בלאט 3 פון 3
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 06, 2014 1:31 am
דורך בליץ
לאמיר עס אביסעלע קלאר מאכען..
עמעזאן גייט נישט אן פין ווי די סעללער האט די אייטעמס אדער צו די סעללער האט עס נישט לעגאל..
די איינציגסטע זאך וואס זיי גייט אן איז צו די קאסטומערס זענען צופרידען מיט וואס זיי באקומען פאר די ליסטינג.
וויט דעט סעד אפילו די מאכסט אייגענע פעקעדשינג וכדו. ווי לאנג די קוסטומער זעט נישט קיין חילוק נאו באדי קעירס..
@derecheretz
נישט קיין חילוק צו די ביסט די מעניאפעקטארער אדער די עקסקלוסיוו דיסטריביוטער אדער די ברענד.. די ביסט בעל הבית אויף די אייטעם די קענסט טשענטשן די ליסטינג און עס מנופילירען אבער ווער עס פארקויפט עס קענסטו גארנישט טון....
למשל איינער לייגט צו א אייפאן צו אן אייפאון ליסטינג איך און די ווייסען אז עס איז גרעי מארקעט אבער די קוסטומער נישט, יעצט ווען עפל וועט קאלען עמעזאן וועלן זיי ענפערן אז מן הסתם האט עס די סעללער געקויפט פון דיר...און דערלייגען אויף יעדע סעיל....
גיי ווז זיי אויף!!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 06, 2014 1:33 am
דורך בליץ
derech eretz האט געשריבן:האסט געזאגט אבער נישט געהאט פרוף.
היינט גע'טשעט מיט עמעזאן, האט זי מיר געזאגט אז מ'גייט יענעם יא פארשיקן אויב לייגט ער זיך צו צו מיין ברענדעד ליסטינג און זיינס איז נישט די ברענד.
אבער פארשטייט זיך די וועסט מיזען אויף ווייזען אז יענער פארקויפט נישט די זעלבע זאך!!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 06, 2014 1:39 am
דורך בליץ
שוועמל האט געשריבן:קענסט מסביר זיין וואס דו מיינסט מיט "עס איז נאר דא א פראבלעם וואס הייסט ליסטען די אייטעם."
ליסטן וואו?
וואסערע פראבלעם?
א גוטע מענופעקטשורער האט א ספרעדשיט מיט אלע אייטעמס, דעסקריפשאנס און אטטריביוטס. און דאס גיבט מען פאר די ריסעללערס זיי ארויסצוהעלפן בילדן זייער קעטעלאג, נאר נארמאל.
אויב ווילסטו מען זאל ליסטן אויף א געוויסע וועג, דאן אינקלוד אלע אינפארמעשאן אין די ספרעדשיט וואס דו ווילסט זאל ווערן געליסטעד. די ריסעללערס וועלן נוצן דיין אינפא שיט.
פארגעס נישט, די ריסעלערס זענען למעשה דיינע גוטע קאסטומערס ווייל זיי רוקן אסאך קוואנטיטי. ארבייט מיט זיי, נישט קעגן זיי.
שוועמל טייערע, דאס וואס די זאגסט איז א שטארקע ביזנעס סטראטעגיע אבער עס איז נישט פאר יעדעם, יעדע ברענד האט אן אנדערע מהלך און עדווערטייזינג.
יעצט לכשאני לעצמי וואלט איך נישט געלאזט סעללערס זאלען זיך הארגענען אויף מיין אייטעם..רוב גרויסע ״ברענדס״ האבען שטייפע עמעזאן פאלעסיס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 06, 2014 9:32 am
דורך derech eretz
בליץ האט געשריבן:derech eretz האט געשריבן:האסט געזאגט אבער נישט געהאט פרוף.
היינט גע'טשעט מיט עמעזאן, האט זי מיר געזאגט אז מ'גייט יענעם יא פארשיקן אויב לייגט ער זיך צו צו מיין ברענדעד ליסטינג און זיינס איז נישט די ברענד.
אבער פארשטייט זיך די וועסט מיזען אויף ווייזען אז יענער פארקויפט נישט די זעלבע זאך!!!
ווילאנג יענער מאכט נישט נאך מיין פעקעדזשינג אויך, זעט מען גלייך אז עס איז נישט די סעים ברענד, דאס האט נישט מיטן קאסטומער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 06, 2014 9:50 am
דורך AHA
שוועמל,
אויף עמעזאן ווילסטו דאך נאר מען זאל ארויפלייגען מיט די ארגינעלע יו פי סי, איז וואר?
אויב אזוי מיין איך אז די אינישעל ליסטינג דארף זיין דורעך די קאמפעני דירעקט, אזוי ביזטו זיכער אז עס איז א פערפעקט ליסטינג, אין נאכדעם קענסטו לאזען אלע דיינע קאסטומערס ליסטען אין די מיליאנס, נאר א מעפ פאליסי איז אימפארטענט.
כאף אז איך קים אריין קלאר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 06, 2014 12:34 pm
דורך וויכטיג מאכער
איך מיין אז דער עולם מישט דא אויס...
