בלאט 1 פון 2

עמעזאן דראון, האלבע שעה דעליווערי

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 06, 2013 2:53 am
דורך שוועמל
יעצט אין פארנומענע שאפינג סיזאן פון יאר האט עמעזאן אנאנסירט א נייע שיפפינג סערוויס "פריים עיר" וואס וועט דעליווערן דעם ארדער אונטער א האלבע שעה!

די ארדער ווערט פארפאקט אין א ספעציעלע געלע שאכטל און ווערט געשיקט צו א דעזיגנירטע קאנוועיער, פון דארט גייט אלעס ראבאטיש. א דראון (קליינער פילאטלאזער קאפטער) כאפט עס אריין אין זיינע ארעמס, ליינט אפ דעם באר קאוד און פליט אוועק צום שיפפינג אדרעס. נוצענדיג סאפיסטיקירטע GPS טעכנאלאגיע לאנדעט עס פארנט פון הויז און לאזט אראפ דעם שאכטל נעבן טיר און ציעט אפ.

ווי זיינס גלייכן, האט דער סערוויס געוויסע רעסטריקשאנס, די פעקל מוז זיין אונטער פינף פונט און אונטער א געוויסע סייז, דער שיפינג אדרעס מוז זיין אין 10 מייל רעדיוס פון א עמעזאן ווערהאוז. פארשטייט זיך אז דאס איז נאר אין סיטיס וואו עמעזאן האלט וועירהאוזעס.

ווי קאמיש עס קלינגט, איז די אנאנסירונג געקומען פון עמעזאן דירעקט. טייל האבן דאס אויסגעלויבט און אנדערע אוועקגעמאכט, בעיקר פאר סעיפטי און פרייוועסי אישוס (קיינער מוז דאך נישט מיטהאלטן פון די לופטן ווי די פעמפערס איז מיר יעצט אויסגעלאפן, יא?).
מער לינקע האבן זיך געלאזט הערן, אז היינט איז נישט אפריל דער ערשטער...


קנא,
ביטע שטעלן בילדער אדער א קליפ, איך קען נישט פון דא אדאנק.


Tags: Amazon drone, PrimeAir, April fools, shipping.

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 06, 2013 3:04 am
דורך שוועמל
א טאג נאך די אנאנסירונג איז געקומען א מעלדונג איבער א נייער סערוויס: "עמעזאן ראקעט - 5 מינוט דעליווערי".

א האלבע שעה איז צו לאנג פאר אונזערע קונדן, זאגט דער מעלדונג, מיר טוען אלעס פאר די קונדן און דערפאר האבן מיר די נייע עמעזאן ראקעט סערוויס...
בעיקר איז דאס פאר גראסערי אייטעמס, לייגט דער מעלדונג צו.

דער פעקל ווערט אנגעהאנגן אין א קליינער ראקעט וואס שיסט ארויף אין געציילטע מינוטן
נאכן ארדער, פון דארט רייסט זיך דער פעקל אראפ אינמיטן די לופטן און לאנדעט פארנט פון הויז מיט א קליינע פאראשוט...


אקעי פריידט אייך נאכנישט, דער דאזיגער מעלדונג איז פון א געלונגענער קאמידיען וואס פאוסט און בלאגט אזוינע ענליכע אינהאלט. עס איז אבער ווערט צו באשריבן ווערן אינאיינעם מיטן דראון.

קליפ ביטע ווער עס קען.


Tags: Amazon rocket.

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 06, 2013 3:22 am
דורך אוודאי
אינעם עמעזאן נייעס אשכול האט שוין דרך ארץ געברענגט א קליפ דערפון.

www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=769613#p769613

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 06, 2013 7:10 am
דורך פלעכטער
אינטערעסאנט. ס'איז מעגליך, אזוי ווי אין טשיינע דערליווערט מען אזוי פיצא. כך שמעתי

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 06, 2013 8:39 am
דורך געלעגער
די פראיעקט אעז נאך א גרויסע מיסטערי. עס האט אזויפיל לעכער וואס זיי גייען דארפן דעקן פאר אזא זאך קען גיין לייוו. און דאס איז אויב און ווען די עף עי עי וועט ערלויבן דראונס פאר פריוואטע באניץ וואס דערווייל איז עס נישט לעגאל.

