בלאט 1 פון 3

דירעקט מארקעטינג

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 23, 2013 6:09 pm
דורך רשי הקטן
אזויווי היינט האב איך אביסעלע איבריג צייט לאימך אייך מיטטיילן פון מיינע לערנינגען אין מארקעטינג

עס איז זייער באוויסט אין די היימישע וועלט צי מארקעטן מיט די אופן פון ברענדינג דאס הייסט מען מאכט פארשידענע סארט עדס אין מען לייגט עס אריין אין פארשידענע צייטונגען אין דשורנאלן אין מען האפט אז איין טאג א וואך ארים אדער אפאר יאר ארים וועט די ליינער פונעם צייטונג דארפן די סארט פרדוקט אדער סערוויס וואס די פארקויפסט אין ער וועט זיך דערמאנען פון דיין ביזנעס - אין אנדערע ווערטער מען וויל אז ווען יענער טראכט פון קויפן לאמיר זאגן א וועקיאם קלינער זאל תיכוף ומיד ארויפשפרינגען אינעם קאסטומערס קאפ די נאמען פון דיין ביזנעס
די אופן פון מארקעטנג ווערט אנגעריפן ברענדינג אין עס האט פארשטייט זיך פארשידענע חסרונות - אבער פאר אינז גיי מיר אויסשמיסן די חסרונות לאמיר קודם זעהן וואס איז די אנגערע וועג ווס מען קען ניצן

די אנדערע וועג ווערט אנגעריפן דירעק מארקעטינג אין די פשט דערפון איז אז מען אדווערטייזט נאר אין נאר צי מענטשן וואס מיר ווייסן אז זיי זענען אנגעוויזן אין די פרודוקט אדער סערוויסס וואס מיר פארקויפן די סיבות פארוואס די סארט מארקעטינג הייסט דירעקט מארקעטינג זענען פארשידענארטיג אין דער עקיר סיבה איז ווייל מען מארקעט פאר איינעם דירעקט - פאר איינעם וואס איז שטארק מסתבר אז ער זאל קויפן

לאמיר גיבן א דוגמא פון א קאמפיאטער טעקנישאן - ער זיכט ביזנעס ער לייגט ארויס אדווערטייזמענטס איינס נאכן צווייטן אין ער ווארט אז ביי איינעם זאל זיך די קאמפיאטער ציברעכן אין ער האפט אז יענער האט געזעהן זיין עד וואס ער האט 8 וואכן צירוק אין ער ווארט אויף איינעם וואס זאל אים רופן - דאס איז די ברענדינג סארט מהלך אין מארקעטינג

וויאזוי וואלט געוועהן ווען דער טעקנישן קומט אריין יעדן טאג אין זיין אפיס אין יעדן טאג האט ער א ליסטע פון 10 מענטשן מיט זייערע אמיעלס אפיס אדרעס אין טעל נומער וואס זייערע קאמפיאטערס האבן זיך נעכטן פארנאכטס ציבראכן אין זיי זיכן א גוטע ביליגע היימישע טעקנישאן
איז דען נישט אסאך גרינגער צי שיקן אן אמעיל אדער אפילו א דירעקטע שליח (מיט סיי וועלעכע מעסענדשער) צי די 10 מענטשן מיט געזינטע סעילס לעטער וואס זאל מאכן יענעם שפירן אז אטעדער טעקנישאן איז דער וועמען איך זיך
עס איז פשוט אז די לעטער דארף זיין גוט אויסגעארבעט אז עס זאל מאכן סענטס פארן צוקומפטיגן קליענט אין עס זאל יענעם מאכן שפירן אז דער טעקנישאן איז דער וועמען ער זיכט (ווי אזוי מען מאכט דאס איז אן עקסטערע שמיעס פאר זיך) אבער איז דאס ניטש אסאך בעסער ווי בלויז ווארטן אין האפן אז איינער וועט קלינגען דעם פאון ?

לאמיר הערן וואס האלט איר איבער דעם געדאנג פון דערעקט מארקעטינג אויב וועל איך האבן געניג מענטשן וואס וועלן ציריקשרייבן אז זיי זענען אינטערעסירט אין נאך ארטיקלען בנוגע דערעקט מארקעטינג וועל איך אי"ה שרייבן

ישר כח

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 23, 2013 6:31 pm
דורך יואל שווארטץ
זייער אן אינטערעסאנטער נושא. שכח פארן שרייבן.

