אקאונטינג

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
JL Accountant
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2014 1:13 am

אקאונטינג

תגובהדורך JL Accountant » מאנטאג פאברואר 10, 2014 7:16 pm

שלו' וברכה!

פותחין בכבוד האכסניא!
אזוי ווי איך דריי זיך דא שוין דא א לענגערע תקופה אלץ לייענער, און איך האב שוין אסאך הנאה געהאט פון פארשידענע נושאים וואס ווערן דא אויסגעשמועסט אויף א עהרליכן הויכן ניווא. בפרט האב איך שוין געהאט היבשע פאר מאל נוצן פון פארשידענע עצות און Support וואס איינער דעם אנדערן העלפט דא ארויס בסבר פנים יפות (בבחינת מתן בסתר עפ"י רוב), ע"כ האב איך געקלערט אלץ אל תמנע טוב אויך צו זיין פון די מסייעים און ארויסהעלפן פאר אחב"י וואס האבן אמאל פארשידענע ספיקות און זוכען א עצה אין ענינים בנוגע Accounting.

כ'האף מיט די צייט צו געבן א לענגערע באשרייבונג מיט אינטערעסאנטע ידיעות וואס וועט זיכער זיין באלערנד און אינפארמאטיוו פארן ציבור אי"ה.
גילוי דעת: מיר זענען מחויב עפ"י תורה לדרוש בשלומה של מלכות און זיך פירן עפ"י חוקי המדינה, פראגעס וואס זענען נישט 100% אין איינקלאנג מיט די חוקי המדינה וועלן מיר גענצליך איגנארירן.

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » מאנטאג פאברואר 10, 2014 7:33 pm

שלום עליכם, מאכט אייך באקוועם, פינקט אין גי גוטע צייט אריינגעקימען.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » מאנטאג פאברואר 10, 2014 7:52 pm

וועלקאום.

איך האב גראדע אפאר קשיות, לאמיר זיך קודם מסדר זיין ביזדערווייל מאכט אייך באקוועם.

אוועטאר
JL Accountant
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2014 1:13 am

תגובהדורך JL Accountant » מאנטאג פאברואר 10, 2014 7:53 pm

עליכם שלו'! יישר כחכם!

יעצט איז טאקע די ריכטיגע צייט, און פון די אנדערע זייט די פארנומענסטע סעזאן ביי אונז. איך וועל דאך פרובירן אריינצוקומען כאטש איינמאל א טאג צו ענטפערן אויב איינער האט עפעס צו פרעגן בנוגע Accounting און Tax.

פארשטייט זיך אז מען קען מען זיך אלעמאל ווענדן אין אישי.
לעצט פאראכטן דורך JL Accountant אום דינסטאג פאברואר 11, 2014 10:56 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
גילוי דעת: מיר זענען מחויב עפ"י תורה לדרוש בשלומה של מלכות און זיך פירן עפ"י חוקי המדינה, פראגעס וואס זענען נישט 100% אין איינקלאנג מיט די חוקי המדינה וועלן מיר גענצליך איגנארירן.

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » מאנטאג פאברואר 10, 2014 7:55 pm

שלום עליכם וברוכים הבאים

א דאנק פון פאראויס
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11863
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג פאברואר 10, 2014 8:29 pm

פיינע נייעס! שלום עליכם

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12926
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג פאברואר 10, 2014 9:01 pm

אלס SENIOR CITIZEN ערלויב איך זיך דיר דערמאנען א זאך וואס השכל איז מחייב
האלט זיך צי טרוקענע פאקטען און גיב ניט חוות דעת וואס איז ענדערש און אזא פאל אדער אזא פאל
לאז זיך ניט אריין אין חששות פון יעצנו רעה
די ווייסט דאך ניט ווי קלוג עס איז דער שואל און דער ליינער וואס פאלט אריין
און קל וחומר בן בנו של ק"ו ניט געבען קיין עצות ווי אזוי "מען גיט זיך אן עצה"

דער רבוש"ע זאל דיר שיקען די ריכטיגע ווערטער זאלסט טאקע קענען העלפען אידישע קינדער
מתוך הרחבת הדעת

רעד צו די זאך
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 05, 2014 12:33 pm

תגובהדורך רעד צו די זאך » מאנטאג פאברואר 10, 2014 9:35 pm

איך וואלט געוואלט פארשטיין וואס איז די חילוק פין א C copration.אין א LLC
לעצט פאראכטן דורך רעד צו די זאך אום מאנטאג פאברואר 10, 2014 9:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
בשלטון הכופרים אין אנו מאמינים, ובחיקותיהם אין אנו מתחשבים ,בדרך התורה נלך באש ובמים ,לקדש שם שמים.

