בלאט 1 פון 1

סוקסעס דורך סאושעל מידיע

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 30, 2013 4:41 pm
דורך פרוכט בוים
עס איז מיר אויסגעקומען אז איך דארף צוקימען צו סאושעל מידיע אזויווי פייסבוק לינקעדאון צו מארקעטען עפעס א אונווענשען אבער איך בין אזויווי א אומיגרענט ווי ארויס פון תימן אדער גאר פון עטאפיע ווען עס קומט צו דעי זאכן, פאר איך רעד צו מענטשן וועגן דעם וויל איך וויסן די בעסיקס ווער עס קען זיך אויס מיט דעם ווערט געבעטן אויפצוטרעטן און פארשטעלן זיין עקספערטיז מיט דעם, איך גלייב אסאך דא וועלן הנאה האבן

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 31, 2013 12:30 pm
דורך שצם_חנכל
פרוכט בוים האט געשריבן: איך גלייב אסאך דא וועלן הנאה האבן

אני בתוכם

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 31, 2013 8:35 pm
דורך AHA
גראדע געהערט אז די איינציגסטע קאמפעניס וואס האבען געמאכט געלט פון סאושעל מידיע זענען די סאושעל מידיע קאמפעניס אליינס.

מן הסתם א לאו דוקא אבער צו פארשטיין על פי משל וואלט איך עס צוגעגליכען צו קאושער פעסט, רוב קאמפעניס מאכען נישט קיין געלט דארט די פראבלעם איז נאר ווען די קימסט נישט, דעמאלטס פארלירסטו.

סאושעל מידיע קאסט אין ברענגט אויך אריין נישט אלע קאמפעניס מאכען געלט דארט, אין זיכער נישט קיין גרויס געלט

געהערט אלס א רעפארט פון סי בי עס נייעס אגענטור
די משל איז יא מיינס

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 01, 2014 12:03 am
דורך שוועמל
סאציאל מידיא איז אנדערש פון אלע אנדערע מארקעטינג וועניוס.

זאלסט נישט ערווארטן צו זען סעילס אין א שנעלע ריטורן אזויווי פעיד סירטש (עדווארדס), סאשעל איז נישט געמאכט צו ברענגען דירעקטע סעילס, עס איז ליבערשט געמאכט צו ברענגען ליעדס, דאס הייסט פראספעקטס (מעגליכע קאסטומערס אין די לאנג ראן).
דעריבער אויב האסטו אסאך "לייקס" אדער פאלאעורס אין א קורצע צייט (כאטש סהאט נישט געברענגט קיין סעילס) קענסטו עס אנקוקן אלס סוקסעס.

איין גוטע עפעקטיווע וועג איז שטעלן קיופאנס אדער פראמאשענס דוקא דורך סאשעל טוויטס, מענטשן זוכן היינט איבעראל פאר א קיופאן צו סעיוון אפאר דאלער און דאס וועט ברענגען דעם קאסטומער צו לייקן, קאמענטן, ריטוויטן, רעיטן אד"ג.

דאס איז אלעס לגבי סעילס. אבער לגבי קאנווענשאנס איז דאס גאר א גוטער מיטל צו ברענגען אויפמערקזאמקייט צו דיין סערוויס/סאלושען, בתנאי אז גענוג מענטשן ווייסן שוין פון דיר און זענען באקאנט מיט דיין סערוויס.
אויב אבער ביסט ניי און הייבסט יעצט אן איז דאס היבש שווער. דארפסט אויסשטעלן די פעיזש און פאוסט אויף אזא וועג וואס זאל זיין גענוג קלאר, גענוג בעאיינפלוסן, גענוג איבערצייגענד איבער די וויכטיגקייט פון דיין ברענד און סערוויסעס.
עס גייט נישט פון איין טאג אויפן צווייטן.

