בלאט 2 פון 3
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 25, 2013 12:57 pm
דורך פאר דוקא
הגם עס קוקט נישט אויס ווי עס וועט זיין וויכטיג די סאבדזשעקט פאר מיר אין די נעיר פיוטשער דאך איז עס זייער אוננטערסאנט פאר מיר
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 26, 2013 10:15 am
דורך רשי הקטן
וואס האלט איר אידן , זאל די קומעדיגע ארטיקל/מאמר ווערן געשריבן אין אן עקסטערער אשכול אדער זאלן מיר ממשיך זיין דא אויפן פלאץ
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 26, 2013 10:19 am
דורך בערקא
לדעתי זאלסטו ממשיך זיין דא, כדי עס זאל האבן א המשך איינס מיטן צווייטן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 26, 2013 12:25 pm
דורך וויכטיג מאכער
רשי'לע, איך האב נאר אדורכגעליינט די ערשטע שיעור, נישט די ערשטע תגובה, ס'סאונדט עכט אז דו קענסט גוט די ליין...
און לאמעך דיר זאגן, און טאקע פאר יואלי שווארצן אויך... איך האב אסאך עקספיריענס אין די ליין... איך ראן א סטאר שוין אפאר יאר...
און איך וועלדער גיבן א משל פון גאר שוואכע מארקעטונג... נישט לאנג צוריק איז געווען אדווערטייזד אויף קול מבשר אז אויב קויפט מען איין ביי א געוויסע סטאר פאר 80 דאללער, קעמען געווינען א טייערע קיבארד מיט א סטענד...
איך האב געפרעגט דעם בעה"ב... וואסי פשט? נאמבער וואן, דו מאכסט סייווי א ראפפעל, פארוואס זאלסטע נישט האבן ווי מער מענטשן? ס'גייטעך קאסטן מער ווען יעדער וואס קויפט פאר 10 דאללער גייט אריין? פארוואס זאלסטע לימיטן דיין טרעפיק? נאכמער, די סטאר האט גאר ווייניג 80 דאללערדיגע אייטעמס... איך וואלט געמאכט אז "עני פוירטשעס" גייט אריין אינעם גורל... העט קומען א בחור'ל וואס דארף שטארק דעם קיבארד, ער העט זוכן וואס צו קויפן... ער העט קויפן א שמאנצל פאר 5-10 דאללער, אדער העטער גאר טרעפן א טייערע זאך וואס ער דארף שוין... אבער שרייבן מינימום 80 דאללער זאגסטו פארן עוורידזש מענטש, דיך דאפעך נישט...
שנית, וואס אדווערטייזטו? א קיבארד? וויפיל מענטשן ווילן האבן א קי בארד? דאס איז נישט א זאך וואס איז וואס איז געמאכט פאר יעדן, ס'דארף זיין איינער וואס קען מוזיק... און נישט פארגעסן, אויב האט יענער א גוטע קיבארד, און אסאך וואס קענען שפיהלן האבן שוין, דארפער וועלן ספענדן 80 דאללער פאר א טשענס צו געווינען א בעסערע קיבארד, אויב האטער נישט בעסער... אין אנדערע ווערטער, ס'זענען דא גאר ווייניג מענטשן וואס דארפן א קיבארד און זיי האבן נישט... און פון דעם מוזטו נאך אויסוועלן מענטשן וואס האבן 80 דאללער צו ספענדן בלויז אריינצוגיין אינעם גורל...
און לאמער שוין זאגן אז אלעס ביז אהער איז יא אויסגעהאלטן... וואו אדווערטייזט מען אזא זאך? לדעתי צווישן די בחורים, יונגלעך אדער עלטערע מיידלעך וואס שפיהלן קיבארד... ס'כעמט נישט דא קיין יונגעלייט אדער פרויען וואס זענען אין די ליין צו קויפן א קיבארד... די עד איז נישט געליגן אינעם גוט מארגן/דבר יום, נישט אין יוד/בלאט, נאר אין שאפפערס רוט און קול מבשר... איך קעניש קיין בחור וואס ליינט שאפפערס רוט... עכ"פ דארט אדווערטייזט מען נישט פאר קיין בחור! ס'איז מער ווייניגער פאר פרויען און עלטערע מיידלעך וואס גייען כלה שאפינג...