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » מאנטאג פאברואר 10, 2014 9:36 pm

רעד צו די זאך האט געשריבן:m

האט קיין מורא נישט
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

רעד צו די זאך
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 05, 2014 12:33 pm

תגובהדורך רעד צו די זאך » מאנטאג פאברואר 10, 2014 9:37 pm

ווארט אויס
בשלטון הכופרים אין אנו מאמינים, ובחיקותיהם אין אנו מתחשבים ,בדרך התורה נלך באש ובמים ,לקדש שם שמים.

אוועטאר
JL Accountant
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2014 1:13 am

תגובהדורך JL Accountant » מאנטאג פאברואר 10, 2014 9:50 pm

ישר כח אייך אלע וואס האבן אזוי ווארעם מקבל פנים געווען, בפרט קקיון וואס רעדט דברים של טעם מיט א ריכטיגן טעם זקנים.
לעצט פאראכטן דורך JL Accountant אום מאנטאג פאברואר 10, 2014 10:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
גילוי דעת: מיר זענען מחויב עפ"י תורה לדרוש בשלומה של מלכות און זיך פירן עפ"י חוקי המדינה, פראגעס וואס זענען נישט 100% אין איינקלאנג מיט די חוקי המדינה וועלן מיר גענצליך איגנארירן.

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » מאנטאג פאברואר 10, 2014 9:55 pm

כאב שוין געטראכט וויאזוי די אקאנטענט וועט רעדן שטיל (כידוע רעדן זיי אלע שטיל) כאב געזעהן אז ער שרייבט קליין האט עס מיר געמאכט שמייכלען.

נאר א וויץ - נישט נעמען פערזענליך!
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3189
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מאנטאג פאברואר 10, 2014 10:34 pm

שלום עליכם חשובער אקאונטענט! עס איז אונז א כבוד צו פארמאגן דא אזוינע חשובע חברים ווי אייך, ירבו כמותך באייוועלט!
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מאנטאג פאברואר 10, 2014 10:36 pm

תרנגול האט געשריבן:שלום עליכם חשובער אקאונטענט! עס איז אונז א כבוד צו פארמאגן דא אזוינע חשובע חברים ווי אייך, ירבו כמותך באייוועלט!
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
JL Accountant
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2014 1:13 am

תגובהדורך JL Accountant » מאנטאג פאברואר 10, 2014 11:06 pm

רעד צו די זאך האט געשריבן:איך וואלט געוואלט פארשטיין וואס איז די חילוק פין א C copration.אין א LLC


מיינסט אודאי צו פרעגן די חילוק פון א S Corporation און א LLC, ווייל א C Corporation איז אינגאנצן אנדערש, כ'וועל פרובירן בקיצור וויפיל די צייט איז מספיק מסביר צו זיין און ווי כ'האב אנגעהויבן וועט מיט דער צייט קומען בעז"ה לענגערע ארטיקלן.

סיי א Corporation (א C און א S) און סיי א LLC זענען עקסטערע קערפערשאפטן לגבי לייעביליטיס, דאס הייסט אז אויב מ'קלאגט דעם ביזנעס אדער מ'פיילט ח"ו בענקראפסי זענען די פערזענליכע נכסים נישט משועבד און מ'קען פון דארט נישט גובה זיין. די חילוק איז נאר לגבי Tax:

א C Corporation ווערט די נעט אינקאם פאררעכענט אז די Corp האט פארדינט און עס צאלט אליין זיינע טעקס (לויט די קארפ. טעקס רעיטס), און די דיווידענס פאר די שעירהאלדערס ווערן עקסטער גערעכנט פאר אינקאם (Capital Gain) און מ'צאלט נאכאמאל טעקס אויף דעם (Double Taxation) וואס איז פארשטייט זיך א געוואלדיגע חסרון.

א S Corporation ווערט די נעט אינקאם אריבערגעפירט צו די שעירהאלדערס נאכן פיילן די רעטורן פארן קארפארעישען און נאר זיי צאלען די טעקס לויט זייער פערזענליכע רעיט, (חוץ City tax דא אין NYC דארף די קארפארעישען יא צאלן) אבער נישט יעדער איז ערלויבט צו זיין א S Corp.

א LLC ווערט לכתחילה געפיילט אויף די 1040 (Individual Tax Return) פון די Owner און בכלל נישט עקסטער געפיילט.
גילוי דעת: מיר זענען מחויב עפ"י תורה לדרוש בשלומה של מלכות און זיך פירן עפ"י חוקי המדינה, פראגעס וואס זענען נישט 100% אין איינקלאנג מיט די חוקי המדינה וועלן מיר גענצליך איגנארירן.

