בלאט 1 פון 1

טוישן א בילד צו פארדרייען גוגל אימעדש סורטש

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 3:05 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
איך פארקויף א פראדוקט וואס מען קען באקימען אנליין, דאס איז נישט א פראדוקט וואס האט א מאדעל נאמבער, ממילא קען מען עס נישט סורטשען אנליין צו רעפערנצן א פרייז, אבער די פיקטשער פון די אייטעם קען מען יא סורטשען אויף גוגל אימעדשעס, אז איך אפפער די פראדוקט פאר א קאמפעני וויל איך נישט אז יענער זאל קענען גיין אנליין און דערנאך צוריקקימען זיך דינגען אויף די פרייז, וואס איז שייך צו טוען אז גוגל זאל נישט טרעפן די פיקטשער, און לכתחילה א זאך וואס מען קען טוען אין באלק פאר אסאך פיקטשערס אויף איין מאל. צו די פייל עקסטענשאן, די מעטעדעטע, צולייגן א בארדער, איינער האט עני עקספיריענס?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 3:09 pm
דורך יהיה כן
אה, פארקויפסט שוין די נייע תכלת........ :grin: :grin:

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 3:15 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
:grin:

אנדערע זאגן אין אזא פאל: די אשכול איז נישט אין פארברענגען

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 3:20 pm
דורך מאנ-יימער
טויש די סייז פונעם בילד, ליתר שאת לייג צו א וואסער מארק.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 3:26 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
האסט עס שוין פראבירט? יעצט געטרייעט ביי מיר און עס העלפט נישט גוגל איז קליגער פון דעם.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 3:36 pm
דורך מאנ-יימער
א וואסערמארקע אין צענטער פונעם בילד דארף זיכער העלפן, ווי אויך קראפן די בילד אבער אין דיין פאל גלייב איך אז דו ווילסט דאס נישט טוהן ווארום די ווילסט נישט אראפשניידן א חלק פונעם פראדוקט.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 3:42 pm
דורך שנאפס
אפשר פרובירן צו כאפן דעם בילד אויף א אנדערע בעקגראונד

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 4:13 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
אין מיין פאל ווערט די בילד געמאכט דארך א סטודיאו אין טשיינע, סאיז נישט עך שייך צו מאכן נייע בילדער, אנדערע למשל קויפן די פראדוקטס פון קאמפעניס, און באקימען די בילדער פון זיי,

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 4:44 pm
דורך שנאפס
אדער טוישן דעם בעקגראונד אין פאטאשאפ, אויב קענסטו נישט כאפן א נייע בילד

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 5:07 pm
דורך היפאקריט
גיבט דאס נישט אין פיקטשער פארמאט, נאר אין למשל פלעש
אדער, (ווינציגער אפעקטיב) גיבט עס אין א וועבפעידז מיט רייטקליק דיסעיבלד

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 5:09 pm
דורך שנאפס
א וועבפעידזש מיט רייט קליק דיסעיבלד נעם איך געווענליך ארויס דעם בילד אונטער א מינוט

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 5:13 pm
דורך היפאקריט
פלעש איז אויך נישט קיין זיכערער אויסוועג ווייל מען קען כאפן א סקרינשאט (באמת איז לפי ידיעתי נישטא קיין מהלך צו בלאקירן א וויזיטאר פון נעמען דעם פייל און טאן דערמיט וואס ער וויל כולל זוכן אויף גוגל)

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 5:22 pm
דורך אלטן דור
שיק עס אפשר (אויב איך מעג זאגן) און א ווידיא פארמאט

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 6:44 pm
דורך בחורהזעצער
בעיסיקלי וואס דו ווילסט טוהן איז איבערקלוגן google image recognition, עס וואלט געווען גאנץ אינטערעסאנט מיטצוהאלטן אזאנס, אבער קודם דארף מען מאכן ריסוירטש וויאזוי זייער ארטיפישל אינטעלעזשענס ארבעט.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 7:36 pm
דורך קאמענטאטאר
אויב האט עס נישט קיין טעקסט, פליפ עס horizontally ווי א שפיגל.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 9:24 pm
דורך היפאקריט
קאמענטאטאר האט געשריבן:אויב האט עס נישט קיין טעקסט, פליפ עס horizontally ווי א שפיגל.

