בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 10, 2014 7:52 pm
דורך Iphone
ניין. דאס איז א מאנאפאלי קעגן מענטשן פראגע. א אלגעמיינער אנליין געשעפט קעגן דער עמעזאן טייך
געווען שמועות אז גוגל פלאנט צי קויפן איבעי. די ווייסט וואס דעמאלט וואלט געווען?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 10, 2014 8:01 pm
דורך לכתחילה אריבער
Iphone האט געשריבן:ניין. דאס איז א מאנאפאלי קעגן מענטשן פראגע. א אלגעמיינער אנליין געשעפט קעגן דער עמעזאן טייך
געווען שמועות אז גוגל פלאנט צי קויפן איבעי. די ווייסט וואס דעמאלט וואלט געווען?
דאס איז ווייטער די זעלבע פראגע איבער עקענאמיקס. "פרי מארקעט" ווערסעס "קאנטראולד".
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 23, 2015 1:59 am
דורך טאטלע
לכתחילה אריבער האט געשריבן:עמעזאן סטראשעט, אז אויב וועט מען זיי נישט לאזן מאכען די טעסטס פאר די דרואנס איז אמעריקע, וועלן זיי גיין אין א צווייט לאנד, און די שאדן וועט זיין פאר אמעריקע.
וואס וועט זיין מיט די טזענטער אידשע ארבעטער?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2015 1:35 am
דורך שוועמל
די צווייטע לאנד איז שוין דא צו טעסטן דראונס, אבער נישט דורך עמעזאן!
עליבאבא, די מולטי ביליאן כינעזער אנליין ריטעילער און מארקעטפלעיס האט געמאלדן א עקסטרעמע לימיטעד טרייעל פון דראון דעליוועריס אין די ריזיגע שטאט בעיזשינג (טראכט פון 15 ברוקלין'ס). די טרייעל גייט זיין פאר 450 טיי-בעג ארדערס, פירסט קאם פירסט סערוו באזיס.
אין פאקט איז עס נישט ממש די ערשטע מאל א טרייעל פון דראונס אין גרויסע שטעט. אויסטראליע איז געווען די ערשטע צו מאכן אזוינע פראבעס פאר צוויי יאר צוריק. נאכגעפאלגט ביי אן אנדערע פירמע אין כינע. יעצט איז עליבאבא אויפן האריזאנט.
וועב ספעקיולעטארס דעבאטירן די שטארקע קוועטש וואס דאס גיבט פאר עמעזאן. בעת זי איז סטאק מיט פארמאליטיס און לאזשיסטיקס דא אין אמעריקע, מאכן אירע גרעסטע קאמפעטישאנס פארשריט אין אנדערע טיילן פון די וועלט.
כאפט אריין א טי בעג אין בייזשינג, דעליווערט אונטער א שעה...
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2015 6:05 pm
דורך לכתחילה אריבער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:געלעגער האט געשריבן:טאקע געזען א באריכט אז די דראונס חלום איז נאך זייער ווייט פון רעאלעטי.
בעיקר טאקע וועגן רעגולאציעס. די רעגולאציעס האבן אסאך מעלות, אבער דאס נעמען עס צום עקסטרעם הארגעט א געוואלד מיט ביזנעס אפערטונעטיס פאר אמעריקע.
די FAA האט שוין ארויסגעלייגט וואס זיי פלאנען איבער דראון רעגולאציעס. נישט נאר איז עס א טויט קלאפ צו עמעזאנס חלום, נאר בכלל זייער באגרענעצטע ערלויבענישן.
מען ברויך זיין א געלערענטער פילאט, מען מעג עס נאר פליען בייטאג, נאר אונטער 500 פוס, נאר אזוי ווייט ווי די אויגן פונעם פירער קענען עס נאך זעהן וכו'.
די פראגע איז ווי שטארק עמעזאן - און די אנדערע וואס זענען אינטערעסירט אין א ברייטע קאמערשל דראון באנוץ - וועלן צוריק פייטן.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2015 7:15 pm
דורך שנאפס
און די כינעזער גייען לאכן א גוטס, עליבאבא גייט דעליווערן טויזענטער אייטעמס מיט די דראונס
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2015 8:31 pm
דורך קנאפער ידען
שנאפס האט געשריבן:און די כינעזער גייען לאכן א גוטס, עליבאבא גייט דעליווערן טויזענטער אייטעמס מיט די דראונס
די כינעזער זענען נאך דערווייל אויכעט נישט וויליג צו לאזן דראונס אויף זייערע גאסן, און אפילו נאך ווייניגער ווי אמעריקא. פארגעס נישט אז אין כינע איז גאר גאר אסאך לופט ספעיס רעזעווירט נאר פאר מיליטערישע צוועקן.
פארעפענטליכט: שבת מרץ 21, 2015 9:48 pm
דורך לכתחילה אריבער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:עמעזאן סטראשעט, אז אויב וועט מען זיי נישט לאזן מאכען די טעסטס פאר די דרואנס איז אמעריקע, וועלן זיי גיין אין א צווייט לאנד, און די שאדן וועט זיין פאר אמעריקע.
ווערט באריכטעד אז די פעדס האבן "נאכגעגעבן "פאר עמעזאן יא צו קענען מאכען די טעסטס. אבער פון די באריכט קוקט אויס אז נאר דאס:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:די FAA האט שוין ארויסגעלייגט וואס זיי פלאנען איבער דראון רעגולאציעס. נישט נאר איז עס א טויט קלאפ צו עמעזאנס חלום, נאר בכלל זייער באגרענעצטע ערלויבענישן.
מען ברויך זיין א געלערענטער פילאט, מען מעג עס נאר פליען בייטאג, נאר אונטער 500 פוס, נאר אזוי ווייט ווי די אויגן פונעם פירער קענען עס נאך זעהן וכו'.
די פראגע איז ווי שטארק עמעזאן - און די אנדערע וואס זענען אינטערעסירט אין א ברייטע קאמערשל דראון באנוץ - וועלן צוריק פייטן.
אלזא, ווייסעך נישט וואס איז די גרויסע שמחה.