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » מאנטאג פאברואר 10, 2014 11:45 pm

אז מען רעדט שוין האב איך שוין געוואלט פרעגן

ווען איך מאך א DBA אויף מיין נאמען, למשל "ווארד" איז דאינג ביזנעס עז "מלה", איז דער טעקס ריטורן מער קאמפליצירט ווי א פשוט'ע געווענליכע טעקס ריטורן אויף וועלכע איך פייל סעלף עמפלויעד אינקאם?

און צו איז בכלל דא סיי וועלכע תועלת אין האבן א DBA (אויסער פאר די נאמען)?
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

אוועטאר
JL Accountant
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2014 1:13 am

תגובהדורך JL Accountant » דינסטאג פאברואר 11, 2014 12:05 am

ניין

ניין
גילוי דעת: מיר זענען מחויב עפ"י תורה לדרוש בשלומה של מלכות און זיך פירן עפ"י חוקי המדינה, פראגעס וואס זענען נישט 100% אין איינקלאנג מיט די חוקי המדינה וועלן מיר גענצליך איגנארירן.

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » דינסטאג פאברואר 11, 2014 12:12 am

קורץ און שארף

ייש"כ גדול
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12926
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג פאברואר 11, 2014 12:14 am

AHA האט געשריבן:כאב שוין געטראכט וויאזוי די אקאנטענט וועט רעדן שטיל (כידוע רעדן זיי אלע שטיל) כאב געזעהן אז ער שרייבט קליין האט עס מיר געמאכט שמייכלען.

נאר א וויץ - נישט נעמען פערזענליך!

די ווייסט פארוואס זיי רעדען שטיל?
דאס איז אן ענין פון שבירת המידות זיי דארפען זיך צי געוואנען ניט צי שפרינגען פון יעדען נארישען איינפאל פון א קליענט
__
צו ווארד
פון איעגענע ערפארונג איז קיין שום נ"מ ציווישען אן אייגענעם נאמען און א DBA
דא האסט דעם SCHEDULE C קוק וואס שטייט ביי LINE C
-
יעדע שינוי פון אייגענעם נאמען איז א DBA, אפילו א הוספה פון א ווארט , YANKELS BUSINESS SERVICES איז א DBA,
דער איינציגער פאקטישער מעלה פון א DBA דער נאמען קלינגט בעסער
א DBA האט א שטיקעל חסרון א DBA טשעקינג אקאנט מיז זיין א BUSINESS CHECKING ACCOUNT וואס קאסט
זוגתי שתחי האט שוין 30 יאר א PERSONAL ACCOUNT פאר איר געשעפט, עס איז א משהו שווער מען דארף געדענקען
בעטען דעם קאסטוצער אויסשטעלען טשעקס פאר "גיטעל גאלד" נישט "גאלד קרעפלעך"

רעד צו די זאך
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 05, 2014 12:33 pm

תגובהדורך רעד צו די זאך » דינסטאג פאברואר 11, 2014 9:36 am

א גרויסן יישר כוח
בשלטון הכופרים אין אנו מאמינים, ובחיקותיהם אין אנו מתחשבים ,בדרך התורה נלך באש ובמים ,לקדש שם שמים.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג פאברואר 11, 2014 9:37 am

שלום עליכם הרב דזשעי על, עס איז אונז א כבוד אייך צו האבן צווישן אונז, מיר האפן אז איר וועט זיך דא גוט געפינען און די הנאה וועט גיין ביידע וועגן.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

ציטער
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 24, 2014 9:36 am

תגובהדורך ציטער » דינסטאג פאברואר 11, 2014 10:36 am

א LLC ווערט לכתחילה געפיילט אויף די 1040 (Individual Tax Return) פון די Owner און בכלל נישט עקסטער געפיילט.[/quote]

Form 1065 should be filed by LLC – K1’s are distributed by LLC to partners to file with 1040

אוועטאר
JL Accountant
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2014 1:13 am

תגובהדורך JL Accountant » דינסטאג פאברואר 11, 2014 10:46 am

ווען עס זענען דא Partners פיילט מען א 1065 - נישט נאר ביי א LLC נאר ביי יעדע Partnership.
אבער ביי א LLC מיט איין owner ווערט עס געפיילט אויפן 1040 אזוי ווי א געווענליכע Sole Proprietorship.
גילוי דעת: מיר זענען מחויב עפ"י תורה לדרוש בשלומה של מלכות און זיך פירן עפ"י חוקי המדינה, פראגעס וואס זענען נישט 100% אין איינקלאנג מיט די חוקי המדינה וועלן מיר גענצליך איגנארירן.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5286
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג פאברואר 11, 2014 12:37 pm

יישר כח רבי פארן עפענען דעם אשכול.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21630
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג פאברואר 11, 2014 12:48 pm

שלום עליכם הער אקאונטענט...

פראגע: וואסערע עדווענטידזש האט א C קארפ איבער א S קארפ?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט