בלאט 1 פון 1

Urbful.com

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 30, 2013 9:35 am
דורך וויליאם
א קליינע עד אינעם היינטיגן דבר יום ביומו מעלדט אז אמאזאן סעללערס זאלן (מוזן) זיך איינשרייבן אויף די ברענד נייע זייטל אורבפול, איך ווי א וואילע פאלגזאמע אינגערמאן האב גליייך אזוי געטון, אבער איך האב קיין השגה נישט וואס דער וויל און וואס ער וויל פון מיר און מיינס גלייכן,

ווייסט איינער וואו איך קען טרעפן דעם עבאוט קנעפל אויף זייער סייט, ביטע!

אורבפול

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 30, 2013 10:34 am
דורך derech eretz
פון די ווערטער Local marketplace that delivers in hours איז משמע אז ס'איז א דראפשיפ צענטער, זיי מאכן נאר א טעות מיטן מיינען אז די ערשטע זאך וועט מען זיי ארויס געבן די ביזנעס אינפאו נאך פארן וויסן ווער זיי זענען.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 30, 2013 10:48 am
דורך פלאטשיגער
זיי זענען דאך נאכנישט ארויסגעקומען, זיי קומען ארויס יאנואר 2014, נאר דא געטראפן אביסל ברייטער...

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 31, 2013 10:55 am
דורך וויליאם
איך פארשטיי אינגאנצן נישט

דער מר. שלעזינגער האלט אז ער גייט קענען קאמפיטען מיט איבעי נאו, און אמאזאן לאקאל? וועלן זיי אים נישט איינשלינגען?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 06, 2014 11:05 pm
דורך דניאל
קענסט קיינמאל נישט וויסען

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 12:34 pm
דורך וויליאם
איבערקוקנדיג מיינע תגובות, איז ארויפגעקומען אט די אשכול, באזוך איך זייער סייט, עטוואס געאפדעיט!

כ'מיין אז זיי האבן געוואונען דעם מעני האפמאן שארק טענק פאנדינג היי יאר.

אבער, מיט די אמאזאן סארטינג סענטערס מיינעך אז זיי קענען שפארן געשפעפט רייט נאו.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 3:05 pm
דורך שנאפס
אויפן האום פעידזש שרייבט ער אז ער דעליווערט אין גאנץ ברוקלין אינעם זעלבן טאג

1.JPG


אבער ווען איך לייג אריין מיין זיפ קאוד זאגט ער אז

Sorry, your area is out of our reach.


2.JPG

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 4:51 pm
דורך נא_שכל
ווייל דיין - אונזער געגנט איז נישט אין "ברוקלין" נאר "ירושלים ד'אמעריקא". בין איך געווען לעצטענס אין די קאנטרי. זאגט מיר א שכן א גוי - א יליד קעטסקילס, אז זיינס א קינד וואוינט אין ווליאמסבורג לעבען די 'געטא' פון די אידן, ודוק.