בלאט 1 פון 2
עפענען אן אייגענע וועבסייט - הילף און טיפס
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 07, 2014 10:03 am
דורך להגדיל שמו
אזוי ווי איך בין זייער רוי אין די גאנצע נושא פין אנליין, זיך איך ווער עס קען מיך ארויס העלפען, אויף א אופן אז איך זאל ארויסקריכען קלאר מיט אלע קליינע דיטעלס.
יעצט צום ענין. איך פארקויף closeout פראדעקטס אין א געוויסע ליין, און איך בין שטארק געבעיסט אויף לאקאל, איך פארקויף יעצט מער ווייניגיר פאר ספלייערס וואס פארקויפען די ליין אייטעמס, אדער פאר מענטשען וואס קויפען קוואנטעטי (לאו דוקא גרויסע) וואס דארט קען איך פארשטייט זיך עס פארקויפען פאר טייערער. איך וועל געבען א משל, לעטס סעי איך פארקויף קאמפיוטערס פאר א ביליגע פרייז פאר א קאמפיוטער סטאר, אבער איך פראביר אריין ציכאפען א מענטש וואס עפענט יעצט אויף א נייע אפיס און ער דארף צוואנציג קאמפיוטערס, וואס דארט קען מען בעטען מער געלט, און עס וועט נאך אלץ זיין ביליגער ווי ער וואלט ווען געצאלט אין סטאר.
צוריק צי וואס איך זיך צי טיען: איך זיך צי עפענען א וועבסייט אדער א בלוג וואס איך זאל קענען דארט פארקויפען מיינע אייטעמס, און עס פאוסטען אויף טוויטער, יעדע טאג/וואך(נאך נישט מחליט געווען ווי אפט) ארויף לייגען א נייע דיעל צי האלטען די קויפערס געשפאנט צי מיין טוויטס.
יעצט וויל איך וויסען:
1) ווי אזוי עפען איך א וועבסייט?
2)איז דא א וועבסייט וואס איך קען האבען אימזינצט?
3)ווי אזוי באקום איך באצאלט?
4)איז טוויטער די אפשען פאר מיר?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 07, 2014 11:10 am
דורך וועלט
אויף טוויטער קען מען נישט קויפן/פארקויפן, טוויטער ווערט גענוצט צו מעלדן ווען איר האט עפעס צו פארקויפן און מ׳לייגט צו א לינק צו אייער סייט וואו מ׳קען עס קויפן.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 07, 2014 11:11 am
דורך להגדיל שמו
ווייס איך.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 07, 2014 11:42 am
דורך מאנ-יימער
וועלכע וועבסייט ס'גוט פאר דיר ווייס איך נישט אבער וועגן טוויטער פרעג זאלץוואסער, ער האט אויפגעסעט אז יעדע מאל ער לייגט א נייע ארטיקל אויף זיין בלאג דאן שיקט זיך א טוויט דערוועגן.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 07, 2014 11:45 am
דורך מומחה עצום
א וועבסייט צוזאמען מיט א גוטע סאושעל מידיע (טוויטער וכו') סטראטעגיע איז וואס דו דארפסט
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 07, 2014 11:47 am
דורך להגדיל שמו
מומחה עצום האט געשריבן:א וועבסייט צוזאמען מיט א גוטע סאושעל מידיע (טוויטער וכו') סטראטעגיע איז וואס דו דארפסט
וואס הייסט? זיי זיך מסביר.
בד"וו איך האב געהאפט אז מומחה זאל דא אריין פאלן
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 07, 2014 11:55 am
דורך מומחה עצום
פאר דעם וועסטו דארפן א
ביזנעס קאנסולטענט, וואס וועט דורכטון דיין ביזנעס און לויט דעם וועט ער דיר מייעץ זיין וויאזוי און וואס צו טון.
עס קאסט געלט אבער ס'לוינט זיך, פון שמועסן דא וועט קיינער נישט קענען ארויסהאבן דיין ביזנעס.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 07, 2014 11:57 am
דורך להגדיל שמו
ישר כוח
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 08, 2014 11:12 am
דורך וויכטיג מאכער
איך קעניש זאגן זיכער, אבער לכאורה איז פיטעקס דאס וואס דו זוכסט... ער האט א וועב דעזיין טיעם, זיי זענען א גרויסע מארקעטונג קאמפעני און זיי פארשטייען די סאושעל מידיע מארקעט...
איך קעניש קיין פרייזן, מאך זיכער אז ס'פיט דיין בודזשעט, אבער ער קוקט אויס די בעסטע קאנדידאט דערפאר...
הצלחה וברכה...
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 08, 2014 11:24 am
דורך להגדיל שמו
וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך קעניש זאגן זיכער, אבער לכאורה איז פיטעקס דאס וואס דו זוכסט... ער האט א וועב דעזיין טיעם, זיי זענען א גרויסע מארקעטונג קאמפעני און זיי פארשטייען די סאושעל מידיע מארקעט...
איך קעניש קיין פרייזן, מאך זיכער אז ס'פיט דיין בודזשעט, אבער ער קוקט אויס די בעסטע קאנדידאט דערפאר...
הצלחה וברכה...
ווער זענען זיי?
וואס איז די נומבער?
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 08, 2014 11:33 am
דורך מאנ-יימער
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 20, 2014 11:14 am
דורך rapid web
איך בין ניי דא אינעם קליינעם וועלטל פון איי וועלט.
אויב קען איך מיך נאך נישט אויס מיטן מנהג המקום, ביטע זייט מיר מעורר.
בנוגע השואל פאר א וועב סייט, לעניות דעתי דארפט איהר א סימפעל
Wordpress Site + Social Media
פארוואס וואורדפרעסס?