מ׳מעג זיך טענה׳ען אויך אדער נאר שרייבן וואס מען האלט איבער דעם געדאנק?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 23, 2013 6:38 pm
דורך מידער
זייער שיין אראפגעשריבן.

פון מיין ערפארונג זענען די וואס לייגן זיך אריין אין דירעקט מארקעטינג זעהן צוריק א גרעסערע ריטורן אויף זייער מארקעטינג אויסגאבן אין פארגלייך צו די וואס לייגן זיך אריין אין ברענדינג.

מיר ווילן הערן נאך, און אוודאי ר' יואל'ס רעאקציע אויך.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 23, 2013 6:45 pm
דורך רשי הקטן
אוודאי מען קען זיך טענהן אויך נישט קיין שום פראבלעם פון מיין זייט

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 23, 2013 7:13 pm
דורך שתוקא בתרין
זייער שיין.
דער עולם איז אינטערעסירט צו הערן.

לדעתי, צו קענען גיין אויף א "ברענדינג" מארקעטינג, דארף זיין איינס פון די צוויי תנאים:
1) איר פארקויפט א טייערע זאך, וואס עס איז גענוג צו כאפן בלויז איין קאסטעמער (למשל א פערניטשער סטאר).
2) אדער: איר פארקויפט א זאך וואס איז גוט כסדר פאר יעדן למשל א נייע עסן אדער מלבושים, (לחם לאכול ובגד ללבוש).
אויב גייט איר נישט ארייין אין קיין איינס פון די צוויי קאטעגאריעס, טאר מען נישט אויסגעבן קיין סאך געלט אויף אדווערטייזמענטס, נאר אויפ'ן וועג פון דירעקט מארקעטינג.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 23, 2013 7:21 pm
דורך יואל שווארטץ
אקעי.

קודם, דיין הנחה אז די היימישע ביזנעסער מאכן ברענדינג אדווערטייזמענטס איז אביסל נישט אמת, ווייל די עדס פון וואס דו רעדסט זענען [עפ״ר] סתם הוילע גארבעדש, זיי האבן גארנישט מיט ברענדינג און נישט מיט עדס.

דער וועג וויאזוי ס׳פארט יעצט ביי אונז איז אז א קאמפאני/סטאר רופט אן זייער גרעפיק דיזיינער (אויב זיי האבן שוין געסעטלט ביים ביליגסטן...) דינסטאג נאכמיטאג, אמבעסטן מאנטאג, ״כ׳דארף אן עד״. ס׳דארף זיין רעדי אויף מיטוואך...

וואס גייט מען אדווערטייזן? אחד מי יודע.
צו וועם גייט מען אדווערטייזן? שניים מי יודע.
וואו גייט מען אדווערטייזן? שלשה מי יודע.

לייגט מען אריין אן ״עד״ אין אלע צייטונגען, אויסגאבעס און פלוג-בלעטלעך. פשוט ווייל מ׳האט נישט קיין ״צייט״ צו די נארישע החלטות. זאל עס זיין איבעראל און פערטיג. מ׳גיימיר זיך אויפרייסן...

---
ס׳נישטא אזא זאך ״סתם אדווערטייזן״.

א סטאר מוז אדווערטייזן. אבער ער מוז נאך אלץ האבן א חשבון אויף יעדן סענט וואס ער גיבט אויס.

ממילא דארף יעדע סענט ווערן אויסגעגעבן מיטן חשבון אז ס׳גייט אים ברענגען א ריטוירן (return on investment - ROI).

אויב גיבט ער נישט קיין צייט פארן גרעפיקער אויפצוקומען מיט עפעס געהעריג, איז עס ארויסגעווארפן געלט.
אויב ווייסט ער נישט צו וועם ער וויל מארקעטן זיין פראדוקט, איז עס ארויסגעווארפן געלט.

אז ער וועט וויסן צו וועם ער מארקעט זיין פראדוקט (target audience), וועט ער בעסער ארויסהאבן וואו צו אדווערטייזן. אויב זיין פראדוקט איז געצילט צו פרויען וועט ער גארנישט האבן פון אדווערטייזן אין דער איד/בלאט/צייטונג.

---
נאכן ארויסרוקן דעס פון וועג, קען מען אביסל בעסער באטראכטן וואס די אפציעס פון פרינט עדס זענען.

אוודאי איז ״דיירעקט מארקעטינג״ בעסער, אבער דאס דארף ווען יעדע עד [פרובירן] צו טון - ווי ווייט א פרינט עד קען זיין ״דירעקט״.