ס'דא גרויסע מענופעקטשערערס ווי "סאוני", סאוני וויל ווי מער סעילס, אבער זיי האבן א דיעל מיט עמעזאן אז נאר דיעלערס קענען פארקויפן אויף עמעזאן... נישט פון דעם רעדט מען דא!
ווען א יונגערמאן מאכט א אייגענע ברענד אין טשיינע, ווילער נישט ווי מער מענטשן זאלן דאס פארקויפן, ער וויל אז נאר ער זאל פארקויפן די אייטעם! ווייל דער צווייטער וואס פארקויפטעס מאכטעס אויך אליין, ער קויפטעס נישט פון אים...
עניוועי, איך גלייב אז די ענטפער פאר "בליץ" איז; מאך דיר א אייגענע ברענד, אייגענע פעקעדזשינג, און דער אנדערער סעללער וועצעך נישט וועלן צוטשעפענען צו דיין ליסטינג וואס האט דיין נאמען דערויף, ווייל ער וויל נישט האבן א שלעכטע רעקארד אלס איינער וואס פארקויפט קאונטערפיט... איז ווילאנג ער האט נישט די זעלבע פעקעדזשינג ווי דיר העטער זיך נישט צולייגן צו דיין ליסטינג...
די רגע וואס איינער פארקויפט אן אייטעם, אפילו סיז געמאכט ביי די זעלבע טשיינע פעקטארי, היות אבער די פעקעדזשינג ווייזט אז סיז פון א צווייטע מענעפעקטשורער הייסטעס קאונטערפיט אויב ער פארקויפטעס אונטער דיין ליסטינג... (שטייצעך מ'רעדט ווען דו ליסטעס מיט א נאמען, "בליצעס סעלפאון טשארדזשער"... זיין טשארדזשעס איז טאקע ס'זעלבע, אבער ס'איז נישט "בליצעס"...)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 06, 2014 12:37 pm
דורך derech eretz
דעטס רייט!
ס'וועט זיין וואס וועלן זיך צולייגן, אבער עמעזאן וועט זיי פארשיקן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 06, 2014 12:53 pm
דורך שנאפס
וויכי זייער גוט מסביר געווען, איך האב נישט געוואלט אריינרעדן ווייל דא האט אויסגעקוקט ווי די דור הפלגה אביסל...
שוועמל רירט אן א צווייטע נושא, עס זענען דא קאמפאניס וואס לאזן נישט פארקויפן אויף עמעזאן וועגן..... עפעס! זיי זאגן נישט פארוואס און פארווען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 06, 2014 1:21 pm
דורך derech eretz
שנאפס האט געשריבן:שוועמל רירט אן א צווייטע נושא, עס זענען דא קאמפאניס וואס לאזן נישט פארקויפן אויף עמעזאן וועגן..... עפעס! זיי זאגן נישט פארוואס און פארווען
כ'מיין אז די סיבה געווענליך איז ווייל Brick and mortar סטארס פארלאנגען עס פון די קאמפאניס עס נישט צו לאזן פארקויפן אנליין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 06, 2014 8:23 pm
דורך פאר דוקא
שוועמל האט געשריבן:אויב איך מעג פרעגן,
פון א ביזנעס פערספעקטיוו, פארוואס זאל א מענופעקטשורער נישט לאזן די ריסעללערס פארקויפן אויף עמעזאן? אדרבה דו ווילסט דאך אז דיינע ריסעללערס זאלן האבן הצלחה מיט דיין פראדוקט און פארקויפן וואס מער אזוי וועלן זיי צוריקקומען צו דיר און קויפן נאך, מיט די צייט וועסטו ווערן א רררריזיגע מענופעקטשורער, האבן א אייגענע דיסטריבוטער, און זיך מער נישט דארפן אפגעבן מיט עמעזאן.... זיך מער קענען אפגעבן מיט מאנופעקטשורינג און אימפארטינג, מאכן א ברענד נעים וכו' וכו'. און זאלן די ריסעללערס פאוסטן אויף עמעזאן און שיקן ארדערס בעת דו שיפסט נאר מינימום 100 יוניטס און נאר פאר ריסעללערס... דעריבער פארשטיי איך אינגאנצן נישט דעם מהלך??
העכסטענס אויב גייסטו נישט דעם דירעקציע, דאן לאז יא פאוזטן אנליין, באט סעט א MAP (מינימום אדווערטייזד פרייסינג) פאליסי מיט דיינע ריסעלערס נישט צו אדווערטייזן אונטער א געוויסע פערצענט אףף. דאס קען מען עפפעקטיוולי ענפארסירן.
און אויב יענער פאוסט אונטער אן אנדער נאמען סא דו ווייסט נישט וועלכע ריסעלערס סיז. דאן איז א עצה צו פלעיסן א ארדער פון יענעם און זען פון וואו ער שיפט... קוקט די סיריעל נומבער וכדומה.
די פראבלעם איז אז זיי גייען זיך נישט רעכענען מיט די msrp און דעמאלטס גייען די סטארס נישט קויפן דיין אייטעם
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 06, 2014 11:41 pm
דורך AHA
שנאפס האט געשריבן:איך האב נישט געוואלט אריינרעדן ווייל דא האט אויסגעקוקט ווי די דור הפלגה אביסל...
איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך שפיר מיך פערזענליך אינסאלטעד, אויב שפיר איך גיט בין איך אייך מודיע אז איך בין גרייט אויסצוהערן קריטיק!
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 07, 2014 2:32 am
דורך וויכטיג מאכער
אהא... איך טריי צו כאפן פארוואס דו מיינסט אז ער מיינט דיך... איי דאונט געט איט... ער האט גערעדט פון די פראגעס, בעיקר שוועמל'ס... און בכלל, וואסעפעס אינסאלטעד? דור הפלגה מיינט אז דער פרעגט איין זאך און דער צווייטער רעדט פון גאר א צווייטע זאך... ס'טייטש אז מ'פארשטייצעך נישט זה הו! נישט קיין שום אינסאלט!
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 07, 2014 3:26 am
דורך שוועמל
איך מיין אז איך האב מיך יא דירעקט באצויגן צום פותח האשכול'ס פראגע (מיט מיין זייטיגע פראגע פארוואס טאקע נישט), עס איז נאר אריינגעקומען אינדערמיט די ענין פון רעוויוס/פידבעק/קאנטערפיט.
סא אויב דור הפלגה האב איך קיין האמער נישט דערלאנגט אין קאפ אריין, אפשר אין די פוס.
דרך ארץ,
מר. בליץ לאזט נישט פארקויפן ווייל זיינע בריק און מארטאר דיעלערס לאזן נישט הייסט? העריך...
וויטשי,
דיין סאוני איז מסתם א משל, ווייל כגלייב נישט זיי האבן סיי וועלכע דיעל מיט אמעזאן. ווילאנג זיי ליסטן נישט דירעקט האט עמעזאן גארנישט מיט זיי. אבער זיי דארפן נישט קיין דיעל ווייל עמעזאן אליינס האלט שטרענג זייער רול נישט נאר פאר סאוני, און זיי רעמאוון יעדע קאנטערפיט אדער גרוי מארקעט אנע דיעלס מיט קיינעם.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 07, 2014 8:33 am
דורך derech eretz
מר. שוועמל, איר ברענגט צוריק די דור הפלגה שמועס.. מיר רעדן פון צוויי זאכן,
בליץ איז נישט קיין מענופעקטשער, נאר נעמט זאכן פון א סופלייער, פאקט עס איבער און פארקויפט עס אויף עמעזאןאלס א אייגענע ברענד, און פפרעגט דא אויב עמעזאן וועט אים העלפן בלייבן אליינס אויף זיינע ליסטינגס.
מיין תגובה איבער בריק און מארטאר סטארס, איז ארויפגעגאנגען אויף וויכי'ס צווייטע נושא איבער גרויסע קאמפאני'ס וואס פראדוצירן אליינס אייטעמס און ווילן עס נישט פארקויפן פאר אנליין סטארס.
פארשטאנען?
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 07, 2014 10:49 am
דורך וויכטיג מאכער
שוועמל, קודם סאוני איז נישט קיין משל, פראביר צו ליסטן אן אקטיוו סאוני פראדוקט אלס ברענד ניו... קענאן און נאך אנדערע האבן ס'זעלבע פאלעסי!
און ווי דרך ארץ ברענגט ארויס, טאקע דאס האט בליץ געפרעגט, (שטייצעך ער האטעס געפרעגט אביסל אנדער וואס האט מעגליך גורם געווען דעם צומישעניש...) וויזוי קענעך יענעמס פראדוקט דערקלערן אלס "קאונטערפיט"?
עניוועי, כ'מיין אז בי נאו איזער שוין קלאר...
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 5:08 am
דורך moishy56
.
I heard a good idea how to protect it
It sounds a good idea
-----
Lets say you have a business called DEALS GALORE
'And You have a nice 'Plastic shelf
You want to sell it on amazon
but you dont want other people to hook onto your listing
So you write that you are selling this shelf for $30
'and you write that he will get a 'Shelf
PLUS A FREE KEYRING
with The name DEALS GALORE on the keyring
~~~~
Now, if someone else, wants to hook himself onto this listing
He will also have to give a DEALS GALORE keyring
But he does not have a DEALS GALORE keyring
-
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 8:54 am
דורך יהושע
יא יא דאס איז א געוואלדיגע עצה, ש׳כח פארן דערמאנען....
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 10:24 am
דורך Yoely
?"Can I write just on the package “Made in China
?Or it needs to say on the item itself
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 13, 2014 4:37 am
דורך moishy56
Yoely האט געשריבן:?"Can I write just on the package “Made in China
?Or it needs to say on the item itself
I dont understand your question
'I just bought some 'SHOE LACES
and it says on the 'packet
Made in China
How is it possible
that they have to write on the ITEM made in China
?
I also bought a box of 12 candle
It says on he box Made in China
Do you think they should write on every candle
'made in china'
?
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 27, 2014 12:58 pm
דורך א. טראכטער