wow ער איז ממש פארלוירן.. איך זוך א טיש (שפיגלדיג) און ער ווייזט מיר א לולקע און א פאסיק מיט שליסלען, שיך און נאך

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 9:26 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
ריזאלטס פון די אלע פראבעס וואס איך האב היינט געמאכט.
וואס האט נישט געהאלפן: ריסייזן, וואסער-מארק, ביידע צוזאמען, גיף פון די זעלבע בילד דאפעלט, png מיט א דורכזיכטיגע לעיאר, פליפן די אימעדש העלפט עטוואס.
ו
ואס האט דערווייל געארבעט איז: פליפן די אימעדש צוזאמען מיט צולייגן א דינעם בארדער (סעמפל עטטעטשעט) (א וואסערמארק נאכן פליפן האט נאר געארבעט ווען דאס איז געווען צו שטארק און בולט צו קענען שיקן אזא בילד צו א קאסטומער)


'בחור הזעצער' און 'קאמענטאטאר' איז דאס א קא-אינסידענס אז עטס האטס ביידע אלבערט איינשטיין פאר די אוועטער?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 10:09 pm
דורך היימישער איד
האסט נישט מורא אז די חברה וועלן סערטשן די בילד און אנקומען אהער צו דעם זייטל און זען וואס די פשט פון די שיינע ראם איז?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 10:37 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
איך בין מער באזארגט וועגן גוגל אימעדש ווי גוגל טרענסלעיט...

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 10:52 pm
דורך היימישער איד
חח גערעכט.. מיין תגובה איז געווען ווי א פיצי דערמאנוג אז די סייט איז אויפן ברייטן נעץ און ווערט אויך אויסגעשפיגן דורך גוגל סערטש'ס. כאטש וואס אין דעם פאל איז עס לכאורה נישט קיין אישו.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 2:18 am
דורך בליץ
אז איך מעג פרעגן.

ווי אזוי טשעקסטו דאס אזוי שנעל צו גאגעל דערקענט עס?

האסט שוין פראבירט סתם טוישן די אימעדזש טייפ, פון א דשעיפעג ( גיט געספעלט?) צו א דשיף צו א פי נ דשי

לכאורה איז די בעסטע און גרינגסטע מהלך ווי שנאפס האט געשריבען, קראפ די פיקטשור אדער מאך די בעגראנד דורכזיכטיג, און האב א רעדי פאר יעדען קונה א בעגראנד פאר אלע פיקטשורס.

א חוץ די רעדע איז פון קריסטעל אדער דימאנטן

קיפ אס פאסטעד

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 6:02 am
דורך אלד וויליאמסבורג
ליין מיינע פריערדיגע תגובה מיט די בילדער.

עס פאר ספעלינג פארפוסעס, דשעיפעג וועל איך נאך שלינגען, דשיף איז ראנג, דארף זיין גי"ף

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 8:10 am
דורך טרעוולער
גי'ף איז עברית אין אידיש שרייבט מען דזשיף

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 2:33 pm
דורך היפאקריט
ס'געווען גראדע א אנגייענדע און לאנג פארצויגענע אומקלארקייט.. ביז דער מחבר פון GIF האט גענומען די קוראזש און איז ארויסגעקומען אין די עפנטליכקייט און מודיע געווען זיין כונה עס זאל זיין געזאגט ווי אין JIF ומעתה קולי קולות יחדלון

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 2:42 pm
דורך היפאקריט
בליץ האט געשריבן:אז איך מעג פרעגן.

ווי אזוי טשעקסטו דאס אזוי שנעל צו גאגעל דערקענט עס?


אין קרום איז עס אין די רייטקליק, אויך קען מען אופלאודן אדער סוירטשן ביי יו אר על

גלייכע ווערסיע
שפיגל ווערסיע

אינעם אורגינאלן האט גוגל צוגעלייגט די דעסקריפשן צום בילד, אבער אינעם צווייטן איז ער אהן לשון