---
איך מוז יעצט אויפהערן שרייבן. כ׳וועל בל״נ צוריקקומען.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 23, 2013 7:53 pm
דורך רשי הקטן
ברענדינג איז גוט צי ניצן נאר אויף איין אופן אין דאס איז ביי גראסעריס אין טוי סטארס וכדומה וואס יעדער האט די זעלבע זאך פאר בערך די זעלבע פרייז - אבער אפילו אין די סארט געשעפטן קען מען אויך אריינריקען דירעקט מארקעטינג אין די ריספאנדס וועלן זיין אסאך בעסער

אלע איבריגע געשעפטן איז אסאך בעסער דערעקט מארקעטינג כל שכן וכל שכן ווען מען פארקויפט א טייערע זאך איז בעסער דירעקט מארקעטינג עס איז פיל מאל גרינגער, ביליגער אין שנעלער צי טרעפן דעם ריכטיגן קונה

יעדע עד וואס מען לייגט אריין אין סיי ועלעכע צייטונג וואלט ווען געדארפט זיין א אנהייב פון א דירעקט מארקעטינג קאמפיין

מיר האפן אין די נאנטע טעג צי שרייבן א רייכן ארטיקען אין די יסודות פון דירעקט מארקעטינג

MESSAGE
MARKET
MEDIA
COPY WRITING
LEAD GEN
OFFER
LIST BUILDING
ועוד ועוד

איך האף אז די וועסט הנאה האבן

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 24, 2013 2:13 am
דורך הלשון
א הארציגן יישר כח!

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 24, 2013 5:36 am
דורך אליקים געציל
טענקס א מיליאן!

קיפ גאואינג. מיר הערן צו מיט ביידע אויערען.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 24, 2013 12:47 pm
דורך AHA
איך האב גראדע א היבש ביסעל עקספערטיז אין דעם הינזיכט נאר נישט קיין גיטע שרייבער

איך בין זייער אינטערסירט דער אשכול זאל מצליח זיין מיטען צוהעלפען מענטשען אין איך וועל בל"נ צוהעלפען מיט וואס מעגליך

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 24, 2013 4:53 pm
דורך ניק ניק
רשי (וויאזוי פערנאוסט מען עס?) זייער גוט טוסטו ס'איז א גרויסע מצווה אויפצוקלערן אידן נישט ארויסצוווארפן געלט אין גאביזש.

אני כשלעצמי האב שוין דורכגעלערנט די סוגיא, און ס'איז מיר נישט נוגע אויך נישט, אבער ס'וייכטיג צו שרייבן קיפ אפ

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 24, 2013 5:23 pm
דורך יואל שווארטץ
איך וויל ענק פרעגן א קשיא; ביטע ווערט נישט צו שטארק באליידיגט.

כמעט יעדער וואס האט דא געשריבן א תגובה זאגט אז ער ״קען גוט די ליין״ אדער אז ער האט ״אסאך עקספערטיז״ אין דעם פעלד.
איך בין זייער נייגעריג: וואס מאכט א מענטש קענען, און זאגאר האבן אסאך עקספעריענס אין, די ליין?

איך האף אז איר אלע האט מער וויסנשאפט ווי יוסל גראס...

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 24, 2013 5:26 pm
דורך ניק ניק
איך האב נישט געזאגט אז איך "קען" נאר איך האב געשריבן אז איך האב "געלערנט", איך האב אסאך עוסק געווען אין דעם נישט מער געדאכט

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 24, 2013 5:39 pm
דורך AHA
איך מארקעט א פראדוקט דירעקט צו קאסטומערס אין געלויבט השם יתברך אז עס איז פיין געלונגען
פאר מער אינפארמעישאן קום קיין אישי

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 24, 2013 5:47 pm
דורך רשי הקטן
עס קענען זיין אסאך מענטשן וואס האבן שוין פרבירט די סארט מהלך אין עס איז זיי יא אדער נישט געגאנגען אין ממילה איז זייער גוט אז מיר האבן דא נאך מענטשן וואס האבן שוין געטון אדער געלערענט דערוועגן מיר זאלן קענען הערן ערשט האנטיגע אינפארמאציע ווי אזוי זאכן האבן פאר זיי געארבעט אדער ווי אזוי זיי האבן פארשטאנען די נושא