וויזוי איך וואלט יא געמאכט אזא גורל... איך וואלט געזאגט מינימום פוירטשעס איז 5 דאללער, (און צוגעלייגט אז ס'דא א סעלעקשן פון ביליגע 5 דאללערדיגע אייטעמס) און מ'קען געווינען איינע פון די פאלגענדע (ס'טייטש די געווינער קען טשוזן) א בוש מיקסער מיט אלע צוגעהערן, א IPOD מיט ספיקערס און אלע צוגעהערן, א סטיריאו מיט אלע צוגעהערן + אלע נייע סידיס פאר איין יאר, א קיבארד מיט אלע צוגעהערן, און די בעסטע טעלעפאון אויף די מארקעט... קען זיין סיז שוין צו פיהל זאכן, אבער לכה"פ 3 - 4 זאכן וואס דער געווינער קען אויסוועהלן... (קודם זאל מען טראכטן וואס איך גיי אויסוועהלן ווען איך גיי געווינען)
יעצט איז גענוג צו אדווערטייזן אין שאפערס רוט און אויף קול מבשר + גוט מארגן/דבר יום... אזוי קומסטו אן צו רוב מענטשן וואס דו זוכסט פאר ביליג, דו עטרעקטסט א גרויסע מארקעט, (פרויען פאר א באש מאשין, פרישע קאפלס פאר א סטיריאו, בחרים און מיידלעך און אפילו עלטערע פאר אן אייפאד, און א קעמערא איז אויך עטרעקטיוו פאר אסאך...) און דו מאכסטעס גרינג פאר יענעם צו קומען... פאר בלויז 5 דאללער... 5 דאללער קעמען שוין טרעפן וואס צו קויפן... סייווי גייטער זיך דערמאנען אז איך דארף א קליינעקייט, לאמעכעס גיין קויפן ביי יענעם און גלייכצייטיג אריינגיין אין א גורל...
בינעך גערעכט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 26, 2013 5:28 pm
דורך רשי הקטן
זייער גוט געשריבן "וויכטיג מאכער" איר זענט גערעכט
אבער די עצם איידיע פון מאכן א ראפפעל איז צריך בדיקה
עס ווענדט זיך וואס יענעמס -מעסעדש - מארקעט - מידיע איז - עס קען זיין אז מאכן א ראפפעל איז די ריכטיגע וועג - אבער לכאורה קיקט אויס עס אז יענער האט בעצם א פראבלעם מיט זיין מארקעטינג (לכאוורה איז מאכן א ראפפעל נישט די ריכטיגע וועג)- ער ווייסט נישט וויאזוי זיך צי פאזישענען געהעריג
עניוועי אויב האט ער יא באשלאסן אז א ראפפעל איז די ריכטיגע וועג זענט איר 100 פראצענט גערעכט
יסוד 3 פון דירעקט מארקעטינג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 26, 2013 6:28 pm
דורך רשי הקטן
אקעי לאמיר גיין ווייטער אין מסביר זיין די "דריטע" יסוד אין דירעקט מארקעטינג
אינז האבמיר שוין גערעדט פון מעסעדש, מארקעט, אין אינז האב מיר שוין אויך גערעדט אז די מעסעדש דארף שטימען מיט א/די מארקעט וואס די ווילסט אז זיי זאלן קויפן ביי דיר
יעצט לאמיר צילייגן דעם דריטם רינגעלע - MEDIA - מידיע מיינט די וועג ווי אזוי די מעסעדש קומט אן צי די מארקעט וואס די האסט אויסגעוועלט - א צייטונג איז א מידיע, די YELLOW PAGES איז א מידיע אן אזוי ווייטער פאויסט קאדס, ביזנעס קארדס, דירעקט מעיל, א פעדעקס פעקל, א סעילס מאן, א סעילס קאל, EMAIL מארקעטינג, GOOGLE ADS, בענער עדס - אין אזוי ווייטער די אלע זאכן ווערן אנגעריפן מידיע - דאס זענען וועגן ווי אזוי דיין מעסעדש קומט אן צי די מארקעט וואס די ווילסט אז זיי זאלן קויפן ביי דיר