עס איז זייער סימפעל זיך אויסלערנען און עס קען וואסקן מיט אייך.
גענוג, מיינע ציינער ברעכן זיך ווען איך פראביר טייפן אידיש:
With Wordpress you can start very simple and grow with it. You can add new templates, add a shopping cart later and it "inter connects" very good with social media.
Social Media: There are new ones each day so don't try to have them all. What is a must is Facebook and Twitter. The rest is not a must.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 28, 2014 10:58 am
דורך שנאפס
אויף ווארדפרעס.קאם קען מען צולייגן א שאפינג קארט אד"ג אדער נאר אויף ווארדפרעס.ארג?
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 7:31 pm
דורך מומחה עצום
ווארדפרעס.קאם איז א בלאג האוסטינג סייט און דארט קען מען נישט האבן קיין שאפינג קארט, אבער ווארדפרעס.ארג וואס איז א CMS פלעטפארם, אויף (די פלעטפארם) ווארדפרעס קען מען האבן א שאפינג קארט
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 31, 2014 1:13 pm
דורך פאר דוקא
סאו קען מען מאכען אז א דאט קאם זאל זיך רידיירעקטען צי א דאט ארג?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 03, 2014 1:58 pm
דורך מומחה עצום
פאר דוקא האט געשריבן:סאו קען מען מאכען אז א דאט קאם זאל זיך רידיירעקטען צי א דאט ארג?
ניין, ווייל די .ארג איז א פלאטפארמע וואס מען דארף אליין האוסטן און קאסטומייזן, משא"כ די .קאם איז א בלאג האוסטינג סייט פונקט ווי tumblr און blogger.com
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 03, 2014 4:17 pm
דורך שצם_חנכל
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 09, 2014 2:27 am
דורך Elmo
ווי זוי ארבעט די האוסטינג איך קען למשל האבן געמאכט א סייט ביי וועבלי אדער ווארדפרעס און עס האויסטען ביי גאו דעדי?
אזוי אויך די דאמעין וויזוי ברענגט איך מיין דאמעין פון גאו דעדי צי וועבלי אדער ואורד פרעס?
אויך וויל איך טאקע פארשטיין אויב וויל איך האבן א לאטישע וועבסייט דארף איך טאקע נישט צוקימען צו די קאמפעניס וואס מאכן סייטס וויזוי זענען זיי נאך און ביזנס ווען איך קען מאכן די זעלבע זאך פאר פעניס?
איך וויל שוין לאנג מאכן א סייט אבער איך גיי נישט צו קיין קאמפעני ווייל כאב מורא איך וועל עס באוויינען פארן צאלן אזוי סאך ווען מען קען עס מאכן אליין בינעך גערעכט?
איך קען יוזען א תירוץ אויף אלע דריי קשיות שעכוח למפרע
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 09, 2014 9:36 am
דורך מומחה עצום
פאר מען רעדט פון האוסטינג און דאמעין נעמען איז וויכטיג צו פארשטיין די ציל פון אייער וועבסייט.
אויב איר האט א ביזנעס און איר ווילט מצליח זיין, קענט איר נישט איז די זעלבע צייט ארבעטן אויף אייער וועבסייט און זיך ארומשפילן, וועגן דעם גיט מען איבער די ארבעט פון א סאספיקירטע וועבסייט (געוואנדן לויט וואס מען דארף) פאר א וועב דעוועלאפער און ער נעמט קעיר פון די וועבסייט, בשעת איר מאכט סעילס און פארדינט געלט.
יעצט צו דיין שאלה, ביי וויבלי אויב צאלט מען קען מען קאנעקטען די אייגענע דאמעין צו זייער סייט; דאס הייסט אז ווען מען וועט גיין צו למשל-סייט.קאם וועט מען אנקומען צו די וויבלי פעידזש
ווארדפרעס איז א בלאג פלאטפארמע און פאר געלט קען מען אויך קאנעקטן די אייגענע דאמעין (אויף ווארפרעס.קאם קען מען נישט האבן א שאפינג-קארט)
צו ענטפערן דיין דריטע פראגע מוז מען וויסן וואספארא וועבסייט דו דארפסט.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 09, 2014 10:15 am
דורך גליון
היות די רבש״ע האט צוגעפירט אז איך טוה אין דיע ליין
האלט איך כסדר מיט מענטשן וואס קומען צו אונז נאכדעם וואס זיי ווערן אפגעבריט פון אנדערע
אסאך פראבירן אליין גיין צו אינדיע וכדו׳
אבער צום סוף זעהען זיי אז אליין סאם האוי קומט מען נישט אן
עני וועי איך יא וואנט יא קען קאנטאקט מי
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 09, 2014 1:08 pm
דורך AHA
אלס טייל פון מיין ארבייט טוה איך ריוויוען קאסטומערס פאר עפראוועל.
א גיט געמאכטע וועבסייט איז 99 פראצענט געווארען דורעך עס ארויסגעבן פאר קאמפעני.
אין ווער עס קען אליין זאל פליז עפענען אזא ביזנעס, עס האט גאר גיטע פאטענטשעל.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 09, 2014 1:18 pm
דורך PDF
is there a way to redirect a godaddy domain to a google app website?
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 09, 2014 1:53 pm
דורך מומחה עצום
יא, מען קען עס לייכט טון זעה
דא
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 09, 2014 4:53 pm
דורך שוועמל
דער פותח האשכול זוכט נאך הילף צי עמיצער האט שוין געמאכט א לעבן אויף אים?
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 09, 2014 5:12 pm
דורך AHA
הגדי, שוועמל וויל דיך עפעס פרעגן.
כאף אז ער האט נאכנישט דערלייגט קיין געלט.
לייגטס ארויף אפאר נעמען פון היימישע וואס מאכען וועבזייטלעך פאר ביליג.