לא ראי זה כראי זה יעדער האט אן אנדערע וועג ווי אזוי ער כאפט אויף זאכן אין עס איז אינערעסאנט צי הערן יעדנס אינפאט - דער עולם זאל נאר זיכער מאכן אז מען רעדט נישט סתם אין די וועלט אריין נאר זאכן וואס זענען באמת הילף איינער פארן צווייטן

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 24, 2013 6:58 pm
דורך בערקא
יישר כח רשי, און יואלי פארן צולייזן געווירצן צום געקעכטס

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 24, 2013 7:17 pm
דורך רשי הקטן
לאמיר אנהייבן שרייבן וועגן דירעקט מארקעטינג אביסעלע מער אין טיפער

דירעקט מארקעטינג איז צינויפגעשטעלט פון 4 הויפט באשטאנטיילן
די 4 באשטאנטיילן זענען מעסעדש, מארקעט, צייט אין מידיע - שיקן דעם ריכטיגן מעסעדש צי די ריכטיגע מארקעט אין די ריכטיגע צייט דורך די ריכטיגע וועג - ריכטיגע ריזאלטס פון דירעקט מארקעטיג קען מען זעהן נאר ווען מען שטעל איין אלע פון די 4 אינאיינעם - עס קען אויך ארבעטן למחצה לשליש ולרביע אויב מען מאכט נאר א גוטע מעסעדש אדער נאר עפעס אנדערש פון די 4 - אבער ווען אלע 4 ארבעטן ציזאמען איז דא קיללער ריזאלטס

לאמיר צינעמען יעדע איינע פון די 4 באשטאנטיילן אין עס קלאר מסביר זיין עד שידינו מגעת - אין די ארטיקל וועלן מיר בעיקור זיך באציען צי די מעסעדש אין מארקעט חלקים אין אינז וועל מיר אי"ה ממשיך זייך מיט די איבריגע חלקים אין שפעטערדיגע ארטיקלען - ווי פארשטענדליך בין איך גרייט צי ענטפערן קשיות פטא סיי וועם שפירט אייך באקוועם צי פרעגן די קשיא וואס איר שפירט איז וויכטיג פאר אייך

אין אינזערע ארטיקלען וועלן מיר געבן אלעמאל צוויי משלים -
די ערשטע משל וועט זיין פון א טעקנישאן וואס איז פארקויפט סערוויס - אין די צווייטע משל וועט אלעמאל זיין פון א עלעקטאראניק סטאר וואס פארקויפט פרודקטן

ווי אויך איז גוט ארויסציברענגען אז די אינפארמאציע האב איך נישט נאר גוט דארוכגעלערענט נאר אויך שוין פראקטעצירט פאר מיין צוועק (ביזנעס) אין ווי אויך שוין געהאלפן דערמיט איבער א דאזן מענטשן גיין צי די נעקסטע שטאפל אין זייער ביזנעס - וממילה איז עס נישט בלויז טעאריעס אין געדאנקען נאר אויך זאכן וואס זענען געווארן אויספראבירט דורך מיר אליינס אין עס האט האפט - קענסט ראיג זיין אז די באקומסט גוטע ריכטיגע אקטעלע אינפארמאציע וואס ארבעט אין אינזער היימישע קאמיאנעטי -

יעצט לאמיר אריינגיין אין אויסארבעטען וואס מיינט א מעסעדש
מעסעדש = לאמיך דיר פרעגן א שאלה: די האסט געעפענט א ביזנעס אין די האסט געחלומט אז די גייסט מאכן אסאך געלט (עס מיז אזוי זיין, ווייל אז נישט וואלסו ליבערשט גענומען אן געהעריגע ארבייט) די האסט מפני איזה סיבה בעולם קלאר געהאלטן אז די פעלד ווי די ביסט אריין גייט דיר ברענגען גאר שיין פרנסה, אין איך בין כמעט זיכער אז די האסט שוין געזעהן דיינע פארדינסטן ווי עס ליגט שוין אין דיין באנק קאנטע,