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 06, 2013 10:26 am
דורך derech eretz

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 06, 2013 11:25 am
דורך AHA
קען מען מאכען אזעלכע דראונס זאל ווערן מענטשען פריינטליך?
איך וואלט באצאלט פאר א דראון קאר א אנלימיטעד עמאונט אוף מאני, נאו מאור טרעפיק. אפשר געז קען מען אויכעט שניידען?
אין אפשר גאר פליגערס אויך צו עלימינירען?

קען איינער פליז באשרייבען וויאזוי דאס גייט אויסזעהן?

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 06, 2013 1:11 pm
דורך שוועמל
גוט אבער ווער גייט קאנטראלן דע טרעפיק אין הימל?

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 06, 2013 1:32 pm
דורך AHA
אזוי ווי די עיר קאנטראל, מיט לייטס אויף דער ערד

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 06, 2013 2:29 pm
דורך שוועמל
Walmart to Install Surface-to-Air Missiles on Store Rooftops to Shoot Down Amazon Drones....

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 06, 2013 2:48 pm
דורך fiena nieas
its never gonna happen!

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 06, 2013 3:27 pm
דורך בערקא
די ראקעט זענען נאך בעסער ווי די דראונס :)

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 07, 2013 10:35 pm
דורך פאטאקי08
די גאנצע זאך איז געווען נישט מער ווי א מארקעטינג מיטל פון אמעזאן לרגל דעם סיזען

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 08, 2013 11:36 am
דורך בעל דמיון
שוועמל האט געשריבן:Walmart to Install Surface-to-Air Missiles on Store Rooftops to Shoot Down Amazon Drones....

;l;p- ;l;p- ;l;p- :grin: :grin: :grin:

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 08, 2013 2:05 pm
דורך קעניגזאן
.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 08, 2013 3:44 pm
דורך שנאפס
חחחח

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 09, 2013 5:59 pm
דורך קעניגזאן
Yeah

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 10, 2014 5:54 pm
דורך לכתחילה אריבער
עמעזאן סטראשעט, אז אויב וועט מען זיי נישט לאזן מאכען די טעסטס פאר די דרואנס איז אמעריקע, וועלן זיי גיין אין א צווייט לאנד, און די שאדן וועט זיין פאר אמעריקע.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 10, 2014 5:56 pm
דורך למעלה משבעים
וואספארא שאדן?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 10, 2014 6:12 pm
דורך לכתחילה אריבער
למעלה משבעים האט געשריבן:וואספארא שאדן?

די ספענדינג, דזשאבס וכדו'.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 10, 2014 7:06 pm
דורך געלעגער
טאקע געזען א באריכט אז די דראונס חלום איז נאך זייער ווייט פון רעאלעטי.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 10, 2014 7:14 pm
דורך לכתחילה אריבער
געלעגער האט געשריבן:טאקע געזען א באריכט אז די דראונס חלום איז נאך זייער ווייט פון רעאלעטי.

בעיקר טאקע וועגן רעגולאציעס. די רעגולאציעס האבן אסאך מעלות, אבער דאס נעמען עס צום עקסטרעם הארגעט א געוואלד מיט ביזנעס אפערטונעטיס פאר אמעריקע.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 10, 2014 7:18 pm
דורך געלעגער
עמעזאן האט געוויסט דערפון לכתחילה. כ'געדענק ווען מ'האט געבראכן די נייעס האבן אלע געזאגט אז די שווערסטע גייט זיין זיך דורך צוקומען מיט די אגענטורן

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 10, 2014 7:30 pm
דורך Iphone
עמעזאן איז גארנישט קיין ישועה פאר אמעריקע

טראכט, ווען איך דארף א עס די קארטל. לויף איך אריבער צי לי עוו פאוטא אדער עמעזאן דעליווערט עס פאר מיר ביז א האלבע שעה?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 10, 2014 7:32 pm
דורך לכתחילה אריבער
Iphone האט געשריבן:עמעזאן איז גארנישט קיין ישועה פאר אמעריקע

טראכט, ווען איך דארף א עס די קארטל. לויף איך אריבער צי לי עוו פאוטא אדער עמעזאן דעליווערט עס פאר מיר ביז א האלבע שעה?

דאס איז שוין די אלגעמיינע "מארטער בריק\מאם ענד פאפ" ווערעסעס "אנליין\באקס סטארס" פראגע.