פארשטייט זיך אליינס אז מען דארף ניצן די מידיע וואס דיין מארקעט ליינט אדער דרייט זיך דארט - כדי זיי זאלן קענען זעהן דיין מעסעדש וואס די האסט ספעציעל געשריבן פאר זיי
לאמיר גיבן א דוגמא: ווען א ביזנעם אייגענטומער זיכט א טעקנישאן וועט ער קיינמאל נישט גיין אדורכבלעטערן די פאריגעע וואכעדיגע בלאט, איד, צייטונג, שאפערס ראט, וכו' ער וועט ווארשיינדליך קוקן אין די ביזנעס דיירעקטערי - אויב וועט ער האבן געזעהן א עד פון א טעק. אין די דבר יום ביומו, גוט מארגן, יעזורי וכו' אין בית המדרש יענעם אינדערפרי וואס ער זיכט א טעקנישאן איז מעגליך אז ער וועט ריפן דעם טעק. אין אזוי ווייטער (איך האב קיינמאל נישט געמאכט קיין ריסערטש ווי ביזנעס אייגעטומער קוקן ווען זיי זיכן א טעקנישאן - אבער לכאורה אויבן אויף איז דאס די וועג ווי אזוי עס גייט - יעדער איינער דארף מאכן ריסערטש אין זיין אינדערסטרי, ווי מענטשן קוקן אדער דרייען זיך ווען זיי זיכן זיין פרודוקט אדער סערוויס)
קיינער וועט נישט קוקן אויף די בארא פארק באס פאר אן עד פון א טעק. אין אזוי ווייטער - ווי בעסער די MEDIA אלס בעסערע רעזולטאטן אין ריספאנדס ווען מען באקומען
פארשטייט זיך אז די משל וואס מיר האבו איצט געגעבן איז א סארט זאך וואס א מענטש זיכט, ווען ער דארף עס - ער זיכט א טעק. ווען זיין קאמפיטער ארבייט נישט. אבער די זעלבע געדאנק דארף מען ניצן ווען מער מארקעט אזאך וואס יענער זיכט נישט. נאר יענער קען עס קויפן ווען ער וועט זיך באגעגענען מיט דיין עד
לאמיך דיר געבן אזא מין דוגמא פון אן עלעקטעראניק סטאר האט צי פארקויפן פרידשעדערס - עס זענען טאקע דא מענטשן וואס זיכן יעצט א פרישעדער אבער עס זענען אויך דא מענטשן וואס האבן אלטע אין אויסגעדינטע פרידשעדערס וואס מעג שוין ווערן ריפלעיסט - אבער ווי לאנג איינער רייצט נישט אויף דעם אפעטיט צי קויפן א נייע טוט מען עס נישט
די קומעדיגע משל איז נאר א משל איך האב נישט געמאכט קיין ריסערטש אויף די מציאותדיגע הנחות וואס איך שטעל פאר - מאכט אייערע אייגענע ריסערטש)
אויב וויל א עלעק. סטר טארגעטן די מענטשן / מארקעט וואס מעגן שוין קויפן א נייע פרישעדער נאר מען דארף זיי אויפרייצן איז די ערשטע זאך וויכטיג צי וויסן ווער זענען די וואס הייבן אן צי רעדן פון קופן א נייע פרישעדער די מענער אדער די פרויען ? (איך מיין געווענדליך די פרויען). ווער מאכט געווענדליך די דיסישאן ?(איך מיין אז געווענדליך די מענער) דאס איז די מארקעט
