בלאט 1 פון 1

דארף מען אויפהענגען די אלע פאוסטער'ס?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 13, 2013 11:47 am
דורך שמעק_טאביק
איך באקום כסדר אויף די פאסט, און אויך טעלעפאן קאללס פון קאמפאניס אז דער געזעץ לויטעט ארויפצוהענגען א גאנצע טוץ אדער מער מיט רעגולאציעס און אנווייזונגען פאר אלע ארבייטערס. באזונדערס רודפ'ט מיר לעצטנס א קאמפני "פערסאנעל קאנצעפטס", וואס זיי זאגן אז זיי מאכן איין גרויסע צעטל, א "אלל אין וואן" (space saver) סארט וואס טוט אנטהאלטן אלע נויטיגע דאקומענטן. פעדעראלע, לאקאלע, מינימום וועידזש, אשא (Osha), אינשורענס, א.א.וו.

נאכן מוטשען און סטראשען און מיך באגליקן מיט א 17,000 דאלער שטראף גאראנטי, האב איך געצאלט בערך 200 דאלער און אויפגעהאנגען, אראפ א דאגה פון קאפ. ביקש טאביק לישב בשלוה, קלינגען זיי ווידעראמאל אז לכבוד די נייע העלט קעיר רעגולאציעס און א שינוי אין אשא'ס געזעצן מוז מען אפדעיטן די צעטלעך, און איך מוז נאכאמאל צאלן איבער $300 פאר די וויכטיגע צעטלעך! איך מיין אז דאס איז משוגע.

וואס זאגן די אלצווייסער? איז עס טאקע אזוי וויכטיג? מוז איך דאס נעמען? קען איך עס האבן ערגעץ אומזיסט און אליינס ארויספרינטן? ביטע לאזט אייך הערן וואס איר טוט. א דאנק.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 13, 2013 11:52 am
דורך מאנ-יימער
וואס הייסט דו מוזט? ווער גייט זעהן אויב ס'הענגט?
ביי מיר גייען די אלע בריוון גראד אין מיסט, אויב וועט איינמאל דארפן אראפקומען אין אפיס איינער פון די לעיבאר דיפארטמענט ח"ו וועל איך עס דעמאלטס באשטעלן

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 13, 2013 11:56 am
דורך ידיד
די חברה מעלדן איין פון פאראויס אז זיי גייען קומען?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 13, 2013 3:15 pm
דורך שנאפס
געזעצליך דארף עס הענגן

--

יימער, וואש מאוט פון די NSA, זיי ליינען אלעס...

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 13, 2013 3:53 pm
דורך מידער
די אלע צעטלעך וואס דארפן הענגן לאגאל באקומט מען אויף די פאסט, און די אלע וואס רופן אויפן טעלעפאון זענען נישט מער ווי פיפיגע ביזנעסלייט. (עכ"פ דו דארפסט נישט וויסן דערפון.)

קען זיין אויב דו פארמאגסט 50 ארבייטער דארפסטו יא אויפהענגען דעם העלט-קעיר צעטל.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 13, 2013 4:50 pm
דורך מצב כללי
אויב פארמאגסטו 50 ארבעטער שיק נישט קיין געלט פאר זיי, שיק מיר אריבער א טשעקיל....

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 13, 2013 5:02 pm
דורך שאינו יודע

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 13, 2013 6:57 pm
דורך דער קוטשער
ביטע, מאנכע וועלן נאך מיינען אז עס איז אבי געזונט.

די צעטליך "מוזען" הענגען געזעצליך אין אלע ארבעט'ס פלעצער וואס האבן ארבעטער'ס, אויף א פלאץ ווי זיי קענען עס זעהן, אז נישט קען יעדע צעטל זיין א גרויסע געלט שטראף, וכבר הי' לעולמים.

200 איז א רייסערישע נומבער, כ'שוין געזען פאר 45 פאר 100 אבער נישט אין די וועלט אריין, פרינט עס ארויס אין א קליינע פארמאט עס זאל נישט מאכן צו נערוועז און אויפנעמען די גאנצע וואנט און טענות, כ'מיין טיקעט'ס קען מען שוין נישט געבן.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 13, 2013 11:18 pm
דורך שמעק_טאביק
א ריזיגע דאנק אלע פון אייך, בפרט שאינו יודע פארן לינק. דער באשעפער זאל ענק באצאלן.