בלאט 1 פון 1

גאלדענע מטבעות למיניהם, דארף מען צאלן טעקס

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 18, 2013 5:12 pm
דורך מנוחה ושמחה
איך וויל זיך אריינלייגן און קויפן אפאר גאלדענע אמעריקאנע מטבעות און דא ווער איך אביסל צומישט.
קודם, וועמען דארף איך גלויבן אז די מטבע אדער יענע איז כדי צו קויפן, און עס האט אויסקוקן צו שטייגן אין פרייז?
צווייטנס, קוקט מיר איינער נאך צו זעהן פונוואנעט איך האב דאס געלט?
קען דער איי אר עס מיר קומען באזוכן מיט אפאר קושיות?
דערנאך, ווען איך וויל פארקויפן דעם מטבע, דארף איך צאהלן טעקס פאר די פארדינסטן וואס איך האב פארדינט?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 18, 2013 10:12 pm
דורך שוועמל
גאלדענע מטבעות האט נישט עפעס א באזונדערע פרייז, די פרייז איז באשטימט לויט די קאמאדיטי פון פרעשוס מעטאל און עס גייט לויט די וואג (עפעס מער קאסט עס יא צוליב די ארבייט פון מינטירן). דערפאר קען די פרייז פלוקטועיטן לויט די מארקעט.

אויב קויפסטו גאלד ברויכסטו צאלן סעילס טעקס, נישט אנדערש פון יעדע אנדערע חפץ.

אויב פארקויפסטו עס ברויכסטו נישט יענעם טשארזשן קיין סעילס טעקס וויבאלד מען האט שוין איין מאל געצאלט דערויף די טעקס. אבער אויב איז דא א פראפיט דארפסטו געזעצליך באריכטן אלס אינקאם טעקס.

לויט וויפיל איך ווייס איז נישטא קיין גאווערמענט קאנטראל אויף ווער סקויפט גאלד (ענליך צו גאנס). אבער גאלד האט א סיריעל נומער און מען קען עס טרעקן אויב פעלט אויס, און אויב סיז נאכנישט צעלאזט פארשטייט זיך.

ביים קויפן איז גוט צו קויפן די אמעריקאנע בולליענס (איגעל) אדער אפריקאנע קוגארענדס, ווייל די קאסטן ממש די זעלבע ווי די גאלד מארקעט. אנדערע קויפן פון סתם מענטשן פאר ביליגער פון די מארקעט און פארקויפן עס פאר טייערער אזוי מאכן זיי געלט דערפון, אבער דאס איז שוין פאר גאלד דילערס און סיז לרוב א ריסקי זשאב.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 18, 2013 10:12 pm
דורך שוועמל
עניוועי אויב קויפסטו פאר אינוועסטמענט איז גוט זיך דורכרעדן מיט היימישע זשולערי סוחרים זיי קענען האבן גוטע פרייזן און גוטע קאנטאקטן.
הצלחה וברכה