בלאט 1 פון 1

האט אן אמעריקאנער דאלער א פאקטישע ווערט?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 18, 2013 2:50 pm
דורך ווינקל
****כ'גרייט אן אן אשכול פאר א מנהל אריינצוברענגן אלע תגובות וואס באלאנגען אהער, פון די אשכול "גרעסטע לאטערי אין היסטאריע"***

ווארד האט געשריבן:ספוזמאן, אויב די רעגירונג זאגט אז זיי שטייען אונטער די געלט, און דאס מיינט אז אויב ברענגסטו צו זיי זייער געלט וועלן זיי דיר געבן דערפאר סחורה \ לאנד \ גאלד \ אדער אנדערע שוה כסף כאוות נפשך, דאן איז די געלט ווערט אזוי לאנג ווילאנג די רעגירונג שטייט אין זייער ווארט (פונקט ווי א טשעק פון א גביר איז עובר לסוחר, און ווערט באטראכט אין א געוויסן זין אלץ קעש, און די זעלבע זאך איז מיט קיופאנ'ס פון מוסדות אדער פון צדקה קאסעס וכדומה, יעדע זאך ווערט באטראכט אלץ "געלט" ביי די מענטשן וואס האבן דערין א טראסט, בתנאי אז עס איז נישט שווער פאר זיי דאס איינצוקעשן אזוי ווי איך שרייב ווייטער).

די מינוט וואס איינער קומט צו די רעגירונג מיט זייער געלט, און די רעגירונג זאגט "איך קען דיר גארנישט געבן דערפאר", איז די געלט מער גארנישט ווערט.
אבער ווילאנג דאס געשעהט נישט איז די געלט ווערט, ווייל די רעגירונג וואס איז א באגלייבטע ענטיטי טוט דאס בעקן, און מענטשן פארלאזן זיך אז ביי די רעגירונג וועט מען אלעמאל קענען באקומען זאכן פאר די געלט.

דאס איז אבער נאר גוט אויב "יעדער" איינער האט א טראסט אין די רעגירונג, וואס טוט זיך אבער אויב גרויסע קאמפאניס באשליסן איין טאג אז זיי געטרויען נישט מער די רעגירונג, און זיי בעטן פון זייערע קונדן "עכטע" געלט, דאן וועט דער פשוט'ער בירגער מער נישט האבן קיין נוצן פון דעם דאללער, ווייל ער קען דאס שוין נישט איינקעשן לאקאל, און אפגעזעהן צו די רעגירונג איז גרייט צו געבן סחורה אין אויסטויש פאר די געלט, איז אבער דער דורכשניטליכער מענטש נישט אינטערסירט מער דערין, און דאן וועט די גאנצע וואלוטע פארלירן די ווערט.

אבער אויף דעם איז דא אן עצה, אז די רעגירונג "צווינגט" אלע געשעפטן אנצונעמען זייער געלט, דאן איז דער פראבלעם געלעזט.
דאס וועט אבער אויך נאר ארבעטן ווען די רעגירונג טוט בעקן זייער געלט, ווייל זייער אסאך געשעפטן דארפן דאך האנדלן מיט אויסלאנד, און דארט קען די רעגירונג נישט צווינגען צו נעמען זייער געלט, און אויב זייער געלט האט נישט קיין אמת'ע ווערט, וועלן די קאמפאניס אין אנדערע לענדער עס נישט וועלן נעמען, וואס דאס מיינט אז די קאמפאניס אין לאנד וועלן נישט קענען באקומען קיין סחורה פון אויסלאנד, און זיי וועלן גיין געבראכן, און דאן הייבט זיך אן צו דרייען דער רעדל וואס פירט צו א פולשטענדיגע באנקראט.

דאס איז ביי סתם א לאנד.

ביי אמעריקע איז דאס נאך פיל מער קאמפליצירט, וויבאלד די אונטערנאציאנאלע געמיינדע האט אויסגעקליבן דעם אמעריקאנעם דאללער אלץ די אונטערנאציאנאלע וואלוטע, א דאנק אמעריקע'ס שטארקייט און רייכטוהם (אין די פארגאנגענהייט....), דערפאר אפילו אמעריקע קען שוין היינט נישט דעקן אירע דאללארן, זענען אנדערע לענדער גרייט צו דעקן די אמעריקאנע דאללארן, וויבאלד זיי האבן צופיל דערפון אז זיי זאלן זיך קענען ערלויבן אז די אמעריקאנע דאללארן וואס זיי האבן זאלן פארלירן זייער ווערט.
וואס וועט אבער זיין אויב די נאציאנאלע געמיינדע וועט איין טאג באשליסן אז זיי קענען מער נישט טראגן די לאסט פון די אמעריקאנע דאללארן, און זיי וועלן אנהייבן צו נוצן אנדערע וואלוטע, און די אמעריקאנע געלט וועט מער נישט זיין עובר לסוחר, וועלן די אלע אויסלענדער וואס זענען אנגעסטאקט מיט אמעריקאנע דאללארן קומען צום אמעריקאנעם פעטער בעטן דערפאר שוה כסף, און דער אמעריקאנער פעטער וועט נישט האבן צו דעקן, און דאן קען די גאנצע אמעריקאנע דאללער טראסקען גלייך אין שאול תחתית אריין ה"י.

איך האף אז עס איז גאנץ קלאר, די פרשה מיטן אמעריקאנעם דאללער האב איך געשריבן בקיצור נמרץ צוליב מאנגל אין צייט, אבער מסתבר אז אנדערע וועלן משלים זיין וואס איך האב פארפעלט.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 18, 2013 2:52 pm
דורך ווינקל
זייער שיין מר. ווארד.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 18, 2013 3:52 pm
דורך בערקא
מר. ווינקל זייער א קלוגע שריט געוועהן אריבערצופירן די שמועס אהער נישט צו איטראפטן די לאטערי געוואונער, כ'האב יעדע צוויי מינוט געמיינט אז איינער פון אייוועלט האט געוואונען די לאטערי.....

יישר כח

מען האט עס שוין אפגעטיילט דא אהער viewtopic.php?f=3&t=21489

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 18, 2013 11:37 pm
דורך בערקא
אפשר זאל די מנהלים צולייגן דעם ריקוועסט צו אנהיים פון יענעם אשכול, שלא להרבות באשכולות?....