תמצית:
סאשעל איז נישט עפעס וואס ברענגט געלט שנעל אדער דירעקט
סאשעל קיין זיין ווירקזאם מער פאר לאקאל געשעפטן צו פראמאטן ספעשלס
סאשעל קען בויען א קאסטומער ליסט, סלאולי באט שארלי
סאשעל מוז כסדרדיגע אפדייטס, אז נישט שלאפט עס איין

סך הכל איז סאשעל נישט געמאכט פאר היינטיגע אנליין סעלערס וואס זוכן שנעלע ריטורן און האבן קיין צייט צופיל פאר אזעלכע זאכן.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 01, 2014 8:06 am
דורך פרוכט בוים
שעכוח פאר דיין אינפארמעשן

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 01, 2014 8:26 am
דורך להגדיל שמו
שוועמל זייער גיט אראפ געלייגט, יעצט אויב איך מעג פרעגען, (פאר א יוד מיט איבער 10,000 תגובת האב איך דרך ארץ) אויף א ביזנעס וואס מען האט כסדר פרישע דיעל'ס איז בכלל אינטערעסאנט סאשעל מידיע? אויב יא וועלעכע איז די בעסטע? לויט ווי איך פארשטיי וואלט טוויטער געדארפט זיין בעסער, וואס זאגסטו?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 01, 2014 9:49 am
דורך שוועמל
עס קען ארבעטן אויב פאללאוסטו די ריכטיגע מענטשן, נישט אנדערש פון א סערוויס/סאלושען.
דאס איז א באזונדערע עבודה אפירצוזוכן און טרעפן די פאטענציאלע קאסטומערס.
איך ווייס אויך נישט וויזוי דאס גייט צו, מסתם דורך ספעציעלע העשטעגס. אבער געהערט אז ביי מאנכע ארבעט עס.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 01, 2014 10:57 am
דורך פרוכט בוים
שוועמל האט געשריבן:עס קען ארבעטן אויב פאללאוסטו די ריכטיגע מענטשן, נישט אנדערש פון א סערוויס/סאלושען.
דאס איז א באזונדערע עבודה אפירצוזוכן און טרעפן די פאטענציאלע קאסטומערס.
איך ווייס אויך נישט וויזוי דאס גייט צו, מסתם דורך ספעציעלע העשטעגס. אבער געהערט אז ביי מאנכע ארבעט עס.

וואס איז דאס העשטעגס?
און ביי א site וואס שיקט deals איז לכאורה א גוטע מהלך אויב מען האט describes איז וויזווי שאפט מען למשל 5000-10000 describes זאלן באקומען אימעילס איז סאושעל מידיע די אפשען אדער איז דא אנדערע וועגן ווי פפק וכד׳ און וויפול קען קאסטן די מארקעטינג צו באקומען אזוי סאך subscriber

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 20, 2014 11:42 am
דורך rapid web
איך וואלט שטארק געאייצעט צו ליינן
Twitter for Dummies
You will get a basic understanding of what Twitter is, what it is not and also a basic understanding for other social media. I got a free copy online (pdf). Don't remember the link now.

Also, Social Media is a skill. It takes time to know what to include and what not. How you should build a good brand without giving you a bad name, etc.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 20, 2014 7:59 pm
דורך תמיד בשמחה
סאושעל מארקעטן v's אימעל Round 1

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 20, 2014 8:00 pm
דורך תמיד בשמחה
Round 2

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 20, 2014 8:00 pm
דורך תמיד בשמחה
Round 3

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 20, 2014 8:01 pm
דורך תמיד בשמחה
Round 4

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 20, 2014 8:02 pm
דורך תמיד בשמחה
Round 5

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 20, 2014 8:30 pm
דורך זאל ער קומען
וואס איז מער אפעקטיוו פאר א ביזנעס סענטרעל עיר קאנדישאן אדער אימעל מארקעטינג?
וואס פאר א פארגלייך איז דאס, עס האט אנדערע בענעפיטן, וואס פאר א צוזאמשטעל איז אימעל מיט סאשעל?

איך האב יעצט נישט קיין צייט, לכשירחיב עמער געבן א לאנגס און א ברייטס פאר סאשעל, אבער זעענדיג די צוזאםשטעל
האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 20, 2014 9:34 pm
דורך תמיד בשמחה
גערעכט
די infograph ברענגט אבער אריוס אין round 1 אז סאושעל איז גוט פאר brand awareness
די איבריגע איז נאר בדרך אגב

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 21, 2014 9:43 am
דורך rapid web
גערעכט.
פרייטיג צונאכטס טרינקט מען וויין.
שב"ק צופרי טרינקט מען ברוינפן.
ביידע זענן גוט.