צווייטענס דארף מען מאכן א מעסעדש ספעציעל פאר די פרויען וואס זאל זיי אויפרייצן צי וועלן קויפן א נייע אין דערנאך אן עקסטערע מעסעדש פארן מאן וואס מאכט די החלטה
יעצט פארוואס דארף מען האבן צוויי מעסעדשעס איינס פארן פרויאין איינס פאר די מאן ? די ענטפער איז זייער פשוט געווענדליך האט די פרוי אויך (חוץ וואס די אלטע פרישעדער ארבייט שוין נישט געהעריג) האט זי אויך א ווילן אז די קאך זאל זיין שיין אבער דער מאן האט אנדערע דאגות ער וויל עס זאל זיין גרויס אין פארשידענע אנדערע זאכן וואס זענען וויכטיג פאר אים
וממילה דארף מען האבן די ריכטיגע ווערטער וואס זאל איר קודם אויפרייצן אין דערנאך ריכטיגע ווערטער/מעסעדש וואס זאל אים שטיפן צי מאכן די דיסישאן צי קויפן א נייע
יעצט לאמיר ציגיין צי מידיע
די עד פאר די פרוי (וואס ביי איר הייבט זיך עס אן) קען בשום אין אופן נישט אריינגיין אין די ביזנעס דיירעקטארי ווייל זי זיכט דאך נישט באמת יעצט וויכטיג א נייע נאר איינער דארף איר אויפרייצן, זי גייט יעצט נישט שאפן פאר דעם, זי זיכט דאס נישט פון זיך אליינס -
די עד מיט די געפיל'ישע מעסעדש (שיין - ניי - ביאטיפאל -הייבט אן זיך צי קענען באפארענען אין אייער פרישעדער וכו' )קען אריינגיין אין די שאפערס ראט ווארום זי בלעטערס דורך יעדע וואך אין זי וועט זיך דארט (אויב וועט זיין א גוטע העדליין בילדער וכ') זיך אנשטויסן אין די עד וואס וועט איר אויפרייצן
אויף די עד דארף שטיין איין איבריגע שירה " ווילט איר האבן מער אינפארמאציע כדי צי קענען מאכן א בעסערע דיסישאן אויב איר דארפט טאקע קויפן א פרישעדער - ווילט איר וויסן אייער אפשענס - פרייזן - ביטע רופן צי באשטעלן א פרייע ברשור ............אדער אזאלעכס גלייכן - ווען זי וועט לכאורה דאס וועלן טון אז זי זאל דאס קענען ווייזן פאר די מאן אין קענען מאכן החלטות - ווען זי קאלט אריין בעטן די אינפארמאציע דארף מען אהיימשיקן אן ברושאר
""""""אבער דארט שרייבט מען א מעסעדש פאר די מאן""""""" אין די אינפארמאציע פעקל, אין די דירעקט מעיל MEDIA שיקט מען די מעסעדש פאר דעם מאן
יעדע זאך, מענטש, פלאץ, געדאנק, דארף האבן זיין ריכטיגע מידיע ווי אזוי די מעסעדש קומט אן, די מאן וועט נישט ליינען די שאפערס ראט ווייל ער קוקט נישט דארט - פאר אים שיקט מען עפעס אנדערש וואס וועט אנקומען צי אים אין וואס ער וועט זעהן אין ליינען
אי"ה נעקסטע ממאר וועלן מיר שרייבן וועגן די פערטע יסוד וואס דאס איז צייט TIMING (מיר האבן עס שוין ציגערירן - אבער דארט וועלן מיר דערן מער ברייטער אין די צייט נושא
יישר כח פארן ליינען = לאמיך הערן וואס די זאגטס / פרעגסט / קאמענטירסט .......