עס קען זיין דריי סיבות פארוואס די האסט געהאלטן אז די ביזנעס וואס די האסט געפענט גייט דיר ברענגען געלט
איינס: די האסט געוויסט (אדער האסטו געוואלט וויסן) אז עס איז דא א דימענד אויף די סארט פרדוקט אדער סערוויס - אדער וויל עס איז נאך נישט דא קיינער אין די געגענט ואס פארקויפט עס - אדער ווייל עס דיין אייגענע נייע א איידיע וואס קיינער פארקויפט נאך נישט אין אזוי ווייטער
צוויי: די האסט געוויסט אז עס איז דא קאמפעטישאן אין דעם פעלד אבער דע האסט געוויסט אז מענטשן זענען נישט ציפרידן מיט זיי אין וועגן דעם האסטו געטראכט אז די וועסט איבערנעמען יענעמס קונים
דריי: די האסט עקספיריענס אדער האסטו ליב די סארט ביזנעס וואס די האסט געעפענט אין די האסט געטראכט אז יענער מאכט געלט (עס נישט אזוי זיכער אז יענער מאכט געלט, אבער אזוי האסטו געטראכט) קענסטו אויך מאכן געלט

יעצט לאמיר גיין אין צינעמען יעדע פון די דריי סיבות אין עס אנקוקן מיט די אויגן פון די מענטש וואס גייט עס קויפן
איינס: אויב א מענטש טרעפט אויף א נייע איידיע וואס ער ווייסט (ער האט געמאכט די ריכטיגע ריסערטש) אז עס איז דא דערויף א דימענט איז פשט אז מענטן זיכן דאס אין דעמאלס איז גאנץ גרינג צי טרעפן די ריכטיגע ווערטער אין שרייבן זאגן א "מעסעדש" וואס וועט מאכן די פאטענציעלע קונים רופן דיין טעלעפאון ווארום קיינער פארקויפט נישט די פראדוקט אדער סערוויס אין זיין געגענט (אדער בכלל נישט) דאס וואס די פארקויפסט אין ער האט א דימענד דערויף

צוויי: עס זענען דא מענטשן וואס קויפן די פרודוקט אדער סערוויס פון איינער וואס איז שוין אין ביזנעס אין די ווייסט אז זיי זענען נישט ציפרידן פון יענעם מפני איזה סיבה - די קומסט אריין מיט א געפויקעסטע סיבה פארוואס די עפענסט דיין געשעפט - די קענסט נישט יעצט בלויז גיין אין עפענען דיין געשעפט אין ווארטן אז מענטשן זאלן אריינשפאצירן צי דיר אין קויפן אפילו די האסט אין דיין קאפ גוטע מחשבות די מיזט ארויסלייגן די ריכטיגע מעסעדש וואס זאל זאגן מיט וואס די ביזט בעסער פון יענעם וואס איז שוין אין ביזנעס, כדי צי אריבערברענגען זיינע קליענטן צי דיר - דא איז שון אביסעלע שווערער צי שרייבן א ריכטיגע מעסערדש ווארום די האסט א קאמפעטישאן וואס די דארפסט פון אים אוועקנעמען

דריי: דא האסטו א שווערער פראבלעם - 4 גאסן ארויפציר אדער איין טעלעפאון קאל אוועק שטייט דיין קאמפעטישן אין דע ביסט גארנישט דער קונה זעהט נישט קיין שום חילוק צווישן דיר אין א צווייטן - פארוואס זאל ער קומען צי דיר ? די מיזסט טרעפן א סיבה פארוואס ער זאל רופן דיין נומער אין פארוואס ער זאל באזיכן דיין געשעפט ענדערש ווי אין דיין קאמפעאישן

דאס איז די פשט פון מעסעדש - די מיזט האבן א גוטע מעסעדש פארוואס א פאטענציעלע קליענט זאל קויפן ביי דיר ווי איידער ביי דיין קאמפעטישאן ?

אינז וועל מיר שפעטער אריינגיין אין די פראסעס וואס מען טוט ארויסציקומען מיט א גוטע מעסעדש - קודם דארפן מיר זעהן וואס מיינט מארקעט

מארקעט= די צווייטע חלק פון מארקעטינג אין מארקעט - דאס הייסט מען דארף אויסוועלן א מארקעט פאר וועם מען וויל פארקויפן אדער געבן סערוויס

