בלאט 1 פון 1

הילף מיט gsa ביטע (פארקויפן פאר גאווערמענט)

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 22, 2013 10:13 am
דורך עם הארץ
איך האב באקומען א אפפער פון א גוט גייענדע ביזנעס צו אויפארבעטן פאר זיי א gsa אפטיילונג. אבער איך בין גאר רוי אין דעם ענין (איך ווייס קוים וואס דאס מיינט) קען מיר איינער ביטע ארויסהעלפן?
ווי שאפט מען בידס? אויף וואס בעיסן זיי וועם צי אויסוועלן? דארף מען אויף דעם ווערן אפראווד? ועוד?
ביטע ווער עס ווייסט אפילו נאר אביסל איבער דעם, אדער ווי מען קען זוכן איבער דעם, זאל זיך ביטע אנרופען.
שכח למפרע

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 12:19 am
דורך לעיקוואד
א גוטע וואך. צי ענטפערן בקיצור.
מען דארף זיין אויף די GSA SCHEDULE צי קענען פארקויפן פאר די גאווערמענט, עס איז דא עטליכע קאמפאניס וואס קענען דיר עפראווען, איינמאל די ביסט אפראווד איז נאך אלץ א טריקי דזשאב צי טרעפן די בידס און עס פאללאוען. דאס איז בקיצור.
אז די דארפסט מער הילף איבער דעם קען איך דיר רעפעררען א היימישע, קאנטאקט מיר אין אישי.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 2:11 pm
דורך עם הארץ
לעיקוואד האט געשריבן:.
אז די דארפסט מער הילף איבער דעם קען איך דיר רעפעררען א היימישע, קאנטאקט מיר אין אישי.

שכח ר' לעיקוואד.
איך האב דיר געשיקט אן אימעיל און איך האף אי"ה צי הערן פון דיר ווי מער.
שכח

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2014 4:38 pm
דורך זאלץ ליבהאבער
האב איך ממש לעצטנס געהערט פון אזא דערהער ווי פארקויפן פאר די רעגירונג.
ווייס איינער וואס מען קען זיי אלץ פארקויפן?
אז איך האב toys קענען זיי זיין מיין customer?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2014 11:08 am
דורך שנאפס
לכאורה יא, מעגליך אז אין פובליק סקול איז דא צוגעשטעלט טויס פאר די קליינע קינדער, העד סטארט וכדומה