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 26, 2013 7:22 pm
דורך בערקא
סקוקט אויס ווי דו זאגסט גוט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 26, 2013 7:28 pm
דורך רשי הקטן
ליין עס דורך וועט עס דיר נישט אויסקוקן אז עס איז גוט - די וועסט וויסן אז עס איז גוט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 26, 2013 7:49 pm
דורך שתוקא בתרין
זייער גוט געזאגט!
(איך האב געמיינט אז איך קען די מארקעטינג לייען...)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 26, 2013 8:30 pm
דורך פאר דוקא
געוואלדיג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 26, 2013 8:57 pm
דורך מצב כללי
איך האב נישט דורכגעליינט דיינע לענגערע ארטיקלען, רש"י טייערער, ווייל עס איז מיר נישט נוגע (ועוד חזון למועד, ווען מען וועט האבן מער צייט)
איך וויל דיך אבער מקבל פנים זיין בברכת שלום עליכם און איך האב ספעציעל הנאה ווען עס קומען אריין אזאלעכע ניקס ווי דיר מיט'ן ציל צו העלפן דעם ציבור וואס דאס איז דאך דער ציל פון איי-וועלט.
עלה והצלח.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 26, 2013 9:23 pm
דורך לכתחילה אריבער
איך האב עס יא דורכגעליינט, און שטארק הנאה געהאט.
אפי' מען זאל נישט מסכים זיין מיט יעדע ווארט (כ'רעד נישט פון מיר) געט עס א "פראפעשענעל פרעספעקטיוו" אויף מארקעטינג.
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 27, 2013 4:14 am
דורך אליקים געציל
געוואלדיג. דער באן פארט אויף גוטע רעלסן...
איים טיימינג דע טיים טו דע נעקסט סטאפ: "טיימינג"!
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 27, 2013 9:19 am
דורך חברותה
פיינע ארטיקלס איינס ביי איינס,
איך וויל נאר אריינהאקן פאר די נעקסטע שיעור מיט א מילתא דיבדוחתא, איינער האט געהאט א אפלייענס סטאר אין בארא פארק פאר יארן ער האט עס לעצטענס צוגעמאכט ווייל ער פלעגט מן הסתם מאכן ראפפעלס פון אכציג דאללער פאר א קיבארד ווי וויכי האט געשריבן, איינער האט אים געפרעגט פארוואס האסטו צוגעמאכט דיין סטאר זאגט ער
"מען בויט כמעט נישט קיין נייע דירות דא אין בארא פארק און יעדער איינער האט שוין אלע אפליינסעס סאו האב איך שוין נישט פארוואס צו זיין אפען..."
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 29, 2013 9:53 am
דורך בערקא
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 31, 2013 8:07 pm
דורך פאר דוקא
רשי מיר ווארטען מי טשפאנונג
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 31, 2013 8:23 pm
דורך רשי הקטן
עס האלט זיך אינמיטן שרייבן
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 31, 2013 8:34 pm
דורך יאפין
רשי הקטן האט געשריבן:עס האלט זיך אינמיטן שרייבן
קען קוים ווארטן
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 31, 2013 8:37 pm
דורך AHA
די ווייסט אז איך האב הנאה
א דאנק פון פאראויס
דירעקט מארקעטינג יסוד 4 - צייט
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 31, 2013 8:45 pm
דורך רשי הקטן
אקיע לאמיר שפאנען פאראויס אין שרייבן אביסל פון די פערטע יסוד פון דיעקט מארקעטינג - די פערטעיסוד איז צייט דאס הייסט אז מען דארף שיקן די ריכטיגע מעסעדש צי די ריכטיגע מארקעט דורך די ריכטיגע מידיע "אין די ריכטיגע צייט"
מיר האן שוין אויסגעשמיסט ווי אזוי א עד פון טעק. דארף אויסקיקן אין די ביזנעס דיירעקטארי -
אבער האט איר שוין אמאל געטראכט וואס עס וואלט געווען ווען עס ציברעכט זיך ביי איינעם די קאמפיאטער ער פרובירט אהער ער פרובירט אהין ער קאלט א חבר וואס קען זיך אביסל אויס אין קאמפיאטערס א.א.וו. אין אינמיטן זיך אויפעסן אין שפוקעלירן ווי אזוי מען קען עס פארעכטן קלינגט אים אריין א מעסענדשער סערוויס מיט א גרויסע ענוועלויפ אין דארט שטייט די ריכטיג מעסעדש פאר די דאזיגע מענטש ?
עס איז פינקט די גוטע צייט - יעצט האט ער קאמפיאטער פראבלעמען אין יעצט דארף עס איינער פארעכטן
עס איז 99% אז דע ביזנעס אייגענטומער גייט רופן דעם טעק. אויב וועט ער באשליסן אז ער מיז באצאלן ווייל ער קען זיך נישט קיין עצה געבן אליינס
די ריכטיגע מעסעדש איז אנגעקומען אין ריכטיגע מינוט צי די ריכטיגע מענטש דורך די ריכטיגע וועג
יעצט ווי אזוי געפינט א טעק. אויס צי וועם צי שיקן א ענוועלויפ מיט די מעסעדש ? דאס וועלן מיר אי"ה שרייבן אין א קומעדיגע ארטיקל וואס וועט ארימרעדן פון ליסט בילדינג
לאמיר נעמען נאך א פרט פון צייט לאמיר זאגן אז איינער פארקויפט עפלייענסעס - לאמיר זאגן אז זיין מארקעט איז כלות וואס קויפן נייע עפלייענסעס פאר זייערע דירות - לאמיר איינזעצן אז ער האט א גוטע מעסעדש אין ער האט אויסגעוועלד די גוטע מידיע
די פארקויפער מיז אריינטראכטן ווען / וויפיל וואכן אדער חדשים פאר די חתנה הייבט מען געווענדליך אן זיך צי פארען צי קויפן די אפלייענסעס - איז עס 5 -4-3-אדער 2 חדשים פאר די חתנה ? א.א.וו.
טאמער וועט זיין מעסעדש אנקומען צי שפעט , איז עס שוין דערנאך - די כלה האט שוין ערגעצ אנדערש באשטעלט אירע אפלייענסעס
טאמער וועט עס אנקומען צי פרי וועט זיין א צווייטער וואס וועט זיך אריינשטיפן די נאז צווישן דיין עד אין ווי לאנג מען קויפט
מען מיז מארקעטן אין די ריכטיגע צייט - טאמער קען עס נעמען פון 5 ביז 2 חדשים פאר די חתנה דארף מען האלטן אין מארקעטן פון אנהייב פון די 5 חדשים ביז 2 חדשים פאר די חתנה - אז סיי ווען די כלה מאכט אפ זיך אריינצילייגן אין עפלייענסעס זאל דיין מעסעדש זיין פאר איר אויגן
אין אזוי ווייטער ביי יעדע פרודוקט אדער סערוויס דארף מען מאכן ריסערטס ווען איז די צייט וואס דע פראספעקט לייגט זיך אריין אין קויפן דעם וואס די פארקויפסט
אסאך מאל וועט די ריסערטס ווייזן אז עס איז דא א פינקלעכע צייט פון ממש א טאג וואך
טייל מאל וועט די צייט זיין לענער
אין טייל מאל וועט מען נישט קענען אנווייזן אויף קיין שום צייט - עס איז א זאך וואס מען קויפט אלץ - אויף אזא פאל איז דא צוויי וועגן ווי אזוי צי האנדלען אדער מאכט מען א ליעד דשענערעשאן קאמפיין (וואס מיר ווען א צווייט מאל שרייבן דערוועגן) אדער איז טאקע די מארקעטינג צייט אלעמאל -
דאס זענען די פיר באשטאנטיילן פון דירעקט מארקעטינג
די ריכטיגע מעסעדש
אין די ריכטיגע צייט
דורך די ריכטיגע מידיע
צי די ריכטיגע מארקעט
הצלחה מיר האפן ממשיך צי זיין אין די נאנטע טעג
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 01, 2014 12:04 am
דורך פאר דוקא
יישר כח
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 01, 2014 12:06 am
דורך AHA
זייער שיין אין קלאר
יישר כח
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 14, 2014 11:51 pm
דורך מאנ-יימער
היצט דורכגעליינט דאס גאנצע און זייער שטארק הנאה געהאט, ס'איז מיר יכט נישט אזוי נוגע אין מיין ביזנעס ליין אבער דאך האב איך שטארק הנאה געהאט צו באקומען א ריכטיגע און קלארע בליק אויף מארקעטינג און אויב וועל עס מיר אמאל זיין נוגע וועט עס מיר צוניצקומען.
