ירבו כמותך באייוועלט!

מאנטאג פבואר 10, 2014 11:06 pm

רעד צו די זאך האט געשריבן:איך וואלט געוואלט פארשטיין וואס איז די חילוק פין א C copration.אין א LLC


מיינסט אודאי צו פרעגן די חילוק פון א S Corporation און א LLC, ווייל א C Corporation איז אינגאנצן אנדערש, כ'וועל פרובירן בקיצור וויפיל די צייט איז מספיק מסביר צו זיין און ווי כ'האב אנגעהויבן וועט מיט דער צייט קומען בעז"ה לענגערע ארטיקלן.

סיי א Corporation (א C און א S) און סיי א LLC זענען עקסטערע קערפערשאפטן לגבי לייעביליטיס, דאס הייסט אז אויב מ'קלאגט דעם ביזנעס אדער מ'פיילט ח"ו בענקראפסי זענען די פערזענליכע נכסים נישט משועבד און מ'קען פון דארט נישט גובה זיין. די חילוק איז נאר לגבי Tax:

א C Corporation ווערט די נעט אינקאם פאררעכענט אז די Corp האט פארדינט און עס צאלט אליין זיינע טעקס (לויט די קארפ. טעקס רעיטס), און די דיווידענס פאר די שעירהאלדערס ווערן עקסטער גערעכנט פאר אינקאם (Capital Gain) און מ'צאלט נאכאמאל טעקס אויף דעם (Double Taxation) וואס איז פארשטייט זיך א געוואלדיגע חסרון.

א S Corporation ווערט די נעט אינקאם אריבערגעפירט צו די שעירהאלדערס נאכן פיילן די רעטורן פארן קארפארעישען און נאר זיי צאלען די טעקס לויט זייער פערזענליכע רעיט, (חוץ City tax דא אין NYC דארף די קארפארעישען יא צאלן) אבער נישט יעדער איז ערלויבט צו זיין א S Corp.

א LLC ווערט לכתחילה געפיילט אויף די 1040 (Individual Tax Return) פון די Owner און בכלל נישט עקסטער געפיילט.

מאנטאג פבואר 10, 2014 11:45 pm

אז מען רעדט שוין האב איך שוין געוואלט פרעגן

ווען איך מאך א DBA אויף מיין נאמען, למשל "ווארד" איז דאינג ביזנעס עז "מלה", איז דער טעקס ריטורן מער קאמפליצירט ווי א פשוט'ע געווענליכע טעקס ריטורן אויף וועלכע איך פייל סעלף עמפלויעד אינקאם?

און צו איז בכלל דא סיי וועלכע תועלת אין האבן א DBA (אויסער פאר די נאמען)?

דינסטאג פבואר 11, 2014 12:05 am

ניין

ניין

דינסטאג פבואר 11, 2014 12:12 am

קורץ און שארף

ייש"כ גדול

דינסטאג פבואר 11, 2014 12:14 am

AHA האט געשריבן:כאב שוין געטראכט וויאזוי די אקאנטענט וועט רעדן שטיל (כידוע רעדן זיי אלע שטיל) כאב געזעהן אז ער שרייבט קליין האט עס מיר געמאכט שמייכלען.

נאר א וויץ - נישט נעמען פערזענליך!

די ווייסט פארוואס זיי רעדען שטיל?
דאס איז אן ענין פון שבירת המידות זיי דארפען זיך צי געוואנען ניט צי שפרינגען פון יעדען נארישען איינפאל פון א קליענט
__
צו ווארד
פון איעגענע ערפארונג איז קיין שום נ"מ ציווישען אן אייגענעם נאמען און א DBA
דא האסט דעם SCHEDULE C קוק וואס שטייט ביי LINE C
-
יעדע שינוי פון אייגענעם נאמען איז א DBA, אפילו א הוספה פון א ווארט , YANKELS BUSINESS SERVICES איז א DBA,
דער איינציגער פאקטישער מעלה פון א DBA דער נאמען קלינגט בעסער
א DBA האט א שטיקעל חסרון א DBA טשעקינג אקאנט מיז זיין א BUSINESS CHECKING ACCOUNT וואס קאסט
זוגתי שתחי האט שוין 30 יאר א PERSONAL ACCOUNT פאר איר געשעפט, עס איז א משהו שווער מען דארף געדענקען
בעטען דעם קאסטוצער אויסשטעלען טשעקס פאר "גיטעל גאלד" נישט "גאלד קרעפלעך"

דינסטאג פבואר 11, 2014 9:36 am

א גרויסן יישר כוח

דינסטאג פבואר 11, 2014 9:37 am

שלום עליכם הרב דזשעי על, עס איז אונז א כבוד אייך צו האבן צווישן אונז, מיר האפן אז איר וועט זיך דא גוט געפינען און די הנאה וועט גיין ביידע וועגן.

דינסטאג פבואר 11, 2014 10:36 am

א LLC ווערט לכתחילה געפיילט אויף די 1040 (Individual Tax Return) פון די Owner און בכלל נישט עקסטער געפיילט.[/quote]

Form 1065 should be filed by LLC – K1’s are distributed by LLC to partners to file with 1040

דינסטאג פבואר 11, 2014 10:46 am

ווען עס זענען דא Partners פיילט מען א 1065 - נישט נאר ביי א LLC נאר ביי יעדע Partnership.
אבער ביי א LLC מיט איין owner ווערט עס געפיילט אויפן 1040 אזוי ווי א געווענליכע Sole Proprietorship.

דינסטאג פבואר 11, 2014 12:37 pm

יישר כח רבי פארן עפענען דעם אשכול.

דינסטאג פבואר 11, 2014 12:48 pm

שלום עליכם הער אקאונטענט...

פראגע: וואסערע עדווענטידזש האט א C קארפ איבער א S קארפ?
שרייב א תגובה

Advertisement