לאמיר נעמען אינזער טעקנישאן אין לאמיר זעהן אפאר מארקעטס ער האט אויסציוועלן פון :(עס איז דא אסאך מער ווי דאס וואס מיר גייען אראפברענגען נאר פארן די ביישפיל רעדן מיר פון בלויז עטליכע
איינס: עס זענען דא ריזיגע ביזנעסער וואס האבן צענדליגער ארבייטערס מיט צענדליגע קאמפיאטערס אין מאשינען אין זיי האבן גענוג געלט א.א.וו.- ער האט א אפציע צי אויסוועלן אז ער וויל טון ארבייט נאר פאר אזאלעכע קאמפעניס
צוויי: עס זענען דא לאקאלע ביזנעסער מיט אפאר ארבייטער אין עטליכע קאמפיאטערס אין עס איז דא געלט אין די קאסע אבער נישט קיין סאך
דריי: נייע אין קליינע ביזנעסער וואס שפארן יעדע דאלער אין האבן איין צוויי קאמפיטערס
פיר: עס זענען דא מענטשן וואס ווילן צאלן פער שעה
פינוף : עס זענען דא מענטשן וואס ווילן וויסן א פיקסט פרייז פאר די ארבייט
אין אזוי איז דא נאר צענדליגער וועגן ווי אזוי מען קען אויסוועלן וועלעכע מארקעט מען וויל נעמען

איך ווייס וואס די ווילסט פרעגן: פארוואס איז בכלל וויכטיג צי נעמען א מארקעט - ? איך טי ביזנעס פאר יעדן ווער עס רופט מיך ? איך וועל גיין צי גרויסע אין קליינע ביזנעסער ? וואס האקסטו אין קאפ אריין ?

די ענטפער אויף דעם איז MASSAGE MARKET MATCH דאס הייסט אז די מעסעדש וואס די לייגסט ארויס פאר דיין ביזנעס דארף שטימען מיט די מארקעט פארוועם די ווילסט פארקויפן
אין ווייל דיין מעסעדש וועט זיין גצילט צי א געוויסע סארט מענט וועט יענער דיך ריפן ווי איידער צי רופן א צווייטן

לאמיך דיר עס ווייזן לייו
דא איז דא א אינגערמאן וואס האט 8וואכן ציריק געעפענט זיין אייגענע ביזנעס ער סטראגעלט מיט געלט אין פיצלינג האט זיך קאמפיטער אפגעשטעלט ווי טויט !!!! א וויי געשריי וואס וועט זיין די ביזנעס גייט באלד אינטער!!! ער האט נישט קיין ניצבארע קאמפיטער !!! קען מען פיקסן די פראבלעם ?!! קען מען נישט פיקסן די פראבלעם !!!? ער מיז ריפן א טעקנישאן !!!!!

ער עפענט די ביזנעס דיירעקטארי אין ער זעהן צוויי עדס : ביידע עדס האבן אין זיך מעלות וואס דער צווייטער עד האט נישט :ליינט אפ די צוויי עדס אין זאגט מיר צי וועלעכע ער וועט ענדירש (ערשט)ריספאנדען ?
עד 1: א עקספיריענס טעקנישאן מיט יארן עקספירעאינס טוט א שנעלע אין געשיקטע ארבייט - רופט שוין 6484939837474 - מיר בעטן נישט פאר די שעה בלויז פארן אראפקימען
עד 2 : האט איייער קאמפיאטער געסטאפט צי ארבייטן ? א טעקנישאן איז גרייט אראפציקימען צי אייער אפיס אין עס פארעכטן - מיר נעמען נישט קיין געלט אויב מיר קענען עס נישט פארעכטן רופן שוין אייער פריינד חיים 766467884248
עד 3: איייער קאמפיאטער געסטאפט צי ארבייטן ? אכטונג נייע ביזנעס אייגענטומער:האט איר אריינגעשטעקט טויזענטער דאלערס אין אייער ניי ביזנעס אין איר זענט נישט אין די מאד אריינצישטעקן נאך געלט אין א זאך וואס איר זענט נישט זיכער אז עס ועט אייך ברענגען רווחים !!!! א טעקנישאן איז גרייט אראפציקימען צי אייער אפיס אין עס פארעכטן - מיר נעמען נישט קיין געלט אויב מיר קענען עס נישט פארעכטן רופן שוין אייער פריינד חיים 766467884248

איר ווייסט זייער גוט אז ער וועט ערשט ריספאנדען צי די צווייטע אדער די 3טע עד - וווייל ער איז ניי צי האנדלען מיט קאמפיטער פראבלעמען ער ווייסט נישט צי מען דארף קויפן א נייע אין ער איז נישט אין די מאד צי צאלן פאר איינעם זאל אראפקומען אין אים זאגן אז מען קען עס נישט אדער עס לוינט זיך נישט צי פיקסן אין נאך דארפן באצאלן דערפאר = ער היט יעצט די געלט זייער שטארק

משא"כ לאמיר נעמען א גאר גרויסע ביזנעס וואס האט געניג געלט אין יעדע מינוט וואס די קאמפיאטער ארבייט נישט אין עס א גרויסע הפסד זיי וועלן ריפן דעם ערשטן עד ווארום דער מענטש איז עקספיריענס אין ער ארבייט געשיקט - פאר אים איז בעסער דער ערשטער טעקנישאן

ווען טעקנישן צוויי אדער 3 וואלט נישט אויסגעוועלט א טארגעט מארקעט וואלט ער נישט געקענט שרייבן די ריכטיגע מעסעדש וואס זאל מאכן אז די אינגע ביזנעסער זאלן אים ריפן

די זעלבע איז מיט אייך טייער ליינער איר דארפט האבן א ריכטיגע מעסעדשש וואס זאל רעדן צי א געוויסע גרופע פון מענטשן אז מען זאל אייך רופן פאר אייער פרדוקט אדער סערוויס !!!!!

הצלחה רבה - מיר וועלן זיך נאכאמאל לאזן הערן אי""ה - ביטע לאזט מיך וויסן אייערע קשייות געדאנקען איך זאל קענען צירוקשרייבן אין אויסקלארן ענינים וואס איר האט נישט יורד געווען לעמקו



-

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 25, 2013 4:34 am
דורך אליקים געציל
מתוק מדבש!!!

נאר איך בין נאכנישט קלאר געווארן וויזוי די דאזיגע קשיא איז פארענטפערט געווארן:

רשי הקטן האט געשריבן:פארוואס איז בכלל וויכטיג צי נעמען א מארקעט - ? איך טי ביזנעס פאר יעדן ווער עס רופט מיך ? איך וועל גיין צי גרויסע אין קליינע ביזנעסער ? וואס האקסטו אין קאפ אריין ?-

איך פארשטיי (און דו האקסט מיר בכלל נישט אין קאפ אריין) אז יעדע מארקעט ברויך א באזונדערע מעסעדזש.

איז ממילא מיינט דאס אז איך "מוז" אויסקלויבן בלויז איין מארקעט צו וועם איך וויל פארקויפן?

אדער אויב וויל איך טאקע פארקויפן פאר מערערע מארקעטס, מוז איך האבן מערערע מעסעדזשעס?

קען מען בכלל האבן מערערע מעסעדזשעס? וועט עס נישט קאנפליקטן?

און אויב איך קלויב אויס בלויז איין מעסעדזש טארגעטעד צו איין געוויסע מארקעט, וועט עס דען נישט אוועקשטויסן אנדערע טארגעטס וואס איך וואלט יא געוואלט מארקעטן?

איך האף אז איך האב זיך גענוג קלאר ארויסגעברענט ווי מיין קאנפיוזשן ליגט דערווייל.

===============

און נאכאמאל מיר זענען אייך מורא'דיג דאנקבאר. ווייל איך האב שוין אויך אריינגעלייגט אסאך שעות אין דעם נושא און איך בין נאך קיינמאל נישט צוגעקומען אויף למעשה כאטש דער פאנטענציאל איז ב"ה דא. מיר האפן איצט אז מיט דעם פלאטפארמע וועלן זיך זאכן בעז"ה קענען רוקן פאראויס אין ריכטיגן דיירעקשאן.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 25, 2013 4:38 am
דורך אליקים געציל
און נאך איין נקודה - אפשר אביסל אוועק פונעם נושא:

דעם משל וואס איהר ברענגט ווי איינער טארגעט נייע ביזנעסער וואס האבן נישט קיין געלט וכו' וכו'.

איז עס דען אויסגעהאלטן ביזנעסווייז צו מארקעטן דירעקט צו קונים וואס האבן נישט קיין געלט? אדער אין אנדערע ווערטער צו קונים וואס האלטן נישט ביים צאלן פאר דעם, נאר זיי האבן נישט קיין גרויסע ברירות?

איז נישט לכתחלה בעסער צו טארגעטן קונים וואס וועלן בכבוד גדול ובשמחה רבה באצאלן פאר דעם פראדוקט אדער סערוויס וואס איהר פארקויפט?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 25, 2013 9:31 am
דורך שוועמל
זייער שיין צעלייגט רשי, מיר טוען הנאה האבן פון אייערע ווערק.
(און אויך פון יואלי'ס קריטיק, ווי שטענדיג..)