איך ווארט אויפן המשך און אויך אז יואל שווארץ זאל אריינקומען מיט זיינע קאמענטארן און מיינונגען.
יישר כח גדול.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 3:35 pm
דורך גוגל
מצב כללי האט געשריבן:איך האב יא דורכגעליינט דיינע לענגערע ארטיקלען, רש"י טייערער, ווייל עס איז מיר יא נוגע
איך וויל דיך מקבל פנים זיין בברכת שלום עליכם און איך האב ספעציעל הנאה ווען עס קומען אריין אזאלעכע ניקס ווי דיר מיט'ן ציל צו העלפן דעם ציבור וואס דאס איז דאך דער ציל פון איי-וועלט.
עלה והצלח.
א ריכטיגע העדליין פון א גוטע עד
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 5:41 pm
דורך רשי הקטן
א גוט יאר טייערע חברים פון אייוועלט.
איך בין שוין לאנג נישט דא געווען אבער יעצט אין די תענות האב איך ניט קיין כח צו ארבייטן, סוי לאמיך שרייבן ווייטער איבער דיירעקט מארקעטינג
פאר די היינטיגע באשרייבונג האב איך אויסגעוועלט די ענין פון "די ציל פון א העדליין אין א עד". איך וועל אי"ה דורוכטון דעם גאנצן ענין אז מען זאל קלאר פארשטיין וואס די ציל פון א העדליין ואיז.
די סיבה פארוואס איך האב גענומען דעם טאפיק איז ווייל איך בין לעצטענס געזעצען מיט א ביזנעס אייגענטומער אין מיר האבן ארימגעשמסיט ווי אזוי מיר קענען ארויפרוקן אין העכער מאכן זיין קאסטומערס בעיס אין סעילס, ער האט מיר פארציילט, אז ער האט שוין איינמאל ארויסגעלינגט אן עד אין ער האט באקומען א גוטע פאר טעלעפוין קאלס, אין א היבשע פאר מענטשן זענען געקומען צו אים פריוואט פרעגן פונקטלעך וואס ער טוט, אבער למעשה איז נישט געווארן קיין קוסטומאר, אין ער ווינדערט זיך וואס די פראבלעם איז, אפשר איז די עד שילדיג , אפשר איז די ביזנעס מאדעל שילידיג,אין אפשר גאר די קאסטומער סערוויס מאן שילדיג אין אזוי ווייטער,
אבער די מינוט וואס איך האב געזעהן דעם עד האב איך קלאר פארשטאנען פארוואס עס זענען נישט געווארן קיין סעילס דערפון, עס איז מיר שוין נישט געווען קיין חידוש,
די ערשטע זאך איז אז די עד האט באמת נישט צו פול געזאגט וואס די ביזנעס טוט, נאכדעם איז עס געווען זייער "ברענדי" (א שיינע לויגוי, אין א שיינע עד) אבער עס האט נישט געצילט צו א געוויסע קליענטעל, וכו' זענען געווען נאך זאכן וואס האבן נישט געטויגט אין וועגן דעם האב איך באשלאסן צו שרייבן אביסל וויאזוי א ריכטיגע עד דארף אויסזעהן אז עס זאל ברענגען ריכטיגע רעזולטאטן
סוי לאמיר אנהייבן ביי די העדליין.....
וואס איז די ארבייט פון די העדליין? ווען איך פרעג די פראגע פון ביזנעס אייגענטומער ענטפערן זיי איינע פון די ענטפערס:
1) עפעס א מעכטיגע ווארט אדער צוויי וואס זאל מאכן "יעדן איינעם" קוקן דערויף
2) צו זאגן וואס איך פארקויף אין צוויי ווערטער, אז דער ליינער זאל פון בלויז ליינען דעם העדליין וויסן וואס איך פארקויף
3) עס זענען געווען וואס האבן טאקע געענפערט אז די העדליין האט טאקע נישט קיין צול, עס איז טאקע אוםו ויכטיג, אין זיי טענהן אז מען זאל לייגן די לויגוי אנשטאט א העדליין
4) אדער זענען דא אנדערע זאכן וואס מענטשן ענטפערן ווען איך פרעג זיי וואס די ציל איז פון די העדליין
אבער די אלע ענטפערס זענען נישט ריכטיג, דער אמת איז אז מען דארף יא א העדליין פאר יעדע עד, אין די ציל פון די העדליין דארף זיין איין זאך "צו מאכן אז מיינע פראספעקטס זאלן ליינען די איבריגע חלק פון די עד" נאכאמאל "א העד ליין דארף מאכן אז דיין פראספעקט זאל ליינען ווייטער)
עס דארף פילטערן דוקא אז "נישט יעדער זאל עס ליינען!!!!" נאר ווער עס וואלט געוען א גוטע פאטענציעלע קונה ער זאל ליינען ווייטער
עס דארף נישט זאגן וואס דו פארקויפסט, עס דארף נישט זאגן וואס דו טוסט, אין עס דארף אויך נישט זיין דיין לויגוי, עס דארף בלויז מאכן אז ער זאל ליינען ווויטער, דאס אלעס!!
דערנאך וואס ער ליינט שוין ווייטער דארטן קען מען שוין רעדן אביסעלע קלארער וואס דו פארקויפסט
אויב איז דיין העדליין מאכט יעדן ליינען די עד, קוקט מען אויס אזויווי יענעם............ יעדער וועט דיר קומען פרעגן אין משיגע מאכן וואס די טוסט אין יעדער וועט דיר זאגן דעות אין הערות איבער דיין ביזנעס, ווייל יעדער האט עס געליינט, די העדליין דארף זיין אזוי אז דער וואס גייט נישט קויפן זאל נישט ליינען וויטער פון די העדליין, סזאל אים נישט אינטערעסירן,
די זעלבע זאך אויב ווילסטו אז אין די העדליין זאל שטיין אלעס וואס דו טוסט, האסטו נישט די אפערטאנערטי צו ניצן מער ווערטער אין צו פערסוועשאן (איבעררעדן) דעם ליינער אז ער זאל קומען צו דיר...... ער וועט זעהן דיין שיינע ברענד לויגוי, אין מארגן וועט ער זעהן א צווייטענס אין דו ביסט פארטיג,, אבער אויב האסטו אים גענאכט ליינען דעם עד ווייטער אין עס שטייט דארט די סיבות פארוואס די ביסט בעסער ווי אנדערע האסטו א גרעסערע אפערטאנערטי אז ער זאל קומען צו דור
פאר סיי וועלעכע פראגע קענט איר אנפרעגן ,, מיר וועלן פרובורן צו ענטפערן