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 25, 2013 11:05 am
דורך רשי הקטן
אליקם געטציל די האסט זייער גוט געפרעגט אין לאמיך די עס פארענטפערן

עס איז גאר גוט צי האבן אן עקסטערע מעסידש פאר יעדע עקסטערע מארקעט - עס איז נישט קום שום קאנפליקט איינס מיטן צווייטן - (פארשטייט זיך אז עס טאר נישט זיין ממש סתירהדיג: למשל אויף איין פלאץ זאל שטיין אז די נעמסט פער שעה אין אויף איין פלאץ אז די נעמסט פארן אראפקומען- אבער עס מעג שטיין אויף איין פלאץ אז די האסט 20 יאר עקספיריענס אין אויף די צווייטע פלאץ זאל גארנישט שטיין וועגן דעם ) דאס איז נאר געזאגט געווארן ווען די לייגסט ארויס עדס אין פאבליק MEDIA
דער עיקור תירוץ איז אז דירעקט מארקעטינג מיינט אז מען מארקעט דירעקט צי געוויסע פראספעקטס דירעקט צי זיי - לאו דוקא מיט פאבליק MEDIA
אין ווען מיר וועלן רעדן איבער די דריטע חלק פון דירעקט מארקעטיג וואס דאס אז MEDIA וועסטו עס בעסער פארשטיין - נישט אלע מאל איז גוט אז מען לייגט אן עד אסאך מאל איז בעסער אז מען שיקט דירעקט מעיל אדער א פעדעקס פעקל מיט מארקעטינג מאטריאל צי די פראספעקט (עס קומט אויס אסאך ביליגערווי לייגן עדס איז די צייטונגען וכ') אין וועגן דעם קענסטו שיקן איין מעסעדש ציי איינעם אין א צווייטע מעסעדש צי א צווייטן

נאך מער דירעקט מארקעטינג ארבייט אז מען האט פאר יעדע מארקעט אן אנדערן ביזנעס נאמען מיט אן אנדערע מעסעדש-קיינער ווערט נישט צימישט
אדער האט מען אן אנדערער אפפער מיט די זעלבע ביזנעס נאמען וואס שטימט בדוקא מיט די טארגעט מארקעט - יעדער פארשטייט אז די אפפער וואס איר שלאגט יעצט פאר איז טאקע בלויז פאר עפעס א דירעקטע טארגעט מארקעט - אין א צווייט מאל וועט זיין אן אפפער פאר אן אנדערע מאקעט - עס איז נישט קיין שום פראבלעם צי האבן צוויי מעסעדשעס אויב מען טוט עס מיט שכל אז קיינער זאל נישט צימישט ווערן

די צוויטטע קשיא איז צי עס איז גוט צי טון ביזנעס מיט נניע ביזנעסער ואס האבן נישט קיין געלט ? ניין עס איז אסאך גריגער צי טון מיט ביזנעסער וואס האבן אסאך געלט אבער א טעקנישאן דארף וויסן ווי ער שטייט - אויב קען ער נישט טרעפן א מעסעדש וואס זאל מאכן גרויסע ביזנעסער אים רופן - למשל ער האט נישט קיין עקספיריענס - אין עס דארט אים זייער שטייט צי פארעכטן א פראבלעם - מיז ער בע"כ אנקומען קודם צי די קליינע - דארף ער ניצן די ריכטיגע מעסעדש פאר די קליינע ביזנעסער - מיט די יארן ווען ער וועט האבן מער עקספערטיז וועט ער קענען טוישן זיין מעסעדש פאר גרויסע ביזנעסער

איך האף דאס האט געהאלפן
ישר כח

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 25, 2013 11:38 am
דורך יואל שווארטץ
רשי הגדול, איך הייב אן איינצוזען אז דו האסט פיין ארויס די זאך.
כ׳גיי נאך אי״ה קאמענטירן אויף פרטים, ועוד חזון, איך וויל אבער דיר לאזן אויסרעדן פאר איך האק אריין.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 25, 2013 11:52 am
דורך בערקא
ייש"כ רשי איך שלינג מיט דורשט

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 25, 2013 12:11 pm
דורך Silent
שוועמל האט געשריבן:זייער שיין צעלייגט רשי, מיר טוען הנאה האבן פון אייערע ווערק.
(און אויך פון יואלי'ס קריטיק, ווי שטענדיג..)

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 25, 2013 12:28 pm
דורך אליקים געציל
רשי הקטן האט געשריבן:איך האף דאס האט געהאלפן

יא דאס האט אסאך געהאלפן.

יעצט קוקן מיר ארויס בכליון עינים אויף אייערע ווייטערדיגע הערליכע מאמרים.